אויב איך האב גוט פארשטאנען וואס דו מיינסט איז עס שקר וכזב
כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
https://toirem.org/23423
-
ממעמקים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
- Location: ברוקלין
- x 641
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ציבעלע קוגל איז א מאכל מסורה ביי די רוסישע משפחות, וואו קומט עס צו אן איזראעלי אפשטאמיגע?ברוך השם האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 9:58 pmלויט ווי איך האב פארשטאנען פון איינער פון די יוצאיםכרע בל באישון ליל האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 8:39 pmהאט מען געוואוסט אין ל"ט וועגן די בארימטע פשעווארסק'ע לאקשן קוגל ?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 8:23 pm אין לב-טהור ליינט מען מעלות?
וואס איז מיט באלייכטונגען?
(א שאלה פאר די אינטערוויא.)
און וואס איז לגבי עפעל קוגל \ מעהל קוגל \ לאקשען קוגל \ קארטאפעל קוגל
?
אז צוויבל קיגעל פלעגען זיי עסן
צוויבל קוגל איז דאך א שמד סטייל אין אמעריקע,
איך בין אביסל צומישט
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2320
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7580
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס'איז געווען א אנדערע מאגאזין וואס האט געשריבן איבער דעם פאר זיי?? ניין.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 10:07 pmבודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:21 pm @משה חיים צבי, דאס ווייס איך שוין נישט צו מפרעגט מיך, צו ס'איז שוין אפגעמאכט, וכו',
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
די ערשטע צו רעדן איבער ל"ט... מיינסט די עטליכע גאר פאזיטיווע באשרייבונגען במשך די יארן? אדער די כלומר'שטע שוידער איבער די אגרעסיווער פאליצייאישע איבערפאל וואו מען האט פארכאפט פרויען און קינדער? אדער מיינסטו טאקע די ארטיקל א חודש(!) נאכ'ן רעיד, ווען זיי האבן צום ערשטן מאל אנערקענט אז די רעדע איז נישט פון עפעס א פארפרומטע קהילה'לע נאר א פולשטענדיגע קולט וואס האט אביוזט אירע מיטגלידער?
איך פארגין מאמענט די אינטערוויו מיט'ן גאנצן הארץ, אבער דאס איבערשרייבן היסטאריע פון ווייניגער ווי א שיעור שכחה צוריק איז מיינד באגלינג.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2320
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7580
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איז אזוי, @משה חיים צבי האט געפרעגט וואס דער ציבור האלט, צו ס'זאל זיין א לייוו אינטערוויו, אדער אין א מאגאזין, האב איך געשריבן מיין פאוינט וואס איך האלט פארוואס ענדערש אין א מאגאזין, און נאכדעם געשריבן אז פונקט ווי מאמענט האט אנהייב געשריבן די לשה"ר לשם מצוה, איז נישט מער ווי פאסיג אז זיי זאלן אויך האבן אזא אינטערוויו.זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 8:01 pmס'איז כאילו דא עפעס שאלות אויף למעשה צווישן די מעלות און מאמענט? דו שמועסט עס יעצט אויס?...
ס'קומט אין מאמענט ווייל זיי טוען עס. פראטיג. כ'מיין פארטיג...
פארוואס איז די טראמפ טאוער טראמפס? פאר די זעלבע ריזען... ווייל ער אט עס געמאכט. שוין.
וואס הייסט מאמענט מאכט עס? וואס מאכן זיי? די טראמפ טאוער האט טראמפ געבויט, ל"ט, חיים צבי'ס ווילן צו געבן א אינטערוויו, האט נישט מאמענט געמאכט, מאמענט דארף נישט צוקומען אז דו זאלסט פרעגן קשיות צו קענען מאכן א אינטערוויו. @משה חיים צבי איז אהער געקומען ווייל "ער" וויל זיך אינטערוויוען, און ער פרעגט דעת הקהל וויאזוי די אינטערוויו זאל צוגיין, און אויף דעם האב איך געענטפערט.
אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן.
-
משה חיים צבי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:21 am
- Location: גוואטעמאלע סיטי
- x 634
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די זאגסט זייער א ריכטיגע נקודה.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 10:16 pmמשה חיים צבי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm איך וויל מיר דא באציען בנוגע דער פארשלאג וואס מען האט דא אויפגעברענגט צו מאכן א "לעבעדיגע אינטערוויו" מיט די עסקנים חוה"מ אזוי ווי עס איז געווען חוה"מ פסח אין בעהוץ, נאר אין דעם פאל זאל אני הקטן זיין א חלק פון דער פאנעל.
איך האב געהאט גערעדט איבער אזא געדאנק מיט ידידי העסקן ר' יואל יושע העשיל בלום, אבער בכלליות בין איך געווען מסופק צי עס איז ליבערשט צו מאכן א לעבעדיגע אינטערוויו, אדער א געשריבענע אינטערוויו.
א לעבעדיגע אינטערוויו האט א מעלה אז מען קען רעדן ברייטער, געשמאקער, זיך מער אויסשמועסן, און עס איז אויך מער פאן, עקשן בלע"ז, אבער פון די צווייטע זייט א געשריבענע אינטערוויו האט די מעלה אז מען קען מער פאקוסירן צו ענטפערן איבער יעדע סארט טעמע, וואס דאס איז וויירשיינליך בעסער פאר מיין מטרה.
אזוי אויך גלייב איך אז א אינטערוויו אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות... - ווערט געזען מער, און קען אנקומען ווייטער ווי א לעבעדיגע אויפטריט פון עטליכע שעה וואס נישט צופיל ביזנעסלייט און פארנומענע מענטשן וועלן האבן חשק צו אויסהערן.
אבער אדרבה, כ'בין גרייט צו הערן די מיינונגען פונעם ציבור חברים דא איבער וועלכע אופן איז בעסער.
קודם כל, שלום עליכם פאר'ן ידיד כל בית ישראל ר' משה חיים צבי. איך בין אמת'דיג מקנא אייער גבורת הנפש, און כ'בין פשוט מקנא אייערע זכותים. מה דאך המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, כ"ש איר וואס איר האט כפשוטו ממש געראטעוועט צענדליגער נפשות אין אזא קורצע תקופה.
בנוגע די אינטערוויו, מצד די צוהערער איז זיכער אז א לייוו אינטערוויו איז סאך געשמאקער און, ווי איר זאגט, אסאך מער פאן און עקשאן. פון די אנדערע זייט, מצד די אינטערוויוטע (איר און די אנדערע יוצאים) גלייב איך אז א לייוו אינטערוויו אין אזא הייקעלע סיטואציע טראגט א היבשע ריזיקע. מען קען נישט אזוי גרונטליך דורכטראכטן יעדע ווארט וואס מ'זאגט ארויס פון מויל, און מ'קען נישט קאנטראלירן נאכדעם וואס עס פארט ווייטער, און אלס רעזולטאט טראגט עס די מעגליכקייט אז איינער זאל ארויסזאגן א ווארט וואס קען באמת וויי טון דעם אנדערן, און דערצו פאר הונדערטער/טויזנטער מענטשן. איך וואלט געזאגט אז אויב מען באשליסט צו מאכן אזא אינטערוויו זאל עס ענדערש זיין רעקארדירט, אזוי אז אלע באטייליגטע זאלן עס קענען איבערגיין און זיכער מאכן אז יעדעס ווארט וואס קען ווערן שלעכט אויסגעטייטשט אדער קענען וויי טון איינעם זאל ווערן ארויסגענומען.
א גרויסן שכוח פארן דאס ארויף ברענגען.
וועלן די עסקנים אדורך טראכטן די טובת הענין.
זיי געבענטשט.
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2894
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8954
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
► Show Spoiler
איך מאך נישט חוזק, נאר איך ברענג ארויס נאך בעסער די נקודה, ווייל ווען מען איז אויף סטעידזש, דער וואס איז קאנפידענט קען גרינג זאגן זאכן צוליב זיין באקוועמהייט און לויזקייט אויפן סטעידזש, און עס איז זייער שווער צו טראכטן דעמאלס אז יעצט ברויכסטו זיין דאס פארקערטע פון זיך אליינס און זיך האלטן בלויז צו דאס אפגעשמועסטע, און דער וואס איז אומבאקוועם אויפן פאדיום קענען זיך ארויסגליטשן ווערטער פון פארלוירנקייט, זאכן וואס ער האט נישט געטראכט און נישט געוואלט זאגן.
-
שוין געגאנגען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 313
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
- Location: Ny
- x 608
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די ענגלישע עמיבודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 10:36 pmס'איז געווען א אנדערע מאגאזין וואס האט געשריבן איבער דעם פאר זיי?? ניין.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 10:07 pmבודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:21 pm @משה חיים צבי, דאס ווייס איך שוין נישט צו מפרעגט מיך, צו ס'איז שוין אפגעמאכט, וכו',
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
די ערשטע צו רעדן איבער ל"ט... מיינסט די עטליכע גאר פאזיטיווע באשרייבונגען במשך די יארן? אדער די כלומר'שטע שוידער איבער די אגרעסיווער פאליצייאישע איבערפאל וואו מען האט פארכאפט פרויען און קינדער? אדער מיינסטו טאקע די ארטיקל א חודש(!) נאכ'ן רעיד, ווען זיי האבן צום ערשטן מאל אנערקענט אז די רעדע איז נישט פון עפעס א פארפרומטע קהילה'לע נאר א פולשטענדיגע קולט וואס האט אביוזט אירע מיטגלידער?
איך פארגין מאמענט די אינטערוויו מיט'ן גאנצן הארץ, אבער דאס איבערשרייבן היסטאריע פון ווייניגער ווי א שיעור שכחה צוריק איז מיינד באגלינג.
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2337
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7726
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
האלא, דו מישסט דא צוויי תקופות. איינס איידערן "עקזעקוטיוו דירעקטאר", און איינס נאכן אויפנעמען דעם "עקזעקוטיוו דירעקטאר". ס'איז אנדערע צייטן אינגאנצן.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 10:07 pmבודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 6:21 pm @משה חיים צבי, דאס ווייס איך שוין נישט צו מפרעגט מיך, צו ס'איז שוין אפגעמאכט, וכו',
אבער נאכאלץ וויל איך געבן מיין מיינונג, כ'מיין אז די בעסטע וואלט געווען אויב ס'גייט אין "מאמענט", פשוט ווייל יעדער האט דאך מיטגעהאלטן אנהייב אז זיי זענען געווען די ערשטע צו רעדן איבער די נושא פון ל"ט בכלל, און זיי האבן דאך געהאט גענומען א חלק אין די לשה"ר לשם מצוה מתחילה, סאוי כ'מיין אז ס'איז נישט מער ווי פאסיג אז אזא אינטערוויו זאל דארט אריין גיין.
די ערשטע צו רעדן איבער ל"ט... מיינסט די עטליכע גאר פאזיטיווע באשרייבונגען במשך די יארן? אדער די כלומר'שטע שוידער איבער די אגרעסיווער פאליצייאישע איבערפאל וואו מען האט פארכאפט פרויען און קינדער? אדער מיינסטו טאקע די ארטיקל א חודש(!) נאכ'ן רעיד, ווען זיי האבן צום ערשטן מאל אנערקענט אז די רעדע איז נישט פון עפעס א פארפרומטע קהילה'לע נאר א פולשטענדיגע קולט וואס האט אביוזט אירע מיטגלידער?
איך פארגין מאמענט די אינטערוויו מיט'ן גאנצן הארץ, אבער דאס איבערשרייבן היסטאריע פון ווייניגער ווי א שיעור שכחה צוריק איז מיינד באגלינג.
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4133
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 27163
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מאמענט איז געווען שולדיג מחילה פאר די אלע גערודפטע לב טהור, און תשובות המשקל. די ווייסט דאס אויך.
מאמענט האט געהאט א שיינע פאר פאזיטיווע ארטיקלען (אריינגערעכנט פון ר' יואל העניך ....) וואס האט אריינגעברענגט גרויס געלט פארן קולט
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: פאר חובבי היסטאריע..
פרישער: אינטרעסאנטע פאקטן איבער פרוכט און גרינצייג וואס איר האט מעגליך נישט געוויסט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
Wowowowowowowow
מדארף די פאוסט פינען. אזוי גוט און שטארק צו זאגן צום פינטל!
קיינער דרייט קיינעם נישט קיין קאפ. כלל ישראל פירט קיינמאל מיט קיינעם קיין פערזענליכע מערכות: עס איז די ’נושא’ וואס ברענט און פארלאנגט דראסטישע שריט. חס ושלום טראגן חשבונות אויף פערזענליכע יחידים וועלכע זאגן זיך אפ און ווילן מישן א בלאט, עס האט קיין אויסנאם נישט (זאל עס ווען אפילו זיין שלמה העלבראנץ אליינס ווען ער לעבט ווען נאך).
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
תורת אמך נעמט קוים אן אייגענע מענטשן וואס זיי וואלטן יא געדארפט אננעמען...גארנישט האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 9:00 pmנאך וואס בית חינוך הישן וואלט ווען געמעגט האבן א געפיל פאר די זאך,גארנישט האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 8:46 pm איך האב נישט קיין צייט צו ווארטן ביז @על פי תורה באקראצט זיך,
און איך וועל זאגן וואס ליגט מיר אויפן הארץ, צוויי גאר גאר הייליגע מוסדות אין מאנסי, איינס הייליגער פונעם צווייטען, וועלכע וואלטן ווען געווען א ישועה פאר הרה''ג ר' יואל העניך שליט''א, און ס'שטא צו וועם צו רעדן...
נישטאמאל געבן זיי אפ א דין וחשבון, זיי קומען זיך שוין סיי ווי אויס מיטען אייבערשטען,
איינס איז תורת אמך,
און נאך הייליגער איז בית חינוך הישן
געגאנגען!!! באשרייט'ס מיך!!!
ווי זאגט מען? גיבט'ס א לייק אלס מחאה!!!
אפוערא!!!!
כאטש אזוי ווי מיך און דיך
איך קען משפחות וואס זיי פאסן זיך זייער גוט אריין דארט, אן קיין שום תירוץ אדער אפי' א האלבע תירוץ פארוואס נישט, איין תירוץ, נישטא קיין פלאץ!
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3019
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6707
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@אהרן זאב
לאמיר נישט פארגעסען אז די מציאות פון רע איז קאי וקיים, דער רבש"ע האט עס באשאפען.
סור מרע איז תורה אין דאס איז עס.
דן צו זיין נבראים אויפן עבר האט אינסטראקשענס פון די זעלבע באשעפער, אבער ס'גלייבט זיך שווער אז איינער פון אונז דא האט די לייסענס דערצו.
לאמיר נישט מישען קיין נישט געקאכטע קאשע. טוב און רע זענען אלקית. ס'גייט נישט אין ערגעץ.
סארי פארן האקען שלא מן הענין

- טיפזיניגער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 49
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 11:37 pm
- Location: Brooklyn NY
- x 52
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
פאר די וואס געדענקען, האט די עמי דירעקטאָר זיך כסדר אנגענומען פאר לב טהור.שוין געגאנגען האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:07 pmדי ענגלישע עמיבודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 10:36 pmס'איז געווען א אנדערע מאגאזין וואס האט געשריבן איבער דעם פאר זיי?? ניין.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 10:07 pm
די ערשטע צו רעדן איבער ל"ט... מיינסט די עטליכע גאר פאזיטיווע באשרייבונגען במשך די יארן? אדער די כלומר'שטע שוידער איבער די אגרעסיווער פאליצייאישע איבערפאל וואו מען האט פארכאפט פרויען און קינדער? אדער מיינסטו טאקע די ארטיקל א חודש(!) נאכ'ן רעיד, ווען זיי האבן צום ערשטן מאל אנערקענט אז די רעדע איז נישט פון עפעס א פארפרומטע קהילה'לע נאר א פולשטענדיגע קולט וואס האט אביוזט אירע מיטגלידער?
איך פארגין מאמענט די אינטערוויו מיט'ן גאנצן הארץ, אבער דאס איבערשרייבן היסטאריע פון ווייניגער ווי א שיעור שכחה צוריק איז מיינד באגלינג.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2320
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7580
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:49 pmמאמענט איז געווען שולדיג מחילה פאר די אלע גערודפטע לב טהור, און תשובות המשקל. די ווייסט דאס אויך.
מאמענט האט געהאט א שיינע פאר פאזיטיווע ארטיקלען (אריינגערעכנט פון ר' יואל העניך ....) וואס האט אריינגעברענגט גרויס געלט פארן קולט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@Think and Thank די מאמענט היינט איז נישט די זעלבע
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2862
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2862
-
חאצקיל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 142
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
- Location: Brooklyn
- x 292
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ס׳איז א פראגע פון צייט ביז עס וועט מקוים ווערן אויף דעם ל״ט אשכול דער פסוק ותשליך במצולות ים כל האשכול.
אלע בילדער פון מענטשן, וואס מ׳זעט ל״ט מיטגלידער, הנהלה און עסקנים מוז מען דאך אראפנעמען.
מיין אדווייס: קאפירט אלעס בעוד מועד.
אלע בילדער פון מענטשן, וואס מ׳זעט ל״ט מיטגלידער, הנהלה און עסקנים מוז מען דאך אראפנעמען.
מיין אדווייס: קאפירט אלעס בעוד מועד.
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2862
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך כאפ נישט וואס דו מיינסטבן עמרם האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 4:16 pmמענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:52 pmדיר האב איך טאקע נישט גיהערט צו פיל דרשנען ממילא האב איך גיפרעגט וואס האסטו דארטן געזיכט. זאגסט האסט גיארבעט אויף די רביןס ספרים, איך הער...משה חיים צבי האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:34 pm
א גוטן מיין טייערע ליבליכע הארציגע ברודער. שוין לאנג נישט גערעדט...
דו ווייסט טאקע נישט וואס מען האט געטון אין יענעם אפיס? דו האסט דאך געהאט דיין צימער הארט דערנעבן, און האסט מיטגעהאלטן די שווערע ארבעט אין די ספרים וואס מען האט דארט אויסגעשטעלט און מסדר געווען, האסט מיטגעהאלטן די אסיפות אין די טעג און אין די נעכט, האסט עס מיטגעהאלטן אינאיינעם מיט מיר.
נישט אזוי?
איך דארף נאך הערן פון דיר די גאנצע פרשה וואס יעקב נחום האט דעמאלטס געפירט קעגן אלעזר רומפלער...
מיר האט מער אויס גיזעהן ווי יעקב נחום האלט דיר דארטן כדי דיר צו לערנען ווי אזוי פירט מען א קהילה וואס דאס האט ער נישט גיוואלט אנדרע זאלן מיט האלטן ממילא האט ער זיך באזעצט אינעם דערויסענדיגע אפיס.
בקיצור די פרשה מיט רומפלער איז מיר זייער אינטערעסאנט
מיין הארץ פארפעלט א קלאפ צו זעהן ווי צוויי ליבליכע ברודער שמועסן זיך אויס די זכרונות,
@מענדי קעניג שוין גערעדט וועגן יענע קאשמארע נאכט אין אפיס דארט?
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2862
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווען כבין אוועק גיגאנגען פון לב טהור האט די ריש מתיבתא זיך אפגירעדט צו איינעם אז ער האט פארלוירן איינע פון זיינע ערנסטע מענטשןים התלמוד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:41 pmברוכים הבאים צו הר"ר חיים צבי שליט"א מלפנים ספרא דדיינא דק"ק לב טהור בעיר בבל אשר במדינת גואטעמאלא,
אחדשה"ט, האב איך געוואלט פרעגן א כלליות'דיגע שאלה.
אזויווי יעדער אין לב טהור ווייסט, האט די רבי ז"ל מייסד געוועהן קהילת לב טהור מיט א מטרה צו אויפשטעלן א קהילה וואס וועט מקיים זיין גאנץ אידישקייט מיט אלע פרטים על דרך ישראל סבא מיט א ריינע אמונה וואס דאס רעכנט אריין התנגדות לציונות ולמדינתם הטמאה, דקדוק הלכה, צניעות, כשרות וכו' וכו' אלעס אן קיין פשרות און אן קיין חשבונות פון "היינטיגע צייטן" און צו די גאס האלט אז ס'איז נארמאל כידוע. אבער א חלק און מ'קען אפשר אפילו זאגן די עיקר חלק פון לב טהור איז געבויט אויף עבודה שבלב, דהיינו מצוות התלויות בלב, אהבה, יראה, דבקות אזויווי ס'ווערט אוסגעשמועסט אין אלע ספרים הקדושים.און די רבי ז"ל האט געהאלטן אז בעיקבתא דמשיחא קען א מענטש נישט דינען דער אייבערשטער מיט זיינע אייגענע כוחות, נאר ער ברויך האבן א באזונדערע הארה מלמעלה, און דאס איז מען זוכה נאר דורך עבודת ההתבוננות. און לכבוד דעם האט ער מחבר געוועהן זיין ספר אור הוי' און פארפאסט פארשידענע נוסחאות פון התבוננות אז ס'זאל זיין א דבר השווה לכל נפש, און אז דורך דעם זאל מען קענען צוקומען צו מקיים זיין אלע מצוות שבלב און צוקומען צו גרויסע הארות אין עבודת ה'. און לויט ווי מ'הערט איז די עבודת ההתבוננות למעשה געוועהן א שטארקע חלק פון לב טהור פאר'ן דאווענען און אינמיטן דאווענען וכו'.
איז מיין שאלה יעצט, קודם כל וויפיל פון די עולם האט באמת מיטגעהאלטן מיט אלע טיפע לימודים און באמת מתבונן געוועהן פאר שעות ארוכות (נישט סתם געקלאצט מיט פארמאכטע אויגן), און בעיקר, האט דער עולם געשפירט אז מ'איז באמת נתעלה דערפון און מ'קומט טאקע צו צו אהבה ויראה, מדרגות אדער הארות אין עבודת ה'?
נ.ב. איך אנטשולדיג זיך פאר אלע וואס עס באדערט זיי אז איך יומענייז לב טהור צו פיהל. איך האלט אז די מצוה פון באשמוצן לב טהור איז א מצוה שאפשר להיעשות ע"י אחרים וואס אסאך זענען מקיים בשלימות ובהידור רב און ס'פעלט נישט אויס מיין הילף.
ער האט זיך ממש נישט גערישט אויף דעם ער האט גימיינט אז כוועל זיך לאזן פון די סיסטעם פאר אייביג.
וואס כקען די זאגן באמת, אן קיין שום כעס און שנאה: אויב סדא אזא זאך פון יראה ואהבה מדריגות און הארה וכו איז עס זיכער נישט אין לב טהורס לימודים, הגם סאיז מיר אינטערעסאנט ווייל שלמה האט דאך גימאכט גאר א שיינע תמצית פון קבלה חסידות און מוסר סא אויב נישט ביי דעיע סארט לימודים איז ווי יא?
בקיצור סדא ווייניג מענטשן וואס האבן געטוהן אין דעיע לימודים מיט אזא תמימות און ערנסטקייט ווי איך, און דערווייל האבן זיי נישט אנגעקומען צו גארנישט.
ענדערש ארבעט אויף דיין מידות בין אדם לחברו מכבד זיין מעריך זיין א צווייטן, מוותר על מידותיו, זיך לערנען ווי אזוי אויסהערן און געבן א גוטע געפיהל פאר יענעם, גייסטו זיך קאנעקטן צו דיין מידות און פנמיות, און אזוי צו דיין נשמה און דוירך דעם אפשר צו די אייבערשטער וואס רוהט און דיר.
מיין מיינונג, פון זיכן גרויסע זאכן קומט מען נישט אן קיין ערגעץ.
די איינציגסטע זאך וואס איך האב יא גילערנט אויסער שלמהס ספרים איז גיווען תנ"ך. און די מוסר און חיזוק וואס די נביאים געבן אונז איז נאר אויף בין אדם לחברו.
לגבי די לימודי קבלה וואס מהאט גילערנט אין לב-טהור האלט איך אז דאס איז גיווען די טיר פאר אלע שלעכטע זאכן.
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2320
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7580
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
דאונט ווארי, יעדער קוקט אויס די זעלבע אין די קליידער...מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:41 amווען קומסטו ארויף מיט פיקטשערס ?
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2320
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7580
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין יענע אפיס פלעגט מען איינשפארן פאר חדשים (חרם)?מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 1:43 amאיך כאפ נישט וואס דו מיינסטבן עמרם האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 4:16 pmמענדי קעניג האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 6:52 pm
דיר האב איך טאקע נישט גיהערט צו פיל דרשנען ממילא האב איך גיפרעגט וואס האסטו דארטן געזיכט. זאגסט האסט גיארבעט אויף די רביןס ספרים, איך הער...
איך דארף נאך הערן פון דיר די גאנצע פרשה וואס יעקב נחום האט דעמאלטס געפירט קעגן אלעזר רומפלער...
מיר האט מער אויס גיזעהן ווי יעקב נחום האלט דיר דארטן כדי דיר צו לערנען ווי אזוי פירט מען א קהילה וואס דאס האט ער נישט גיוואלט אנדרע זאלן מיט האלטן ממילא האט ער זיך באזעצט אינעם דערויסענדיגע אפיס.
בקיצור די פרשה מיט רומפלער איז מיר זייער אינטערעסאנט
מיין הארץ פארפעלט א קלאפ צו זעהן ווי צוויי ליבליכע ברודער שמועסן זיך אויס די זכרונות,
@מענדי קעניג שוין גערעדט וועגן יענע קאשמארע נאכט אין אפיס דארט?
-
מענדי קעניג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 198
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
- Location: NY
- x 2862
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מיין מיינונג, דערווייל לאז א געשריבנע אינערוויו פארן פאבליק, האלט דיר נישט צוריק פון מאכן גיהעריגע אינערוויוס מיט וועם דו גלייכסט, אבער סגייט זיין א עקסטרע דין דברים אויב עס ארויס געבן פארן פאבליק און ווען.משה חיים צבי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 5:39 pm איך וויל מיר דא באציען בנוגע דער פארשלאג וואס מען האט דא אויפגעברענגט צו מאכן א "לעבעדיגע אינטערוויו" מיט די עסקנים חוה"מ אזוי ווי עס איז געווען חוה"מ פסח אין בעהוץ, נאר אין דעם פאל זאל אני הקטן זיין א חלק פון דער פאנעל.
איך האב געהאט גערעדט איבער אזא געדאנק מיט ידידי העסקן ר' יואל יושע העשיל בלום, אבער בכלליות בין איך געווען מסופק צי עס איז ליבערשט צו מאכן א לעבעדיגע אינטערוויו, אדער א געשריבענע אינטערוויו.
א לעבעדיגע אינטערוויו האט א מעלה אז מען קען רעדן ברייטער, געשמאקער, זיך מער אויסשמועסן, און עס איז אויך מער פאן, עקשן בלע"ז, אבער פון די צווייטע זייט א געשריבענע אינטערוויו האט די מעלה אז מען קען מער פאקוסירן צו ענטפערן איבער יעדע סארט טעמע, וואס דאס איז וויירשיינליך בעסער פאר מיין מטרה.
אזוי אויך גלייב איך אז א אינטערוויו אין א אויסגאבע - א שטייגער ווי מעלות... - ווערט געזען מער, און קען אנקומען ווייטער ווי א לעבעדיגע אויפטריט פון עטליכע שעה וואס נישט צופיל ביזנעסלייט און פארנומענע מענטשן וועלן האבן חשק צו אויסהערן.
אבער אדרבה, כ'בין גרייט צו הערן די מיינונגען פונעם ציבור חברים דא איבער וועלכע אופן איז בעסער.
א לייוו אינטערוויו (אזוי ווי חול המועד) וואלט גיווען זייער א גישמאקע זאך פארן ציבור און אפשר אויך א שיינע הכנסה, אבער נישט קיין זאך וואס דו וועסט הנאה האבן דערפון
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2320
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 7580
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מענדי קעניג האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 10, 2025 2:03 am ענדערש ארבעט אויף דיין מידות בין אדם לחברו מכבד זיין מעריך זיין א צווייטן, מוותר על מידותיו, זיך לערנען ווי אזוי אויסהערן און געבן א גוטע געפיהל פאר יענעם, גייסטו זיך קאנעקטן צו דיין מידות און פנמיות, און אזוי צו דיין נשמה און דוירך דעם אפשר צו די אייבערשטער וואס רוהט און דיר.
מיין מיינונג, פון זיכן גרויסע זאכן קומט מען נישט אן קיין ערגעץ.
די איינציגסטע זאך וואס איך האב יא גילערנט אויסער שלמהס ספרים איז גיווען תנ"ך. און די מוסר און חיזוק וואס די נביאים געבן אונז איז נאר אויף בין אדם לחברו.
א לעבעדיגע מוסר ספר!!!
@מענדי קעניג, ס'איז דא אזוי סאך זיך צו לערנען פון דיך!! הלוואי האבן אזאלכע השגות ווי דיר איין טאג!!