אפשר וועגן פעטלין און גדלי זיצן דארטאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:23 pm► Show Spoilerכבוד מלכים! ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול ביי מלכות'דיגע אויפנאמע אין "מחנה בית רחל"
אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (סאטמאר מהר"א) איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן א גאר עהרנפולע באזוך אין "מחנה בית רחל" וואו די 2,500 סאטמאר'ע תלמידות - וועלכע וויילן אצינד אין קעמפ אויפ'ן צווייטן העלפט זומער - האבן אויפגענומען בכבוד גדול די ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, און איר אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד מלכים און דעם אויסטערלישער הכרת הטוב און יישר כח פאר איר געוואגטע הילף וואס די גאווערנאר האט באוויזן צו שענקען פאר די מוסדות התורה, ביים היסטארישער דערגרייכונג מיט'ן באשטעטיגן דעם נייעם "חינוך ביל" אין אלבאני טראץ אלע ארטיגע בייזע ווינטן.
דעם לעצטן ערב שבועות ווען דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישער דאנק-שמועס מיט'ן גאווערנאר, האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט אויפ'ן טעלעפאן אז מ'וועט אנהאלטן א ווייטערדיגע קשר צו ארבעטן אינאיינעם טריט ביי שריט ביז מען וועט זען בעז"ה אז דער נייער ביל ווערט אויסגעפירט אויפ'ן בעסטן אופן לטובת החינוך בלי שום שינוי, און אפילו אויף ווייטערדיגע לעגיסלאציע געשלעגן אויב עס וועט ח"ו נאך אויספעלן.
טאקע דערפאר האבן די עסקנים טאקע יעצט - בפקודת פון רבי'ן - געלאדנט דעם גאווערנאר אויף אזא זעלטענעם באזוך, וואס די גאווערנאר האט טאקע אנגענומען און ס'איז באשטימט געווארן איר רייזע אויפ'ן היינטיגן טאג. ס'איז נראה וניכר אז די סאטמאר'ע אינדארסירונג וואס די גאווערנאר האט באקומען טראץ די שטארקע קאמפיין'ס דערקעגן שטייט ווייטער פאר די אויגן און די הכרת הטוב און נאנטע קשר האלט ב"ה אן, און אצינד קומט די גאווערנאר זעהן מיט די אייגענע אויגן דעם העליכן עדיוקעישן, די הערליכע פירות, די טויזנטער סאטמאר'ע תלמידות פון די מוסדות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, און נאך.
ווען די גאווערנאר איז אנגעקומען, איז זי געווארן אפגעווארט דורך די ראשי הנהלת הקהילות והמוסדות פון גאנץ ניו יארק, וועלכע זענען אנגעקומען אינאיינעם מיט'ן געווערנאר און געזעצט געווארן אויבן אן בשעת די מלכות'דיגע אויפנאמע.
די מאיאסטעטישע אויפנאמע איז פארגעקומען אינעם גרויסן אודיטאריום פונעם קעמפ, מיט א גרויסן טראסק און עהרע לכבוד המלכות. צוערשט האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א מיט שטארקע און הארציגע ווערטער, ער האט מסביר געווען פאר די מיידלעך אז די גאווערנאר וועמען מיר נעמען דא אויף איז די העכסטע אויטאריטעט און די פאקטישע לידער פון די סטעיט, אזוי ווי א פרעזידענט אויפ'ן לאנד. דאן האט אויפגעטרעטן א תלמידה אין נאמען פון אלע תלמידות, און ארויסגעברענגט די געפיל פון אלע סאטמאר'ע אידן בכלל און די תלמידות דא בפרט וועלכע האבן אן הכרת הטוב פאר'ן גאווערנאר וואס העלפט אונז ארויס צו ערלויבן אונזער ערליכע ערציאונג אויף אונזער וועג. דאן האט א פרינציפל פון בארא פארק מרת געלדצעהלער אויפגערופן די גאווערנאר צו געבן איר רעדע, און דערביי האט די פרינציפל גאר שטארק ארויסגעברענגט ווי ווייט די גאסט וואס מ'האט דא היינט האט זיך איבערגעגעבן פאר אונזער עדיוקעישן, זי האט געפייט און זי פייט ווייטער פאר אונזערע רעכטן.
דאן האט אויפגעטרעטן די גאווערנאר און גערעדט מיט באגייסטערונג פונעם מחזה וואס מ'זעט דא, און לאנג ארומגערעדט איבער איר נאנטע צוזאמענרבעט מיט די אידישע קאמיונעטי. זי האט געזאגט אז געדענקט נאך איר לעצטע באזוך דא אינעם קעמפ אלס ליוטענענט גאווערנאר מיט 7 יאר צוריק, זאגנדיג אז דעמאלס האט זי נאכנישט געהאט די כח וואס זי האט היינט, און יעצט איז דא די פאוער צו קענען דורכפירן וויכטיגע הילף, און זי האט געזאגט אז זי "ארבעט שווער און וועט ווייטער ארבעטן" מיט די סענאט און אסעמבלי, און טון אלעס פון איר זייט אז מען זאל נישט טשעפענען אונזערע חינוך און אונזערע געברויכן.
דאן איז די גאווערנאר אראפ פון סטעידזש, און די חברי הנהלה און אלע אנוועזנדע מענער זענען ארויס פונעם זאל, און ס'איז געווארן פארגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע פארשטעלונג פון תלמידות וואס האט גאר באגייסטערט די גאווערנאר ב"ה.
נאכ'ן ענדיגן די גאר בכבוד'דיגע אויפנאמע, איז די גאווערנאר אריבער צום שטוב פונעם חבר הנהלת המחנה ומראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל, הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, וואו אלע ראשי הקהילות והמוסדות און ראשי עסקנים פון איבער ניו יארק זענען געווען אנוועזנד, אויף א פראדוקטיווע אסיפה פאר די ווייטערדיגע צוזאמענארבעט איבער'ן גזירת החינוך פונעם הארטנעקיגער ניו יארק סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט, און אלע אנדערע אידישע געברויכן.
ס'איז געווען מערקווירדיג ווען די גאווערנאר האט זיך אויסגעדרוקט אז אין די צייט וואס דער חינוך ביל איז אריבער מיט הצלחה טראץ אלע שטרויכלונגען, איז אבער פאר איר פארבליבן זיך צו ספראווען אין אלבאני מיט אלע רעגירונגסלייט וואס זענען נאך יעצט ברוגז אויף דעם ביל.
נאך א לענגערע שמועס האט זיך דער זיצונג געענדיגט מיט א נאנטע פארשטענדעניש און ווייטערדיגע קשר פון ביידע זייטן, די גאווערנאר און איר אפיס זאלן ארבעטן ווייטער אינאיינעם מיט די געטרייע שלוחי כלל ישראל אויף אלע פאזעס פון הצלת יהדות ניו יארק און אלע וויכטיגע געברויכן, שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.
שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנו - דער וואל כח פונעם אחריות'דיגער ציבור, אונזער רעטונג אין גלות, בסיעתא דשמיא.
נייעס פון קרית יואל
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3071
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15119
Re: נייעס פון קרית יואל
אפשר וועגן פעטלין און גדלי זיצן דארטאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
Re: נייעס פון קרית יואל
הייסט עס אז אן עירוב וואס איז מן הצד איז כשר? וועלכע דעה?תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:15 pmאמרתי מה שאמרתי, ואני על משמרתי אעמודה.פלאם האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:49 pmדי פתגם שגור בפי העולם איז נישט ריכטיג, ס'איז יא דא כמה וכמה עירובין וואס זענען בכלל קיין עירוב.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:49 pm
ריכטיג.
פתגם שגור בפי העולם; נישטא קיין איין עירוב פסול לכל הדעות, און עס איז נישטא קיין איין עירוב כשר לכל הדעות.
וחיובא רמיא אקרקפתא דגברא, מברר צו זיין ווער דער בעל מכשיר איז, און אויב ער איז א בר סמכא, אזוי ווי ביי מידי דמיכל.
ווי איך האב עס געהערט [בשם החזו"א] ס'איז זייער שווער צו האבן א כשר'ע עירוב, און ס'איז זייער שווער צו האבן א פסול'ע מקוה, און די מציאות איז רוב מענטשן וועלן ענדערש זיכן מחמיר צו זיין אין מקואות.
און ליידער יא ס'איז דא אזעלכע עירובין.
[איך קען ברענגען נאך פילע דוגמאות פון עירובין וואס איך האב געזעהן, און ס'איז פסול לכל הדיעות].
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1986
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6067
Re: נייעס פון קרית יואל
אין מ.ב.ר. איז נישט נאר דא קרית יואל'ע מיידלעךאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3071
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15119
Re: נייעס פון קרית יואל
ווערט דאך שווערער זיין קשיאבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:58 pmאין מ.ב.ר. איז נישט נאר דא קרית יואל'ע מיידלעךאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1986
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6067
Re: נייעס פון קרית יואל
גערעכט, כ'האב נישט געכאפט אויף וואס זיין קשיא איז, אנטשולדיגט.חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:59 pmווערט דאך שווערער זיין קשיאבודקע האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:58 pmאין מ.ב.ר. איז נישט נאר דא קרית יואל'ע מיידלעךאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pm
אויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
- הימל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 470
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
- x 723
- פארבינד זיך:
Re: נייעס פון קרית יואל
אויב איך מעג ענפערן.... דער באשרייבונג ווערט באצאלט דורך די ווילידזש אף קרית דזשאול....אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
- בודקע
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1986
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 6067
Re: נייעס פון קרית יואל
דאן באלאנגט עס טאקע דאהימל האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 7:28 pmאויב איך מעג ענפערן.... דער באשרייבונג ווערט באצאלט דורך די ווילידזש אף קרית דזשאול....אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7945
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 19125
Re: נייעס פון קרית יואל
ביסט גערעכט.אמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
דער עיקר בלאק וואוט איז אפשר פון קרית יואל, אבער ביי האקול איז עס געווען פון איבעראל. כ'האב נישט געכאפט.
די מנהלם/אחראים קענען עס פירן צו די מהר"א טעמע.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7945
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 19125
Re: נייעס פון קרית יואל
אידטיש באריכטן ווערן נישט באצאלט. (דא-דארט מאכט זיך אז איך ווער באצאלט, אויפן פלאץ, מיט קיתונות של שופכין... פון געוויסע ניקס...)
אבער רחמנות אויף מיר זאלסטו נישט האבן... ס'וועט אי"ה זיין אין די צייטונגען.
Re: נייעס פון קרית יואל
איך האב היינט נאך אמאל מעיין געווען און חת"ס און ער ברענגט דעס פאר א סיבה יא צו מאכען א עירובויצא האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 1:13 amפאקערט עירוב איז גרינגער ווייל הלכה כדברי המקיל בעירוב. חתם סופר רעד ווען סאיז נישט דא קיין עירובדער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:17 pmריכטיג, מיט איין הוספה... אז הוצאה בשבת איז א זייער ערנסטע נושא.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:49 pm
ריכטיג.
פתגם שגור בפי העולם; נישטא קיין איין עירוב פסול לכל הדעות, און עס איז נישטא קיין איין עירוב כשר לכל הדעות.
וחיובא רמיא אקרקפתא דגברא, מברר צו זיין ווער דער בעל מכשיר איז, און אויב ער איז א בר סמכא, אזוי ווי ביי מידי דמיכל.
דער לשון החת"ס איז: ואיסור הוצאה העובר עליהם הוא מומר לכל התורה כולה.
נישט אז ס'מיינט אז דא איז נישטא קיין קולות וואס זענען יא אנגענומען לויט די פוסקים. כ'ברענג נאר ארויס אז ס'איז א הארבערע נושא ווי אסאך אנדערע איסורים.
Re: נייעס פון קרית יואל
ווער איז פעטלין?
- בן תורה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 814
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
- Location: ביים שטענדער
- x 1627
Re: נייעס פון קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
ייש'כ
ווער איז ער אויפן בילד?
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3071
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15119
Re: נייעס פון קרית יואל
- פיילס
-
- IMG_20250812_092209_132.jpg (27.14 KiB) געזען געווארן 691 מאל
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
Re: נייעס פון קרית יואל
אפשר ברויך מען עס לייגן ביי די נייעס פון איחוד קאנטרי ווייל נפתלי משה אינדיג מיט חיים הערש שווארץ זיצן דארט.....חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:27 pmאפשר וועגן פעטלין און גדלי זיצן דארטאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pmאויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
- חלום חלמתי
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3071
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 15119
Re: נייעס פון קרית יואל
@שינאווער ביטע עפן א אשכול איבער איחוד קאנטריגרינגראז האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 12:46 pmאפשר ברויך מען עס לייגן ביי די נייעס פון איחוד קאנטרי ווייל נפתלי משה אינדיג מיט חיים הערש שווארץ זיצן דארט.....חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:27 pmאפשר וועגן פעטלין און גדלי זיצן דארטאמת ואמונה האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 11, 2025 6:21 pm
אויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
זאלץ בענד אינטער די קוליסן
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2231
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7451
Re: נייעס פון קרית יואל
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 12:49 pm@שינאווער ביטע עפן א אשכול איבער איחוד קאנטרי
Re: נייעס פון קרית יואל
ער גייט עס נאך באלד עפענען....חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 12:49 pm@שינאווער ביטע עפן א אשכול איבער איחוד קאנטרי
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2231
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 7451
Re: נייעס פון קרית יואל
יוי... זיי נישט דערשראקן, איך בעהט דיר...גרינגראז האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 12:54 pmער גייט עס נאך באלד עפענען....חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 12:49 pm@שינאווער ביטע עפן א אשכול איבער איחוד קאנטרי![]()
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7945
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 19125
Re: נייעס פון קרית יואל
א גאר הערליכער מעמד איז פארגעקומען מיט אלע עסקני ובודקי העירובין פון אלע שכונות ארום קרית יואל המורחבת דורכ'ן "ועד העירובין" שע"י בית הוראה קרית יואל, בראשות הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א יו"ר הועד, וואו ס'האבן זיך אויך באטייליגט רבנים און עסקנים פון אלע שכונות, און אויך רבנים פון אנדערע געגנטער וועלכע גיבן זיך אפ מיט עירובין.
די עירובין ארום קרית יואל אליינס - אויסער די פילע עירובין אין ווייטערע שטעט וואו מען רופט היינט אראפ דעם ועד - באטרעפן ריזיגע ריזיגע מיילן, און זענען א אויסטערלישע אונטערנעמונג אין וואס ס'גייט אריין אסאך מסירת נפש. די רבני הועד זענען נישט אריין דערין פאר אינטערסאנטקייט נאר זיי האבן געזען די אויסטערלישע מצב אז מען רופט פשוטע הענדימענס צו מאכן עירובין און פילע עירובין זענען גאר גאר שוואך בלשון המעטה, זענען זיי אריינגעטאנצן און אנגעהויבן ארבעטן צוביסלעך מער און מער, ביז ס'איז אנגעקומען וואו ס'איז אנגעקומען, צענדליגער מיילן ארום די שטאט זענען באצירט מיט גאר המודר'דיגע עירובין, מיט א סיסטעם פון בדיקות יעדע וואך, 2 פארנומענע לייטער טראקס, 10 רבנים וואס קלעטערן אויף בערג און טאלן, הונדערטער טויזנטער דאלאר'ס אין קאסטן יערליך וואס רבי יואל שלעפט אויף זיך אינאיינעם מיט זיין נייע "ועד בעלי בתים", און טויזנטער נפשות וואס ווערן באהיטן און באגליקט מיט א אויסגעהאלטענע שמירת שבת.
אין ציפערן איז ארויסגעקומען די פאלגנדע נומערן:
• די עירובין אונטער'ן ועד אין קרית יואל המורחבת, נעמען אריין 1,197 פאולס פון O&R...
• בעת וואס דער צענטראלער עירוב ארום קרית יואל (וואס ווערט גענצליך אויסגעהאלטן און באגלייט דורכ'ן ועד העירוב שע"י הנהלת הקרי') איז גרויס 4.7 מייל, זענען די עירובין אין אלע שכונות איבער קרית יואל המורחבת גאנצע 14.9 מייל פון "געיטס" (אויסער די בענדלעך)
• 7.2 מייל געיטס און צורות הפתח זענען פארהאן בלויז אויף צו ארומנעמען די "קרפיפות" וועלכע פסל'ען דעם עירוב אויב זיי זענען אפן
• אלע עירובין אונטער'ן השגחה, אינאיינעם מיט די אלע בעק אפ עירובין, לויפן אויף 59.13 לינער מייל(!!!)
• אדורך וואקן אלע עירובין און די קרפיפות, איז לענגער ווי וואקן פון קרית יואל ביז ווילאמסבורג!...
דאס גיט א שטיקל בליק וואסערע פאעראציע ס'פירט זיך דא...
איך לייג דא עטליכע בילדער, כאטש איך האב נישט די נעמען פון וועמען אלס מען זעט, דאס לאז איך פאר אנדערע צו אנאליזירן אויב מ'וויל:

- 0U9A4010.JPG (162.43 KiB) געזען געווארן 272 מאל
-
- 0U9A4003.JPG (152.21 KiB) געזען געווארן 272 מאל
-
- 0U9A4001.JPG (193.69 KiB) געזען געווארן 272 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7945
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 19125
Re: נייעס פון קרית יואל
- פיילס
-
- 0U9A4043.JPG (179.47 KiB) געזען געווארן 269 מאל
-
- 0U9A4040.JPG (205.87 KiB) געזען געווארן 269 מאל
-
- 0U9A4037.JPG (152.94 KiB) געזען געווארן 269 מאל
-
- 0U9A4027.JPG (179.19 KiB) געזען געווארן 269 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7945
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 19125
Re: נייעס פון קרית יואל
- פיילס
-
- 0U9A4125.JPG (226.45 KiB) געזען געווארן 247 מאל
-
- 0U9A4083.JPG (153.82 KiB) געזען געווארן 263 מאל
-
- 0U9A4075.JPG (142.18 KiB) געזען געווארן 265 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7945
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 19125
Re: נייעס פון קרית יואל
- פיילס
-
- 0U9A4173.JPG (171.1 KiB) געזען געווארן 260 מאל
-
- 0U9A4135.JPG (195.12 KiB) געזען געווארן 260 מאל
-
- 0U9A4111.JPG (210.13 KiB) געזען געווארן 260 מאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 7945
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 19125
Re: נייעס פון קרית יואל
- פיילס
-
- 0U9A4187.JPG (168.74 KiB) געזען געווארן 252 מאל
-
- 0U9A4182.JPG (155.67 KiB) געזען געווארן 252 מאל
-
- 0U9A4179.JPG (149.76 KiB) געזען געווארן 252 מאל