חלא בר חמרא האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:45 pm
טייערע אידן! דער איד פארמאגט קרוב צו א מנין יוצאי חלציו (קע"ה. איר קענט עס אויסרעכענען) וועלכע ליינען דא!
וואלט ווען געפאסט אויסצושמועסן ברבים א איד פון בארא פארק, אלע זיינע געוועזענע זיווגים, שלום בית פראבלעמען, און ווער ס'האט מסדר געווען זיינע גיטין, און ווער ס'האט חתונה געהאט מיר איר בזוו"ש??? ברענגט דאס כבוד פאר א מענטש, אדער חלילה דאס פארקערטע???
ער האט טאקע ליידער פארברענגט רוב פון זיינע שענסטע יארן אין לב-טהור, שלא באשמתו, אבער קומט אים דערפאר צו דארפן ווערן דעם געשפרעך פונעם ציבור? אביסל פריוואטקייט קען מען אים נישט געבן?
גואטאמאלא בלוט איז נישט הפקר! און ווי זאגט @על פי, ביטע לייקן בתורת פעטיציע. א גוט שבת!
ס'איז נישט ממש אזוי, ווייל דער עולם ברענגט ארויס מער די רשעות און מעשה רציחה וואס מען האט אפגעטון צו איד וואס איז שוין הבא בשנים, און טאקע דורך זיין אזוי גערופענער אייגענע איידעם וואס איז א רשע מרושע א רוצח ידיעה, און טאקע דער פאקט אז ער האט א שטוב מיט קינדער ברענגט נאך מער ארויס די רשעות וואס שרייעט ביזן הימל
סוי קום נישט אזוי גאלנציג מען שמועסט אויס א איד פון בארא פארק.... דאס וויל דאך לב-טמא פארקויפן אז די אלע גיטין זענען געווען בלויז שלום בית פראבלעמען, אבער גענוג איז גענוג, ס'איז א חלק פון די מעשה נבלה פון קאנטראלירן די מענטשהייט...
אומדערהערטער זאך ביי די היסטאריע פון כלל ישראל זיך ארומצושפילן מיט דאס הייליגסטע 'קדושת ישראל' פאר אייגענע רשעות'דיגע אינטערעסן,
מען קאן אסאך מאריך זיין איבער די טיעפקייט פון די עוולות און רשעות הצועקות מן האדמה, אבער ס'איז נישט פאר יעצט
די מענטשן זענען גע'הרג'עטע מענטשן אויף אייביג!
און דאס טאקע די פאקט אז די קינדער ליינען דא, ווען זיי זעהן מען טראכט פון זייער צער, דאס וועט אפשר בארוהיגן זייער צושטורמעטער געמיטער