איך זאג נישט אז ער איז א שקרן, נאר ער איז א גוטע ספינער... ער האט א געוואלד מיט נאלידזש, און איך האב אסאך קונה געווען פון אים. אבער ער איז נישט אלעמאל מקפיד צו שרייבן נאר אמת. ער איז נישט קיין שקרן ווי חיים בלוך, איך וואלט אים ענדערש מדמה געווען צו שמעון ראלניצקי אויף א טראפ טיפער. ער קען באמת נישט זעהן קיין פאקטן וואס גייען קעגן זיין אגענדע. האסט אמאל אויסגעהערט שמעון אויף א טראפ טיפער? גענוי דאס איז שמואל שלמה טעלער. (איך האף אז דאס גרענציט זיך נישט מיט לשון הרע) סיי שמעון און סיי שמואל שלמה זענען גאר טאלאנטפול יעדער אויף זיין וועג. אבער ביידע זענען דעמעגאגן.
און בדרך אגב, איר ווייסט גאנץ גוט וואס איך רעד פון ווייל איר זענט די ערשטע לייקער אויף
די פאוסט. איר פארשטייט גאנץ גוט וואס איך מיין... מען פארדרייט פאקטן ווייל עס שטמיט מיט די אגענדע...
איך בין נישט קיין שטענדיגע ליינער זיינער, נאר איך פלעג גיין פרייטאג נאכמיטאג אין מקוה אין א מהר"א ביהמ"ד און דארט פלעג איך אסאך מאל ליינען זיינע זאכן. "היינט איז שוין יעדער מודה" אדער "אפילו די מתירים וואלטן שוין היינט ג'אסר'ט" דאס איז זיין שפראך אלעמאל. איי, האסט מיר געפרעגט אויב איך בין מודה? ווי אזוי ווייסטו אז היינט איז יעדער מודה? ווייל אין קרית יואל איז יעדער מודה? ס'איז לאו דוקא כלפי ציונות והמסתעף, נאר אין אנדערע זאכן אויך. ער נעמט די קרית יואלע השקפה און ער קוועטש דאס ארויף אויף גאנץ כלל ישראל. ס'איז א ווייטאג אז אזא ידען און גוטע שרייבער ווי ער איז סטאק אין א קרית יואלע באקס. ווען ער שרייבט ווען תשובות וואלט יעדע צווייטע סטעיטמענט זיינער געווען פשוט כביעתא בכותחא, ולית דין צריך בושש, וכדו'... איר כאפט וואס איך מיין... און ס'איז אויך א ווייטאג אז אזא געלונגענע שרייבער ווי שמעון ראלניצקי קען ממש נישט זעהן קלאר ווען עפעס איז קעגן זיין מיינונג.
פארן דריקן שיק דערמאן איך מיר אז נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן אין די זקנך ויאמרו לך (וואס דאכט זיך מיר אז ער איז דער ארויסגעבער) ווי (דאכט זיך) ר' אורי שווארץ דערציילט אז דער סטייפלער האט נישט געהאלטן אז גיין צו די בחירות איז א חוב קדוש, נאר אז ער האט געזאגט אז די וואס גייען ממילא, זאלן וועלן פאר די אגודה.... מען דארף קיינעם נישט זאגן אז דאס איז שקר וכזב! יעדער וואס וויל וויסן ווייסט אז דער סטייפלער האט געהאלטן חוב קדוש, נעם נאר א קריינא דאגרתא.... די קנאים קריגן ניטאמאל אויף דעם. שמואל שלמה ווייסט אז דאס איז נישט אמת, אבער ער דריקט אזא בריוו למען ידעו דור אחרון... יע יע... איך קען דיר געבן נאך אסאך דגמאות, אבער איך האב פלעין נישט קיין נערווען צו זיך טענה'ן אויף דעם, ווייל נאכן רעדן מיט אים האט ער האלבוועגז מודה געווען אז ער ווייסט אז ס'קען זיין ער פארדרייעט פאקטן. נאר ער האלט אז זיין פראפעגאנדע איז מער אמת ווי די פראפעגאנדע וואס די צד שכנגד פארקויפט. און ער איז בפשטות גערעכט.