ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 11:52 am און לגבי די עצם ענין, איך האב געשריבן די שאלה פון א לב טהור שטאנדפונקט, נאר אזוי קען מען פארשטיין אן אנדערן, חוץ וואס עס איז טאקע דא פארשידענע מעלות אין לב טהור, בעיקר אין זייערע כוונות, און ס'דא אסאך צו לערנען פון וויאזוי ס'האט זיך פארקראכן.
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ערעב איד, דיין שאלה איז קלאר און סימפל, און באשטייט פון דריי טייל: 1. וויפיל האט דער עולם באמת מיטגעהאלטן די לימודים 2. האט מען זיך באמת מתבונן געווען פאר שעות ארוכות און נישט סתם געקלאצט 3. האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 11:52 amנישט אמת. די מצוה פון זיין אן אויבער חכם איז א מצוה שבגופו שאי אפשר להיעשות ע"י אחרים, אנדערש ווי די מצוה פון באשמוצן און אויפלעזן לב טהור וואס איינמאל ס'איז באשמוצט און אויפגעלעזט פעלט שוין נישט אויס מוסיף צו זיין.שווערמער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 7:04 pmדי מצווה פון זיין אן אויבער-חכם איז אויך א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס דיין הילף.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pm
ברוכים הבאים צו הר"ר חיים צבי שליט"א מלפנים ספרא דדיינא דק"ק לב טהור בעיר בבל אשר במדינת גואטעמאלא יצ"ו,
אחדשה"ט, האב איך געוואלט פרעגן א כלליות'דיגע שאלה.
אזויווי יעדער אין לב טהור ווייסט, האט דער רבי ז"ל מייסד געוועהן קהילת לב טהור מיט א מטרה צו אויפשטעלן א קהילה וואס וועט מקיים זיין גאנץ אידישקייט מיט אלע פרטים על דרך ישראל סבא מיט א ריינע אמונה וואס דאס רעכנט אריין התנגדות לציונות ולמדינתם הטמאה, דקדוק הלכה, צניעות, כשרות וכו' וכו' אלעס אן קיין פשרות און אן קיין חשבונות פון "היינטיגע צייטן" און צו די גאס האלט אז ס'איז נארמאל כידוע. אבער א חלק און מ'קען אפשר אפילו זאגן די עיקר חלק פון לב טהור איז געבויט אויף עבודה שבלב, דהיינו מצוות התלויות בלב, אהבה, יראה, דבקות אזויווי ס'ווערט אוסגעשמועסט אין אלע ספרים הקדושים.און דער רבי ז"ל האט געהאלטן אז בעיקבתא דמשיחא קען א מענטש נישט דינען דער אייבערשטער מיט זיינע אייגענע כוחות, נאר ער ברויך האבן א באזונדערע הארה מלמעלה, און דאס איז מען זוכה נאר דורך עבודת ההתבוננות. און לכבוד דעם האט ער מחבר געוועהן זיין ספר אור הוי' און פארפאסט פארשידענע נוסחאות פון התבוננות אז ס'זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, און אז דורך דעם זאל מען קענען צוקומען צו מקיים זיין אלע מצוות שבלב און צוקומען צו גרויסע הארות אין עבודת ה'. און לויט ווי מ'הערט איז די עבודת ההתבוננות למעשה געוועהן א שטארקע חלק פון לב טהור פאר'ן דאווענען און אינמיטן דאווענען וכו'.
איז מיין שאלה יעצט, קודם כל וויפיל פון די עולם האט באמת מיטגעהאלטן מיט אלע טיפע לימודים און באמת מתבונן געוועהן פאר שעות ארוכות (נישט סתם געקלאצט מיט פארמאכטע אויגן), און בעיקר, האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון און מ'קומט טאקע צו צו אהבה ויראה, מדרגות אדער הארות אין עבודת ה'?
נ.ב. איך אנטשולדיג זיך פאר אלע וואס עס באדערט זיי אז איך יומענייז לב טהור צו פיהל. איך האלט אז די מצוה פון באשמוצן לב טהור איז א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס מיין הילף.
האסט נישט געקענט טרעפן א בעסערע וועג "נישט צו באשמוצן לב טהור" אויסער ווידמען א גאנצע פאראגראף איבער זייערע מעלות און צוויי מאל באטיטלען דעם שבנא אלס "רבי זצ"ל"?
און לגבי די עצם ענין, איך האב געשריבן די שאלה פון א לב טהור שטאנדפונקט, נאר אזוי קען מען פארשטיין אן אנדערן, חוץ וואס עס איז טאקע דא פארשידענע מעלות אין לב טהור, בעיקר אין זייערע כוונות, און ס'דא אסאך צו לערנען פון וויאזוי ס'האט זיך פארקראכן.
וואס גענוי געבט דא צו דאס אויסשמועסן די ציונות, כשרות, צניעות, נישט קיין פשרות, און אלע אנדערע מעלות וואס ל"ט האט טאקע?
"איך האב געשריבן די שאלה פון א לב טהור שטאנדפונקט" - דאס טאקע מיין איך. עס פעלט באמת נישט אויס. וואלסט אויך געשריבן א שאלה פון כת ש"ץ שטאנדפונקט?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
געלערנט און מקייםם געווען אויפ'ן ארט...קרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:02 pmהערת כליא עורב איז קיינמאל געדרוקט געווארן
בכלל דארף מען וויסן מה שקבלתי מיודעי חן אז י"נ האט מזייף געווען גאנצע שטיקער אין זיין רבי'נס ספרים בעיקר אין די עניני כליא עורב ודו'ק..
מען דארף קענען גוט מבחין זיין אויף יעדע קטע און הערה אין אור הוואיה מבטן מי יצא, ומי יזכה להבחין וכו' ...
אין די ספרים וואס שלמה האט געדוקט בחייו ברנעגט ער כסדר אראפ פון כליא עורב, און ער כליא-עורב'ט דארט ארום בכלל מיט די גאנצע קנאק...
אויף איינע פון די רעקארדירונגען פון זיינע שיעורים זאגט ער ארויס מיט זיין מויל אזא שטיקל, אז דער ראב"ד איבער הגשמה אין הלכות תשובה איז מזויף דורך משכילים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך רעדט טאקע פון בחייו, ינ האט געגרינדעט און געפירט די הוצאת ספרים דעת, צו שרייבן זייערע ספרים קונטרסים תורות וכו', און מען האט דאס געדרוקט דארט אין די וועלט בארימטע דרוקעריי....שווערמער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:46 pmגעלערנט און מקייםם געווען אויפ'ן ארט...קרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:02 pmהערת כליא עורב איז קיינמאל געדרוקט געווארן
בכלל דארף מען וויסן מה שקבלתי מיודעי חן אז י"נ האט מזייף געווען גאנצע שטיקער אין זיין רבי'נס ספרים בעיקר אין די עניני כליא עורב ודו'ק..
מען דארף קענען גוט מבחין זיין אויף יעדע קטע און הערה אין אור הוואיה מבטן מי יצא, ומי יזכה להבחין וכו' ...
אין די ספרים וואס שלמה האט געדוקט בחייו ברנעגט ער כסדר אראפ פון כליא עורב, און ער כליא-עורב'ט דארט ארום בכלל מיט די גאנצע קנאק...
אויף איינע פון די רעקארדירונגען פון זיינע שיעורים זאגט ער ארויס מיט זיין מויל אזא שטיקל, אז דער ראב"ד איבער הגשמה אין הלכות תשובה איז מזויף דורך משכילים.
ער האט גענומען די כתבים פון די רעבע און אויסגשטעטלט, צוגעלייגט, געשריבן די הערות, גפיקסט דעם לשון, וכו' ככל העולה על רוחו, פון דעם איז געווארן די ספרים אור הוי
אפיציעל האט עס שלמה איבערגעקוקט אין געגעבן זיין הסכמה כמו שמבואר בהקדמת המלבה"ד
די יסוד אז די משכילים האבן מזייף געווען קומט טאקע פון אים, און דאס איז טאקע געבויט אויף געוויסע היסטארישע פאקטען כידוע, פארשטייט זיך אינגאנצען ארויסגענומען פארפערציע כדרך כל הקאנספיראציע טעאריעס
אבער פון דארט ביז די שטותים פון כליא עורב איז א מהלך רב, א חכם איז ער דאך יא געווען....
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חדא מתרצתא בחברתה.שווערמער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:46 pmגעלערנט און מקייםם געווען אויפ'ן ארט...קרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:02 pmהערת כליא עורב איז קיינמאל געדרוקט געווארן
בכלל דארף מען וויסן מה שקבלתי מיודעי חן אז י"נ האט מזייף געווען גאנצע שטיקער אין זיין רבי'נס ספרים בעיקר אין די עניני כליא עורב ודו'ק..
מען דארף קענען גוט מבחין זיין אויף יעדע קטע און הערה אין אור הוואיה מבטן מי יצא, ומי יזכה להבחין וכו' ...
אין די ספרים וואס שלמה האט געדוקט בחייו ברנעגט ער כסדר אראפ פון כליא עורב, און ער כליא-עורב'ט דארט ארום בכלל מיט די גאנצע קנאק...
אויף איינע פון די רעקארדירונגען פון זיינע שיעורים זאגט ער ארויס מיט זיין מויל אזא שטיקל, אז דער ראב"ד איבער הגשמה אין הלכות תשובה איז מזויף דורך משכילים.
טאמער מ'קען מזייף זיין די גמרא ושלחן ערוך, הראב"ד וכו' וכדומה, קענען נאך שולט זיין ידי זרים בארזים שנפלה בהם השלהבת
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
מנהיג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 179
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 1025
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער פארקויפט/ליידיגט אויס דארט די אלע זאכן?
ווער סזאל קויפן ווייסעך אז ס'איז נישטא אבער פארקויפן יא....?

מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווער איז דאס י"נ און פארוואס איז זיין נאמען באהאלטן ? איך ווייס פון ווי רוב קבלה אין די ספר קומט ספרים.קרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:02 pmהערת כליא עורב איז קיינמאל געדרוקט געווארן
בכלל דארף מען וויסן מה שקבלתי מיודעי חן אז י"נ האט מזייף געווען גאנצע שטיקער אין זיין רבי'נס ספרים בעיקר אין די עניני כליא עורב ודו'ק..
מען דארף קענען גוט מבחין זיין אויף יעדע קטע און הערה אין אור הוואיה מבטן מי יצא, ומי יזכה להבחין וכו' ...
יעצט פארשטיי איך פארוואס די לעקטער איז נאכנישט אפגעשפארט ...על פי תורה האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 10:49 am מאיר יואל מלכא (ער איז פארשטעלט ווי א גוי, אזוי דערקענט אים קיינער נישט)
אבער קיין 'עסקנים' זענען שוין נישט דארט. דהיינו די לעקטער ווערט אפגעשפארט ביז א וואך, עסן הערט אויף צו קומען, די גארבידש ווערט נישט אויפגעפיקט,
אגב, איך פארשטיי אז ל"ט האבן געטראפן א נייע פלאץ ווי צו וואוינען אומזינסט. (רמז: זיך מגייר זיין איז נישט אין פלאן).
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 267
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 2975
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
לדבריו, איז דער גאנצער "בית המדרש לרבנים" אין בערלין, געווען מיט איין מטרה, אריינצואווארפן זיופים אין ספרים, און אזוי אפפירן דעם גאנצן חרדי'שן אידנטום און זיי אוועקפירן פון אידישקייט. לדבריו איז פארהאן קלארע הוכחות דערויף, וואס מען קען נישט אפפרעגן.
ער זאגט אויך, אז אין דעם אפעראציע איז געווען אריינגעמישט פיר גרויסע מלוכות, וועלכע האבן פינאנצירט די 'בית המדרש לרבנים', און אלעס מיט איין מטרה, אפצופירן אידישקייט. נאפאליון און די ענגלישע מלכות זענען געווען אריינגעמישט דערין, און דערויף האבן געארבעט פילע מיסיאנערן איבער די וועלט.
בשעתו האט ער מיר געוויזן שטיקלעך, וואס עס איז אוממעגליך אז דאס זאל קומען ממקור קדוש. איין שטיקל אין ספר התניא, צום סוף פון עפעס א פרק, וואס איז ממש קעגן אידישקייט און חסידות, געוויסע הלכות אין טוש"ע און אויך נאך זאכן.
צווישן אנדערע זאגט ער, אז די מורה נבוכים איז לאו-דוקא פונעם רמב"ם, און פון אנהויב איז דאס געווען מיוחס צו אנדערע צדיקים (איך געדענק נישט אזוי קלאר וואס ער האט מיר געזאגט דערוועגן) און בלי ספק אז דארט איז אריינגעמישט כפירה. אויך טענה'ט ער, אז עס איז נישט געווען אזא מענטשן ווי רבי אברהם אבן עזרא, און דער ספר "אבן עזרא" איז א משכילי'שע ספר, וואס די משכילים האבן פאבריצירט א דמות ווי רבי אברהם אבן עזרא, אלעס צו כשר'ן דעם חיבור, ועוד ועוד אזעלכע זאכן.

בשעתו פלעגן זיין אפאר מענטשן וואס פלעגן שרייבן דעם ספר צווישן זיי דער ריש סדרא, ר' עזרא אליאס הי"ו, און נאך
די מענטשן פלעגן שטיין עטליכע מאל מער ווי אכט שעה אין א צי!
כ'האב געהערט פון א איד וואס האט שוקל געווען זיך צו מצרף זיין צו לב טהור אין רימינוב קנדה, און ווען ער האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: א רבי וואס ער קען זיצן באקוועם ווען מענטשן שטייען אפי' פאר אפאר מינוט כ"ש פאר אזוי לאנג קען נישט זיין א רבי ..
אין איינע פון די צענדליגער בריוון פון דער 'ויען שאול' שרייבט ער אז דער חכם האט אים מודה געווען אז ער האט ג'טענט מזויף אויך אויף זאכן וואס מ'קען נישט לייקענן אז ס'איז אמת. (לצורך מצווה ראטעווען דעם דור).
מ'הארבעט יעצט אויף א קונטרס בריוון פון די יארן תשפ"א - תשפ"ה פון אסאך תשובות ואס ס'איז געשריבן געווארן בשעת מעשה מיט האלט'דיג פארשידענע פרשיות.

- ChatGPT
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 273
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
- Location: סאן אנטאניע
- x 603
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כבוד הישיש בא בגבורות ר' שמואל (פתחי' אביתר יקום) יחלנ''נשמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
איך זעה איר שרייבט מיט געוואלדיגע רעספעקט אויפן זקן שליט''א,אויב מעג איך פרעגן.
ווער איז עלטער, איר זענט אדער ידידו הזקן שיחי'?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'געפארן פרויען פון דא העלפן צאם פאקן די איבערגע זאכן דארט?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 252
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 637
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שוין מסודר?ז'וריקער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 1:54 pm איך האב געהאט די זכיה לעצטנס צו פארברענגען א לענגערע צייט מיט הילד החשוב פון די יוצא לב טמא וואס איז ארויסגעקומען ממש לעצטנס בזמן וואס זיינע עלטערן זענען נאך נעבעך נישט צום געפונען. בתוך הדברים האב איך אויפגעפאסט א נקודה וואס איך האלט אז מען ווייסט נישט דערפון און עס קען מציל נפשות זיין אויב וועט מען דאס אדרעסירן מיט שכל. אבער לצערי קען איך נישט אנקומען צו די עסקנים העוסקים בצרכי דבר הקדוש הזה מן הסתם צוליב זייער פארנימענקייט. דעריבער בעט איך אויב איינער פון די אמת'ע עסקנים קענען מיר קאנטאקטן איך זאל קענען איבערגעבן וואס מען דארף. א גרויסן ייש"כ ובשורות טובות.
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 252
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 637
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס זעט מען??
- אוטובאס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 75
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
- Location: גיב מיר א מינוט
- x 110
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך בין נישט באקאנט, וואס איז דאס כליא עורב???שווערמער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:46 pmגעלערנט און מקייםם געווען אויפ'ן ארט...קרני פרה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 3:02 pmהערת כליא עורב איז קיינמאל געדרוקט געווארן
בכלל דארף מען וויסן מה שקבלתי מיודעי חן אז י"נ האט מזייף געווען גאנצע שטיקער אין זיין רבי'נס ספרים בעיקר אין די עניני כליא עורב ודו'ק..
מען דארף קענען גוט מבחין זיין אויף יעדע קטע און הערה אין אור הוואיה מבטן מי יצא, ומי יזכה להבחין וכו' ...
אין די ספרים וואס שלמה האט געדוקט בחייו ברנעגט ער כסדר אראפ פון כליא עורב, און ער כליא-עורב'ט דארט ארום בכלל מיט די גאנצע קנאק...
אויף איינע פון די רעקארדירונגען פון זיינע שיעורים זאגט ער ארויס מיט זיין מויל אזא שטיקל, אז דער ראב"ד איבער הגשמה אין הלכות תשובה איז מזויף דורך משכילים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מען טאר דען נאך זאגן אזעלעכע כפירה?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
לדבריו, איז דער גאנצער "בית המדרש לרבנים" אין בערלין, געווען מיט איין מטרה, אריינצואווארפן זיופים אין ספרים, און אזוי אפפירן דעם גאנצן חרדי'שן אידנטום און זיי אוועקפירן פון אידישקייט. לדבריו איז פארהאן קלארע הוכחות דערויף, וואס מען קען נישט אפפרעגן.
ער זאגט אויך, אז אין דעם אפעראציע איז געווען אריינגעמישט פיר גרויסע מלוכות, וועלכע האבן פינאנצירט די 'בית המדרש לרבנים', און אלעס מיט איין מטרה, אפצופירן אידישקייט. נאפאליון און די ענגלישע מלכות זענען געווען אריינגעמישט דערין, און דערויף האבן געארבעט פילע מיסיאנערן איבער די וועלט.
בשעתו האט ער מיר געוויזן שטיקלעך, וואס עס איז אוממעגליך אז דאס זאל קומען ממקור קדוש. איין שטיקל אין ספר התניא, צום סוף פון עפעס א פרק, וואס איז ממש קעגן אידישקייט און חסידות, געוויסע הלכות אין טוש"ע און אויך נאך זאכן.
צווישן אנדערע זאגט ער, אז די מורה נבוכים איז לאו-דוקא פונעם רמב"ם, און פון אנהויב איז דאס געווען מיוחס צו אנדערע צדיקים (איך געדענק נישט אזוי קלאר וואס ער האט מיר געזאגט דערוועגן) און בלי ספק אז דארט איז אריינגעמישט כפירה. אויך טענה'ט ער, אז עס איז נישט געווען אזא מענטשן ווי רבי אברהם אבן עזרא, און דער ספר "אבן עזרא" איז א משכילי'שע ספר, וואס די משכילים האבן פאבריצירט א דמות ווי רבי אברהם אבן עזרא, אלעס צו כשר'ן דעם חיבור, ועוד ועוד אזעלכע זאכן.
כלל ישראל פארמאגט רבנים וגדולי תורה, דורי דורות וואס קענען די גאנצע שלחן ערוך, ניין זיי האבן נישט געכאפט עפעס שטומט נישט, ער האט געקריגן א הימלישע קוק און כאפט.
פארשטייסט?!
צו ספר התניא (אויב איר מיינט דער פון חב"ד, נישט די ראשון), די אדמו"רי וחסידי חב"ד האבן א מסורה פון די ערשטע טאג, אבער ער האט אנדעקט אמעריקא.
ביי כלל ישראל, איז דא א ראשון, וואס וועט געברענגט און תוספות 2 -3 פלעצער און ש"ס אויכעט, און איז געדרוקט און יעדער מקראות גדולות חומש, די רמב"ן ברענגט עם אראפ יעדער פאר פסוקים. אבער ער ווייסט נישט געשטויגן און געפלויגן!!!
ווי מעג מען נאך זאגן אזעלעכע רייד?!!!?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1958
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6002
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כ'מיין אז ס'קומט נישט אזאנע טיטלען פאר אים, אפי' סארקאסטיש.שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חחחחחChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:43 pmכבוד הישיש בא בגבורות ר' שמואל (פתחי' אביתר יקום) יחלנ''נשמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
איך זעה איר שרייבט מיט געוואלדיגע רעספעקט אויפן זקן שליט''א,אויב מעג איך פרעגן.
ווער איז עלטער, איר זענט אדער ידידו הזקן שיחי'?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
גא"מבודקע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 6:00 pmכ'מיין אז ס'קומט נישט אזאנע טיטלען פאר אים, אפי' סארקאסטיש.שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
איך ווייס פאר א פאקט פארשידענע יוצאי לב טהור, וואס שפירן פון דעם זייער געטראפען.
ווען מען נוצט די טיטלען.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
-
צופראסקעט
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 60
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
- Location: בבל
- x 232
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעצט קומט אריין די נייעס אז די קאורט האט באפרייט יואליש אלטער נאכן זיצן פאר 9 חדשים
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נאך א נקודה די גאנצע אור הויה איז געבויעט אף א בריוו וואס שלמה האט געוואלט אויף ווייזן איינעם (ר' פ. הי"ו) אז לויט די תורה אויב ער שפירט אז א געוויסע משפיע עלפט אים ברוחניות מוז ער אלעס אפלאזן און זיך מדבק זיין אין יענער משפיע אדער חבורה בעד כל הון דעלמא פאר א יעדן פרייז.
די בריוו האט כ"ב סעיפים.
די עיקר תורה איז פארוואס ביי אנדערע איז נישט גוט.
און שפעטער אור הויה חלק ב' א פירוש אויפן פסוק בראשית קאפיטל כ"ט פסוק א קבלה ווי יעדער איינער קען זיין "מלא אור" באקומען א הארה וכו'.
איך גלייב אז מ'וויל דווקא קען מען טרעפן געוויסע לימוד זכות
- - -
אגב, די מענטשן פון לב טהור פלעגן אייביג זאגן אז ווער עס ליינט דעם נוסח התבוננות באקומט אפן ארט א הרהור תשובה
האב איך ג'פרעגט האט איר גאך דעם אמתן פתרון פאר כלל ישראל, פאנגט אן צו ארום שפרייטן אין אלע בתי מדרשים דעם נוסח התבוננות, אדער על כל פנים געבט דאס ארויס פריוואט. אבער זיי האבן געלאכט פון דעם. פארוואס? אפשר דער רב אדער דער ר"מ ווייסן.

עס איז א בפירוש'ע פסוק "ובמושב זקנים יהללוהו" און דאס קומט תכף צו "כל אוכל תתעב נפשם, ויגיעו עד שערי מוות"... וי"א אויך "שופך בוז על נדיבים, ויתעם בתוהו, לא דרך".ChatGPT האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:43 pmכבוד הישיש בא בגבורות ר' שמואל (פתחי' אביתר יקום) יחלנ''נשמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
איך זעה איר שרייבט מיט געוואלדיגע רעספעקט אויפן זקן שליט''א,אויב מעג איך פרעגן.
ווער איז עלטער, איר זענט אדער ידידו הזקן שיחי'?
-
נחת רוח
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 11
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 22, 2025 10:57 pm
- Location: spring valley
- x 36
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אנטשולדיגט, איר פארשטייט אז מען דארף אכטונג געבן וואס מען שרייבט אפילו אונטער אלץ א בארימטע חוקר, שרייבן אזוינע ווערטער האט קלאר א דין פון כפירה, און אנטקעגן איינס פון די י"ג עיקרים, און עס איז נישט מותר אפילו ווען מען וויל עס נאר נאכזאגן ווי כאילו חוזק צו מאכן פון דער וואס האט עס געזאגט -שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
לדבריו, איז דער גאנצער "בית המדרש לרבנים" אין בערלין, געווען מיט איין מטרה, אריינצואווארפן זיופים אין ספרים, און אזוי אפפירן דעם גאנצן חרדי'שן אידנטום און זיי אוועקפירן פון אידישקייט. לדבריו איז פארהאן קלארע הוכחות דערויף, וואס מען קען נישט אפפרעגן.
ער זאגט אויך, אז אין דעם אפעראציע איז געווען אריינגעמישט פיר גרויסע מלוכות, וועלכע האבן פינאנצירט די 'בית המדרש לרבנים', און אלעס מיט איין מטרה, אפצופירן אידישקייט. נאפאליון און די ענגלישע מלכות זענען געווען אריינגעמישט דערין, און דערויף האבן געארבעט פילע מיסיאנערן איבער די וועלט.
בשעתו האט ער מיר געוויזן שטיקלעך, וואס עס איז אוממעגליך אז דאס זאל קומען ממקור קדוש. איין שטיקל אין ספר התניא, צום סוף פון עפעס א פרק, וואס איז ממש קעגן אידישקייט און חסידות, געוויסע הלכות אין טוש"ע און אויך נאך זאכן.
צווישן אנדערע זאגט ער, אז די מורה נבוכים איז לאו-דוקא פונעם רמב"ם, און פון אנהויב איז דאס געווען מיוחס צו אנדערע צדיקים (איך געדענק נישט אזוי קלאר וואס ער האט מיר געזאגט דערוועגן) און בלי ספק אז דארט איז אריינגעמישט כפירה. אויך טענה'ט ער, אז עס איז נישט געווען אזא מענטשן ווי רבי אברהם אבן עזרא, און דער ספר "אבן עזרא" איז א משכילי'שע ספר, וואס די משכילים האבן פאבריצירט א דמות ווי רבי אברהם אבן עזרא, אלעס צו כשר'ן דעם חיבור, ועוד ועוד אזעלכע זאכן.
אבטליון אומר, חכמים, הזהרו בדבריכם, שמא תחובו חובת גלות ותגלו למקום מים הרעים, וישתו התלמידים הבאים אחריכם וימותו, ונמצא שם שמים מתחלל.
אויב האט איר די ברירה ביטע מעקט אויס וואס איר האט געשריבן
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 135
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 285
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 5:31 pm כ'האב עס נישט בודק געווען היסטאריש. ידידי הזקן ריש כלה, ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל) שליט"א, האט מיר עס בשעתו ערקלערט.
לדבריו, איז דער גאנצער "בית המדרש לרבנים" אין בערלין, געווען מיט איין מטרה, אריינצואווארפן זיופים אין ספרים, און אזוי אפפירן דעם גאנצן חרדי'שן אידנטום און זיי אוועקפירן פון אידישקייט. לדבריו איז פארהאן קלארע הוכחות דערויף, וואס מען קען נישט אפפרעגן.
ער זאגט אויך, אז אין דעם אפעראציע איז געווען אריינגעמישט פיר גרויסע מלוכות, וועלכע האבן פינאנצירט די 'בית המדרש לרבנים', און אלעס מיט איין מטרה, אפצופירן אידישקייט. נאפאליון און די ענגלישע מלכות זענען געווען אריינגעמישט דערין, און דערויף האבן געארבעט פילע מיסיאנערן איבער די וועלט.
בשעתו האט ער מיר געוויזן שטיקלעך, וואס עס איז אוממעגליך אז דאס זאל קומען ממקור קדוש. איין שטיקל אין ספר התניא, צום סוף פון עפעס א פרק, וואס איז ממש קעגן אידישקייט און חסידות, געוויסע הלכות אין טוש"ע און אויך נאך זאכן.
צווישן אנדערע זאגט ער, אז די מורה נבוכים איז לאו-דוקא פונעם רמב"ם, און פון אנהויב איז דאס געווען מיוחס צו אנדערע צדיקים (איך געדענק נישט אזוי קלאר וואס ער האט מיר געזאגט דערוועגן) און בלי ספק אז דארט איז אריינגעמישט כפירה. אויך טענה'ט ער, אז עס איז נישט געווען אזא מענטשן ווי רבי אברהם אבן עזרא, און דער ספר "אבן עזרא" איז א משכילי'שע ספר, וואס די משכילים האבן פאבריצירט א דמות ווי רבי אברהם אבן עזרא, אלעס צו כשר'ן דעם חיבור, ועוד ועוד אזעלכע זאכן.
פארוואס האט רבינו יונה געדארפט גיין צום קבר הרמב״ם און מפייס זיין דעם רמב״ם פאר מחרים זיין דעם מורה נבוכים… ס׳איז דאך נישט דעם רמב״מ׳ס ספר.
טשולדיגט, ער האט נישט געוויסט וואס דער טיפוש מרים י.נ איז מגלה.
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1729
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לאמיר גיין תכלית
ווער קען ארויפברענגען דעם כליא עורב
@מענדי קעניג אפשר?
אויב איינער האט מורא אז ער וועט נתפס ווערן אין די כפירה זאל ער אויפהייבן די הענט

ששש... איך האב גארנישט געזאגט