כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
ברוך השם
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:35 am
x 112

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך השם »

דעת זקנים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:38 pm זאל איך יא זאגן? נישט זאגן?…
כ׳וועל עס שרייבן סייווי, און אז ס׳געפעלט אים נישט קען איך אים נישט העלפן!

בינעך נעכטן געווען מיט די משפחה ביי א באקאנטן געשמאקע שפילפלאץ פאר קינדער, אזוי ערגעץ אינמיטן זיך אפגעבן מיט מיין קליינעם אויף א בייק, זעה איך דורכפארן נעבן מיר עפעס א בחור׳ל, דאס איידל פנים איז מיר קענטליך פון ערגעץ, ס׳האט מיר גענומען א מינוט צו כאפן אז דאס זענען די פריש געקומענע חשוב׳ע יוצאים לבית העלבראנץ.

אביסל ארויפציר דארט זעה איך עפעס א אינגערמאן - וועם איך קען נישט בכלל, אבער פון די בילדער דא זעהט מיר אויס צו זיין דער עסקן הרב טייכמאן - ווי ער געבט זיך אפ מיט די זיסע קינדערלעך מיט עפעס א מין איבערגעגעבנקייט וואס לאזט זיך נישט זאגן.

שפעטער האב איך נאכאמאל געטראפן דאס גאנצער געזינדל, דאסמאל ביי די גאו קארטס, הער איך ווי אן אנדער אינגל פון די קינדער דארט רופט דעם אינגערמאן ״ר׳ יצחק״, דאס איז מיר שוין געווען א חידוש ווייל אויף דעם אינגל האב איך שוין יא געמיינט אז דאס איז זיין אייגענס, למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס איז געווען איינע פון די לעכטיגע רומפלער קינדער!

איך בין ממש נבהל ונשתומם געווארן, שטייט דא א אינגערמאן וואס בנוסף צו זיין אייגן געזינדל געבט ער זיך אפ דא מיט נאך אזא 5 זיסע קינדערלעך, ער מאכט זיכער אז זיי האבן דאס מערסטע הנאה וואס נאר מעגליך, ער רוהט נישט ביז ער זעהט א שמייכל אויף יעדע פון זיי! און וואס מיינט עטץ? ענק האבן געדארפט זעהן זייער לעכטיגער שמייכל און הנאה זייערע פנימ׳ער!!!

אגב, האב איך שלום געגעבן פאר א טייל פון זיי און אויסגעטוישט א ווארט צוויי איבער די ריידס דארט, די האבן א הימלישן חן און שטארקע איידלקייט.
כ׳האב נאכאמאל געדאנקט דעם אויבערשטן פאר׳ן האבן די זכי׳ במשך די קאמפיינס דא ארויסצוהעלפן מיט אפאר דאלער כפי יכולתי.
וואס ר' יצחק טוט איז ממש נתפעל צו ווערן,
איך ווייס נאר א פיצי דערפון {דאס אויך נישט}, און איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט די כוחות,
אין ער טוט נאך אסאך מער.
נאר די באשעפער ווייסט באמת זיינע כוחות וואס ער לייגט אריין, זאל השם יתברך אים געבן א גוט, געזונטע, לעכטיגע יאר, מיט אסאך השפעות ברוחניות, ובגשמיות.
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

ברוך השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 9:34 pm
דעת זקנים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:38 pm
► Show Spoiler
וואס ר' יצחק טוט איז ממש נתפעל צו ווערן,
איך ווייס נאר א פיצי דערפון, און איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט די כוחות,
אין ער טוט נאך אסאך מער.
נאר די באשעפער ווייסט באמת זיינע כוחות וואס ער לייגט אריין, זאל השם יתברך אים געבן א גוט געזונטע לעכטיגע יאר מיט אסאך השפעות ברוחניות ובגשמיות
מען דארף אויכעט דערמאנען ר' יואל העניך וואס האט ממש אלעס מקריב געווען פאר די קינדער
ער איז טאקע א קרוב אבער ארייננעמען פיר קינדער אין שטוב איז נישט קיין קלייניקייט,
אבער פון די צווייטע זייט יצחק איז נישטאמאל א קרוב
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
רעד קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 6:40 pm
Location: KJ
x 54

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רעד קלאר »

על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 5:22 pm בנוגע קרעטשמע/קווארטל
די עסקנים האבן זיך אפגעשאקלט פון קרעטשמע כידוע, פון דעמאלטס אן האט קווארטל אנגעהויבן צושטעלן פיינע סחורה, אינטערוויאו'ס מיט עסקנים רבנים וכדו' און קרעטשמע האט דאס אן א בושה אריבער געקאפיעט.

צו הערן ווי ווייט די חוצפא גייט. עס איז געווען אן אינטערוויאו מיט ר' מאיר אדלער, און למעשה נאך אפאר טעג ליגן אויפן סיסטעם האט ר' מאיר אריינגערופן אז מען זאל דאס אראפנעמען, צוליב דעם וואס ער האט בטעות גערעדט אביסל צו ברייט וועגן א יחיד, און עס האט יענעם וויי געטון. קווארטל האט דאס תיכף אראפגענומען, און דער בעל הקווארטל האט אנגערופן דער בעל הקרעטשמע און געזאגט 'לאמיר נישט אריינגיין אין דעם אז דו האסט גענומען אלע מיינע זאכן בגניבה, אבער כאטשיג יעצט נעם אראפ דעי אינטערוויו פון ר' מאיר אדלער, פשוט אלץ כבוד פון א יחיד'
קרעטשמע האט בשום אופן נישט מסכים געווען!

נישט האבנדיג קיין ברירה, האט קווארטל אנגעהויבן לייגן וואטערמארקס אויף זיינע זאכן, אינקלאדינג די פאנעל וואס ער האט באקומען עקסלוסיוו פונעם בעה''ב פונעם פאנעל הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א. נאכן זען דאס איז קרעטשמע געגאנגען און ווייטער ממשיך געווען צו קאפיען די זאכן אבער ער שניידט ארויס יעדע 3 מינוט די פאר סקונדעס פון די וואטערמארק, נו שוין, כאטשיג קען ער עס נישט קאפיען געהעריג...
פון ווי זאל איך וויסן אז זיי האבן זיך אפגעשאקלט? און פארוואס טאקע?
איך רוף כסדר קרעטשמא, האב איך געמיינט אז אז ס'איז נישט דא קיין אפדעטיס
רעד קלאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 05, 2025 6:40 pm
Location: KJ
x 54

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך רעד קלאר »

שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:11 pm אונטרעסאנט אז לייגן ''כל הזכיות שמורות למערכת היימישע קרעטשמע'' אין א גע'גנב'עטע שטיקל פון קול מבשר אדער פון סייווי, דאס נערווירט נישט דעם ציבור
יעדער ווייסט פון ווי עס קומט.
קיינער מיינט נישט אז יצחק שלמה מיט וועלוועל רעדן אויף קרעטשמע
תיקון
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 8:28 pm
Location: Israel
x 115

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תיקון »

ברוך השם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 9:34 pm
דעת זקנים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:38 pm
וואס ר' יצחק טוט איז ממש נתפעל צו ווערן,
איך ווייס נאר א פיצי דערפון {דאס אויך נישט}, און איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט די כוחות,
אין ער טוט נאך אסאך מער.
נאר די באשעפער ווייסט באמת זיינע כוחות וואס ער לייגט אריין, זאל השם יתברך אים געבן א גוט, געזונטע, לעכטיגע יאר, מיט אסאך השפעות ברוחניות, ובגשמיות.
גא"מ
יותר ממה שכתוב כאן יש כאן
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 394

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געטטער »

אורך ימים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:12 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:09 pm
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:11 pm אונטרעסאנט אז לייגן ''כל הזכיות שמורות למערכת היימישע קרעטשמע'' אין א גע'גנב'עטע שטיקל פון קול מבשר אדער פון סייווי, דאס נערווירט נישט דעם ציבור
פאר איר זאגט גע'גנב'עטע ביטע גייט מברר זיין, איך האלט שוין נאכדעם
נחמן ליווי האט געזאגט אויף זיין קו''מ אינטערוויאו אז ער געבט נישט רשות פאר קרעטשמע צו קאפיען זיינע זאכן
בכל אופן, די עסקנים זאגן דאך דא קלאר אז זיי ווילן נישט קריטשמע זאל לייגן זייערע אינטערוויאו'ס
,
פיילס
km.PNG
km.PNG (203.89 KiB) געזען געווארן 961 מאל
km1.PNG
km1.PNG (659.84 KiB) געזען געווארן 961 מאל
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 996

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

רעד קלאר האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 12:02 am
שעפעריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 4:11 pm אונטרעסאנט אז לייגן ''כל הזכיות שמורות למערכת היימישע קרעטשמע'' אין א גע'גנב'עטע שטיקל פון קול מבשר אדער פון סייווי, דאס נערווירט נישט דעם ציבור
יעדער ווייסט פון ווי עס קומט.
קיינער מיינט נישט אז יצחק שלמה מיט וועלוועל רעדן אויף קרעטשמע
ווער רעדט פון ''וויסן''? מ'האט געטענה'ט אז כל הזכיות שמורות איז נערווירנד, האבעך געוואלט פארשטיין פארוואס בלויז קווארטל'ס נערווירד און נישט קרעטשמע
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 541
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 858

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תורה ויראה »

געטטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 8:04 am
אורך ימים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:12 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 8:09 pm

פאר איר זאגט גע'גנב'עטע ביטע גייט מברר זיין, איך האלט שוין נאכדעם
נחמן ליווי האט געזאגט אויף זיין קו''מ אינטערוויאו אז ער געבט נישט רשות פאר קרעטשמע צו קאפיען זיינע זאכן
בכל אופן, די עסקנים זאגן דאך דא קלאר אז זיי ווילן נישט קריטשמע זאל לייגן זייערע אינטערוויאו'ס
,
דעיס איז מוראדיג, הייסט איז בעצם זענען אלע בדחנות זייערס, ווער ס'קומט זיך נישט אויסגלייכן איז זיך אליין שולדיג
כ'גאנבע דיר צו אלע דיינע זשולערי, אויב דו וועסט זיך אויסגלייכן מיט מיר וועלמיר זיך פארשטענדיגן.
אזעלכע צדיקים בדורינו!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 412
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1156

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צייטווייליג »

גענוג געווען מיט דעם האטליין שמועס אין די טעמע!

די האטליין חסידישע קווארטל איז די אפיציעלע עסקנים פלאטפארמע.

ביטע שליסן די נושא דא איבער די קרעטשמע האטליין. ביטע נאר ממשיך זיין מיט אקטועלע באריכטן איבער די מערכה און וויאזוי מיר קענען בייהילפיג זיין צו די חשובע יוצאים.
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

איך פארשטיי אז מ'קען ממשיך זיין דא
viewtopic.php?t=206&start=175
נחמן כץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 9:18 am
Location: ארץ ישראל
x 28

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נחמן כץ »

וואך נאכט ביי הרב יעקב יצחק קעניג קומט פאר אי"ה היינט נאכט יום ב' אין חגי 15 בני ברק משפחת ווייס-רוטנער
הברית מילה אי"ה מארגן אין בהמ"ד ביאלה רמת אהרן - בני ברק
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

האבן די יוצאים צירוק געטוישט צו זייער אלטע נעמען ווען זיי האבן ארויס פון די קאלט?
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »

שמחה אצל יוצא לב טהור, שעורך כעת וואכט נאכט לבנו הנולד, מדובר בשמחה ראשונה שלו בארץ.
פיילס
Screenshot_20250901_202614_Telegram.jpg
Screenshot_20250901_202614_Telegram.jpg (211.97 KiB) געזען געווארן 2870 מאל
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

מזל טוב
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

חשוב'ע געסט ביים וואכנאכט
(בילד אראפגענומען ע''פ בקשת א' מן האחים)
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

אורך ימים האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 11:13 pm חשוב'ע געסט ביים וואכנאכט
ענק זעהען דאך אויס אזוי לעכטיג מיט די פארקלעמט קייט פון שעלטער קאלט שוין נישט אוועזען אויף זייער פנימ'ער.

ס' דעפרייט יעדערס הארץ דאס צו זעהן!
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
סוחריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 41
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:43 pm
Location: וויליאמסבורג
x 131

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחריש »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:30 pm
סוחריש האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:28 pm
גרינטליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 6:15 pm
נישט חלילה אוועקמאכען קיין איינער אדער זיין מיטלייד פיין און צער.
אבער איך גלייב שטארק @חלא בר חמרא האט נישט געמיינט דעם קוק ווינקל, ער האט בסך הכל פארשטאנן אז די משפחה וועט נישט ליב האבן אז ברענגט ארויף אלטע צרות פון די משפחה, פאר אונטערהאלטונג.
אבער איר קענט זיין זיכער אז קיינער האט נישט געמיינט אוועק מאכן אייער צער.
ער האט אויכעט נישט מחליט געווען פאר אייך, ער האט זיך פארגעשטעלט ווען ער וואלט געווען אין אייערע שיך, וואס ער מיינט ער וואלט דעמאלס געטראכט.
הלוואי.
פארשידענע משפחות טאר מען נישט רעדן וועגען זייער צרות אבער אנדערע מעג מען רעדען קיינער איז נישט פארנומען זארגען ביי זיי וועגען זייער פריוואטקייט
יעדער זאל וויסען וואס זיי האבען מיט געמאכט
אבער ווען מען האט פארשידינע אינטערעסע באהאלטען זאכען שווימען ארויס אלע און זאגען פריוואטקייט
מען טאר נישט וויסען וואס יענער האט געליטען
איך האב זיכער גארנישט געמיינט, איך וויל אייך נאר זאגן, אפי' זיין שרייבן וואס האט אייך פאדראסען, קומט נאר פון א רצון להיטב.
ער וועט אייך נישט קענען פארשטיין, ווייל ער איז נישט יעצט אין דיינער שיך.
שכויח פאר דיין ווארעמער ווערטער
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

ר שמואל פוקס איז מרמז אין מאמענט אז לב טהור איז נישט צופאלען ווייסען די עסקנים דערפון
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

@שמואל פוקס
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3391

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

לגבי די שאלה אויף די עתיד פון לב-טהור:

א. לב טהור איז אויפן מאמענט צופאלן. פינטל.

ב. די שאלה איז, צי זיי וועלן זיך צוריק צוזאמעננעמען, ועל זה אנו דנים.

ג. אויב זיי וועלן זיך צוריק צוזאמעננעמען, איז די שאלה צי דאס וועט זיין אויפן זעלבן פארמאט ווי אמאל, אדער וועט דאס זיין עפעס אנדערש, אפשר אויף א לייכטערע פארנעם, אדער בלויז א בית-המדרש'ל זיך צוזאמענצוהאלטן מיט די לימודים וכו', אבער נישט אלס קאנטראל וכו'.

ד. אויב עס וועט געשען אזא זאך, איז די שאלה מאן יאמר אז עס איז אזוי שלעכט? - וואס קען שוין זיין שלעכט אז מענטשן גלויבן אויף א געוויסער מענטש אז ער איז א צדיק? - פעלן דען חסידיות מיט פאלשע מנהיגים? - כל-זמן מען בא'עולה'ט נישט קיינעם און מען נעמט נישט אוועק קיין בחירה פון א מענטש, וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט? - איינעם גייט עס אן, אז צוויי אידן זיצן אינאיינעם און זינגען צוזאמען, "אל תשליכנו, איי ייאי טאטעניו..." - זאל זיין אזוי. אנדערע וועלן אבער טענה'ן אז ניין! - מען טאר נישט געבן פאר אזא קהילה א פלאטפארמע, אפילו אויף א כשר'ע אופן. עס דארף אויסגעריסן ווערן יעדע זכר און ברעקל פון אזא סארט שיטה און הנהגה, אזוי ווי כת-ש"ץ בדורו און אנדערע אזעלכע שטערמונגען. דערויף קען מען דעבאטירן.

אלס ענטפער צו סעיף ב. ג. און ד.

1. כמעט אלע עסקנים זענען שטארק ביי די מיינונג, אז לב-טהור וועט זיך קיינמאל נישט צוריק צוזאמעננעמען, אויף קיין שום סארט פארמאט. לויט זייערע ווערטער איז פארהאן א קאנטראל דערויף און סיי ווי האלטן זיי, אז זיי אליין וועלן דאס נישט וועלן טון, צוליב פארשידענע סארט סיבות.

2. כמעט אלע קלוגע יוצאי לב-טהור, וועלכע זענען בתוך הענינים און פארשטייען ווי אזוי זאכן גייען צו דארט, זאגן אויך קלאר אז לויט זייער פארשטאנד, וועט זיך לב-טהור נישט צוזאמעננעמען צוריק און זיי וועלן אפילו נישט פראבירן דאס צו טון. אסאך מענטשן זענען דארט געווען באונס, און נישט ווייל זיי האבן דאס געוואלט. אפילו די מענטשן וואס זענען נישט געווען דארט באונס, פארשטייען אויך רוב פון זיי אז עס איז נישט גוט געווען דארט, און קיינער זוכט נישט זיך צוריק צוזאמענצונעמען.

3. נאכמער; אפילו מענטשן וואס דערקלערן זיך נאך אלס לב-טהור, און געפינען זיך אפילו אין גואטאמאלא, זאגן אויך אז די חבורה איז א פארגאנגענהייט. לדבריהם, מען האט פראבירט צו טון א גוטע זאך, אבער ס'איז נישט געגאנגען און לב-טהור דארף זיך אצינד פארשפרייטן און זיך אויפלעזן, דאס איז א זאך וואס האט נישט געקענט אנהאלטן ווייטער.

4. א קליינער מועט פון מענטשן, ואני בתוכם (וואס זאל איך טון אז איך האלט אזוי?), זענען ביי די מיינונג, אז ערגעץ וואו, וועט זיך מאכן א קיבוץ פון מענטשן, וואס וועלן זיך ווידער צוזאמענהאלטן. לדעתי קען מען נישט שטערן קיין מענטשן פון דאס טון. דאס איז אבער זיכער, אז עס וועט זיכער נישט זיין אויף דעם פארמאט ווי אין גואטאמאלא, מען קען נישט טון דא, דאס וואס מען האט געטון דארט, און מענטשן פארשטייען אליין אז דארט איז נישט גוט געווען, און קיינער וויל נישט איבערשפילן דעם מאדעל פון דארט. בסך-הכל וועט זיין א מקום, ווי דער אור ה' וועט ליגן אין שאפע און אידן וועלן זיצן איבער א גלעזל ברוינפן און דערציילן סיפורים איבערן רבי'ן זי"ע.

9. וואס יא? - פון אזא אומשולדיגע חבורה, קען במשך די צייט ארויסוואקסן מער א ראדיקאלע שטערמונג. עס קען נעמען יארן, אבער פון די יונגע דור קענען קומען אזעלכע מענטשן און אנהויבן טענה'ן, אז דער רבי האט דאס געוואלט און אז אמאל האט מען אזוי געלעבט. עס קען נעמען צענדליגע יארן צי אפילו הונדערטע יארן, ביז אזאנס קען זיך אנטוויקלען.

צוריקגייענדיג צו סעיף א.

1. עס איז וויכטיג אויסצוקלארן: די חבורה אלס חבורה איז טאקע צופאלן, אבער מענטשן וואס גייען אין די שיטה און די לימודים, איז נאכנישט גענצליך צופאלן. אין אנדערע ווערטער; עס איז מער נישטא דעם 'גוף החבורה', הנהלה, קאנטראל, חדר, ישיבה, מוסדות. פארט, די שיטה און די לימודים לעבן נאך ביי יחידים, וועלכע זענען צושפרייט איבער די וועלט און זיי פראבירן אנצוהאלטן און זיי קוקן זיך אן, אז זיי זענען די חבורה. ווען די דאזיגע מענטשן ליינען אצינד מיין ערשטע סעיף (און איך בין זיכער אז עס איז פארהאן פון זיי וואס ליינען דא), איז זייער ערשטע רעאקציע, "שקר, די חבורה איז חי וקים - איך פיר זיך לויט די חבורה, פלוני פון עיר פלוני איז פון די חבורה, אלמוני פון די מרחקים איז אין די חבורה, וכן הלאה". דעריבער קלאר איך אויס, אז די גוף הכללי אלס חבורה איז שוין צופאלן, די סעטינג און די משטר ההנהגה. עס זענען פארט פארהאן יחידים וועלכע גייען נאך אלס אין די דרך און אין די הדרכות און לימודים. די שאלה איז, ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן. די יחידים קענען אזוי אנהאלטן פאר יארן, אדער פאר שטענדיג. זייערע קינדער מוזן אבער גיין אין היימישע מוסדות התורה, מען מוז מחונך ווערן אנדערש און דאס איז נישט קיין זאך וואס קען אנהאלטן. ווער רעדט נאך, אויב וועט טאקע נישט זיין קיין פלאץ וואו מען קומט זיך צוזאמען, וועט די זאך אונטערגיין און אפילו די פאר יחידים, וועט יעדער איינער פאר זיך פארמירן און אדאפטירן א צווייטער סארט מהלך און עס וועט נישט זיין קיין תמימות-דעים. דאס מיינט אין קורצן, אז די חבורה איז אונטערגעגאנגען.

2. עס איז אויך נישט אויסגעשלאסן, אז אין דער לאנגער עתיד וועט אונטערוואקסן פון אונטער דער ערד א חבריא, וואס וועט אננעמען דעם דרך פון לב-טהור אלס זייער דרך. פונקט ווי עס וואקסן היינט אויס אלע סארט חבריות, געבויט אויף אלע סארט השקפות און מיינונגען, כשר'ע ווי נישט כשר'ע. אין די היינטיגע ברייטע וועלט, געפינען מענטשן אויס אלע סארט מהלכים אין עבודת-השם און אין לעבן, וואס האבן אמאל עקזיסטירט, און מענטשן פראבירן דאס אויס, זיך צוזאמעננעמענדיג בחבריא צו פראקטיצירן דעם דאזיגן גאנג. לב-טהור וועט ווארשיינליך נישט זיין אנדערש, און עס וועלן אפירקומען אפאר ליידיגע מענטשן מיט א גרויסן דארשט אנצופילן די לאך אין זייער נשמה, און אפירקראצן די אלטע תורות און לימודים, מאכנדיג דערפון א חבריא. אבער זיכער נישט דאס מיינט דער פסוק, אז לב-טהור איז צוריק אלס חברייא. יעדער פארשטייט דאס.

אויב עסקנים האלטן, אז מיינע ווערטער זענען א שטער אין די מערכה און אז איך בין מחזק דורכדעם מענטשן צו קלערן, זיך צוריק צוזאמענצונעמען, קען איך גערן אראפנעמען מיין יעצטיגע תגובה.
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

שכח זייער קלאר
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 331
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ChatGPT »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 1:01 pm 9. וואס יא? - פון אזא אומשולדיגע חבורה, קען במשך די צייט ארויסוואקסן מער א ראדיקאלע שטערמונג. עס קען נעמען יארן, אבער פון די יונגע דור קענען קומען אזעלכע מענטשן און אנהויבן טענה'ן, אז דער רבי האט דאס געוואלט און אז אמאל האט מען אזוי געלעבט. עס קען נעמען צענדליגע יארן צי אפילו הונדערטע יארן, ביז אזאנס קען זיך אנטוויקלען.
ווילאנג האט גענומען פאר די "געוועזענע" ראדיקאלע חבורה זיך צו אנטוויקלען? צענדליגער אדער הונדערטער?
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 547

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

סאיז אנדערש ווי די געוועזענע ווייל זיי זענען מיט זייערע שכנים ידידים וואס זענען נישט לב טהור
גדליה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 11:01 am
x 717

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גדליה »

זייענדיג שטארק בתוך הענינים קען איך זאגן פון מיין פערספעקטיוו און פון וואס איך האב געהערט פון די יוצאים, אז די חברה לב טהור איז שוין און וועט לויט אלע ווארשיינלעכקייטן בלייבן א חלק פון דעם שווארצע היסטאריע פון כלל ישראל, די עסקנים האבן בסיעתא דשמיא דעליווערט א ווע''ל דאו''ן דזשאב, דאס האב איך געהערט פון געוועזענע מיטגלידער, צווישן אנדערע האב איך גערעדט צו איינע פון די אייקאנישע געוועזענע מעמבער'ס וואס זיין נאמען איז געגאנגען פאראלעל מיט ''לב טהור '', האט ער מיר געזאגט אז ווי ווייט ער ווייסט איז די עולם שוין מער ווי זאט פון צרות און פיין, יעדער קוקט ארויס זיך צו סעטלען און אנפאנגען א נייע לעבן, איינער פריער און איינער שפעטער, אבער הצד השוה שבהם אז ווי נאר מ'נעמט די קאראזש צו אפלאזן די מקום טמאה וויל מען מער נישט הערן און וויסן דערפון, אויף מיין פראגע אויב ער וואלט מיטגעשטאנען מיט א געדאנק ווי א בית מדרש וכו' מען זאל זיך קענען האלטן צוזאמען, האט ער געזאגט אז קלאר אז נישט, יעדע זאך וואס האט שייכות מיט דעם שטייט ער ווייט, געניג געליטן איז זיין אויסדריק
דאס איז לפי מיין אינפארמאציע, מ'קען זיך קריגן דערמיט, מ'קען עס דעבאטירן, איך שרייב וואס איך ווייס
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

חלא בר חמרא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 4:22 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 25, 2025 3:00 pm ברוך השם נאך א משפחה איז אויפן וועג קיין אמריקא, די רעדע איז פון משפחת ר' אלטער ניסים גאלדמן בן ר' אריאל מיט זיין 2 קינדער , יעצט איז געבליבען אין די שעלטער 5 קינדערלעך
הודו לד'! ידידינו המכונה "דער אלטער ניסים", כידוע! ומשום מעשה שהיה.

א איד א צדיק במלוא מובן המילה. ממש א מצוה אים צו העלפן זיך שטעלן אויף די פוס.
רבותי אלטער ניסים דארף א ביסל העלפ מיט געלט ער דארף צריק פארן מסדר זיין די גרין קארד פאר זיין ווייב אויב איינער קען העלפן זאל מיר שרייבן פרייוט ער האט נישט קיינער וואס העלפט עם
שרייב פאוסט