כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
תיקון
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 8:28 pm
Location: Israel
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תיקון »

נחמן כץ האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 10:20 am
נחמן כץ האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 10:18 am
הכהן האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2025 5:02 am

אין בית המדרש ביאלא רחוב רוזנהיים 19 בני ברק
https://www.google.com/maps/place/%D7%9 ... FQAw%3D%3D
טעות, אין די מודעות שטייט אז ס'קומט פאר אין בית מדרש סאטמער (רז"ל) רח' נחמי' 15 בני ברק
פון 10:30 ליל שבת אי"ה
ב"ה א הערליכע שמחה געווען, א גרויסע עוילם געקומען זיך מיטפרייען מיט די טייערע יונגערמאן ר' יעקב יצחק.
איך האב געטראכט צו מיך אז קען זיין דאס איז די סיבה וואס משה רבינו האט ארויס גענומען פון מצרים ערב רב צוזאמען מיט כלל ישראל, טאקע פאר אונזער תקופה וואס עס ווייזט זיך ארויס די שיינקייט פון די ערב רב ווי שטארק זיי זוכן צו העלפן כלל ישראל מיט אזא איבערגעגעבנקייט...
אלטס בדרך צחות פארשטייט זיך
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

דעת זקנים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:38 pm זאל איך יא זאגן? נישט זאגן?…
כ׳וועל עס שרייבן סייווי, און אז ס׳געפעלט אים נישט קען איך אים נישט העלפן!

בינעך נעכטן געווען מיט די משפחה ביי א באקאנטן געשמאקע שפילפלאץ פאר קינדער, אזוי ערגעץ אינמיטן זיך אפגעבן מיט מיין קליינעם אויף א בייק, זעה איך דורכפארן נעבן מיר עפעס א בחור׳ל, דאס איידל פנים איז מיר קענטליך פון ערגעץ, ס׳האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דאס זענען די פריש געקומענע חשוב׳ע יוצאים לבית העלבראנץ.

אביסל ארויפציר דארט זעה איך עפעס א אינגערמאן - וועם איך קען נישט בכלל, אבער פון די בילדער דא זעהט מיר אויס צו זיין דער עסקן הרב טייכמאן - ווי ער געבט זיך אפ מיט די זיסע קינדערלעך מיט עפעס א מין איבערגעגעבנקייט וואס לאזט זיך נישט זאגן.

שפעטער האב איך נאכאמאל געטראפן דאס גאנצער געזינדל, דאסמאל ביי די גאו קארטס, הער איך ווי אן אנדער אינגל פון די קינדער דארט רופט דעם אינגערמאן ״ר׳ יצחק״, דאס איז מיר שוין געווען א חידוש ווייל אויף דעם אינגל האב איך שוין יא געמיינט אז דאס איז זיין אייגענס, למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען איינע פון די לעכטיגע רומפלער קינדער!

איך בין ממש נבהל ונשתומם געווארן, שטייט דא א אינגערמאן וואס בנוסף צו זיין אייגן געזינדל געבט ער זיך אפ דא מיט נאך אזא 5 זיסע קינדערלעך, ער מאכט זיכער אז זיי האבן דאס מערסטע הנאה וואס נאר מעגליך, ער רוהט נישט ביז ער זעהט א שמייכל אויף יעדע פון זיי! און וואס מיינט עטץ? ענק האבן געדארפט זעהן זייער לעכטיגער שמייכל און הנאה זייערע פנימ׳ער!!!

אגב, האב איך שלום געגעבן פאר א טייל פון זיי און אויסגעטוישט א ווארט צוויי איבער די ריידס דארט, די האבן א הימלישן חן און שטארקע איידלקייט.
כ׳האב נאכאמאל געדאנקט דעם אויבערשטן פאר׳ן האבן די זכי׳ במשך די קאמפיינס דא ארויסצוהעלפן מיט אפאר דאלער כפי יכולתי.
מורא'דיג מורא'דיג
פון די אנדערע זייט כאפט א ציפ אז אלעס קומט צוריק צו די זעלבע 3-4 עסקנים, אונטער נארמאלע אומשטענדן ביי א משפחה יתומים ר''ל וכדו' איז דא א גאנצע טיעם פאר איין משפחה נאר, די זענען דא צענדליגע משפחות וואס פאלן אויף געציילטע עסקנים ממש
פארוואס איז דאס אזוי? ווייס איך נישט
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

סתם אזוי איז דא אפאר נקודות אראפ צושניידן, למשל די הערה קעגן ברעסלעוו די לעצטע פאר מינוט, הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א שפילט מיט טויס ? אזוי נאך אפאר נקודות למאי נפק"מ ווער איז געזעצן אין קאר צושטופט וכו'. אז מען רעדט שוין...
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 829

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

גראדער מעכל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 3:20 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:45 pm טייערע אידן! דער איד פארמאגט קרוב צו א מנין יוצאי חלציו (קע"ה. איר קענט עס אויסרעכענען) וועלכע ליינען דא!

וואלט ווען געפאסט אויסצושמועסן ברבים א איד פון בארא פארק, אלע זיינע געוועזענע זיווגים, שלום בית פראבלעמען, און ווער ס'האט מסדר געווען זיינע גיטין, און ווער ס'האט חתונה געהאט מיר איר בזוו"ש??? ברענגט דאס כבוד פאר א מענטש, אדער חלילה דאס פארקערטע???

ער האט טאקע ליידער פארברענגט רוב פון זיינע שענסטע יארן אין לב-טהור, שלא באשמתו, אבער קומט אים דערפאר צו דארפן ווערן דעם געשפרעך פונעם ציבור? אביסל פריוואטקייט קען מען אים נישט געבן?

גואטאמאלא בלוט איז נישט הפקר! און ווי זאגט @על פי, ביטע לייקן בתורת פעטיציע.
א גוט שבת!
ס'איז נישט ממש אזוי, ווייל דער עולם ברענגט ארויס מער די רשעות און מעשה רציחה וואס מען האט אפגעטון צו איד וואס איז שוין הבא בשנים, און טאקע דורך זיין אזוי גערופענער אייגענע איידעם וואס איז א רשע מרושע א רוצח ידיעה, און טאקע דער פאקט אז ער האט א שטוב מיט קינדער ברענגט נאך מער ארויס די רשעות וואס שרייעט ביזן הימל

סוי קום נישט אזוי גאלנציג מען שמועסט אויס א איד פון בארא פארק.... דאס וויל דאך לב-טמא פארקויפן אז די אלע גיטין זענען געווען בלויז שלום בית פראבלעמען, אבער גענוג איז גענוג, ס'איז א חלק פון די מעשה נבלה פון קאנטראלירן די מענטשהייט...

אומדערהערטער זאך ביי די היסטאריע פון כלל ישראל זיך ארומצושפילן מיט דאס הייליגסטע 'קדושת ישראל' פאר אייגענע רשעות'דיגע אינטערעסן,
מען קאן אסאך מאריך זיין איבער די טיעפקייט פון די עוולות און רשעות הצועקות מן האדמה, אבער ס'איז נישט פאר יעצט

די מענטשן זענען גע'הרג'עטע מענטשן אויף אייביג!
און דאס טאקע די פאקט אז די קינדער ליינען דא, ווען זיי זעהן מען טראכט פון זייער צער, דאס וועט אפשר בארוהיגן זייער צושטורמעטער געמיטער
כ'ווייס נישט צי דו ווייסט, אז דער חכם איז אויך נישט קיין מצווה צו בארעדן... די געהארגעטע מענטשן ליינען אויך דא, און יא, זיי האבן אויכעט א הארץ און געפילן.

כ'ווייס נישט צי דו האסט אמאל געטראפן איינער פון זיי, איך האב יא, און כ'זאג דיר ס'קיינעם נישט קיין כבוד און הנאה. אמאל קענען זיי עס זאגן קלאר און דייטליך בביטוי שפתיים און רוב מאל ליידער נישט.

כ'האב געשריבן באישי צו עטליכע און ס'נישט קיין כבוד צו ברענגען דא. אבער ווי זאגט יענער? נוץ דיין דזעלי צווישן די בארד און די קאפל...
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוהם »

גראדער מעכל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 3:20 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:45 pm טייערע אידן! דער איד פארמאגט קרוב צו א מנין יוצאי חלציו (קע"ה. איר קענט עס אויסרעכענען) וועלכע ליינען דא!

וואלט ווען געפאסט אויסצושמועסן ברבים א איד פון בארא פארק, אלע זיינע געוועזענע זיווגים, שלום בית פראבלעמען, און ווער ס'האט מסדר געווען זיינע גיטין, און ווער ס'האט חתונה געהאט מיר איר בזוו"ש??? ברענגט דאס כבוד פאר א מענטש, אדער חלילה דאס פארקערטע???

ער האט טאקע ליידער פארברענגט רוב פון זיינע שענסטע יארן אין לב-טהור, שלא באשמתו, אבער קומט אים דערפאר צו דארפן ווערן דעם געשפרעך פונעם ציבור? אביסל פריוואטקייט קען מען אים נישט געבן?

גואטאמאלא בלוט איז נישט הפקר! און ווי זאגט @על פי, ביטע לייקן בתורת פעטיציע.
א גוט שבת!
ס'איז נישט ממש אזוי, ווייל דער עולם ברענגט ארויס מער די רשעות און מעשה רציחה וואס מען האט אפגעטון צו איד וואס איז שוין הבא בשנים, און טאקע דורך זיין אזוי גערופענער אייגענע איידעם וואס איז א רשע מרושע א רוצח ידיעה, און טאקע דער פאקט אז ער האט א שטוב מיט קינדער ברענגט נאך מער ארויס די רשעות וואס שרייעט ביזן הימל

סוי קום נישט אזוי גאלנציג מען שמועסט אויס א איד פון בארא פארק.... דאס וויל דאך לב-טמא פארקויפן אז די אלע גיטין זענען געווען בלויז שלום בית פראבלעמען, אבער גענוג איז גענוג, ס'איז א חלק פון די מעשה נבלה פון קאנטראלירן די מענטשהייט...

אומדערהערטער זאך ביי די היסטאריע פון כלל ישראל זיך ארומצושפילן מיט דאס הייליגסטע 'קדושת ישראל' פאר אייגענע רשעות'דיגע אינטערעסן,
מען קאן אסאך מאריך זיין איבער די טיעפקייט פון די עוולות און רשעות הצועקות מן האדמה, אבער ס'איז נישט פאר יעצט

די מענטשן זענען גע'הרג'עטע מענטשן אויף אייביג!
און דאס טאקע די פאקט אז די קינדער ליינען דא, ווען זיי זעהן מען טראכט פון זייער צער, דאס וועט אפשר בארוהיגן זייער צושטורמעטער געמיטער
פשט'לעך יענעם צו בארעדן זענען דא בעסערע, פאקטיש האט אבער על פי תורה געבעטען אז מ'זאל אויפהערן און לכה"פ הכרת הטוב קומט אים נאך.

כנלע"ד
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
העלפן א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:39 pm
x 438

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלפן א איד »

משפחת לאווער ברויך נאך 2500 צו קענען זיך אריינציען די נייע דירה אין צפת

ווער ס'וויל קען ווערן אן עסקן און שאפן אפאר טאלער
העלפט די יוצאים זיך מסדר זיין https://donary.com/2005
קוויקפעי (Zelle) helpltvictims@gmail.com
אפדעיטס איבער לב טהור 716-232-2100 דאן 74
כבוד מלכים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 184
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:50 pm
x 717

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כבוד מלכים »

דעת זקנים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:38 pm זאל איך יא זאגן? נישט זאגן?…
כ׳וועל עס שרייבן סייווי, און אז ס׳געפעלט אים נישט קען איך אים נישט העלפן!

בינעך נעכטן געווען מיט די משפחה ביי א באקאנטן געשמאקע שפילפלאץ פאר קינדער, אזוי ערגעץ אינמיטן זיך אפגעבן מיט מיין קליינעם אויף א בייק, זעה איך דורכפארן נעבן מיר עפעס א בחור׳ל, דאס איידל פנים איז מיר קענטליך פון ערגעץ, ס׳האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דאס זענען די פריש געקומענע חשוב׳ע יוצאים לבית העלבראנץ.

אביסל ארויפציר דארט זעה איך עפעס א אינגערמאן - וועם איך קען נישט בכלל, אבער פון די בילדער דא זעהט מיר אויס צו זיין דער עסקן הרב טייכמאן - ווי ער געבט זיך אפ מיט די זיסע קינדערלעך מיט עפעס א מין איבערגעגעבנקייט וואס לאזט זיך נישט זאגן.

שפעטער האב איך נאכאמאל געטראפן דאס גאנצער געזינדל, דאסמאל ביי די גאו קארטס, הער איך ווי אן אנדער אינגל פון די קינדער דארט רופט דעם אינגערמאן ״ר׳ יצחק״, דאס איז מיר שוין געווען א חידוש ווייל אויף דעם אינגל האב איך שוין יא געמיינט אז דאס איז זיין אייגענס, למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען איינע פון די לעכטיגע רומפלער קינדער!

איך בין ממש נבהל ונשתומם געווארן, שטייט דא א אינגערמאן וואס בנוסף צו זיין אייגן געזינדל געבט ער זיך אפ דא מיט נאך אזא 5 זיסע קינדערלעך, ער מאכט זיכער אז זיי האבן דאס מערסטע הנאה וואס נאר מעגליך, ער רוהט נישט ביז ער זעהט א שמייכל אויף יעדע פון זיי! און וואס מיינט עטץ? ענק האבן געדארפט זעהן זייער לעכטיגער שמייכל און הנאה זייערע פנימ׳ער!!!

אגב, האב איך שלום געגעבן פאר א טייל פון זיי און אויסגעטוישט א ווארט צוויי איבער די ריידס דארט, די האבן א הימלישן חן און שטארקע איידלקייט.
כ׳האב נאכאמאל געדאנקט דעם אויבערשטן פאר׳ן האבן די זכי׳ במשך די קאמפיינס דא ארויסצוהעלפן מיט אפאר דאלער כפי יכולתי.

עפעס א גאר גאר ענדליכע מחזה הוד האב איך געזען אדורך פארענדיג טאון אן וואודבורן סוף וואך...
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5715

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

האמיר יעצט צום ערשטן מאל באגעגנט ר' אליעזר אבא זילבערשטיין לייוו אין ביהמ"ד... ער האט נישט גע'חלומ'ט אז דער יונגערמאן וואס ווארפט בליקן אין זיין ריכטונג איז סענס אף יומער...
תיקון
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 8:28 pm
Location: Israel
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תיקון »

אה דאס ביזטו געווען?
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

מושי פוטערפאס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:17 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 11:54 am
תורה ויראה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 9:25 am

קרעטשמע אויך
קרעטשמע האט עס געלייגט? מיט'ן וואסערצייכן פון קווארטל?...
די וואסערצייכן פון קווארטל נערווירט סתם דעם צוהערער, ממילא האבן זיי עס אראפגענומען
אזא מסירות נפש! שטיין און ארויסשניידן יעדע וואסער צייכן טראץ דעם וואס ס'קומט מיט א שטיקל פון די דרשה, אלעס כדי די עולם זאל נישט נערווירד ווערן! מי כעמך ישראל!
מושי פוטערפאס
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:29 pm
Location: new york
x 23

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מושי פוטערפאס »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:30 pm
מושי פוטערפאס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:17 pm
זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 11:54 am

קרעטשמע האט עס געלייגט? מיט'ן וואסערצייכן פון קווארטל?...
די וואסערצייכן פון קווארטל נערווירט סתם דעם צוהערער, ממילא האבן זיי עס אראפגענומען
אזא מסירות נפש! שטיין און ארויסשניידן יעדע וואסער צייכן טראץ דעם וואס ס'קומט מיט א שטיקל פון די דרשה, אלעס כדי די עולם זאל נישט נערווירד ווערן! מי כעמך ישראל!
קוקט נישט אויס ווי דו האסט עס אויסגעהערט, איך האב אנגעהויבן הערן אויף קווארטל, און איך בין ממש צודרייט געווארן. האב איך אריינגעקאלט קרעטשמע, און איך האב אעס געהערט אן קיין שום געקאטע שטיקלעך מיט א רוהיגקייט אן קיין נערווירנדע גרעפצ'עס פון 'כל הזכיות שמורות וכו' ודוק
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

אונטרעסאנט אז לייגן ''כל הזכיות שמורות למערכת היימישע קרעטשמע'' אין א גע'גנב'עטע שטיקל פון קול מבשר אדער פון סייווי, דאס נערווירט נישט דעם ציבור
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

מושי פוטערפאס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:40 pm
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:30 pm
מושי פוטערפאס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:17 pm
די וואסערצייכן פון קווארטל נערווירט סתם דעם צוהערער, ממילא האבן זיי עס אראפגענומען
אזא מסירות נפש! שטיין און ארויסשניידן יעדע וואסער צייכן טראץ דעם וואס ס'קומט מיט א שטיקל פון די דרשה, אלעס כדי די עולם זאל נישט נערווירד ווערן! מי כעמך ישראל!
קוקט נישט אויס ווי דו האסט עס אויסגעהערט, איך האב אנגעהויבן הערן אויף קווארטל, און איך בין ממש צודרייט געווארן. האב איך אריינגעקאלט קרעטשמע, און איך האב אעס געהערט אן קיין שום געקאטע שטיקלעך מיט א רוהיגקייט אן קיין נערווירנדע גרעפצ'עס פון 'כל הזכיות שמורות וכו' ודוק
בקיצור איך קען פארבן דיין שטוב אן אנדערער קאליר אויב מיר איז געשמאקער אזוי
(און כדי נישט צו שפירען א גנב וועל איך ברענגען אנדערע וואס זאלען זאגן אז זיי האבען עס אויכעט ליב בעסער)
א גנב בלייבט א גנב מיט אלע תירוצים !!!
ראית גנב ותירץ עמו
(דער חידוש איז אז אנדערע זענען עס אויך מתרץ)
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5715

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

תיקון האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:01 pm אה דאס ביזטו געווען?
און דו?...
געדרונגען
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 09, 2025 10:03 am
Location: Brooklyn
x 239

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געדרונגען »

חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:45 pm טייערע אידן! דער איד פארמאגט קרוב צו א מנין יוצאי חלציו (קע"ה. איר קענט עס אויסרעכענען) וועלכע ליינען דא!

וואלט ווען געפאסט אויסצושמועסן ברבים א איד פון בארא פארק, אלע זיינע געוועזענע זיווגים, שלום בית פראבלעמען, און ווער ס'האט מסדר געווען זיינע גיטין, און ווער ס'האט חתונה געהאט מיר איר בזוו"ש??? ברענגט דאס כבוד פאר א מענטש, אדער חלילה דאס פארקערטע???

ער האט טאקע ליידער פארברענגט רוב פון זיינע שענסטע יארן אין לב-טהור, שלא באשמתו, אבער קומט אים דערפאר צו דארפן ווערן דעם געשפרעך פונעם ציבור? אביסל פריוואטקייט קען מען אים נישט געבן?

גואטאמאלא בלוט איז נישט הפקר! און ווי זאגט @על פי, ביטע לייקן בתורת פעטיציע.
א גוט שבת!
קיינער נעמט נישט אוועק זיין פריוואטקייט, ער האט אייניקלעך וואס ליינען דא אויכעט.
זיי ווילען וויסען וואס איז די אמת פארוואס די פעטער האט געמאכט א גט צווישען זייער באבע און זיידע, און נאר דא קענען זיי אויסגעפונען די אמת.
הלל שמעון האט נאך די רעכט אז די קינדער איינעקליך זאלען וויסען די גאנצע פארווייטאגטער געשיכטע.
אנשטאט זיי זאלען מיינען באבע און זיידע האבען זיך ארום געריסען.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

אהא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:13 pm
מושי פוטערפאס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:40 pm
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 3:30 pm
אזא מסירות נפש! שטיין און ארויסשניידן יעדע וואסער צייכן טראץ דעם וואס ס'קומט מיט א שטיקל פון די דרשה, אלעס כדי די עולם זאל נישט נערווירד ווערן! מי כעמך ישראל!
קוקט נישט אויס ווי דו האסט עס אויסגעהערט, איך האב אנגעהויבן הערן אויף קווארטל, און איך בין ממש צודרייט געווארן. האב איך אריינגעקאלט קרעטשמע, און איך האב אעס געהערט אן קיין שום געקאטע שטיקלעך מיט א רוהיגקייט אן קיין נערווירנדע גרעפצ'עס פון 'כל הזכיות שמורות וכו' ודוק
בקיצור איך קען פארבן דיין שטוב אן אנדערער קאליר אויב מיר איז געשמאקער אזוי
(און כדי נישט צו שפירען א גנב וועל איך ברענגען אנדערע וואס זאלען זאגן אז זיי האבען עס אויכעט ליב בעסער)
א גנב בלייבט א גנב מיט אלע תירוצים !!!
ראית גנב ותירץ עמו
(דער חידוש איז אז אנדערע זענען עס אויך מתרץ)
ער האט נישט בארעכטיגט קרעטשמע פאר די גניבה, ער זאגט נאר אז, ס'מאכט נערוועז, איז ער געגאנגען ציהערען, דארט אן די ריקארדינגס.
און קרעטשמע האט עס נישט געמעגט טוהן, אבער די וואסערמארקס העלפען סיי ווי נישט, ווייל קרעטשמע נעמט עס אראפ, טאקע באיסור.
הערן יעדער פאר מינוט כל הזכיות שמורות, קריכט טאקע אויף די נערווען, אבער ער האט רעכט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
סוחריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:43 pm
Location: וויליאמסבורג
x 133

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחריש »

חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:45 pm טייערע אידן! דער איד פארמאגט קרוב צו א מנין יוצאי חלציו (קע"ה. איר קענט עס אויסרעכענען) וועלכע ליינען דא!

וואלט ווען געפאסט אויסצושמועסן ברבים א איד פון בארא פארק, אלע זיינע געוועזענע זיווגים, שלום בית פראבלעמען, און ווער ס'האט מסדר געווען זיינע גיטין, און ווער ס'האט חתונה געהאט מיר איר בזוו"ש??? ברענגט דאס כבוד פאר א מענטש, אדער חלילה דאס פארקערטע???

ער האט טאקע ליידער פארברענגט רוב פון זיינע שענסטע יארן אין לב-טהור, שלא באשמתו, אבער קומט אים דערפאר צו דארפן ווערן דעם געשפרעך פונעם ציבור? אביסל פריוואטקייט קען מען אים נישט געבן?

גואטאמאלא בלוט איז נישט הפקר! און ווי זאגט @על פי, ביטע לייקן בתורת פעטיציע.
א גוט שבת!
100%
בלוט פון געליטענער וואס ווילן ארויסברענגען די אייגינער ווייטאג, איז אויכעט נישט הפקר.
אז איינער ברענגט שוין ארויס די ווייטאג איינמאל פאר אלעמאל, מאכט מען עהם שטיל?
יא דאס איז שרעקליך ווייטאגליך, זאל די וועלט וויסען וואס מען האט דארט צאמגעליטען דארט
ליידען מיר נאך האנט קאשמארען פון צעריסענער משפחות.
פלוצלינג זארגען זיך אנדערע פאר פריוואטקייט, ווי זענען זיי געווען דעמאלס אונז צי העלפן?
מיר זענען א מין בריה, וואס מען באשטעטיגט פאר אונז וואס מיר ווילען יא, און וואס מיר ווילען נישט?
ווען אונז מעגען ארויסברענגען אונזער ווייטאג און ווען נישט?
די מערסטע ווייטאגליך אז אייגינער קרובים האבען אפגעמאכט רוב די געפערליך צרות, וואס מען וועט קיינמאל נישט קענען פארעכטען.
אויב איך בין איינער מצער בעט איך שוין איבער יעצט, אבער מען זאל וויסען א צווייטער האט אויך געפילען.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סוחריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:04 pm

נישט חלילה אוועקמאכען קיין איינער אדער זייער לייד, פיין און צער.
אבער איך גלייב שטארק @חלא בר חמרא האט נישט געמיינט דעם קוק ווינקל, ער האט בסך הכל פארשטאנן אז די משפחה וועט נישט ליב האבן אז ברענגט ארויף אלטע צרות פון די משפחה, פאר אונטערהאלטונג.
אבער איר קענט זיין זיכער אז קיינער האט נישט געמיינט אוועק מאכן אייער צער.
ער האט אויכעט נישט מחליט געווען פאר אייך, ער האט זיך פארגעשטעלט ווען ער וואלט געווען אין אייערע שיך, וואס ער מיינט ער וואלט דעמאלס געטראכט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
סוחריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:43 pm
Location: וויליאמסבורג
x 133

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחריש »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:15 pm
סוחריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:04 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:45 pm טייערע אידן! דער איד פארמאגט קרוב צו א מנין יוצאי חלציו (קע"ה. איר קענט עס אויסרעכענען) וועלכע ליינען דא!

וואלט ווען געפאסט אויסצושמועסן ברבים א איד פון בארא פארק, אלע זיינע געוועזענע זיווגים, שלום בית פראבלעמען, און ווער ס'האט מסדר געווען זיינע גיטין, און ווער ס'האט חתונה געהאט מיר איר בזוו"ש??? ברענגט דאס כבוד פאר א מענטש, אדער חלילה דאס פארקערטע???

ער האט טאקע ליידער פארברענגט רוב פון זיינע שענסטע יארן אין לב-טהור, שלא באשמתו, אבער קומט אים דערפאר צו דארפן ווערן דעם געשפרעך פונעם ציבור? אביסל פריוואטקייט קען מען אים נישט געבן?

גואטאמאלא בלוט איז נישט הפקר! און ווי זאגט @על פי, ביטע לייקן בתורת פעטיציע.
א גוט שבת!
100%
בלוט פון געליטענער וואס ווילן ארויסברענגען די אייגינער ווייטאג, איז אויכעט נישט הפקר.
אז איינער ברענגט שוין ארויס די ווייטאג איינמאל פאר אלעמאל, מאכט מען עהם שטיל?
יא דאס איז שרעקליך ווייטאגליך, זאל די וועלט וויסען וואס מען האט דארט צאמגעליטען דארט
ליידען מיר נאך האנט קאשמארען פון צעריסענער משפחות.
פלוצלינג זארגען זיך אנדערע פאר פריוואטקייט, ווי זענען זיי געווען דעמאלס אונז צי העלפן?
מיר זענען א מין בריה, וואס מען באשטעטיגט פאר אונז וואס מיר ווילען יא, און וואס מיר ווילען נישט?
ווען אונז מעגען ארויסברענגען אונזער ווייטאג און ווען נישט?
די מערסטע ווייטאגליך אז אייגינער קרובים האבען אפגעמאכט רוב די געפערליך צרות, וואס מען וועט קיינמאל נישט קענען פארעכטען.
אויב איך בין איינער מצער בעט איך שוין איבער יעצט, אבער מען זאל וויסען א צווייטער האט אויך געפילען.
נישט חלילה אוועקמאכען קיין איינער אדער זיין מיטלייד פיין און צער.
אבער איך גלייב שטארק @חלא בר חמרא האט נישט געמיינט דעם קוק ווינקל, ער האט בסך הכל פארשטאנן אז די משפחה וועט נישט ליב האבן אז ברענגט ארויף אלטע צרות פון די משפחה, פאר אונטערהאלטונג.
אבער איר קענט זיין זיכער אז קיינער האט נישט געמיינט אוועק מאכן אייער צער.
ער האט אויכעט נישט מחליט געווען פאר אייך, ער האט זיך פארגעשטעלט ווען ער וואלט געווען אין אייערע שיך, וואס ער מיינט ער וואלט דעמאלס געטראכט.
הלוואי.
פארשידענע משפחות טאר מען נישט רעדן וועגען זייער צרות אבער אנדערע מעג מען רעדען
ביי זיי איז קיינער נישט פארנומען זארגען וועגען זייער פריוואטקייט
יעדער זאל וויסען וואס זיי האבען מיט געמאכט
אבער ווען מען האט פארשידינע אינטערעסע באהאלטען זאכען שווימען ארויס אלע און זאגען פריוואטקייט
מען טאר נישט וויסען וואס יענער האט געליטען?
פארוואס?
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סוחריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:28 pm
גרינטליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:15 pm
סוחריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:04 pm
100%
בלוט פון געליטענער וואס ווילן ארויסברענגען די אייגינער ווייטאג, איז אויכעט נישט הפקר.
אז איינער ברענגט שוין ארויס די ווייטאג איינמאל פאר אלעמאל, מאכט מען עהם שטיל?
יא דאס איז שרעקליך ווייטאגליך, זאל די וועלט וויסען וואס מען האט דארט צאמגעליטען דארט
ליידען מיר נאך האנט קאשמארען פון צעריסענער משפחות.
פלוצלינג זארגען זיך אנדערע פאר פריוואטקייט, ווי זענען זיי געווען דעמאלס אונז צי העלפן?
מיר זענען א מין בריה, וואס מען באשטעטיגט פאר אונז וואס מיר ווילען יא, און וואס מיר ווילען נישט?
ווען אונז מעגען ארויסברענגען אונזער ווייטאג און ווען נישט?
די מערסטע ווייטאגליך אז אייגינער קרובים האבען אפגעמאכט רוב די געפערליך צרות, וואס מען וועט קיינמאל נישט קענען פארעכטען.
אויב איך בין איינער מצער בעט איך שוין איבער יעצט, אבער מען זאל וויסען א צווייטער האט אויך געפילען.
נישט חלילה אוועקמאכען קיין איינער אדער זיין מיטלייד פיין און צער.
אבער איך גלייב שטארק @חלא בר חמרא האט נישט געמיינט דעם קוק ווינקל, ער האט בסך הכל פארשטאנן אז די משפחה וועט נישט ליב האבן אז ברענגט ארויף אלטע צרות פון די משפחה, פאר אונטערהאלטונג.
אבער איר קענט זיין זיכער אז קיינער האט נישט געמיינט אוועק מאכן אייער צער.
ער האט אויכעט נישט מחליט געווען פאר אייך, ער האט זיך פארגעשטעלט ווען ער וואלט געווען אין אייערע שיך, וואס ער מיינט ער וואלט דעמאלס געטראכט.
הלוואי.
פארשידענע משפחות טאר מען נישט רעדן וועגען זייער צרות אבער אנדערע מעג מען רעדען קיינער איז נישט פארנומען זארגען ביי זיי וועגען זייער פריוואטקייט
יעדער זאל וויסען וואס זיי האבען מיט געמאכט
אבער ווען מען האט פארשידינע אינטערעסע באהאלטען זאכען שווימען ארויס אלע און זאגען פריוואטקייט
מען טאר נישט וויסען וואס יענער האט געליטען
איך האב זיכער גארנישט געמיינט, איך וויל אייך נאר זאגן, אפי' זיין שרייבן וואס האט אייך פאדראסען, קומט נאר פון א רצון להיטב.
ער וועט אייך נישט קענען פארשטיין, ווייל ער איז נישט יעצט אין דיינער שיך.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

וואו איז @גדליה פארשווינדן געווארן?
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

אורך ימים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 7:32 pm וואו איז @גדליה פארשווינדן געווארן?
ער איז שטארק פארנומען מיט עסקנות די לעצטע שטיק צייט
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2074

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:11 pm אונטרעסאנט אז לייגן ''כל הזכיות שמורות למערכת היימישע קרעטשמע'' אין א גע'גנב'עטע שטיקל פון קול מבשר אדער פון סייווי, דאס נערווירט נישט דעם ציבור
פאר איר זאגט גע'גנב'עטע ביטע גייט מברר זיין, איך האלט שוין נאכדעם
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:09 pm
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:11 pm אונטרעסאנט אז לייגן ''כל הזכיות שמורות למערכת היימישע קרעטשמע'' אין א גע'גנב'עטע שטיקל פון קול מבשר אדער פון סייווי, דאס נערווירט נישט דעם ציבור
פאר איר זאגט גע'גנב'עטע ביטע גייט מברר זיין, איך האלט שוין נאכדעם
נו אדרבא, קום אריין
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:09 pm
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:11 pm אונטרעסאנט אז לייגן ''כל הזכיות שמורות למערכת היימישע קרעטשמע'' אין א גע'גנב'עטע שטיקל פון קול מבשר אדער פון סייווי, דאס נערווירט נישט דעם ציבור
פאר איר זאגט גע'גנב'עטע ביטע גייט מברר זיין, איך האלט שוין נאכדעם
נחמן ליווי האט געזאגט אויף זיין קו''מ אינטערוויאו אז ער געבט נישט רשות פאר קרעטשמע צו קאפיען זיינע זאכן
בכל אופן, די עסקנים זאגן דאך דא קלאר אז זיי ווילן נישט קריטשמע זאל לייגן זייערע אינטערוויאו'ס
שרייב פאוסט