נייעס פון קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4702
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6257

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

איש חשוב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 3:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 1:37 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 1:30 pm כ'אב געמיינט אז מטיב איז דא צו העלפן די מיטל קלאס
אוודאי פאר זיי איז די ערשטע לאקאל, די נייע לאקאל איז פאר בני תורה וואס א גרויסע פארצענט פון זיי האבן נישט קיין קארן צו פארן אהין
זיי מסביר וויאזוי מ'קען אויסשטעלן ווער ס'קען אריינקומען אין א גראסערי?

מ'גייט דארפן א "בן תורה" איינטריט קארד?
וועיט ענד סי.

א שאד צו טשעלענדזשן א זאך איידער דו ווייסט די פלענער.
איש חשוב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:40 am
x 139

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך איש חשוב »

שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:08 pm
איש חשוב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 3:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 1:37 pm
אוודאי פאר זיי איז די ערשטע לאקאל, די נייע לאקאל איז פאר בני תורה וואס א גרויסע פארצענט פון זיי האבן נישט קיין קארן צו פארן אהין
זיי מסביר וויאזוי מ'קען אויסשטעלן ווער ס'קען אריינקומען אין א גראסערי?

מ'גייט דארפן א "בן תורה" איינטריט קארד?
וועיט ענד סי.

א שאד צו טשעלענדזשן א זאך איידער דו ווייסט די פלענער.
גערעכט, געטשעלנדשד פלענער וואס אידן האבן געשריבן...
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1989
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:08 pm

יעצט גייט זיך מיר אויסצאלן צו זיין א @בן תורה ... :lol:
😉
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
טיפע חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 12:57 pm
x 169

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך טיפע חשבונות »

בודקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:22 pm
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:08 pm

יעצט גייט זיך מיר אויסצאלן צו זיין א @בן תורה ... :lol:
😉
שוין לאנג געוואונדערט פארוואס מען רופט דאס ''בן תורה''

פארשטייסט? ווייל אפשר זיין טאטע האט געלערנט. ער...
אויף א אנדערע סייט האב מער תגובות
תורה ויראה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 419
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 648

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך תורה ויראה »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:08 pm
איש חשוב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 4:00 pm
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 3:56 pm

פאון נומבער פון א בן תורה האט אנדערע פרייזן
ממש נישט מעגליך, אינגעלייט גייען אריין און ארויס פון כולל כסדר, וויאזוי גייט ער עס אפדעיטן יעדע 10 מינוט?!

אינגעלייט האבן נישט קיין סעלפאון, האבן 2, וכו'
וואס שטומט נישט? ער קען האבן וויפיל סעלפאונס ער וויל. עס גייט אויפן אקאונט, א אקאונט וואס איז רעזשיסטערד אלס בן תורה קומט אטאמאטיש ארויף ביליגע פרייזן.
זיי קענען מאכן אז איינמאל אדער צוויי מאל א יאר דארף מען זיך נאכאמאל רעזשיסטערן צו זיין א בן תורה.

יעצט גייט זיך מיר אויסצאלן צו זיין א @בן תורה ... :lol:
א בן תורה וואס שרייבט אויף אידיטש...
אינטערעסאנט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:59 pm
x 217

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אינטערעסאנט »

אינטערעסאנט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 24, 2025 4:27 pm
אינטערעסאנט האט געשריבן: מיטוואך יולי 23, 2025 10:38 am אי"ה חמשה עשר באב עפנט זיך די נייע זאל אין די נייע בנין גאלדבערגער 'עטרת מלכה'.
לעצטע איינריכטונגען און צוגרייטונגען אין די נייע זאל 'עטרת מלכה' בבנין בית רחל בנין גאלדבערגער החדש פאר די ערשטע שמחה וואס ווערט געפראוועט היינט נאכט
ערשטע צוויי חתונות אינעם נייעם "עטרת מלכה" זאל קומענדיגע וואך.
file.png
file.png (291.23 KiB) געזען געווארן 1597 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די וואך איז געווען א גאר אינטערסאנטע שיעור אינעם ביהמ"ד וואו איך דאוון, ביהמ"ד בית חיים יעקב (יעצט אינעם אייקאן מאל), דורך הרה"ג רבי יואל קאהן שליט"א יו"ר ועד העירובין פונעם בית הוראה (דער דיין האט פארגעלערנט במקום דעם רב הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א וואס איז נישט דאהי געווען דעם שבת).

וואס כ'האב ארויסגענומען איז, אז פונקט ווי ביי מאכלים איז דא דרגות פון השגחות און יעדער האט זיך זיינע דרגות וואס ער נעמט אין מויל, איז ביי אן עירוב גארנישט אנדערש, ס'איז דא פארשידענע דרגות און קולות, און ווי דרעזנער זאגט "יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע רב", נישט יעדער עירוב מיינט מיך...

דער שיעור איז געווען איבער די נושא פון "קרפף", וואס איז נוגע געווען צו פארשטיין פארוואס דער ועד האט נאך דערווייל נישט געגעבן קיין הכשר אויפ'ן עירוב פון "בלובערי לעין", וואס איז ווען מ'גייט ארויף בעיקערטאון ווייטער פון עיקערס ענקלעיוו, וואס למעשה איז דא דארט אן עירוב שוין עטליכע יאר, געמאכט דורך די איינוואוינער מיט'ן רב המכשיר פון די מאנסי עירובין הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א.

רבי יואל האט קודם מסביר געווען די עצם הלכה פון "קרפף", אז א שטח פון בית סאסיים וואס איז נישט "ראוי לדירה", פסל'ט דעם גאנצן עירוב! חוץ אויב מען נעמט עס ארום מיט א צוים פאר זיך, וואס דעמאלס איז דער עירוב ארום כשר און נאר באותו מקום איז אסור לטלטל (ס'איז ארויסגעקומען א חידוש גדול וואס מ'ווייסט לכאורה נישט [אדער איז עס נאר מיין עם הארצות נישט צו וויסן דאס], אז א פלאץ וואו מען בויט, למשל עיקערס ענקלעיוו פאזע 2, און ס'איז ארומגענומען אז מ'זאל נישט אריינגיין, איז עס אינו ראוי לדירה, און מ'טאר דארט נישט מטלטל זיין אין שבת קודש!).

הפנים איינע פון די גרעסטע פראבלעמען איז א "לעיק". ס'איז נישט ראוי לדירה. אבער די גמרא זאגט אז אויב קען מען טרינקען די וואסער, איז גוט, ווייל ס'איז א חלק פון שימוש הדירה. דאס איז אבער נאר אויב די וואסער איז שיינע וואסער וואס מ'קען טרינקען, אדער לכה"פ אז מ'קען דארט "וואשן" א קלייד.

די ליטווישע האבן אנגענומען ווי דעם משנה ברורה און דער חזו"א אז ס'דארף זיין "פאקטיש באנוצט" צום טרונקען וכדו', אבער אלע חסידישע פוסקים האבן אנגענומען אז די לשון הגמרא איז "ראוי", ס'איז גענוג אז "ווען איינער וואלט געוואלט וואלט ער געקענט". (הגם הגה"צ דומ"ץ ק"י האט מחמיר געווען ביים לעיק פון סעקשאן 1 ס'זאל האבן א געיט, כאטש ס'איז ריינע וואסער, דאס איז נאר געווען לחומרא).

דא ביי בלובערי לעין איז דא א שווערע לעיק, ס'האט שמוציגע וואסער, נישט נאר וואס מ'קען עס נישט טרונקען נאר ס'שטינק ממש... ס'איז אפילו שווער צו שטיין דארט. מאכן א געיט איז אודאי נישט שייך ווייל ס'געהער נישט פאר אונז.

למעשה האט מען געמאכט אן עירוב. האט רבי יואל גערופן דעם בעל מכשיר פרעגן אויף וואס מ'האט זיך פארלאזט, האט דער בעל מכשיר דערציילט א אינטערסאנטע זאך, אז ביי עטליכע עירובין אין די גלילות פון מאנסי איז געווען אזא פראבלעם אז מ'האט נישט געקענט ארומנעמען די לעיק, האט ער אנגעפרעגט ביי הגאון רבי יעקב בלוי זצ"ל חבר ביד"ץ העדה החרדית, און ער האט אים געענטפערט אז בדיעבד קען מען זיך פארלאזן אויב מ'פארט דארט מיט א שיפל. אז דאס הייסט אפשר אויך השתמשות לדירה. ממילא פארלאזט מען זיך אויף דעם ווען ס'נישטא קיין אנדערע ברירה.

פארשטייט זיך אז דאס איז א שווערע היתר, אבער ולא עוד, נאר לפי המצב פונעם שאלה נאכ'ן עס קלאר אדורכטון קומט ארויס אז די שאלה פאר רבי יעקב בלוי זצ"ל איז געווען אלס די פראבלעם פון די ליטווישע פסק, אז יענע לעיק איז טאקע "ראוי" לשתי' אבער ס'איז נישט פאקטיש "אין באנוץ לשתי'", וואס לדידן איז עס בעצם יא כשר, אויף דעם האט רבי יעקב זיך געלאזט סומך זיין אויב מ'פארט מיט א שיפל. אבער ווען די וואסער איז בכלל "נישט ראוי" לשתי', איז עס לכאורה בכלל נישט שייך צו נוצן אלס היתר דוחק אויך נישט.

און חוץ מזה איז דער בלובערי לעיק אסאך צייטן אין יאר אזוי שמוציג אז ניטאמאל מיט א שיפל וועט איינער דארט פארן. ממילא איז דער היתר כמעט נישט שייך אזא צייט. דערפאר האט דער עירוב נישט דעם הכשר פונעם ועד.

דא קען מען זען די שטח וואס איז נישט גרין, די גאנצע געגנט ארום בלובערי לעין:
Screenshot 2025-08-10 164500.jpg
Screenshot 2025-08-10 164500.jpg (259.58 KiB) געזען געווארן 1230 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:12 pm (הגם הגה"צ דומ"ץ ק"י האט מחמיר געווען ביים לעיק פון סעקשאן 1 ס'זאל האבן א געיט, כאטש ס'איז ריינע וואסער, דאס איז נאר געווען לחומרא)
שרייבט מיר איינער אין אישי אז אין אגלי דבש איז דא א שיינע תשובה פון הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א געשריבן צו אדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי שליט"א בנוגע די סוזען לעיק אין מאנסי, און דארט רעדט דער דיין וואס כ'האס דא דערמאנט.

ווילעך נאר זאגן אז יא, כ'האב פשוט פארגעסן, רבי יואל האט דאס דערמאנט טאקע מיט דעם מראה מקום צו דעם תשובה.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 909
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 977

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:12 pm
וואס כ'האב ארויסגענומען איז, אז פונקט ווי ביי מאכלים איז דא דרגות פון השגחות און יעדער האט זיך זיינע דרגות וואס ער נעמט אין מויל, איז ביי אן עירוב גארנישט אנדערש, ס'איז דא פארשידענע דרגות און קולות, און ווי דרעזנער זאגט "יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע רב", נישט יעדער עירוב מיינט מיך...
ריכטיג.

פתגם שגור בפי העולם; נישטא קיין איין עירוב פסול לכל הדעות, און עס איז נישטא קיין איין עירוב כשר לכל הדעות.

וחיובא רמיא אקרקפתא דגברא, מברר צו זיין ווער דער בעל מכשיר איז, און אויב ער איז א בר סמכא, אזוי ווי ביי מידי דמיכל.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:49 pm

ריכטיג, מיט איין הוספה... אז הוצאה בשבת איז א זייער ערנסטע נושא.

דער לשון החת"ס איז: ואיסור הוצאה העובר עליהם הוא מומר לכל התורה כולה.

נישט אז ס'מיינט אז דא איז נישטא קיין קולות וואס זענען יא אנגענומען לויט די פוסקים. כ'ברענג נאר ארויס אז ס'איז א הארבערע נושא ווי אסאך אנדערע איסורים.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1989
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:17 pm

אין א וועג, איז זייער שווער היינט עכט צו עובר זיין אויף איסור הוצאה, נאכדעם וואס ס'איז כמעט נישט דא קיין עכטע רשה"ר דאורייתא'ס אין געגנטער ווי אידן וואוינען.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:22 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:17 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:49 pm

ריכטיג.

פתגם שגור בפי העולם; נישטא קיין איין עירוב פסול לכל הדעות, און עס איז נישטא קיין איין עירוב כשר לכל הדעות.

וחיובא רמיא אקרקפתא דגברא, מברר צו זיין ווער דער בעל מכשיר איז, און אויב ער איז א בר סמכא, אזוי ווי ביי מידי דמיכל.
ריכטיג, מיט איין הוספה... אז הוצאה בשבת איז א זייער ערנסטע נושא.

דער לשון החת"ס איז: ואיסור הוצאה העובר עליהם הוא מומר לכל התורה כולה.

נישט אז ס'מיינט אז דא איז נישטא קיין קולות וואס זענען יא אנגענומען לויט די פוסקים. כ'ברענג נאר ארויס אז ס'איז א הארבערע נושא ווי אסאך אנדערע איסורים.
אין א וועג, איז זייער שווער היינט עכט צו עובר זיין אויף איסור הוצאה, נאכדעם וואס ס'איז כמעט נישט דא קיין עכטע רשה"ר דאורייתא'ס אין געגנטער ווי אידן וואוינען.
וואו איז יא א דאורייתא?
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3085
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 15143

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

זייער אינטרעסאנט @דער תהלים איד

פארוואס מיז מען אריינעמען די לעיק דארט? מ'קען נישט מאכן אן עירוב וואס גייט נאר ביז די לעיק?
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:22 pm אין א וועג, איז זייער שווער היינט עכט צו עובר זיין אויף איסור הוצאה, נאכדעם וואס ס'איז כמעט נישט דא קיין עכטע רשה"ר דאורייתא'ס אין געגנטער ווי אידן וואוינען.
דער חת"ס רעדט אודאי נישט פון קיין רשה"ר דאורייתא.

פארקערט, ער שרייבט דאס לגבי די חיוב פון מתקן זיין עירובין וואו מען קען, כדי אידן זאלן נישט נכשל ווערן אינעם הארבן איסור וכו'.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1989
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:24 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:22 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:17 pm

ריכטיג, מיט איין הוספה... אז הוצאה בשבת איז א זייער ערנסטע נושא.

דער לשון החת"ס איז: ואיסור הוצאה העובר עליהם הוא מומר לכל התורה כולה.

נישט אז ס'מיינט אז דא איז נישטא קיין קולות וואס זענען יא אנגענומען לויט די פוסקים. כ'ברענג נאר ארויס אז ס'איז א הארבערע נושא ווי אסאך אנדערע איסורים.
אין א וועג, איז זייער שווער היינט עכט צו עובר זיין אויף איסור הוצאה, נאכדעם וואס ס'איז כמעט נישט דא קיין עכטע רשה"ר דאורייתא'ס אין געגנטער ווי אידן וואוינען.
וואו איז יא א דאורייתא?
כ'ווייס נישט צו ס'איז בכלל דא פשוט'ע רשה"ר דאורייתא'ס אין באוואוינטע געגענטער, אלעס איז נאר חששות מיט חומרות, אבער פלעין פלעט דאורייתא'ס מיין איך איז נישט דא.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1989
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6069

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך בודקע »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:27 pm
בודקע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:22 pm אין א וועג, איז זייער שווער היינט עכט צו עובר זיין אויף איסור הוצאה, נאכדעם וואס ס'איז כמעט נישט דא קיין עכטע רשה"ר דאורייתא'ס אין געגנטער ווי אידן וואוינען.
דער חת"ס רעדט אודאי נישט פון קיין רשה"ר דאורייתא.

פארקערט, ער שרייבט דאס לגבי די חיוב פון מתקן זיין עירובין וואו מען קען, כדי אידן זאלן נישט נכשל ווערן אינעם הארבן איסור וכו'.
קען זיין, כ'האב עס נישט געלערנט, סתם צוגעלייגט א הערה.
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 205

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך ויצא »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 6:17 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:12 pm
וואס כ'האב ארויסגענומען איז, אז פונקט ווי ביי מאכלים איז דא דרגות פון השגחות און יעדער האט זיך זיינע דרגות וואס ער נעמט אין מויל, איז ביי אן עירוב גארנישט אנדערש, ס'איז דא פארשידענע דרגות און קולות, און ווי דרעזנער זאגט "יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע רב", נישט יעדער עירוב מיינט מיך...
ריכטיג.

פתגם שגור בפי העולם; נישטא קיין איין עירוב פסול לכל הדעות, און עס איז נישטא קיין איין עירוב כשר לכל הדעות.

וחיובא רמיא אקרקפתא דגברא, מברר צו זיין ווער דער בעל מכשיר איז, און אויב ער איז א בר סמכא, אזוי ווי ביי מידי דמיכל.
ריכטיג, מיט איין הוספה... אז הוצאה בשבת איז א זייער ערנסטע נושא.

דער לשון החת"ס איז: ואיסור הוצאה העובר עליהם הוא מומר לכל התורה כולה.

נישט אז ס'מיינט אז דא איז נישטא קיין קולות וואס זענען יא אנגענומען לויט די פוסקים. כ'ברענג נאר ארויס אז ס'איז א הארבערע נושא ווי אסאך אנדערע איסורים.
פאקערט עירוב איז גרינגער ווייל הלכה כדברי המקיל בעירוב. חתם סופר רעד ווען סאיז נישט דא קיין עירוב
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כבוד מלכים! ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול ביי מלכות'דיגע אויפנאמע אין "מחנה בית רחל"

אויפ'ן אינציאטיוו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א (סאטמאר מהר"א) איז נארוואס אפגעהאלטן געווארן א גאר עהרנפולע באזוך אין "מחנה בית רחל" וואו די 2,500 סאטמאר'ע תלמידות - וועלכע וויילן אצינד אין קעמפ אויפ'ן צווייטן העלפט זומער - האבן אויפגענומען בכבוד גדול די ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, און איר אפגעגעבן דעם פאסיגן כבוד מלכים און דעם אויסטערלישער הכרת הטוב און יישר כח פאר איר געוואגטע הילף וואס די גאווערנאר האט באוויזן צו שענקען פאר די מוסדות התורה, ביים היסטארישער דערגרייכונג מיט'ן באשטעטיגן דעם נייעם "חינוך ביל" אין אלבאני טראץ אלע ארטיגע בייזע ווינטן.

דעם לעצטן ערב שבועות ווען דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישער דאנק-שמועס מיט'ן גאווערנאר, האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט אויפ'ן טעלעפאן אז מ'וועט אנהאלטן א ווייטערדיגע קשר צו ארבעטן אינאיינעם טריט ביי שריט ביז מען וועט זען בעז"ה אז דער נייער ביל ווערט אויסגעפירט אויפ'ן בעסטן אופן לטובת החינוך בלי שום שינוי, און אפילו אויף ווייטערדיגע לעגיסלאציע געשלעגן אויב עס וועט ח"ו נאך אויספעלן.

טאקע דערפאר האבן די עסקנים טאקע יעצט - בפקודת פון רבי'ן - געלאדנט דעם גאווערנאר אויף אזא זעלטענעם באזוך, וואס די גאווערנאר האט טאקע אנגענומען און ס'איז באשטימט געווארן איר רייזע אויפ'ן היינטיגן טאג. ס'איז נראה וניכר אז די סאטמאר'ע אינדארסירונג וואס די גאווערנאר האט באקומען טראץ די שטארקע קאמפיין'ס דערקעגן שטייט ווייטער פאר די אויגן און די הכרת הטוב און נאנטע קשר האלט ב"ה אן, און אצינד קומט די גאווערנאר זעהן מיט די אייגענע אויגן דעם העליכן עדיוקעישן, די הערליכע פירות, די טויזנטער סאטמאר'ע תלמידות פון די מוסדות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, און נאך.

ווען די גאווערנאר איז אנגעקומען, איז זי געווארן אפגעווארט דורך די ראשי הנהלת הקהילות והמוסדות פון גאנץ ניו יארק, וועלכע זענען אנגעקומען אינאיינעם מיט'ן געווערנאר און געזעצט געווארן אויבן אן בשעת די מלכות'דיגע אויפנאמע.

די מאיאסטעטישע אויפנאמע איז פארגעקומען אינעם גרויסן אודיטאריום פונעם קעמפ, מיט א גרויסן טראסק און עהרע לכבוד המלכות. צוערשט האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א מיט שטארקע און הארציגע ווערטער, ער האט מסביר געווען פאר די מיידלעך אז די גאווערנאר וועמען מיר נעמען דא אויף איז די העכסטע אויטאריטעט און די פאקטישע לידער פון די סטעיט, אזוי ווי א פרעזידענט אויפ'ן לאנד. דאן האט אויפגעטרעטן א תלמידה אין נאמען פון אלע תלמידות, און ארויסגעברענגט די געפיל פון אלע סאטמאר'ע אידן בכלל און די תלמידות דא בפרט וועלכע האבן אן הכרת הטוב פאר'ן גאווערנאר וואס העלפט אונז ארויס צו ערלויבן אונזער ערליכע ערציאונג אויף אונזער וועג. דאן האט א פרינציפל פון בארא פארק מרת געלדצעהלער אויפגערופן די גאווערנאר צו געבן איר רעדע, און דערביי האט די פרינציפל גאר שטארק ארויסגעברענגט ווי ווייט די גאסט וואס מ'האט דא היינט האט זיך איבערגעגעבן פאר אונזער עדיוקעישן, זי האט געפייט און זי פייט ווייטער פאר אונזערע רעכטן.

דאן האט אויפגעטרעטן די גאווערנאר און גערעדט מיט באגייסטערונג פונעם מחזה וואס מ'זעט דא, און לאנג ארומגערעדט איבער איר נאנטע צוזאמענרבעט מיט די אידישע קאמיונעטי. זי האט געזאגט אז געדענקט נאך איר לעצטע באזוך דא אינעם קעמפ אלס ליוטענענט גאווערנאר מיט 7 יאר צוריק, זאגנדיג אז דעמאלס האט זי נאכנישט געהאט די כח וואס זי האט היינט, און יעצט איז דא די פאוער צו קענען דורכפירן וויכטיגע הילף, און זי האט געזאגט אז זי "ארבעט שווער און וועט ווייטער ארבעטן" מיט די סענאט און אסעמבלי, און טון אלעס פון איר זייט אז מען זאל נישט טשעפענען אונזערע חינוך און אונזערע געברויכן.

דאן איז די גאווערנאר אראפ פון סטעידזש, און די חברי הנהלה און אלע אנוועזנדע מענער זענען ארויס פונעם זאל, און ס'איז געווארן פארגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע פארשטעלונג פון תלמידות וואס האט גאר באגייסטערט די גאווערנאר ב"ה.

נאכ'ן ענדיגן די גאר בכבוד'דיגע אויפנאמע, איז די גאווערנאר אריבער צום שטוב פונעם חבר הנהלת המחנה ומראשי הקהלה והמוסדות אין קרית יואל, הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, וואו אלע ראשי הקהילות והמוסדות און ראשי עסקנים פון איבער ניו יארק זענען געווען אנוועזנד, אויף א פראדוקטיווע אסיפה פאר די ווייטערדיגע צוזאמענארבעט איבער'ן גזירת החינוך פונעם הארטנעקיגער ניו יארק סטעיט עדיוקעישן דעפארטמענט, און אלע אנדערע אידישע געברויכן.

ס'איז געווען מערקווירדיג ווען די גאווערנאר האט זיך אויסגעדרוקט אז אין די צייט וואס דער חינוך ביל איז אריבער מיט הצלחה טראץ אלע שטרויכלונגען, איז אבער פאר איר פארבליבן זיך צו ספראווען אין אלבאני מיט אלע רעגירונגסלייט וואס זענען נאך יעצט ברוגז אויף דעם ביל.

נאך א לענגערע שמועס האט זיך דער זיצונג געענדיגט מיט א נאנטע פארשטענדעניש און ווייטערדיגע קשר פון ביידע זייטן, די גאווערנאר און איר אפיס זאלן ארבעטן ווייטער אינאיינעם מיט די געטרייע שלוחי כלל ישראל אויף אלע פאזעס פון הצלת יהדות ניו יארק און אלע וויכטיגע געברויכן, שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.

שלח לחמך על פני המים כי ברוב ימים תמצאנו - דער וואל כח פונעם אחריות'דיגער ציבור, אונזער רעטונג אין גלות, בסיעתא דשמיא.
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3085
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 15143

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

► Show Spoiler
מחנה רב טוב מהרי"י האט זיך אויך באטייליגט
טראמפ'ס אינטערוויו מיט פאליטיקא
פריש: סוזי וויילס האט זיך געעפנט דאס פיסק?!
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך

זאלץ בענד אינטער די קוליסן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:23 pm
► Show Spoiler
Image_20250811_163138_008 copy.jpg
Image_20250811_163138_008 copy.jpg (270.47 KiB) געזען געווארן 629 מאל
Image_20250811_163137_277 copy.jpg
Image_20250811_163137_277 copy.jpg (468.52 KiB) געזען געווארן 629 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:23 pm
► Show Spoiler
Image_20250811_163137_068 copy.jpg
Image_20250811_163137_068 copy.jpg (425.69 KiB) געזען געווארן 626 מאל
Image_20250811_163137_006 copy.jpg
Image_20250811_163137_006 copy.jpg (456.52 KiB) געזען געווארן 626 מאל
Image_20250811_163136_797 copy.jpg
Image_20250811_163136_797 copy.jpg (275.49 KiB) געזען געווארן 626 מאל
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1784

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך פלאם »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:12 pm
וואס כ'האב ארויסגענומען איז, אז פונקט ווי ביי מאכלים איז דא דרגות פון השגחות און יעדער האט זיך זיינע דרגות וואס ער נעמט אין מויל, איז ביי אן עירוב גארנישט אנדערש, ס'איז דא פארשידענע דרגות און קולות, און ווי דרעזנער זאגט "יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע רב", נישט יעדער עירוב מיינט מיך...
ריכטיג.

פתגם שגור בפי העולם; נישטא קיין איין עירוב פסול לכל הדעות, און עס איז נישטא קיין איין עירוב כשר לכל הדעות.

וחיובא רמיא אקרקפתא דגברא, מברר צו זיין ווער דער בעל מכשיר איז, און אויב ער איז א בר סמכא, אזוי ווי ביי מידי דמיכל.
די פתגם שגור בפי העולם איז נישט ריכטיג, ס'איז יא דא כמה וכמה עירובין וואס זענען בכלל קיין עירוב.

ווי איך האב עס געהערט [בשם החזו"א] ס'איז זייער שווער צו האבן א כשר'ע עירוב, און ס'איז זייער שווער צו האבן א פסול'ע מקוה, און די מציאות איז רוב מענטשן וועלן ענדערש זיכן מחמיר צו זיין אין מקואות.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7974
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19141

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:34 pm
► Show Spoiler
מחנה רב טוב מהרי"י האט זיך אויך באטייליגט
ניין.

מחנה רב טוב קומט יערליך אויף א פארברענג/טריפ.

היינט איז דער טאג, זיי זענען געקומען נאך די האקול באזוך.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 909
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 977

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פלאם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:49 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:49 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 5:12 pm
וואס כ'האב ארויסגענומען איז, אז פונקט ווי ביי מאכלים איז דא דרגות פון השגחות און יעדער האט זיך זיינע דרגות וואס ער נעמט אין מויל, איז ביי אן עירוב גארנישט אנדערש, ס'איז דא פארשידענע דרגות און קולות, און ווי דרעזנער זאגט "יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלע רב", נישט יעדער עירוב מיינט מיך...
ריכטיג.

פתגם שגור בפי העולם; נישטא קיין איין עירוב פסול לכל הדעות, און עס איז נישטא קיין איין עירוב כשר לכל הדעות.

וחיובא רמיא אקרקפתא דגברא, מברר צו זיין ווער דער בעל מכשיר איז, און אויב ער איז א בר סמכא, אזוי ווי ביי מידי דמיכל.
די פתגם שגור בפי העולם איז נישט ריכטיג, ס'איז יא דא כמה וכמה עירובין וואס זענען בכלל קיין עירוב.

ווי איך האב עס געהערט [בשם החזו"א] ס'איז זייער שווער צו האבן א כשר'ע עירוב, און ס'איז זייער שווער צו האבן א פסול'ע מקוה, און די מציאות איז רוב מענטשן וועלן ענדערש זיכן מחמיר צו זיין אין מקואות.
אמרתי מה שאמרתי, ואני על משמרתי אעמודה.
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 120

Re: נייעס פון קרית יואל

פאוסט דורך אמת ואמונה »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2025 4:23 pm
► Show Spoiler
אויב איך מעג פרעגן וואס האט דאס מיט קרית יואל? די סאטמאר מהר"א קהילה האט געשטימט פאר איר ביי די וואלן אין אלע שטעט, ניין?
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
שרייב פאוסט