גליון "משנתו"

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
דערווייל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 341
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
Location: n y
x 307

גליון "משנתו"

פאוסט דורך דערווייל »

אין דעם אשכול וועלן מיר ארומרעדן איבערן "משנתו" בלעטל וואס קומט ארויס, איינמאל אין צוויי וואכן
דערווייל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 341
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
Location: n y
x 307

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך דערווייל »

פאר א לענגערע צייט איז דארט געוועהן א קאלום מיטן נאמען "חוב קדוש פאר די בחירות הטמאות?! - דער באהאלטענער אמת".
שוין א שטיין שטיק צייט וואס ס'איז נישט דא דער קאלום. איינער ווייסט אפשר פארוואס?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4811
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6488

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שמח »

דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:41 pm פאר א לענגערע צייט איז דארט געוועהן א קאלום מיטן נאמען "חוב קדוש פאר די בחירות הטמאות?! - דער באהאלטענער אמת".
שוין א שטיין שטיק צייט וואס ס'איז נישט דא דער קאלום. איינער ווייסט אפשר פארוואס?
גוט מארגן ערעב איד.

האסט עס געליינט? אפשר האט מען שוין געענדיגט?

ווי זאגט @נקודות טובות רעד קלאר, זאג וואס דו ווילסט צוקומען.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

די ווערטער פון ידידנו @נקודות טובות געשריבן אין אנדערע אשכול, בענין די דעמאגאגיע פונעם גליון משנתו.

וזה לשונו:
איך זאג נישט אז ער איז א גראבע שקרן, נאר ער איז זייער זייער א גוטע ספינער... ער האט א געוואלד מיט נאלידזש, און איך האב אסאך קונה געווען פון אים. אבער ער איז נישט אלעמאל מקפיד צו שרייבן נאר אמת... ער איז נישט קיין חיים בלוך, אבער איך וואלט אים מדמה געווען צו שמעון ראלניצקי אויף א טראפ טיפער... ער פארמאכט די אויגן פון זעהן אפענע פאקטן וואס גייט קעגן זיין אגענדע. האסט אמאל אויסגעהערט שמעון אויף א טראפ טיפער? גענוי דאס איז שמואל שלמה טעלער. (איך האף אז דאס גרענציט זיך נישט מיט לשון הרע) סיי שמעון און סיי שמואל שלמה זענען גאר טאלאנטפול יעדער אויף זיין וועג. אבער ביידע זענען דעמעגאגן.

און בדרך אגב, איר ווייסט גאנץ גוט וואס איך רעד פון ווייל איר זענט די ערשטע לייקער אויף די פאוסט. איר פארשטייט גאנץ גוט וואס איך מיין... מען פארדרייט פאקטן ווייל עס שטמיט מיט די אגענדע...

איך בין נישט קיין שטענדיגע ליינער זיינער, נאר איך פלעג גיין פרייטאג נאכמיטאג אין מקוה אין א מהר"א ביהמ"ד און דארט פלעג איך אסאך מאל ליינען זיינע זאכן. "היינט איז שוין יעדער מודה" אדער "אפילו די מתירים וואלטן שוין היינט ג'אסר'ט" דאס איז זיין שפראך אלעמאל. איי, האסט מיר געפרעגט אויב איך בין מודה? ווי אזוי ווייסטו אז היינט איז יעדער מודה? ווייל אין קרית יואל איז יעדער מודה?... ס'איז לאו דוקא כלפי ציונות והמסתעף, נאר אין אנדערע זאכן אויך. ער נעמט די קרית יואלע השקפה און ער קוועטש דאס ארויף אויף גאנץ כלל ישראל. ס'איז א ווייטאג אז אזא ידען און גוטע שרייבער ווי ער איז סטאק אין א קרית יואלע באקס. ווען ער שרייבט ווען תשובות וואלט יעדע צווייטע סטעיטמענט זיינער געווען פשוט כביעתא בכותחא, ולית דין צריך בושש, וכדו'... איר כאפט וואס איך מיין...

פארן דריקן שיק דערמאן איך מיר אז נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן אין די זקנך ויאמרו לך (וואס דאכט זיך מיר אז ער איז דער ארויסגעבער) ווי (דאכט זיך) ר' אורי שווארץ דערציילט אז דער סטייפלער האט נישט געהאלטן אז גיין צו די בחירות איז א חוב קדוש, נאר אז ער האט געזאגט אז די וואס גייען ממילא, זאלן וועלן פאר די אגודה.... מען דארף קיינעם נישט זאגן אז דאס איז שקר וכזב! יעדער וואס וויל וויסן ווייסט אז דער סטייפלער האט געהאלטן חוב קדוש, נעם נאר א קריינא דאגרתא.... די קנאים קריגן ניטאמאל אויף דעם. שמואל שלמה ווייסט אז דאס איז נישט אמת, אבער ער דריקט אזא בריוו למען ידעו דור אחרון... יע יע... איך קען דיר געבן נאך אסאך דגמאות, אבער איך האב פלעין נישט קיין נערווען צו זיך טענה'ן אויף דעם, ווייל נאכן רעדן מיט אים האט ער האלבוועגז מודה געווען אז ער ווייסט אז ער פארדרייעט פאקטן. נאר ער האלט אז וויבאלד די אגודיסטן פארדייען אסאך מער מעג ער עס אביסעל אויסגראדן...
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

דער משנתו בויט זיך אסאך, אויפן ביכל "מקטוביץ ועד ה' באייר".
דער ספר איז ארויסגעגעבן געווארן דורך איינער וואס פלעגט אמאל געהערן צו די אגודה קרייזן, און ערגעצוואו האט ער געמאכט א לינקס צו די קנאי'שע קרייזן.
דער ספר געניסט פון א בלינדע הערכה ביי די קנאי'שע קרייזן, ווייל ס'דארף כאילו ארויסברענגען א מהלך ווי די אגודה זעהט שוין אליינס איין די שקר...
למעשה, איז אין די לעצטערע יארן, אויפגעוויזן געווארן, אז דער ספר איז פיל מיט אפענע שקרים. און א טייל פון דעם וועל איך בל"נ דא ארויפברענגען.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 289

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שמות »

ס'דארף אבער אויך באמערקט ווערן אז דאס ביכל איז שוין ארויסגעקומען אין די נ יארן און די אלע טענות קעגן דעם האט געווארטן אז ער זאל שוין נישט דא זיין בעולם הדין צו קענען צוריק ענטפערן...
דערווייל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 341
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
Location: n y
x 307

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך דערווייל »

שמות האט געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2025 7:00 pm ס'דארף אבער אויך באמערקט ווערן אז דאס ביכל איז שוין ארויסגעקומען אין די נ יארן און די אלע טענות קעגן דעם האט געווארטן אז ער זאל שוין נישט דא זיין בעולם הדין צו קענען צוריק ענטפערן...
נישט ריכטיג. בשנת תשנ"ה תיכף נאכדעם איז ארויסגעקומען א מאמר פון ר' מאיר פרוש, ווי ער וועהדט אפ א גרויס חלק שקרים.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2206
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2702

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שבת קודש »

דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:41 pm פאר א לענגערע צייט איז דארט געוועהן א קאלום מיטן נאמען "חוב קדוש פאר די בחירות הטמאות?! - דער באהאלטענער אמת".
שוין א שטיין שטיק צייט וואס ס'איז נישט דא דער קאלום. איינער ווייסט אפשר פארוואס?
קודם איז די קאלום געלאפן אין דער בלאט זיי האבן באקומען סטראשונגען האבן זיי עס געסטאפט דערנאך איז עס אריבער צו משנתו
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 289

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שמות »

דערווייל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:41 pm
שמות האט געשריבן: מאנטאג יולי 14, 2025 7:00 pm ס'דארף אבער אויך באמערקט ווערן אז דאס ביכל איז שוין ארויסגעקומען אין די נ יארן און די אלע טענות קעגן דעם האט געווארטן אז ער זאל שוין נישט דא זיין בעולם הדין צו קענען צוריק ענטפערן...
נישט ריכטיג. בשנת תשנ"ה תיכף נאכדעם איז ארויסגעקומען א מאמר פון ר' מאיר פרוש, ווי ער וועהדט אפ א גרויס חלק שקרים.
ער האט דאך אויך געשריבן לעצטנס...זעהט אויס מאיר פרוש איז בכלל נישט אינטערעסאנט. (אינו מן המנין כלשון חז"ל)
האב איך עס נישט געזען, וועלן מיר עס נאכקוקן ווען די צייט ערלויבט.
דערווייל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 341
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
Location: n y
x 307

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך דערווייל »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:48 pm
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:41 pm פאר א לענגערע צייט איז דארט געוועהן א קאלום מיטן נאמען "חוב קדוש פאר די בחירות הטמאות?! - דער באהאלטענער אמת".
שוין א שטיין שטיק צייט וואס ס'איז נישט דא דער קאלום. איינער ווייסט אפשר פארוואס?
קודם איז די קאלום געלאפן אין דער בלאט זיי האבן באקומען סטראשונגען האבן זיי עס געסטאפט דערנאך איז עס אריבער צו משנתו
אבער אין משנתו לויפט עס שוין אויך נישט גאר א לאנגע צייט.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4811
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6488

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שמח »

דערווייל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:55 pm

viewtopic.php?p=187522#p187522
דערווייל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 341
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2025 6:13 pm
Location: n y
x 307

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך דערווייל »

שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 4:33 pm
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:41 pm פאר א לענגערע צייט איז דארט געוועהן א קאלום מיטן נאמען "חוב קדוש פאר די בחירות הטמאות?! - דער באהאלטענער אמת".
שוין א שטיין שטיק צייט וואס ס'איז נישט דא דער קאלום. איינער ווייסט אפשר פארוואס?
גוט מארגן ערעב איד.

האסט עס געליינט? אפשר האט מען שוין געענדיגט?
יא. כ'האב געליינט, יעדע גליון.
מ'האט נאכנישט געענדיגט.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2206
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2702

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שבת קודש »

דערווייל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:48 pm
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:41 pm פאר א לענגערע צייט איז דארט געוועהן א קאלום מיטן נאמען "חוב קדוש פאר די בחירות הטמאות?! - דער באהאלטענער אמת".
שוין א שטיין שטיק צייט וואס ס'איז נישט דא דער קאלום. איינער ווייסט אפשר פארוואס?
קודם איז די קאלום געלאפן אין דער בלאט זיי האבן באקומען סטראשונגען האבן זיי עס געסטאפט דערנאך איז עס אריבער צו משנתו
אבער אין משנתו לויפט עס שוין אויך נישט גאר א לאנגע צייט.
איך ווייס נישט

אבער סיי אין בלאט סיי אין משנתו האט ער געסטאפט בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן באשרייבן בעלזער רב'ס שטוב קוקט אויס אז די דרוק איז געקומען פון דארט
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4811
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6488

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שמח »

דערווייל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 2:01 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 4:33 pm
דערווייל האט געשריבן: מיטוואך יולי 09, 2025 2:41 pm פאר א לענגערע צייט איז דארט געוועהן א קאלום מיטן נאמען "חוב קדוש פאר די בחירות הטמאות?! - דער באהאלטענער אמת".
שוין א שטיין שטיק צייט וואס ס'איז נישט דא דער קאלום. איינער ווייסט אפשר פארוואס?
גוט מארגן ערעב איד.

האסט עס געליינט? אפשר האט מען שוין געענדיגט?
יא. כ'האב געליינט, יעדע גליון.
מ'האט נאכנישט געענדיגט.
אה.

אז דו ווייסט אז מ'האט נאכנישט געענדיגט איז גוט, כ'האב געמיינט דו פרעגסט סתם.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 2:02 pm
דערווייל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:48 pm
קודם איז די קאלום געלאפן אין דער בלאט זיי האבן באקומען סטראשונגען האבן זיי עס געסטאפט דערנאך איז עס אריבער צו משנתו
אבער אין משנתו לויפט עס שוין אויך נישט גאר א לאנגע צייט.
איך ווייס נישט

אבער סיי אין בלאט סיי אין משנתו האט ער געסטאפט בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן באשרייבן בעלזער רב'ס שטוב קוקט אויס אז די דרוק איז געקומען פון דארט
שמואל שלמה טעלער איז געוועהן אין וואודרידזש, און וואודריזשע רב שליט"א האט אים באוואשן ברבים "איך הער זאגן אז דו שרייבסט וועגן רבינו אהרן קדוש ה', דו שפילסט זיך מיט פייער".

זייט דעמאלס, האט ער נישט ווייטער געשריבן.
איך ווייס נישט צו ס'האט שייכות.
שמייכלדיג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 583
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 794

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 2:02 pm
דערווייל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:55 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:48 pm
קודם איז די קאלום געלאפן אין דער בלאט זיי האבן באקומען סטראשונגען האבן זיי עס געסטאפט דערנאך איז עס אריבער צו משנתו
אבער אין משנתו לויפט עס שוין אויך נישט גאר א לאנגע צייט.
איך ווייס נישט

אבער סיי אין בלאט סיי אין משנתו האט ער געסטאפט בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן באשרייבן בעלזער רב'ס שטוב קוקט אויס אז די דרוק איז געקומען פון דארט
דא אין אידטיש איז אויך פארמאכט געווארן די שמועס איבער בריסקער רב ווען מ'האט אנגעהויבן רעדן פון די שטוב ווערטשאפט אין בעלזא
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2206
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2702

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך שבת קודש »

בקיצור האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 4:29 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 2:02 pm
דערווייל האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 1:55 pm

אבער אין משנתו לויפט עס שוין אויך נישט גאר א לאנגע צייט.
איך ווייס נישט

אבער סיי אין בלאט סיי אין משנתו האט ער געסטאפט בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן באשרייבן בעלזער רב'ס שטוב קוקט אויס אז די דרוק איז געקומען פון דארט
אינמיטן די סעריע מיט די שקרים אויפן בעלזער רב זצ"ל, איז ער געוועהן אין וואודרידזש, און וואודריזשע רב שליט"א האט אים באוואשן ברבים "איך הער זאגן אז דו שרייבסט וועגן רבינו אהרן קדוש ה', דו שפילסט זיך מיט פייער".

זייט דעמאלס, האט ער נישט ווייטער געשריבן.
איך ווייס נישט צו ס'האט שייכות.
מאכט נישט קיין סענס דאס ווייל אין זיינע באשרייבונגן שרייבט ער זייער הייליג איבער'ן בעלזער רב

איך האב דעמאלטס געהערט אז פון בעלזא איז מען געקומען צו מהר''א בעטן מען זאל אויפהערן און מהר''א האט אים געזאגט אז ער זאל אויפהערן פאר יעצט
איך ווייס נישט אויב ס'איז ריכטיג, דער איד לעבט ב''ה מען קען אים גיין פרעגן די סיבה פון אויפהערן
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

בס"ד וועל איך דא ארויפברענגען פון טעללער'ס ווערטער אין משנתו. אבער פאר מ'ליינט עס, איז וויכטיג נאכאמאל צו ליינען די ווערטער פון @נקודות טובות :

"איך זאג נישט אז ער איז א גראבע שקרן, נאר ער איז זייער זייער א גוטע ספינער... ער האט א געוואלד מיט נאלידזש, און איך האב אסאך קונה געווען פון אים. אבער ער איז נישט אלעמאל מקפיד צו שרייבן נאר אמת... ער איז נישט קיין חיים בלוך, אבער איך וואלט אים מדמה געווען צו שמעון ראלניצקי אויף א טראפ טיפער... ער פארמאכט די אויגן פון זעהן אפענע פאקטן וואס גייט קעגן זיין אגענדע. האסט אמאל אויסגעהערט שמעון אויף א טראפ טיפער? גענוי דאס איז שמואל שלמה טעלער. (איך האף אז דאס גרענציט זיך נישט מיט לשון הרע) סיי שמעון און סיי שמואל שלמה זענען גאר טאלאנטפול יעדער אויף זיין וועג. אבער ביידע זענען דעמעגאגן.

איך בין נישט קיין שטענדיגע ליינער זיינער, נאר איך פלעג גיין פרייטאג נאכמיטאג אין מקוה אין א מהר"א ביהמ"ד און דארט פלעג איך אסאך מאל ליינען זיינע זאכן. "היינט איז שוין יעדער מודה" אדער "אפילו די מתירים וואלטן שוין היינט ג'אסר'ט" דאס איז זיין שפראך אלעמאל. איי, האסט מיר געפרעגט אויב איך בין מודה? ווי אזוי ווייסטו אז היינט איז יעדער מודה? ווייל אין קרית יואל איז יעדער מודה?... ס'איז לאו דוקא כלפי ציונות והמסתעף, נאר אין אנדערע זאכן אויך. ער נעמט די קרית יואלע השקפה און ער קוועטש דאס ארויף אויף גאנץ כלל ישראל. ס'איז א ווייטאג אז אזא ידען און גוטע שרייבער ווי ער איז סטאק אין א קרית יואלע באקס. ווען ער שרייבט ווען תשובות וואלט יעדע צווייטע סטעיטמענט זיינער געווען פשוט כביעתא בכותחא, ולית דין צריך בושש, וכדו'... איר כאפט וואס איך מיין...

פארן דריקן שיק דערמאן איך מיר אז נישט לאנג צוריק האב איך געזעהן אין די זקנך ויאמרו לך (וואס דאכט זיך מיר אז ער איז דער ארויסגעבער) ווי (דאכט זיך) ר' אורי שווארץ דערציילט אז דער סטייפלער האט נישט געהאלטן אז גיין צו די בחירות איז א חוב קדוש, נאר אז ער האט געזאגט אז די וואס גייען ממילא, זאלן וועלן פאר די אגודה.... מען דארף קיינעם נישט זאגן אז דאס איז שקר וכזב! יעדער וואס וויל וויסן ווייסט אז דער סטייפלער האט געהאלטן חוב קדוש, נעם נאר א קריינא דאגרתא.... די קנאים קריגן ניטאמאל אויף דעם. שמואל שלמה ווייסט אז דאס איז נישט אמת, אבער ער דריקט אזא בריוו למען ידעו דור אחרון... יע יע... איך קען דיר געבן נאך אסאך דגמאות, אבער איך האב פלעין נישט קיין נערווען צו זיך טענה'ן אויף דעם, ווייל נאכן רעדן מיט אים האט ער האלבוועגז מודה געווען אז ער ווייסט אז ער פארדרייעט פאקטן. נאר ער האלט אז וויבאלד די אגודיסטן פארדייען אסאך מער מעג ער עס אביסעל אויסגראדן..."
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

און אט איז די ווערטער פון משנתו - א לענגערע "אפהאנדלונג" [...] בדעת החזון איש
פיילס
Gilyon Mishnuso - 12.pdf
(1.34 MiB) דאונלאודעד 40 מאל
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

און דא איז א לענגערע אפווענדונג אויף די ווערטער פון הרב צבי וויינמאן בספרו מקטוביץ ועד ה באייר - בדעת החזון איש [די ווערטער פון שמואל שלמה טעללער זענען א סך געבויעט אויף אים]
ליינט און איבערצייגט אייך אליין.
פיילס
מקטוביץ ועד הגיורת - פרק החזון איש והבחירות ח''ב - עותק.pdf
(2.99 MiB) דאונלאודעד 35 מאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2220
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6976

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך נקודות טובות »

@בקיצור

אז דו דערמאנטס מיר וויל איך מוסיף זיין אז איך שפיר ס'איז נישט ריכטיג די וועג ווי אזוי מען רעדט אויף אים. מיין ארגינעלע מעסעדזש איז מיר אויך אנגעקומען שווער צו שרייבן. מען דארף פארשטיין אז ר' שמואל שלמה איז נישט קיין חיים בלוך. חיים בלוך דארף מען קלאר זאגן פאר די וועלט אז ער איז א כזבן, שקרן, וזייפן! און נאך צו דעם א גאר גאר גרויסע מחוצף! ער האט געפעלטשט גאנצע כתבי יד פון סקרעטש! א פשוטע צייטונג שרייבער וואס האט זיך מתחצף געווען פאר גדולי ישראל! איך האב שוין אסאך מאל געהערט מענטשן נאכזאגן זאכן וואס זיי ווייסן ניטאמאל אז ער איז דער מקור דערפון. ער איז נישט געווען קיין בעל דמיון, ער איז געווען א גראבע פאלנער שקרן!

ר' שמואל שלמה איז אן ערליכער, א ירא השם, און ער מיינט נישט קיין שלעכטס. זיין ציל איז נישט צו מוריש שקר זיין. ער האט אסאך ידיעות, נאר נישט אלעמאל האט ער ארויס די גאנצע היקף הדבר. יא, אמת, ער פראבירט טאקע צו שענער מאכן היסטאריע אין געוויסע פעלער, אבער דאס טוט ער ווייל עס טוט אים וויי די שקר וואס מען פארקויפט ביי די אגודה פארטייען. און מיט רעכט, ווייל ביי זיי איז געווען אסאך גרויסע שקרנים!

נאר קלאר צו מאכן ער איז נישט קיין שקרן, ווי איך האב געשריבן איז ער אזוי ווי שמעון ראלניצקי. ער זאגט נישט קיין ליגענט, נאר פון זיין אזוי פארגלייבט אין זיין מיינונג זעהט ער "באמת" זאכן אנדערש. ווען דו שמועסט עס אויס מיט אים רואיג וועט ער מודה זיין אז עס איז טאקע נישט מוכרח דאס וואס ער זאגט, נאר וויבאלד ווען ער הערט די שקרים וואס די אגודה פארטייען פארקויפן מאכט אים דאס טראכטן צום אנדערן עקסטרעים.

בנוגע דער פארשוין וואס מען האט נעכטן אויסגעשמועסט. איך גלייב באמת אז ר' שמואל שלמה ווייסט ניטאמאל אז עס זענען דא הארבע באשולדיגונגען אויף אים. ער האט לכאורה אמאל געהערט אדער געליינט עפעס אויף אים, און ער האט תיכף פארשטאנען אז די ציונים האבן אויסגעטראכט א בילבול און ניטאמאל האט ער פראבירט עס נאכצוגיין.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

חס ושלום. קיינער מיינט נישט ר' שמואל שלמה פערזענליך. נאר היות מ'האט שוין אין עטליכע אשכולות נאכגעברענגט פון זיינע מייסאלאך מיט פארמאכטע אויגן. און עטליכע ניקס האבן פרובירט גאר זיך אנצונעמען אויף די "קראנטקייט" [איר האט גוט געליינט...] פון זיינע מעשיות. איז מען מוכרח ארויסצוברעגען דעם אמת. אז מ'דארף אפילו נישט חושש זיין.
אדרבה, ליינט אליינס דורך.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8506
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20820

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בקיצור האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 5:23 pm ווייל נאכן רעדן מיט אים האט ער האלבוועגז מודה געווען אז ער ווייסט אז ער פארדרייעט פאקטן. נאר ער האלט אז וויבאלד די אגודיסטן פארדייען אסאך מער מעג ער עס אביסעל אויסגראדן..."
ואשרי המאמין.
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 491

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך בקיצור »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 5:57 pm
בקיצור האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 5:23 pm ווייל נאכן רעדן מיט אים האט ער האלבוועגז מודה געווען אז ער ווייסט אז ער פארדרייעט פאקטן. נאר ער האלט אז וויבאלד די אגודיסטן פארדייען אסאך מער מעג ער עס אביסעל אויסגראדן..."
ואשרי המאמין.
מיינסט צו זאגן אז דו גלייבסט נישט @נקודות טובות?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8506
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20820

Re: "משנתו" בלעטל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בקיצור האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 5:58 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 5:57 pm
בקיצור האט געשריבן: דינסטאג יולי 15, 2025 5:23 pm ווייל נאכן רעדן מיט אים האט ער האלבוועגז מודה געווען אז ער ווייסט אז ער פארדרייעט פאקטן. נאר ער האלט אז וויבאלד די אגודיסטן פארדייען אסאך מער מעג ער עס אביסעל אויסגראדן..."
ואשרי המאמין.
מיינסט צו זאגן אז דו גלייבסט נישט @נקודות טובות?
איך גלייב אז יעדע מעשה וואס ער ברענגט מיט א נאמען, און ער ציטירט יענעמס ווערטער, איז עס ארויס פונעם רעקארדער. און די אלע משנתו ארטיקלען זענען מער ווייניגער אין דעם גאטונג.

פון וואו ווייס איך? ווייל ער טוט דאס שוין אזויפיל יארן, מיט הונדערטער (אויב נישט טויזנטער) מענטשן, און ווען ער זאל פעלשן זייערע ווערטער וואלט שוין געווען א ווייגעשריי פון דא ביז גוטאמאלע.
שרייב פאוסט