שלום ומישור האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 04, 2025 11:41 am
פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 3:58 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 3:04 pm
@פ. לאקס איך קען נישט אזוי גוט אלע אינסייד דיטעילס דא אבער וואס יהוסף שווארץ זאגט אינעם אינטערוויו איז, אז לויט די אפעלאט דעוויזשן האט די סטעיט געקענט הייסן ארויסנעמען קינדער פונעם מוסד, משא"כ לויט די קאורט אף אפיעלס קען עס די סטעיט מער נישט טאן. ווייל זייער שפראך איז די זעלבע ווי ריבא אז די קינדער קענען בלייבן לערנען אינעם מוסד, נאר אנשטאט זאגן די ריבא שפראך אז די סטעיט קען נישט פארמאכן די מוסד זאגן זיי עס אויף א נייע שפראך אז די סטעיט האט עס קיינמאל נישט געטון.
ליין אפ די צוויי אורטיילן און צייג מיר די חילוק... וואו שטייט די חידוש פון יהוסף אז מען האט דעמאלט יא און יעצט נישט געקענט הייסן ארויסנעמען פונעם מוסד?
► Show Spoiler
בבחינת ענים להם ולא יראו.....
מיר וועלן דאס איבערטייטשן אין פלעין אידיש
די אפאלעט קארט:
דאס אז א סקול פארלירט די סטאטוס פון סאבסטענשול עקוויוועלנט, מיינט נישט אז די סקול דארף זיך צומאכן, די סקול אין פאקט מעג ממשיך זיין צו פונקציונירען, און צושטעלען א געוויסע פארמאט פון שיעורים
די עדויקעישן געזעץ און די רעגולשעישן האלט נישט אפ די עלטערען די רשות פון איינשרייבען זייערע קינדער אין קיין שום עקסטערע קריקולעם שיעורים, אדער אקטיוועטיס, וואס קען זיין בייהילפיג פאר די קינד, גארנישט אין די רעגולעישן האלט אפ די קינדער פון זיין איינגעשריבען אין אזעלעכע מיני אינסטיטושנס
און צוגאב צו דעם, עס איז זייער קלאר אז די קאמישענער'ס רעכטען צו קענען באשלוסן אויף א סקול וואס מ'איז יעצט דא דן, איז ספעיצעיל פאר אזעלעכע סקולס וואס האבן א לאנגע טאג אין סקול, ארייננמענדיג א פולע טאג אין סקול פאר די מערסטע סקול טעג
(הג"ה שלי: די ריכטער צייכענט צו, צו די סעיף פון די פעלדער אמענמענט אין די עדויקעישן געזעץ, וואס ברענגט ארויס, אז אידישע סקולס זענען סקולס וואס האבן א לאנגע און פולע טאג)
די פראבלעים און די נישט פארשטיין דאס, קומט פון נישט גוט ארויסהאבן די צייט פראבלעים
א קינד אנטיילנעמען אין א אינסטיטוט וואס האט א פולע און לאנגע צייט אפשניט פאר די טאג, און די לימודים קומען נישט נאך די סובסטענשול עקווילענט לימודים, קען נישט ווי ס'דארף צו זיין משלים זיין די איביריגע לימודים אין די איבריגע שעות וואס בלייבט איבער פון די וואך
ע"כ פון די אפאלעט קארט
צו זיין קלאר פאר ווער עס ווייסט נישט: די עדויקעישן געזעץ פארלאנגט אז א קינד מוז זיין אינגעשריבען אין א סעטינג וואס גייט אים נאכקומען די פארלאנגעלטע לימודים, און דאס קען זיין אדער דורך פובליק סקול אנער פריוואטע סקול אדער האום סקולינג, אז נישט הייסט די קינד עבסענט פון סקול
סוי לאמיר מאכן די קאלקולעישן
1) א קינד מוז זיין איינגעשריבען אין א סקול סעטינג וואס קומט נאך די לימודים
2) אין אזא סקול קען מען זיין איינגעשריבען פאר עקסטערע לימודים און אקטויוועטיס
3) א קינד וואס נעמט אנטייל אין די לימודים פון א לאנגע און פולע אידישע סקול טאג, קען נישט משלים זיין די לימודים די איבריגע שעות
סך הכל:
די ענד ריזאלט פון דאס אלעס איז,
אז א לויט די אפאלעט קארט א קינד קען זיין איינגעשריבען פאר עקסטערע לימודים איו אזא סקול
אבער קען נישט זיין איינגעשריבען אין אזא סקול פאר א גאנצען טאג
ווייל ווי געזאגט א קינד וואס נעמט אנטייל א פולע און גאנצע טאג אין אזא מוסד וואס איז געטראפן געווארן נישט עקווילענט, איז
נישטא קיין וועג ווי אזוי די קינד זאל נאך קענען נאכקומען די פארלאנגעטע לימודים, און איז אויטעמאטיש אויסגעשטעלט צו גרויסע שטראפן ח"ו
וואס דאס מיינט און אידיש גערעדט, אז א קינד וועט נישט קענען גיין אין אזא חדר
דאס איז לויט די אפאלעט קארט
די ישועה וואס איז געקומען נאך די קארט אוו אפעילס וועט נאכקומען
אויב איר קענט אזוי גוט די חילוקים צווישן די אפעלאט און די קאורט אף אפיעלס, פארוואס קענט איר נישט גלייך זאגן וואס איז די ישועה וואס איז נאכגעקומען פון די קאורט אף אפיעלס? צו וואס דארפט איר לאזן דעם עולם אזוי הונגעריג צו הערן די געוואלדיגע ישועה?
אפילו ווען אייער גאנצע פשט'ל אינעם אפעלאט געריכט אורטייל איז 100% ריכטיג, איז אבער די זעלבע פשט'ל געבליבן יעצט אפילו לויטן קאורט אף אפיעלס,
ווייל די איינציגסטע זאך מיט וואס די קאורט אף אפיעלס האט זיך מטפל געווען צו קלארשטעלן איז איבער טענה'רייען צווישן פערל'ס און די סטעיט,איז ס"ה געווען צי די שורה אין די גיידליינס וואס שטייט אז די סטעיט קען זאגן אויף א מוסד וואס לערנט נישט אלע לימודים אז זיי זענען נישט קיין סקול וואס שטעלט צו קאמפאלסערי עדיוקעשאן, צי דאס הייסט פארשפארט די מוסד און צי דאס מיינט אז מען 'מוז' ארויסנעמען די קינדער פון דארט, וואס אויף דעם האט די קאורט אף אפיעלס געגעבן גערעכט פאר די 'סטעיט' און 'נישט' פאר פערל'ס
אבער אלע איבעריגע פרטים פונעם אפעלאט אורטייל זענען זיי ניטאמאל אריין דערין צו דן זיין דערויף, נאר זיי האבן געזאגט בכלליות אז די גאנצע אפעלאט אורטייל בלייבט אין קראפט,
וואס דאס מיינט אין 'אידיש גערעדט' אז אלעס בלייבט פונקט אזויווי פריער לויטן אפעלאט אורטייל, און אויב לויט די אפעלאט געריכט קען א קינד וואס לערנט אין א פעלדער סקול וואס האט לאנגע שעות נישט געהעריג משלים זיין די אלע לימודים אין די געציילטע שעות פון די וואך, דאן אין דעם פרט האט זיך גארנישט געטוישט.
ווי אויך אין אייער סך הכל וואס איר האט געמאכט, איז דא עטליכע טעותים,
דאס וואס איר שרייבט: אז אין 'אידיש גערעדט' וועט א קינד וועט נישט קענען גיין אין אזא חדר. דאס דארף א תיקון טעות, וצ"ל אין 'גויאיש גערעדט',
דהיינו אז די גאנצע אפעלאט אורטייל איז איז ס"ה להלכה לא למעשה, ווייל עס איז א זאך וואס בלייבט אויפן פאפיר לויטן 'גוי',
אבער אין 'אידיש גערעדט' וועלן די קינדער ווייטער קענען בעז"ה גיין אין אזא חדר, פונקט אזויווי אלע טויזנטער קינדער פון די ביז יעצטיגע מוסדות על טהרת הקודש, וואס קיין איין קינד איז נאכנישט אפגעהאלטן געווארן קיין איין איינציגע טאג פון גיין אין חדר, און קיין איינער פון די עלטערן זענען נישט אויסגעשטאנען קיין שום שטראפן ב"ה וכן יעזור השי"ת להלאה.
אפילו לויט דעם גינסטיגן פסק פון ריבא וואס איז לכו"ע געווען א געווינס, האט דאך די פסק בכלל נישט אראפגענומען דעם חוב פונעם טאטן משלים צו זיין אינדערהיים די איבריגע לימודים וואס מען לערנט נישט אינעם מוסד, און דאן האט דער פערל'ס לויער אויך מודה געווען אויף זיין אינטערוויו אז ווען עס קומט צו האום סקולינג איז זייער שווער פאר די רעגירונג דאס נאכצוגיין, און מען דארף זיך בכלל נישט זארגן דערפאר.
ממילא מה נשתנה, וואס איז יעצט פארענדערט געווארן אז פלוצלינג דארף מען יא מורא האבן אז די רעגירונג זאל קענען נאכגיין די האום סקולינג?
און דאס וואס איר שרייבט אז א קינד וואס איז איינגעשריבן אין א מוסד וואס איז נישט עקוויוועלענט איז 'נישטא קיין וועג' וויאזוי דאס קינד זאל נאכקומען די פארלאנגטע לימודים (וואס איז אגב א שטיקל שינוי הלשון ווי דאס וואס איר שרייבט ביים איבערטייטשן אויף אידיש דעם אורטייל, וואס דארט שטייט אז מע קען נישט 'ווי סדארף צו זיין' משלים זיין), איז אויך נישט אזוי פשוט, ווייל עס קען זיין פארשידענע וועגן ואכמ"ל,
ממילא דאס פרובירן אהערצושטעלן א שרעקעדיגע מצב, אז לויטן אפעלאט געריכט אורטייל וואלט א קינד נישט געקענט בלייבן ווייטער אין א מוסד וואס ווערט באשטעטיגט אלץ נישט עקוויוועלענט, איז סתם א אויפגעבלאזענע זאך מיטן ציל צו מאכן א פאלשע פחד כדי בארעכטיגן די מהלך פון פשרות וואס מען וויל אריינברענגען.
און ווייטער צו זאגן אז יעצט נאכן פרישן פסק איז שוין דא א ישועה אפילו אויף 'להלכה', דאס איז קלאר נישט אמת, ווייל אויפן פאפיר האט זיך גארנישט געטוישט און גארנישט בעסער געוואר יעצט מיטן קאורט אף אפיעלס פסק, ווי אויסגעשמועסט אויבן.