מורא'דיג מורא'דיגדעת זקנים האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:38 pm זאל איך יא זאגן? נישט זאגן?…
כ׳וועל עס שרייבן סייווי, און אז ס׳געפעלט אים נישט קען איך אים נישט העלפן!
בינעך נעכטן געווען מיט די משפחה ביי א באקאנטן געשמאקע שפילפלאץ פאר קינדער, אזוי ערגעץ אינמיטן זיך אפגעבן מיט מיין קליינעם אויף א בייק, זעה איך דורכפארן נעבן מיר עפעס א בחור׳ל, דאס איידל פנים איז מיר קענטליך פון ערגעץ, ס׳האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דאס זענען די פריש געקומענע חשוב׳ע יוצאים לבית העלבראנץ.
אביסל ארויפציר דארט זעה איך עפעס א אינגערמאן - וועם איך קען נישט בכלל, אבער פון די בילדער דא זעהט מיר אויס צו זיין דער עסקן הרב טייכמאן - ווי ער געבט זיך אפ מיט די זיסע קינדערלעך מיט עפעס א מין איבערגעגעבנקייט וואס לאזט זיך נישט זאגן.
שפעטער האב איך נאכאמאל געטראפן דאס גאנצער געזינדל, דאסמאל ביי די גאו קארטס, הער איך ווי אן אנדער אינגל פון די קינדער דארט רופט דעם אינגערמאן ״ר׳ יצחק״, דאס איז מיר שוין געווען א חידוש ווייל אויף דעם אינגל האב איך שוין יא געמיינט אז דאס איז זיין אייגענס, למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען איינע פון די לעכטיגע רומפלער קינדער!
איך בין ממש נבהל ונשתומם געווארן, שטייט דא א אינגערמאן וואס בנוסף צו זיין אייגן געזינדל געבט ער זיך אפ דא מיט נאך אזא 5 זיסע קינדערלעך, ער מאכט זיכער אז זיי האבן דאס מערסטע הנאה וואס נאר מעגליך, ער רוהט נישט ביז ער זעהט א שמייכל אויף יעדע פון זיי! און וואס מיינט עטץ? ענק האבן געדארפט זעהן זייער לעכטיגער שמייכל און הנאה זייערע פנימ׳ער!!!
אגב, האב איך שלום געגעבן פאר א טייל פון זיי און אויסגעטוישט א ווארט צוויי איבער די ריידס דארט, די האבן א הימלישן חן און שטארקע איידלקייט.
כ׳האב נאכאמאל געדאנקט דעם אויבערשטן פאר׳ן האבן די זכי׳ במשך די קאמפיינס דא ארויסצוהעלפן מיט אפאר דאלער כפי יכולתי.
פון די אנדערע זייט כאפט א ציפ אז אלעס קומט צוריק צו די זעלבע 3-4 עסקנים, אונטער נארמאלע אומשטענדן ביי א משפחה יתומים ר''ל וכדו' איז דא א גאנצע טיעם פאר איין משפחה נאר, די זענען דא צענדליגע משפחות וואס פאלן אויף געציילטע עסקנים ממש
פארוואס איז דאס אזוי? ווייס איך נישט