היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6879

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 4:18 pm הייבעך נישט אן צו כאפן וואס מ'רעדט דא. איינער אין קורצן?
נייטרא ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס ביים דאווענען, א אינגעל בטעות א שלעפ געטוהן דעם פייער אלארם צינגל, און די אלארם האט זיך צוקלינגען.
ווען די בחורים זענען אנגעקומען און געוויסט קלאר אז א פייער איז נישטא, און זענען שוין געוועהן גרייט צו אויסלעשן די אלארם, האט דער רב הביהמ"ד קלאר געשטעלט אז אויסלעשן די אלארם איז נישט פיקוח נפש, און ער לאזט זיי נישט אויסלעשן.

שטעלט זיך ארויס אז געוויסע האלטן אז מונע זיין בושות פון יענע בחורים איז פיקוח נפש און מ'וואלט זיי געדארפט לאזן טוהן וואס זיי ווילן.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1862

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

silent האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 3:54 pm
פלאם האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:44 pm
silent האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:05 pm

סתם פאר אינטערסאנטקייט וואלט איך געוואלט פרעגן דעם ציבור אויב די מעשה וואלט געווען אנדערש ווי אזוי מען וואלט עס אנגעקוקט
די וואך שבת האט איינער גערופן הצלה אין וויזניץ ביהמ''ד ווען הצלה איזה אנגעקומען האט זיי די וויזניץ'ע דיין נישט אריינגעלאזט
פאר מ'גייט די וויזניץ vs הצלה, קודם זיי מסביר די התיר פאר א איד אויסצולעשן אן אלארם, נאכדעם וועט מען פראבירן דן צו זיין צו זיי דארפן פאלגן די הוראה פון א רב ביי זיי אין ביהמ"ד [ווען מ'האט זיי נישט גערופן, כגון אין נייטרא און בעבר אין ראחמיסטריווקא].

די מעשה וואס די שרייבסט בנוגע הצלה אום שבת, האט שוין פאסירט אינעם עבר, ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זצוק"ל האט נישט געלאזט אריינפירן חולים אין שפיטאל כנגד די הוראה פון די הצלה מעמבערס, און וכך הוה.
די נקודה וואס איך זאג איז אז א פרעמדע רב האט נישט וואס אריינצורעדן בשעת מעשה ווען די ארגעניזאציע ווערט געפירט דורך אנדערע רבנים
ס'קוקט נישט אויס אז איר פארשטייט אליינס וואס איר זאגט אבער לאמיר עס נאכמאל זאגן:
חילול שבת האט א באדייט, דאס הייסט טוען א מלאכה וכדו' בשבת, אויסלעשן אן אלארם ווערט געטוען דורך עלעקטריק, און ס'איז לכל הפחות אן איסור דרבנן.
פיקוח נפש איז דוחה שבת, באקוועמליכקייט נישט, אויסלעשן אן אלארם גייט אריין אין וועלכע גדר?

קומט א בויטישק און הערט נישט צו צום רב וואס זאגט אים ס'איז אסור, מיטן טענה אז ער האט א רב וואס איז מתיר, ווער איז די רב? און וואס איז די היתר? - בנוסף לזה איז דאס א חוצפה פארן רב באתרא דמר.

און ס'איז א פלא אז די נייטרא רב [פון די וועד הרבנים...] ווייסט נישט צוזאגן אז ס'ווערט געפירט דורך א רב, ווען לדבריך איז דא רבנים.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1862

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 3:54 pm
פלאם האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 4:41 pm
פלאם האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 14, 2025 4:30 pm לאור וואס איז פארגעקומען חילול שבת דעם פארגאנגענעם ליל שבת קודש אין ביהמ"ד נייטרא, מיטדעם וואס אידן מיט פיאות רעדנדיג אידיש האבן פארלאשן א פייער אלארעם אויך נאכדעם וואס מ'האט זיי געזאגט אז די רב די מרא דאתרא לאזט נישט, מיט די טענה אז זייער רב איז מתיר, האב די רב פון מצילי אש ארויסגעלייגט די פאלגנדע בלאט:
► Show Spoiler
קוקט אויס אז איינער ליינט די צעטלך וואס די מצילי אש רב געבט ארויס, ממש השגחה פרטית פונקט די וואך צו שרייבן איבער די זעלבע נושא....


page0181.jpg
אויב דאס דארף זיין אן ענטפער, זעה איך עס נישט.

ער שרייבט דאך קלאר אז טאמער ווייסט מען נישט די אורזאך פון די פייפן , מעג מען רופן. סך הכל אויסלעשן טאר מען נישט.

האלט די פייער דעפארטמענט אז מען מוז רופן אפילו מען ווייסט קלאר אז עס האט זיך אנגעצונדן בטעות? ווייל אפשר איז דא ערגעץ א באהאלטענע פייער?
די קענסט נישט די כותב? ער שרייבט נישט דוקא לענין, ער האלט שטארק פון שרייען העכער אזוי וועט מען מיינען אז ער איז גערעכט.
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 488

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וויענער חסיד »

הצלה מאכט לכאורה די זעלבע אדער מער טעותים איך מיין מען קוקט דא מיט אן פארגרעסערן גלאז צו שטארק
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1862

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 8:57 pm הצלה מאכט לכאורה די זעלבע אדער מער טעותים איך מיין מען קוקט דא מיט אן פארגרעסערן גלאז צו שטארק
וועלכע טעותים רעדסטו דא?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1487
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4776

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 8:57 pm הצלה מאכט לכאורה די זעלבע אדער מער טעותים איך מיין מען קוקט דא מיט אן פארגרעסערן גלאז צו שטארק

'טעותים' קענען געשען ביי יעדן - א מענטש איז נאר א מענטש. אבער דא רעדט מען נישט פון קיין טעות נאר פון בייזוויליגע, סיסטעמאטישע חילול שבת. אויב זאל אן הצלה מעמבער איין מאל אנפייפן א רב ברבים, בפניו, ביים רב אין ביהמ"ד, אויף א זאך וואס ס'נישטא די מינדעסטע חשש פיקוח נפש, וואלט יענער געפלויגן פון הצלה בשן ועין, וכ"ש אז דאס וואלט נישט געווען די אפיציעלע פאליסי פון סיי וועלכע הצלה ארגאניזאציע.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 373

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך עומד על תלת »

וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 8:57 pm הצלה מאכט לכאורה די זעלבע אדער מער טעותים איך מיין מען קוקט דא מיט אן פארגרעסערן גלאז צו שטארק
איך לייקן, אבער אפי‘ אויב יא, עס איז דא וועם צו רופן!!!
עס איז דא איינער וואס שטעלט זיך ארויס איך נעם אחריות!!!
עס איז דא א נארמאלער סיסטעם וואס א יעדע מעמבער דארף אדרוך לערנען,
זאג דארט רייכערט מען שבת ? וכו‘
דרך אגב, הצלה האט לכאורה מער פעלער וואס איז פקוח נפש.
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 373

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך עומד על תלת »

די מחלוקה אקעגן אדער בעד הצלה יאר‘ן צוריק איז געווען צווישן רבנים!!
נישט א עסקן קעגן א רב!!
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 488

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וויענער חסיד »

אקעי לאמיר פרעגן עפעס אנדערש יעדער איז מודה אז מען דארף די פייער דעפארטמענט ביי זאכען וואס מצילי אש טוט נישט סאו וואס איז די פלאן פון פירען מערכות ביז עס מאכט זיך צו?
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1487
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4776

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 9:28 pm אקעי לאמיר פרעגן עפעס אנדערש יעדער איז מודה אז מען דארף די פייער דעפארטמענט ביי זאכען וואס מצילי אש טוט נישט סאו וואס איז די פלאן פון פירען מערכות ביז עס מאכט זיך צו?

די תירוץ איז אז די פלאן איז נישט צו פירן מערכות ביז עס מאכט זיך צו, נאר צו פירן מערכות ביז זיי הייבן אן זיך פירן על פי תורה. און אויב זיי וועלן קיינמאל נישט זיך צושטעלן וועט מצילי אש דערווייל אויסוואקסן א פול פלעדזשד פייער דעפארטמענט און מען וועט מער נישט דארפן צוקומען צו די מחללי שבת בפרהסיא.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 349
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1862

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 9:28 pm אקעי לאמיר פרעגן עפעס אנדערש יעדער איז מודה אז מען דארף די פייער דעפארטמענט ביי זאכען וואס מצילי אש טוט נישט סאו וואס איז די פלאן פון פירען מערכות ביז עס מאכט זיך צו?
לאמיר נעמען דיינע ווערטער, אקעי מיינט לכאורה איך פארשטיי ס'איז דא סיסטמאטישע חילול שבת, סא די זאגטס מ'דארף נישט מוחה זיין אויף חילול שבת ווייל ס'איז דא זאכן וואס די פייער דעפארטמענט טוט וואס מצילי אש טוט נישט?

עם איי מיסינג סאמטיג?

צו יעדער איז מודה אדער נישט קען מען דן זיין נאכדעם.
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 488

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וויענער חסיד »

איך הער גוט מסביר געווען
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 403

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מיין מיינונג »

וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 9:28 pm אקעי לאמיר פרעגן עפעס אנדערש יעדער איז מודה אז מען דארף די פייער דעפארטמענט ביי זאכען וואס מצילי אש טוט נישט סאו וואס איז די פלאן פון פירען מערכות ביז עס מאכט זיך צו?
אין מיינע אויגן -לויט 'מיין מיינונג'- די שטערקסטע זאך "ברוחניות" וואס מצילי אש טוט אויף איז דאס, אז די עקזיסטירנדע פייער דעפארטמענט דארף שטיין און וויינען צום ציבור ביטע רופט אונז. דאס ווייזט זייער קלאר אז מאנסי איז נישט גרייט צו טאלארירן קיין חילול שבת אדער פריצות וכו'.
כה לחי' פאר די הייליגע עסקנים וועלכע האבן געשאפן דעם טויש.

אגב, די היי יעריגע ציפערן פון עמורדזשענסי רופן איבערצייגן, אז זייערע קראקדיל טרערן האבן גאנץ קנאפ אויסגעמאכט ביים ציבור.
כן יעזור ה' להלאה.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 2005

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 12:09 pm
למדן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 11:54 am בדרך התורה נלך באש ובמים לקדש שם שמים
בילד
👍
דאס איז א בחינה פון ויגבה לבו בדרכי ה'!
עס זענען דא 4 וואלונטירן וואס האבן שוין באשטעלט די קאסטום פלעיטס, און האפנטליך וועלן זיין מער.
RCMA 30.jpeg
RCMA 30.jpeg (80.64 KiB) געזען געווארן 870 מאל
RCMA 42.jpeg
RCMA 42.jpeg (329.65 KiB) געזען געווארן 870 מאל
אונזער אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 2005

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

מ"א האט געהאט די זכי' צו ריספאנדן צו 9 רופן דורכאויס די פארגאנגענע 12 שעה.
אונזער אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2233
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6985

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בודקע »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:27 am מ"א האט געהאט די זכי' צו ריספאנדן צו 9 רופן דורכאויס די פארגאנגענע 12 שעה.
דא קוקט שוין כמעט אויס ווי די קהילות וואס האבן צוויי עקסטערע בתי חיים, און ס'איז א גאנצע רעיס ווער ס'קען האבן מער טויטע...
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3825
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 22982

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חלום חלמתי »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:02 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:27 am מ"א האט געהאט די זכי' צו ריספאנדן צו 9 רופן דורכאויס די פארגאנגענע 12 שעה.
דא קוקט שוין כמעט אויס ווי די קהילות וואס האבן צוויי עקסטערע בתי חיים, און ס'איז א גאנצע רעיס ווער ס'קען האבן מער טויטע...
:lol:
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן


פריש: פאר חובבי היסטאריע און קרישקע ליבהאבער.
אוועיטער
מיין מיינונג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 1:29 pm
x 403

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מיין מיינונג »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:02 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:27 am מ"א האט געהאט די זכי' צו ריספאנדן צו 9 רופן דורכאויס די פארגאנגענע 12 שעה.
דא קוקט שוין כמעט אויס ווי די קהילות וואס האבן צוויי עקסטערע בתי חיים, און ס'איז א גאנצע רעיס ווער ס'קען האבן מער טויטע...
דארט באגראבט מען, דא ראטעוועט מען.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 2005

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:02 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:27 am מ"א האט געהאט די זכי' צו ריספאנדן צו 9 רופן דורכאויס די פארגאנגענע 12 שעה.
דא קוקט שוין כמעט אויס ווי די קהילות וואס האבן צוויי עקסטערע בתי חיים, און ס'איז א גאנצע רעיס ווער ס'קען האבן מער טויטע...
ווען מ'רעדט פון טויטע איז איין זאך, אבער ווי @מיין מיינונג זאגט, דא רעדט מען פון העלפן אידן, ב"ה קיין טויטע אדער געשעדיגטע.
גענאלפן אידן מיט הארץ, באשיידן, צו דער זאך און פלינק.

יא! דורכאויס די נאכט האט מען געהאלפן אזויפיהל אידן, מעמבערס האבן זיך עטליכע מאל ארויסגעריסן פון שלאף, דער דיספעטשער איז נישט געשלאפן, מ'האט גערופן 3 מאל O&R, א געוואלדיגע זכי'!
געווענליך ביינאכט מאכט זיך ווייניגער קאלס, א נאכט מיט 9 קאלס איז געוועהן א חידוש.
אונזער אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2233
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6985

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בודקע »

מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:32 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:02 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 10:27 am מ"א האט געהאט די זכי' צו ריספאנדן צו 9 רופן דורכאויס די פארגאנגענע 12 שעה.
דא קוקט שוין כמעט אויס ווי די קהילות וואס האבן צוויי עקסטערע בתי חיים, און ס'איז א גאנצע רעיס ווער ס'קען האבן מער טויטע...
ווען מ'רעדט פון טויטע איז איין זאך, אבער ווי @מיין מיינונג זאגט, דא רעדט מען פון העלפן אידן, ב"ה קיין טויטע אדער געשעדיגטע.
גענאלפן אידן מיט הארץ, באשיידן, צו דער זאך און פלינק.

יא! דורכאויס די נאכט האט מען געהאלפן אזויפיהל אידן, מעמבערס האבן זיך עטליכע מאל ארויסגעריסן פון שלאף, דער דיספעטשער איז נישט געשלאפן, מ'האט גערופן 3 מאל O&R, א געוואלדיגע זכי'!
געווענליך ביינאכט מאכט זיך ווייניגער קאלס, א נאכט מיט 9 קאלס איז געוועהן א חידוש.
הונדערט פראצענט! איך קוק אויך גאר שטארק ארויף די העארישקייט פון די מצילי נפשות!
אבער כ'מיין אז ס'איז אביסל אינטערעסאנט אז מ'טוט זיך אויף מיט וויפיל קאלס ס'איז געווען.. ס'מאכט אויסזען ווי כאילו מ'איז מתפלל אז ס'זאל אריין קומען קאלס און אזוי גייט מען פאמפן די ארגאניזאציע..
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 707

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גרינגראז »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:41 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:32 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:02 pm

דא קוקט שוין כמעט אויס ווי די קהילות וואס האבן צוויי עקסטערע בתי חיים, און ס'איז א גאנצע רעיס ווער ס'קען האבן מער טויטע...
ווען מ'רעדט פון טויטע איז איין זאך, אבער ווי @מיין מיינונג זאגט, דא רעדט מען פון העלפן אידן, ב"ה קיין טויטע אדער געשעדיגטע.
גענאלפן אידן מיט הארץ, באשיידן, צו דער זאך און פלינק.

יא! דורכאויס די נאכט האט מען געהאלפן אזויפיהל אידן, מעמבערס האבן זיך עטליכע מאל ארויסגעריסן פון שלאף, דער דיספעטשער איז נישט געשלאפן, מ'האט גערופן 3 מאל O&R, א געוואלדיגע זכי'!
געווענליך ביינאכט מאכט זיך ווייניגער קאלס, א נאכט מיט 9 קאלס איז געוועהן א חידוש.
הונדערט פראצענט! איך קוק אויך גאר שטארק ארויף די העארישקייט פון די מצילי נפשות!
אבער כ'מיין אז ס'איז אביסל אינטערעסאנט אז מ'טוט זיך אויף מיט וויפיל קאלס ס'איז געווען.. ס'מאכט אויסזען ווי כאילו מ'איז מתפלל אז ס'זאל אריין קומען קאלס און אזוי גייט מען פאמפן די ארגאניזאציע..
אויך גמ"ח הצלה אין קרית יואל האט געשריבן פארן קאמפיין אז זיי האבן געמאכט פארגאנגענעם יאר 2,349 טריפס.... איך קוק עס אן זייער נעריש.... קוקט אויס וואו זיי זענען מתפלל צו האבן ווי מער טריפס... און אזוי גייט מען פאמפן די ארגאניזאציע.... :roll:
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2233
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6985

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בודקע »

גרינגראז האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 1:11 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:41 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:32 pm

ווען מ'רעדט פון טויטע איז איין זאך, אבער ווי @מיין מיינונג זאגט, דא רעדט מען פון העלפן אידן, ב"ה קיין טויטע אדער געשעדיגטע.
גענאלפן אידן מיט הארץ, באשיידן, צו דער זאך און פלינק.

יא! דורכאויס די נאכט האט מען געהאלפן אזויפיהל אידן, מעמבערס האבן זיך עטליכע מאל ארויסגעריסן פון שלאף, דער דיספעטשער איז נישט געשלאפן, מ'האט גערופן 3 מאל O&R, א געוואלדיגע זכי'!
געווענליך ביינאכט מאכט זיך ווייניגער קאלס, א נאכט מיט 9 קאלס איז געוועהן א חידוש.
הונדערט פראצענט! איך קוק אויך גאר שטארק ארויף די העארישקייט פון די מצילי נפשות!
אבער כ'מיין אז ס'איז אביסל אינטערעסאנט אז מ'טוט זיך אויף מיט וויפיל קאלס ס'איז געווען.. ס'מאכט אויסזען ווי כאילו מ'איז מתפלל אז ס'זאל אריין קומען קאלס און אזוי גייט מען פאמפן די ארגאניזאציע..
אויך גמ"ח הצלה אין קרית יואל האט געשריבן פארן קאמפיין אז זיי האבן געמאכט פארגאנגענעם יאר 2,349 טריפס.... איך קוק עס אן זייער נעריש.... קוקט אויס וואו זיי זענען מתפלל צו האבן ווי מער טריפס... און אזוי גייט מען פאמפן די ארגאניזאציע.... :roll:
לאמיר דיר מסביר זיין, ווען מ'מאכט א קאמפיין פאר געלט, און מ'דארף ווייזן וואס מ'האט געטוען און פארוואס מ'דארף געלט, מאכט עס סענס, אבער סתם רענדומלי זיך אויף טוען וויפיל קאלס מ'האט, סתם צו ווייזן ווי גרויס מ'איז, איז אביסל קטנות
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1299
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1821

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יאנטשי »

נו, היינט ארבעט אז די פאבליק רילעשאנס קאמפיין ווערט געפירט דורכאויס די יאר.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 364
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 296

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אני-הק' »

יאנטשי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 1:40 pm נו, היינט ארבעט אז די פאבליק רילעשאנס קאמפיין ווערט געפירט דורכאויס די יאר.
טאקע אזוי.

א ארג. אדער מוסד וואס וועט זיך דערמאנען צו לאזן וויסן פאר די גאס איבער זייער ארג. אדער מוסד ממש פאר די קאמפיין וועט זייער שוואך און שווער מצליח זיין
פארשטייט זיך יעדע כלל האט אויך א יוצא מן הכלל, ווי למשל אן אויסנאם פאל עמערדזשענסי צדקה פאנד וכדו', ממילא פרובירט מען היינט ווי מער במשך די יאר מאכן די מארקעטינג פארן קאמפיין, פארשטייט זיך מ'בעט טאקע גארנישט קיין געלט, און פאר די קאמפיין דארף מען שוין נישט מסביר זיין צו אסאך וואס די מוסד-ארג. טוט אויף.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
גרינגראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 707

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גרינגראז »

בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 1:37 pm
גרינגראז האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 1:11 pm
בודקע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2025 12:41 pm

הונדערט פראצענט! איך קוק אויך גאר שטארק ארויף די העארישקייט פון די מצילי נפשות!
אבער כ'מיין אז ס'איז אביסל אינטערעסאנט אז מ'טוט זיך אויף מיט וויפיל קאלס ס'איז געווען.. ס'מאכט אויסזען ווי כאילו מ'איז מתפלל אז ס'זאל אריין קומען קאלס און אזוי גייט מען פאמפן די ארגאניזאציע..
אויך גמ"ח הצלה אין קרית יואל האט געשריבן פארן קאמפיין אז זיי האבן געמאכט פארגאנגענעם יאר 2,349 טריפס.... איך קוק עס אן זייער נעריש.... קוקט אויס וואו זיי זענען מתפלל צו האבן ווי מער טריפס... און אזוי גייט מען פאמפן די ארגאניזאציע.... :roll:
לאמיר דיר מסביר זיין, ווען מ'מאכט א קאמפיין פאר געלט, און מ'דארף ווייזן וואס מ'האט געטוען און פארוואס מ'דארף געלט, מאכט עס סענס, אבער סתם רענדומלי זיך אויף טוען וויפיל קאלס מ'האט, סתם צו ווייזן ווי גרויס מ'איז, איז אביסל קטנות
און פארוואס טראכטסטו אז מצילי אש טוט דאס נישט צו מאכן געלט??

און אפשר טוהן זיי דאס אז מענטשן זאלן זעהן אז מצילי אש איז אן אוועקגעשטעלטע ארגאניזאציע, און אזוי ארום וועלן נאך מענטשן דווקא רופן די שומרי שבת?
שרייב פאוסט