פ. לאקס האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 29, 2025 4:34 pm
קלארצושטעלן: אזויווי איך האב געשריבן גראד נאכן אורטייל איז קלאר אז עס איז יא דא א חילוק צווישן די אפעלאט און קאורט אוו אפיעלס.
בשעת די אפעלאט האט קלאר געאורטיילט אז מען קען נישט סופלעמענטירן עדיוקעישאן האט עס די קאורט אוו אפיעלס נישט בארירט, טא טעכניש האט די קאורט אוו אפיעלס נישט פארבאטן צו סופלעמענטירן בשעת די אפעלאט האט דאס יא געטון.
אבער די אפעקט אויף למעשה איז ביי ביידע די זעלבע, אז אזוי ווי די יעצטיגע געזעץ און רעגולאציעס ערלויבן נישט צו סופלעמענטירן עדיוקעישאן און די געריכט האט נישט געזאגט אז מען מעג יא באדייט עס אז אויף למעשה קען מען ווייטער נישט. פונקט ווי די רעגולאציעס זאגן.
די איינציגסטע חילוק איז אז לויט די אפעלאט האט מען נישט געקענט אנהייבן א פרישע געריכט בנוגע סופלעמענטעישאן, בשעת ווי געשריבן תיכף נאכן אורטייל קען מען לויט די קאורט אוו אפיעלס אורטייל פריש אנהייבן די לעגאלע קאמף
לפענ"ד האט דער אפעלאט נישט קלאר געאורטיילט אז מען קען נישט בעצם סופלעמענטן די עדיוקעישאן
בלויז אויף סקולס, [פעלדער סקולס] וועלכע האבן א לאנגע סדר היום פון לימודי קודש, האבן די קינדער טעכניש שוין נישט קיין צייט צו קענען משלים זיין אינדערהיים אין די פאר שעה וואס עס איז זיי געבליבען אין די וואך
דאס באדייט קלאר לכאורה אז בעצם האלטן זיי אז מען מעג סופלעמענטן, עס ברויך נאר זיין צייט דערפאר...
אויב וואלט די געריכט געהאלטן אזוי ווי די סטעיט האט געוואלט זאגן, אז דער געזעץ גיבט בכלל נישט אזא פריוויליגע, וואלטן זיי נישט געשריבען די שורה, אז פעלדער סקולס זיי האבן א פראבלעם, נאר מען קען נישט דאס נישט טוען.
אבי שיק האט דאס אויך דערמאנט, אין זיינע פאפירן אז די געריכט זאל דאס טאקע קלארשטעלן אז זייערע אורטייל איז נאר פאר פעלדער סקולס, וועלכע האבן לאנגע סדר היום
לכאורה איז נישטא קיין שום נפקא מינה צווישן די אפעלאט פסק און די קאורט אף אפיעלס.
1)ביידע האבן געזאגט אז די סטעיט מעג און קען דערקלערן א מוסד וואס קומט נישט נאך אלע פארלאנגן, אז זי איז נישט קיין לעגאלע סקול
2) ביידע האבן נישט גערעדט קלאר פון פאנדינג... [אבער די סטעיט וועט שוין וויסן וואס זיי האבן צו טוען פאר א סקול וואס איז נישט קיין לעגאלע סקול]
3) ביידע האבן געזאגט אז די רעגירונג איז גערעכט אז זיי שפארן נישט דעם מוסד, מיטן דעם וואס זיי נעמען אוועק דעם לעגאלן סטאטוס פון סקול
4) ביידע האבן געזאגט אז די גיידליינס זענען אינגאנצן לעגאל און זענען אין קראפט 100%
5) ביידע האבן געזאגט אז די עלטערן וואס שיקן אין מוסדות וואס זענען נישט עקוויוועלנד, זענען נאך אלס 100% אחראי צו מאכן זיכער אז זייערע קינדער באקומען א פולקאמע סאבסטענשיל עקוויוועלנד עדיוקעישאן ערגעץ וואו, [און עס איז פשוטע קאמען סענס, אז אויב א טאטע וועט וועלן מאכן אדער משלים זיין מיט האום סקולינג, וועט עס אויך מוזן מאכן סענס אז ער איז פארבליבען מיט גענוג שעות אין די וואך דאס צו קענען משלים זיין זיין אינדערהיים] און עס דרויעט אויף זיי ווייטער די אלע קנסות פונקט ווי ביז היינט
6) לויט ביידע געריכטן, אויב א מוסד ווערט געפונען נישט עקוויוולענד פארלירט זיין לעגאלע סטאטוס, [די סטעיט האט בעבר - (6 מוסדות) און גייט בעתיד אפהאקן די פאנדינג פאר זיי] און די עלטערן מעגן ווייטער רואיג שיקן דארט זייערע קינדער צו לערנען דארט
לימודי קודש אבער די עלטערן מוזן נאף אלס מאכן זיכער אז זייערע קינדער באקומען דעם סעקולארן סאבסטענשיל עקוויוועלנד חינוך ערגעץ,
7) ביידע געריכטן האבן נישט געפסק'ט קלאר , אויב מען וועט קענען [אויך] קענען רעכענען די חלקים פון די סעקולארע לימודים וואס מען לערנט אין א מוסד [וואס איז נישט עקוויוועלנד]
א גרויסע ישועה קען בעז"ה קומען פונעם ארטייל פונעם העכסטן געריכט אין וואשינגטאן, דעם פארגאנגענען פרייטאג
וואס עלטערן וועלן זיך קענען ארויסדרייען פון לערנען אינדערהיים געוויסע סאבדשעקס וואס זיי וועלן טענה'ן אז עס איז קעגן זייערע דת, וואס דאס וועט זיי העלפן צווייפאכיג
1) זיי וועלן נישט ברויכן לערנען די אלע סאבדשעקס און נושאים, וואס איז קעגן זייערע רעליגיע
2) און אוטאמאטיש וועלן זיי נישט ברויכן אויפווייזן אז זיי האבן גענוג שעות צו לערנען 'אלע' סאבדשעקס, עס וועט שוין זיין גענוג ווייניגער שעות צו קענען יוצא זיין מיט די לימודים אינדערהיים
2)