ערעב איד, דיין שאלה איז קלאר און סימפל, און באשטייט פון דריי טייל: 1. וויפיל האט דער עולם באמת מיטגעהאלטן די לימודים 2. האט מען זיך באמת מתבונן געווען פאר שעות ארוכות און נישט סתם געקלאצט 3. האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2025 11:52 amנישט אמת. די מצוה פון זיין אן אויבער חכם איז א מצוה שבגופו שאי אפשר להיעשות ע"י אחרים, אנדערש ווי די מצוה פון באשמוצן און אויפלעזן לב טהור וואס איינמאל ס'איז באשמוצט און אויפגעלעזט פעלט שוין נישט אויס מוסיף צו זיין.שווערמער האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 7:04 pmדי מצווה פון זיין אן אויבער-חכם איז אויך א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס דיין הילף.ים התלמוד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pm
ברוכים הבאים צו הר"ר חיים צבי שליט"א מלפנים ספרא דדיינא דק"ק לב טהור בעיר בבל אשר במדינת גואטעמאלא יצ"ו,
אחדשה"ט, האב איך געוואלט פרעגן א כלליות'דיגע שאלה.
אזויווי יעדער אין לב טהור ווייסט, האט דער רבי ז"ל מייסד געוועהן קהילת לב טהור מיט א מטרה צו אויפשטעלן א קהילה וואס וועט מקיים זיין גאנץ אידישקייט מיט אלע פרטים על דרך ישראל סבא מיט א ריינע אמונה וואס דאס רעכנט אריין התנגדות לציונות ולמדינתם הטמאה, דקדוק הלכה, צניעות, כשרות וכו' וכו' אלעס אן קיין פשרות און אן קיין חשבונות פון "היינטיגע צייטן" און צו די גאס האלט אז ס'איז נארמאל כידוע. אבער א חלק און מ'קען אפשר אפילו זאגן די עיקר חלק פון לב טהור איז געבויט אויף עבודה שבלב, דהיינו מצוות התלויות בלב, אהבה, יראה, דבקות אזויווי ס'ווערט אוסגעשמועסט אין אלע ספרים הקדושים.און דער רבי ז"ל האט געהאלטן אז בעיקבתא דמשיחא קען א מענטש נישט דינען דער אייבערשטער מיט זיינע אייגענע כוחות, נאר ער ברויך האבן א באזונדערע הארה מלמעלה, און דאס איז מען זוכה נאר דורך עבודת ההתבוננות. און לכבוד דעם האט ער מחבר געוועהן זיין ספר אור הוי' און פארפאסט פארשידענע נוסחאות פון התבוננות אז ס'זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, און אז דורך דעם זאל מען קענען צוקומען צו מקיים זיין אלע מצוות שבלב און צוקומען צו גרויסע הארות אין עבודת ה'. און לויט ווי מ'הערט איז די עבודת ההתבוננות למעשה געוועהן א שטארקע חלק פון לב טהור פאר'ן דאווענען און אינמיטן דאווענען וכו'.
איז מיין שאלה יעצט, קודם כל וויפיל פון די עולם האט באמת מיטגעהאלטן מיט אלע טיפע לימודים און באמת מתבונן געוועהן פאר שעות ארוכות (נישט סתם געקלאצט מיט פארמאכטע אויגן), און בעיקר, האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון און מ'קומט טאקע צו צו אהבה ויראה, מדרגות אדער הארות אין עבודת ה'?
נ.ב. איך אנטשולדיג זיך פאר אלע וואס עס באדערט זיי אז איך יומענייז לב טהור צו פיהל. איך האלט אז די מצוה פון באשמוצן לב טהור איז א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס מיין הילף.
האסט נישט געקענט טרעפן א בעסערע וועג "נישט צו באשמוצן לב טהור" אויסער ווידמען א גאנצע פאראגראף איבער זייערע מעלות און צוויי מאל באטיטלען דעם שבנא אלס "רבי זצ"ל"?
און לגבי די עצם ענין, איך האב געשריבן די שאלה פון א לב טהור שטאנדפונקט, נאר אזוי קען מען פארשטיין אן אנדערן, חוץ וואס עס איז טאקע דא פארשידענע מעלות אין לב טהור, בעיקר אין זייערע כוונות, און ס'דא אסאך צו לערנען פון וויאזוי ס'האט זיך פארקראכן.
וואס גענוי געבט דא צו דאס אויסשמועסן די ציונות, כשרות, צניעות, נישט קיין פשרות, און אלע אנדערע מעלות וואס ל"ט האט טאקע?
"איך האב געשריבן די שאלה פון א לב טהור שטאנדפונקט" - דאס טאקע מיין איך. עס פעלט באמת נישט אויס. וואלסט אויך געשריבן א שאלה פון כת ש"ץ שטאנדפונקט?