רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1119
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3753

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 3:18 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 9:47 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:21 pm און שנת תרמ''א, צוויי יאר נאכן הסתלקות פונעם מהר''ם שיק, איז ר' עמרם בלום אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט חוסט, צו ממלא מקום זיין דעם מהר''ם שיק.

דער מהר"ם שיק פלעגט גיין שלאפן פרי, און אויפשטיין פארטאגס לערנען. (ליגט מיר אין קאפ אז ער האט ערגעצוואו געשריבן איבער דעם ענין, אז מ'זאל ענדערש גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי.) דער נייער רב דער בית שערים פלעגט טון פארקערט; לערנען ביז שפעט און נישט אויפשטיין אזוי פרי. די אויבערלענדישע חוסטער אידן, וואס זענען געווען געוואוינט צו זען דעם רב לערנען גאר פרי פארטאגס, האבן אריינגעקלאפט ביים בית שערים אין פענסטער און אריינגעשריגן "דער רב ז"ל איז אזא צייט שוין אויפגעווען!" האט דער בית שערים צוריקגעשריגן "נו גייטס צום רב ז"ל!..."
ס'איז דא נאך א מקור אויף דעם חוץ אין עולמו של אבא? איך האב געזעהן די מעשה דארט (אן דעם אויספיר) אבער די מארמאראשע מעשה ביכלעך האט ביי מיר נישט קיין שום אמת'ע ווערד. ס'איז גוט צו ליינען שבת נאכמיטאג אנשטאט א דרימל...

אבער איך שיהיה, שרייבט ער נישט אז דאס זענען געווען די אויבערלענדישע אידן. נאר בעיקר די חסידישע אידן פון וועמען ער האט געליטן רדיפות. איך האב צוגעצייכענט אויבן (אן א נאמען) אז דאס איז די סיבה פארוואס ער האט געטוישט פאסטן מיטן בית היוצר. (און למעשה האט דער בית היוצר געליטן די זעבע רדיפות און האט נישט מאריך ימים געווען...) אבער ווי געשריבן, איז דאס אינטערעסאנט. ווייל ער האט דוקא יא געהאט גוטע באציאונגען מיט די חסידישע רבי'ס.

וואס איז אבער זיכער, אז די בני המחבר שרייבן אין די הקדמה פון בית שערים, אז אין די אינגע יארן איז נישט געווען אזא זאך אז דער בית שערים זאל פארשלאפן נאך צוויי אזייגער פארטאגס. ער פלעגט עוסק זיין בתורה פון צוויי שעה נאך חצות ביזן דאווענען. קען זיין אין די שפעטערע יארן האט ער געטוישט. איך ווייס נישט, און איך זאג גארנישט.

אגב, נאך א ווערטל וואס דער עולמו של אבא ברענגט בשמו. די גמרא זאגט אויף רבי עקיבא אז ווען ער איז געווען אן עם הארץ האט ער געזאגט, מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור. האט דער בית שערים געפרעגט, פארוואס מי יתן? גיי צו צו אים, און בייס אים! פארוואס ווארטסטו אז איינער זאל דיר אים ברענגן? נאר וואס, דער עם הארץ ווייסט דאך נישט אויף זיכער אז יענער איז א תלמיד חכם, ער קען דאך אים נישט פארהערן און קען דאך זיין אז ער איז אן עם הארץ. ממילא ווארט ער אז איינער זאל אים ברענגן א תלמיד חכם, אבער אויף דערווייל רודפ'ן זיי די רבנים, און דאס איז שוין שנאת חינם ממש....

גולמו של באבע איז מזויף מתוכו, אבער איך האב געהערט די מעשה פון א רב פון פריערדיגן דור וואס כ'גלייב נישט אז ער האט עס גענומען פון דארט.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1583

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 3:29 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:40 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 3:52 pm
איך בין נישט אזוי בקי אין די זאכן, און איך ווייס נישט ווער עס רבי ישראל משה טעגלאשער. אבער זיין זון רבי בן ציון איז געווען אן איידעם ביי רבי ישראל וואלף פאנעטה וואס האט געוואוינט אין טעגלאש, און רבי בן ציון גופא האט אויך געוואוינט אין טעגלאש זעקס יאר. קען זיין אז איינער פון זיינע שוואגערס האבן געהייסען רבי ישראל משה, וואס איר רופט רבי ישראל משה טעגלאשער.
אגב איז נישט לאנג צוריק אוועק רי שמואל אליעזר פאנעטה פון בארא פארק וואס איז געווען לכאורה דאס לעצטע איינקעל פון ר' ישראל וואלף פאנעטה.
שוין האסט מיר אויסגעקלארט...

גראדע איז ר' שמואל אליעזר נישט נאר געווען די לעצטע אייניקל פון ר' ישראל וואלף נאר די אויך די לעצטע אור אור אייניקל פונעם מראה יחזקאל זי"ע.
בדרך אגב, ס'איז יעצט געעווען דאס ערשטע יארצייט פון אן איר אייניקל פון בית שערים הרה"ג רבי חיים אלימלך בלום ז"ל (טאטע פון ר' בנציון מנהל סאטמאר מאנסי ישיבה קטנה, ר' וואלף ע"ה פון לאנדאן) וואס איז אוועק פאר א יאר פאר פסח. ווי אויך איז עס נאך אין די י"ב חודש פון זיין ברודער רבי בנציון ז"ל.

וויפיל איר אייניקלעך זענען נאך בין החיים?
איך מיין אז ר' בן ציון איז געווען דער לעצטער אור אייניקל.
שטיינער
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:50 am
x 48

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך שטיינער »

מ'מעג נישט וויסן אז ער איז געווען א תלמיד פון הג"ר מאיר פערלס פון קראלי?

#איבערשרייבן_היסטאריע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2143
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6515

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך נקודות טובות »

שטיינער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2025 3:01 pm מ'מעג נישט וויסן אז ער איז געווען א תלמיד פון הג"ר מאיר פערלס פון קראלי?

#איבערשרייבן_היסטאריע
נעקסטיים קענסטו פלעין שרייבן ווי א מענטש אז ער האט געלערנט ביי ר' מאיר אויך. פעלט נישט צו מאכן א מצב. מען קען מיינען איך האב דא דערמאנט יעדן דיטאל מקורות חייו...

אבער אז דו דערמאנסט עס שוין יא, איז אינטערעסאנט צו נאכברענגען וואס ר' בנציון בן הגאון הבית שערים שרייבט אויף ר' מאיר. ואל יפלא

שוין, יעצט זעמיר שוין טאקע controversial...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2143
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6515

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך נקודות טובות »

הייליג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:06 pm מיט'ן קדושת יו"ט האט ער זיך נישט אזוי פארטראגן...
ער אדער זי? זי איז געווען ממשפחת כהנא, וואס האסטו געוואלט?...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט