כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 309
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3419
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך קען אייך איין זאך זאגן.
אני הגבר, איך בין געווען אין כנישתא חדא פאר וואכן לאנג, עטליכע מאל און יעדע מאל עטליכע וואכן. איך האב מיטגעהאלטן פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט. אזעלכע קינדער וואס ר' יואל העניך פארמאגט, וואלטן זיך אסאך אידן אין אמעריקע געוואונטשן. ס'איז קיין ספק אז זיי שטייגן איבער דאס מערהייט פון רעגולער נארמאלע קינדער, מיט זייער אויפפירונג און באנעמונג. בלי ספק אז זיי וואלטן באטראכט געווארן אין א קלאס אלס די מציונים פון קלאס.
די יונגלעך קען איך פונדערנאנט, נאך וואס איך האב פערזענליך פארברענגט מיט זיי, זייענדיג א חלק פון דער חינוך סיסטעם אין כנישתא חדא, און די מיידלעך האב איך מיטגעהאלטן מפי השמועה, בתוך שאר נערות כנישתא חדא. מען רעדט דא פון די בעסטע פון די בעסטע קינדער. ווייניג מענטשן פארמאגן אזא שטוב און אזעלכע קינדער ווי ר' יואל העניך און א מוסד וואלט געדארפט זען פאר א זכיה, אריינצונעמען די קינדער.
לאמיר עס ארויסזאגן קלאר: עס איז נישט פארהאן קיין שום לעגעטימע נארמאלע סיבה, פארוואס נישט אריינצונעמען קינדער פון ר' יואל העניך. זיי יי קומען פון א רבני'שע אפשטאם (משפחת ראזנער), זיי זענען יראי-שמים, מקבלים, איידל, קבלת-עול, נארמאל, אויסגעצייכנט בין אדם לחבירו און בין אדם למקום, לויט ווי מען זאגט איז די געלט חלק אויך נישט קיין פראבלעם.
אויב אזוי, פארוואס מוטשענען זיי זיך מיט מוסדות?
איין תירוץ איז פארהאן, וואס איך קען זען מיט מיינע אויגן: פריוואטע חשבונות און פאליטיק, אומאויסגעהאלטענערהייט!
נ.ב. די קינדער פון ר' ישראל מלכא קען איך נישט פערזענליך (זיי זענען נישט געווען אין כנישתא חדא), אבער ר' ישראל פערזענליך קען איך. ער איז א דוגמא פון א געזעצטער נארמאלער יונגערמאן, מיט א קאפ אויף די פלייצע, זיצט מיט א נארמאלע בכבוד'דיגע דזשאב, א שיינער בעל-פרנסה, און ער איז נישט אונטערשטעליג פון א געווענליכער אמעריקאנער באלעבאס, וואס דארף נישט צוקומען היינט צו יענעמ'ס הילף.
וואס וויל מען דא פון די מענטשן, רבוש"ע?

מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:52 pmדיר האב איך טאקע נישט גיהערט צו פיל דרשנען ממילא האב איך גיפרעגט וואס האסטו דארטן געזיכט. זאגסט האסט גיארבעט אויף די רביןס ספרים, איך הער...משה חיים צבי האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:34 pmא גוטן מיין טייערע ליבליכע הארציגע ברודער. שוין לאנג נישט גערעדט...מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 5:23 pm
א גוטן ברודער! שלום עליכם!
נאר איין שאלה וואס כהאב נאך קיינמאל פארשטאנען:
וואס האסטו געטוהן אין יעקב נחום'ס אופיס אינדרויסן פון בבל ביי די tienda la montana Aldea el Amatillo פאר איבער 2 חדשים???
וואסערע חידושים האסטו גילערנט וואסרע שימוש האסטו באקומען דארטן?
דו ווייסט טאקע נישט וואס מען האט געטון אין יענעם אפיס? דו האסט דאך געהאט דיין צימער הארט דערנעבן, און האסט מיטגעהאלטן די שווערע ארבעט אין די ספרים וואס מען האט דארט אויסגעשטעלט און מסדר געווען, האסט מיטגעהאלטן די אסיפות אין די טעג און אין די נעכט, האסט עס מיטגעהאלטן אינאיינעם מיט מיר.
נישט אזוי?
איך דארף נאך הערן פון דיר די גאנצע פרשה וואס יעקב נחום האט דעמאלטס געפירט קעגן אלעזר רומפלער...
מיר האט מער אויס גיזעהן ווי יעקב נחום האלט דיר דארטן כדי דיר צו לערנען ווי אזוי פירט מען א קהילה וואס דאס האט ער נישט גיוואלט אנדרע זאלן מיט האלטן ממילא האט ער זיך באזעצט אינעם דערויסענדיגע אפיס.
בקיצור די פרשה מיט רומפלער איז מיר זייער אינטערעסאנט
מיין הארץ פארפעלט א קלאפ צו זעהן ווי צוויי ליבליכע ברודער שמועסן זיך אויס די זכרונות,
@מענדי קעניג שוין גערעדט וועגן יענע קאשמארע נאכט אין אפיס דארט?
-
מנהיג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 185
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:19 pm
- Location: וואו נישט?
- x 1037
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איי וואלטער וואלטער.....
שיין שבת געמאכט די לעצטע שטיק צייט הא?
איט'ס אווער מיי בראדער....
נישט צום ווידערזעהן בעז''ה...
מ'ברויך מיר האבן איין מנהיג, דעם לעבעדיגן באשעפער!!!! (רביה''ק מ'סאטמאר אמור תשכ''ז)
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 881
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1943
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ביטע נישט דעבאטירן קיין שום מוסד דא.
מ'קען רעדן פון א נושא אן דערמאנען קיינעם ספעציפיש.
יישר כח אלע טייערע ווארימע חברים.
מ'קען רעדן פון א נושא אן דערמאנען קיינעם ספעציפיש.
יישר כח אלע טייערע ווארימע חברים.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הריני מוסר מודעה, איך וואוין נישט אין מאנסי, און האב נישט קיין אנונג וועלעכע מוסדות מען רעט וועגען, ומי ומי ההולכים.
איין זאך קען איך יא זאגן, מען זאגט נאך פון א סאך צדיקים:
"פון מלאכים ושרפים האבן זיי נישט קיין מורא, אבער פון ציבראכענע נשמות פון זיי האבן זיי זייער שטארק מורא"
יעדער וואס איז ארויס פון דעם קאשמאר וואס האט געהייסען ל"ט, אפילו נאך זיך אוועקשטעלען אויף די פיס ברוחניות ובגשמיות.
איז א שטיק שארב, ממש שברי שברים, ער שפירט ווי ס'פעלט עם יארן פון זיין לעבן.
דאס איז אלעס חוץ די שרעקליכע פיינפאלע אדארך גאנג, זיי זענען אריבער סיי ביפארן באשטעטיגן צי פארלאזן (קיינער פארלאזט נישט א פלאץ און קולטור ער איז אויף געוואקסען סתם, ווייל ער איז נייגעריג צי זען ווי אזוי ס'לעבט זיך אנדערש ווי).
סיי פון די החלטה צי פארלאזן בוז אנקומען אפילו עטוואס למנוחה, איז ממש יסורי וטלטולי גוף והנפש.
מיט משפחות ציפלוקט, איבערלאזן יעדער מ'האט געלעבט מיט אלעמאל, און אפירזוכן איינער וואס איז ארויס א פאר יאר פריער, און מ'האט דעמאלסט יענער מחרים געווען, ער זאל דיר אפשר פארשטיין.
בקיצור מען ברויך ציטירען אזוי ווי די פיש אין וואסער צוטירען בחודש אלול.
מיט א ווענדינג צו דער וואס קען העלפן ביי אריין נעמען די קינדער:
אנשטאט ווארטן אנגעווארעמט צו ווערען פון, א שרעקליך געשיכטע, ווי מ'מאכט אן אפיל און שוהל, צו סיי וואס.
אנשטאט זוכן יעצט א מצוה בבחינת עגלה עריפה מקיים צו זיין.
נעם אריין די קינדער, שטעל אפ דאס אידיש בלוט פארגיסענג, דא לאקאל אין מאנסי!!!!

סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א טעמישע שאלה, אויב איך מעג.
אויב א געוויסע מוסד וויל נישט אריינעמען די קינדער,
דעמאלץ פארוואס זאל מען גיין עקשנות'דיג מיט איהם?
ס'פעלט אנדערע גוטע מוסדות אין שטעטל וואס וועלן יא אריינעמען די לעכטיגע קינדער?
פארוואס זאל מען זיך משפיל זיין עד עפר פאר איינער וואס האלט נישט דער ביי?
אויב דער מוסד האט נישט די זכיה צו טוהן צום ריכטונג, לאמיר גיין צו דער וואס האט יא דער זכיה דערצו.

הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 851
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1390
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר קענסטו טאקע דערציין אביסל מער איבער וואס מען רעדט...
פאר די תמימות'דיגע אמעריקאנע אידן...
-
משה חיים צבי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:21 am
- Location: גוואטעמאלע סיטי
- x 635
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך וויל מיר דא באציען בנוגע דער פארשלאג וואס מען האט דא אויפגעברענגט צו מאכן א "לעבעדיגע אינטערוויו" מיט די עסקנים חוה"מ אזוי ווי עס איז געווען חוה"מ פסח אין בעהוץ, נאר אין דעם פאל זאל אני הקטן זיין א חלק פון דער פאנעל.
איך האב געהאט גערעדט איבער אזא געדאנק מיט ידידי העסקן ר' יואל יושע העשיל בלום, אבער בכלליות בין איך געווען מסופק צי עס איז ליבערשט צו מאכן א לעבעדיגע אינטערוויו, אדער א געשריבענע אינטערוויו.
א לעבעדיגע אינטערוויו האט א מעלה אז מען קען רעדן ברייטער, געשמאקער, זיך מער אויסשמועסן, און עס איז אויך מער פאן, עקשן בלע"ז, אבער פון די צווייטע זייט א געשריבענע אינטערוויו האט די מעלה אז מען קען מער פאקוסירן צו ענטפערן איבער יעדע סארט טעמע, וואס דאס איז וויירשיינליך בעסער פאר מיין מטרה.
אזוי אויך גלייב איך אז א אינטערוויו אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות... - ווערט געזען מער, און קען אנקומען ווייטער ווי א לעבעדיגע אויפטריט פון עטליכע שעה וואס נישט צופיל ביזנעסלייט און פארנומענע מענטשן וועלן האבן חשק צו אויסהערן.
אבער אדרבה, כ'בין גרייט צו הערן די מיינונגען פונעם ציבור חברים דא איבער וועלכע אופן איז בעסער.

ברוכים הבאים צו הר"ר חיים צבי שליט"א מלפנים ספרא דדיינא דק"ק לב טהור בעיר בבל אשר במדינת גואטעמאלא יצ"ו,
אחדשה"ט, האב איך געוואלט פרעגן א כלליות'דיגע שאלה.
אזויווי יעדער אין לב טהור ווייסט, האט דער רבי ז"ל מייסד געוועהן קהילת לב טהור מיט א מטרה צו אויפשטעלן א קהילה וואס וועט מקיים זיין גאנץ אידישקייט מיט אלע פרטים על דרך ישראל סבא מיט א ריינע אמונה וואס דאס רעכנט אריין התנגדות לציונות ולמדינתם הטמאה, דקדוק הלכה, צניעות, כשרות וכו' וכו' אלעס אן קיין פשרות און אן קיין חשבונות פון "היינטיגע צייטן" און צו די גאס האלט אז ס'איז נארמאל כידוע. אבער א חלק און מ'קען אפשר אפילו זאגן די עיקר חלק פון לב טהור איז געבויט אויף עבודה שבלב, דהיינו מצוות התלויות בלב, אהבה, יראה, דבקות אזויווי ס'ווערט אוסגעשמועסט אין אלע ספרים הקדושים.און דער רבי ז"ל האט געהאלטן אז בעיקבתא דמשיחא קען א מענטש נישט דינען דער אייבערשטער מיט זיינע אייגענע כוחות, נאר ער ברויך האבן א באזונדערע הארה מלמעלה, און דאס איז מען זוכה נאר דורך עבודת ההתבוננות. און לכבוד דעם האט ער מחבר געוועהן זיין ספר אור הוי' און פארפאסט פארשידענע נוסחאות פון התבוננות אז ס'זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, און אז דורך דעם זאל מען קענען צוקומען צו מקיים זיין אלע מצוות שבלב און צוקומען צו גרויסע הארות אין עבודת ה'. און לויט ווי מ'הערט איז די עבודת ההתבוננות למעשה געוועהן א שטארקע חלק פון לב טהור פאר'ן דאווענען און אינמיטן דאווענען וכו'.
איז מיין שאלה יעצט, קודם כל וויפיל פון די עולם האט באמת מיטגעהאלטן מיט אלע טיפע לימודים און באמת מתבונן געוועהן פאר שעות ארוכות (נישט סתם געקלאצט מיט פארמאכטע אויגן), און בעיקר, האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון און מ'קומט טאקע צו צו אהבה ויראה, מדרגות אדער הארות אין עבודת ה'?
נ.ב. איך אנטשולדיג זיך פאר אלע וואס עס באדערט זיי אז איך יומענייז לב טהור צו פיהל. איך האלט אז די מצוה פון באשמוצן לב טהור איז א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס מיין הילף.
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 656
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
חא חא דו ביסט גוט!משה חיים צבי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות...
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 225
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 664
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר דארף מען מיט אזעלכע מוסדות גיין מיט טעראר אויף פארקערט אויב מען נעמט נישט אהן געבט מען נישט קיין געלט ביים דינער שרייבען די נאמען און אויסגאבעס [ברמיזה] מאויבי תחכמינו [איך שרייב פון היץ מיטהאלטענדיג אזעלכע מעשיות פון דערנאנט]
-
קרוב משפחה
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:26 pm
- Location: Monsey
- x 1
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יעדער איינער פארשייט אליינס ווי די אינטערוויא גייט זייןזאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pmחא חא דו ביסט גוט!משה חיים צבי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות...
וואס באהאלט מען?
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2292
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7434
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך וואלט געזאגט אז קודם א אינטערוויו אין א מאגאזין, אזוי ווי דו זאגסט, איז געשריבן קלארער ארויס געברענגט די נקודות וואס מפרעגט, אבער פארשטייט זיך, נאכדעם זאל קומען א לייוו (לעבעדיגע) אינטערוויו ברבים, וואס דאס קען זיין גאר אינטערעסאנט פארן ציבור.
-
שעפעריש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 117
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
- Location: Monsey
- x 996
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווילסט טאקע מ'זאל קלאר ארויסשרייבן אז ס'גייט זיין אינעם באלייכטונגען?קרוב משפחה האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:51 pmיעדער איינער פארשייט אליינס ווי די אינטערוויא גייט זייןזאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pmחא חא דו ביסט גוט!משה חיים צבי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות...
וואס באהאלט מען?
- חיימ'קע
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 147
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 20, 2025 11:05 am
- Location: אין די קינדער שיך
- x 516
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר גאר א שמועס צווישן די 2 חשובע ברידער...בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:58 pmאיך וואלט געזאגט אז קודם א אינטערוויו אין א מאגאזין, אזוי ווי דו זאגסט, איז געשריבן קלארער ארויס געברענגט די נקודות וואס מפרעגט, אבער פארשטייט זיך, נאכדעם זאל קומען א לייוו (לעבעדיגע) אינטערוויו ברבים, וואס דאס קען זיין גאר אינטערעסאנט פארן ציבור.
איך גלייך זייער אידטיש!!!
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
סא האלט אן אידטיש סטאנדארטן...
-
הלבלר בקולמסו
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 851
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
- x 1390
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די חברה דארפן זיך אריינזעצן אין א פארמאכטן צימער, און זיך צולאזן אויף תולה ארץ אזש ס'זאל קומען רויעך פון די באלאטעס...
און נאכדעם זאל מען ארויסגעבן די ווידעאו.
און נאכדעם זאל מען ארויסגעבן די ווידעאו.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר קען מען מאכן אז די אינטערוויו פאר די מאגאזין זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמרא אזוי ווי א פאדקעסט (מיט אפאר געשמאקע יודן ש.פ. וכדו')משה חיים צבי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm איך וויל מיר דא באציען בנוגע דער פארשלאג וואס מען האט דא אויפגעברענגט צו מאכן א "לעבעדיגע אינטערוויו" מיט די עסקנים חוה"מ אזוי ווי עס איז געווען חוה"מ פסח אין בעהוץ, נאר אין דעם פאל זאל אני הקטן זיין א חלק פון דער פאנעל.
איך האב געהאט גערעדט איבער אזא געדאנק מיט ידידי העסקן ר' יואל יושע העשיל בלום, אבער בכלליות בין איך געווען מסופק צי עס איז ליבערשט צו מאכן א לעבעדיגע אינטערוויו, אדער א געשריבענע אינטערוויו.
א לעבעדיגע אינטערוויו האט א מעלה אז מען קען רעדן ברייטער, געשמאקער, זיך מער אויסשמועסן, און עס איז אויך מער פאן, עקשן בלע"ז, אבער פון די צווייטע זייט א געשריבענע אינטערוויו האט די מעלה אז מען קען מער פאקוסירן צו ענטפערן איבער יעדע סארט טעמע, וואס דאס איז וויירשיינליך בעסער פאר מיין מטרה.
אזוי אויך גלייב איך אז א אינטערוויו אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות... - ווערט געזען מער, און קען אנקומען ווייטער ווי א לעבעדיגע אויפטריט פון עטליכע שעה וואס נישט צופיל ביזנעסלייט און פארנומענע מענטשן וועלן האבן חשק צו אויסהערן.
אבער אדרבה, כ'בין גרייט צו הערן די מיינונגען פונעם ציבור חברים דא איבער וועלכע אופן איז בעסער.
און נאך די מאגאזין קומט ארויס (אפשר א וואך שפעטער) זאל ארויסקומען די ווידיאו
(די מעלה איז אז מגייט דיך נישט דארפן איבערפרעגן אלעס אפאר מאל
האקט
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2292
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7434
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@משה חיים צבי, דאס ווייס איך שוין נישט צו מפרעגט מיך, צו ס'איז שוין אפגעמאכט, וכו',
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 309
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3419
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
העפי גיי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:15 pm
אפשר קען מען מאכן אז די אינטערוויו פאר די מאגאזין זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמרא אזוי ווי א פאדקעסט (מיט אפאר געשמאקע יודן ש.פ. וכדו')
און נאך די מאגאזין קומט ארויס (אפשר א וואך שפעטער) זאל ארויסקומען די ווידיאו
(די מעלה איז אז מגייט דיך נישט דארפן איבערפרעגן אלעס אפאר מאל
נע, די מעלות וועט קיינמאל נישט לאזן, אז זייער אינטערוויא זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמערא. זיי זענען זייער פרום.
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
טרייבסט איבער...לעצטנס האבן זיי שוין קאלערד קאמיקס אין די בעק...שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:22 pmהעפי גיי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:15 pm
אפשר קען מען מאכן אז די אינטערוויו פאר די מאגאזין זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמרא אזוי ווי א פאדקעסט (מיט אפאר געשמאקע יודן ש.פ. וכדו')
און נאך די מאגאזין קומט ארויס (אפשר א וואך שפעטער) זאל ארויסקומען די ווידיאו
(די מעלה איז אז מגייט דיך נישט דארפן איבערפרעגן אלעס אפאר מאל
נע, די מעלות וועט קיינמאל נישט לאזן, אז זייער אינטערוויא זאל זיין אויפגעכאפט אויף קעמערא. זיי זענען זייער פרום.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2331
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7701
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כווייס נישט פארוואס, אבער פלצתישעפעריש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:00 pmווילסט טאקע מ'זאל קלאר ארויסשרייבן אז ס'גייט זיין אינעם באלייכטונגען?קרוב משפחה האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:51 pmיעדער איינער פארשייט אליינס ווי די אינטערוויא גייט זיין
וואס באהאלט מען?
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 656
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נע די מעלות וועט קיינמאל נישט לאזן, אז זייער אינטערוויו זאל גיין אין מאמענטבודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:21 pm @משה חיים צבי, דאס ווייס איך שוין נישט צו מפרעגט מיך, צו ס'איז שוין אפגעמאכט, וכו',
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
לייצעם אדירים
-
יקר ורבותא
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 12:09 pm
- x 9
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין דער בחינה פון נעוץ סופו בתחלתו: אז מ'האט אט אויפגעלעזט דער קולט - נאך אזויפיל יאהר אין עקזיסטענץ, איז אינטערעסאנט צו ברענגען אן אינטערעסאנטער אויסשניט וואס איז ערשינען אין אן העברעאישער צייטונג בשעתו (תש"ן), מיט גאר אינטערעסאנטע דעטאלן און היסטארישע בילדער.
- פיילס
-
- חדשות, 18 ספטמבר 1990.jpg (255.47 KiB) געזען געווארן 873 מאל
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1729
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
צו ר' @שמעיה
ווי געשריבן אויבן, האבן פארשידענע קלענערע מוסדות שוין גענומען קינדער און וויפיל קען מען זיך דען ארויפווארפן אויף קליינע מוסדות
דא רעדט פון די גרויסע מוסדות
כ'האף אז דו מיינסט נישט צו פרעגן פארוואס ר' יואל העניך שיקט נישט קיין וויזשניץ אדער פאפא

ששש... איך האב גארנישט געזאגט