פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
דער פריץ
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 5:06 pm
Location: brooklyn
x 4

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך דער פריץ »

@אלטערנעסייד פארקינג
נא נא ענדיג שנעל
אסאך נחת פון די שווער
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 72

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך בקי ביחוס »

נא
חשבונות
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:42 am
x 8

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך חשבונות »

בקי ביחוס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:22 pm נא
@אלטערנעסייד פארקינג
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 446
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 439

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך איד »

@אלטערנעסייד פארקינג שוין לאנג נישט געשריבן
וואס איז געשעהן ?
די עולם ווארט, די עולם איז אנגעצויגן, די עולם וויל די זאלסט שוין ממשיך זיין ...
אוועיטער
פייל און בויגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 436
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 609

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך פייל און בויגן »

איך הייב אן מורא האבן, אז ער האט געכאפט נאך א היטש....
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 484

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך העלדיש »

@אלטערנעסייד פארקינג איך אייך העלפן באקן, לאזט אונז אבער נישט שטעקן דא אינמטן די געשיכטע
אוועיטער
גרינגראז
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm
x 151

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך גרינגראז »

חשבונות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:32 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:22 pm נא
@אלטערנעסייד פארקינג
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

גרינגראז האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:02 am
חשבונות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:32 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:22 pm נא
@אלטערנעסייד פארקינג
איך האף אי"ה היינט נאכט אויב נישט וועט עס זיין מארגן אדער מוצאי שבת...
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 514
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 581

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך נפתלי »

מיך האסטו שוין פארלוירן ביים זיך פארלערנען, אבער פון דארט און ווייטער איז פיינע נייעס
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס חלק ו ארויף

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

Alternate side parking.jpg
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1767 מאל
חלק ו'


איך אנטשולדיג מיר פון פאראויס אז איך האב נישט געקענט אויפן מינוט שרייבן מער פון דעם אי"ה מוצאי שבת וועל איך ארויס לייגן חלק ז'


איך האב געהאפט ביי מיר אז אין די צייט ביז ווען ער קומט צוריק דא צו מיר, זאל איהם די ווערימל אריין קריכן אין קאפ אריין, אז ער זאל מיך גלייבן אז איך בין נישט קיין דיטעקטיוו וואס ארבעט פאר די פאליציי, און ער זאל זיין צוריק דא ווי שנעלער און מיך באפרייען פון דא...

איך האב געהאלטן און איין צעגערן אז אפשר איז די גאנצע מעשה נאר א בייזע חלום, און איך פאפף דא אריין אין די רוחות אריין, און איך גיי מיך אויפוועקן פון די קולות פון די משגיח אז היתכן איך שלאף נאך, אבער נאך יעדע ציפ וואס איך האב אזוי מיסטריעז געכאפט יעדע צוויי מינוט, בין איך געווארן מער און מער קלאר אז איך חלום טאקע אבער נאר די חלק אז איך גיי מיך אויפוועקן...

אבער איך האב סתם געווארפן האפענונג פאר גארנישט, ס'גייט אדורך 5 מינוט און דער בחור איז נאכנישט צוריק, 10 מינוט און דער יאקל פייבוש איז נישט צום געפונען, ס'איז שוין 20 מינוט און ס'איז נישטא וואס צו מאכן מיט איהם, א האלבע שעה און איין אויג פארמאכט זיך שוין האלבוועגס און וויל מיך אריין פירן אין א דרימל, אבער א ציפ האט געמאכט זיכער אז דער אויג בלייבט שטיין על המשמר און פארשלאפט זיך נישט, א שעה איך פרוביר זיך איינצורעדן אז איך הער איינעם אראפ קומען די טרעפ אבער די מציאות וויל נישט מיטארבעטן מיט מיין דמיון, א שעה און א האלב והילד אננו איך פיל ווי איך פלאץ...

ענדליך נאך צוויי שעה פון ווארטן און כמעט אראפ גיין פון זינען, האב איך ענדליך געהערט ווי שווערע פוס טריט מאכן אראפ זייער וועג די טרעפ צום בעיסמענט ווי איך קלאץ שוין די לעצטע צוויי שעה, קודם האב איך געמיינט אז איך דמיון שוין ווייטער אבער ניין איך הער טאקע פוס טריט...

איך האב פארשטאנען אז עפעס האב איך אויפגעטוהן ווייל ס'איז נישט געוועהן נאר איין מענטש וואס האט געמאכט זיין וועג אראפ, איך האב געהערט עטליכע מענטשן רעדן צווישן זיך בשעת וואס זיי גייען אראפ זייער פאמעליך די טרעפ, כאילו איך ווארט דא אז מ'זאל צוריק קומען צו מיר ס"ה צוויי א האלב מינוט, און קיינער קלאצט נישט אין עפעס א פארדזשאווערטע בעיסמענט און ווארט אויף זיי...

נאכן לאנגע מינוטן וואס האבן אויס געזעהן ווי שעות האבן זיי ענדליך געלאנדעט אין א גוטע שעה ביים אנדערע זייט פונעם טיר ווי איך בין אפגעזעצן, איך האב געהערט ווי די שלעסער אין די טירן מאכן זייער וועג צוריק אין זייער פארזשאווערטע לעכל, נאך זיין בארבאריש פארשפארט אין א לעכל פון א טיר וואס לייגט גרויס געוויכט אויף איר...

נאכן הערן די קריצעדיגע קולות פון די שלעסער פאר עטליכע לאנגע סקונדעס האט זיך די טיר ברייט געפענט, און 4 חברה שפאצירן זייער געמיטלעך, בשעת וואס זיי זענען ממשיך זייער שמועס צווישן זיך און באטראכטן מיר פון קאפ ביז פוס...

איך האב אלס געוויסט אז איך קוק אויס אינטרעסאנט ווייל מ'פלעגט אלס שמועסן אינטער מיין רוקן אז איך האב עפעס א מאדנע אבר וואס איז גאנץ זעלטן צו פארמאגן, די אבר האט אן אינטערעסאנטע חלק צו זיך ווייל עס איז נישט צו אלט ווייל ווי אלט קען שוין א מענטש זיין, אבער מיט דעם אלעם גראבט מען דארט כסדר כדי צו טרעפן ארכעלאגישע אוצרות...

טייל וואס זענען געשלאגן געווארן מיט דעם אבר ניצן די צווייטע פינגער צו אנקומען צו די באהאלטענע אוצרות, און א טייל ניצן גאר די דריטע פינגער פאר דעם, און ס'איז דא אפילו א גרופע וואס ארבעטן שוין אזוי לאנג אין דעם אינדעסטרי, אז זייער גראבע פינגער פיט שוין אריין דארט און זיי קומען אן גאר גרינג צו די אומשאצבארע אוצרות וואס קומט פונעם באשעפער אליינס...

אבער רובם ככולם וואס האבן די אינטרעסאנטע אבר ווען זיי טרעפן שוין יא די אוצרות זענען זיי שוין גאר אויסגעמיטשעט אדער פארשטייען זיי נישט די ערך פון די אוצר און זיי פליקען אוועק די אוצרות מיט אזא פאראכטונג, חוץ פון גאר א קליינע חבורה וואס זיי פארשטייען יא וואספארא אוצר די רבש"ע האט איבער געגעבן אין זייערע הענט, און זיי טאקע פארזיכן פון די אוצרות..., אבער אזוי אינטרעסאנט אז 4 חברה זאל מיר אזוי באטראכטן פון קאפ ביז פוס האב איך נישט געוויסט אז איך בין...

איינער פון זיי וואס איך האב פארשטאנען אז מן הסתם איז ער די הויפט פון צווישן זיי האט געגעבן א ווינק פאר איינעם און האט געברענגט פון די עק פון די צימער דריי בענקלעך, דער וואס האט געווינקען צו ברענגען די בענקלעך האט זיך אוועק געזעצט אויפן בענקל וואס איז געוועהן קעגן מיר אויף די אנדערע זייט טיש פון מיר...

ער קוקט מיר אריין אין די אויגן און פרעגט מיר אין וועלעכע קעמפ בוסטו א סטודענט אין? האב איך איהם גענטפערט אין קעמפ ***** און וואס איז די אדרעס פון דיין קעמפ? האב איך איהם גענטפערט די אדרעס, ער נעמט ארויס זיין סעלפאון און טייפט עס אריין און נאך א מינוט צוויי מישן אהין און צוריק אויף זיין סקרין הייבט ער אויף די אויגן צו מיר און זאגט מיר, איך זעה און איך פארשטיי אז אונז האבן דא געטוהן א טעות, ניין נישט ווי דו טראכסט אז אונז האבן געמאכט א טעות...
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס חלק ז ארויף

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

Alternate side parking.jpg
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1650 מאל
חלק ז


וואס הייסט ענק האבן געטון א טעות און נישט געמאכט א טעות? וואס איז די חילוק? וועל איך דיר מסביר זיין, מיטן מאכן א טעות מיין איך צו זאגן אז אונז האבן געדארפט איינעם פארכאפן און אונז האבן פארכאפט די נישט ריכטיגע מענטש, און געטון א טעות איז אז מ'האט געטון דא א זאך וואס מ'האט בכלל נישט געדארפט צו טון...

האב איך איהם געפרעגט איז אויב האבן ענק נישט געדארפט צו פארכאפן קיינעם איז וואס האבן ענק מיך פארכאפט? ער איז שטיל געווארן פאר א מינוט ס'האט אויסגעזען ווי ער קווענקלט צי ער זאל מיך ענטפערן אדער נישט, און נאך א מינוט פון שטילקייט רופט ער זיך אן צו מיר, בעצם וואלט איך דיר נישט געדארפט ענטפערן, נאר וואס דען, איך קען דיך נישט האלטן דא,

ווייל אונז נעמען געווענטליך געוויסע מאסנאמען פאר אונז פארכאפן א מענטש כדי מ'זאל נישט ארויפקומען אויף אונזערע שפירן, און אזוי ווי מ'האט דיך נישט געדארפט צו פארכאפן, האט דער וואס האט דיך פארכאפט נישט גענומען די נויטיגע מאסנאמען, און צוליב דעם אויב אונז האלטן דיך דא פאר צו לאנג וועט מען דיך אנפאנגען זיכן און מ'וועט ארויפקומען אויף אונזערע שפירן, און נאר דאס פעלט אונז יעצט אויס...

האב איך צוליב דעם אפגעמאכט דיך ארויסצולאזן, און סתם ארויסלאזן קען איך נישט ווייל דו וועסט גלייך לויפן צו די פאליציי, און איך בין גאנץ ווייניג אינטערעסירט אז מ'זאל ארויפקומען אויף אונזערע שפירן, נאר דו וועסט ארויסגיין און דו וועסט ארבעטן פאר אונז, און וואס דו וועסט טון וועל איך שפעטער צוקומען, און אזוי ווי דו גייסט מיט דיין גוט הארץ אנפאנגען צו ארבעטן פאר אונז פרייוויליג און אומזינסט, וועל איך אלס אנערקענונג פארן ווערן א חלק פון אונזער גענג, דיך פארציילן וואס דא איז פארגעגאנגען...

דו האסט שוין לכאורה פארשטאנען אז אונז זענען א דראג גענג, און אונז האבן לעצטנס געהאט אפאר מאל וואס געוויסע גענג מיטגלידער זענען כמעט געכאפט געווארן דורך די פאליציי, צוליב וואס די פאליציי האבן געווארט דארטן אויפן פלאץ ווי מיינע מענטשן האבן געדארפט דורכפירן דעם דיעל, און אין די לעצטע מינוט האבן אונז אויסגעפינען אז די פאליציי ווארט אונז אפ דארט און אונז האבן זיי געלאזט ווארטן דארט, מעגליך אז זיי ווארטן נאכאלץ דארט,

און די פאליציי האבן נישט געהאט קיין שום וועג אויסצוגעפינען די פרטים וועגן דעם דעיל, ווי ס'האט געדארפט דורכגעפירט ווערן, וועלעכע טאג און פונקטליך וויפיל אזייגער אונז אפצואווארטן, דאס האט מיך אנגעהויבן מאכן טראכטן אז אונז האבן א ביליגע פארעטער צווישן אונז דא וואס ליקט ארויס אינפארמאציע פאר די פאליציי, פאר עפעס אן אומבאקאנטע סיבה, צי פאר געלט, צי פאר נקמה גאר...

איך האב אפגעמאכט אז איך גיי טרעפן דעם נידריגן פארעטער וואס גיבט אונז ארויס פאר די פאליציי, איך האב מיך אריינגעלייגט אין דעם ענין און נאך א שטיק צייט בין איך געקומען צו א מסקנא אז ס'מוז זיין איינער פון דריי מיטגלידער פונעם גענג וואס נאר זיי האבן געוויסט אלע אינפארמאציע איבער די פאר מאל וואס די פאליציי איז כמעט ארויפגעקומען אויף אונזערע שפירן,

און כדי זיכער צו מאכן פון צווישן די דריי חברה ווער עס איז, אדער אויב איז עס צוויי פון זיי, אדער גאר אלע דריי און זיי ארבעטן צוזאמען, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי זיי לאזן וויסן פאלשע אינפארמאציע איבער א דיעל, אבער נאר פאר איינעם אויף אמאל, דאס הייסט פאר יעדעם אן עקסטערע שפיל, אזוי וועל איך קענען זען צי זיי ארבעטן צוזאמען צי נישט, און אויב נישט ווער פון זיי ס'איז דער נידערטרעכטיגע יונג...

די לעצטע שטיק צייט האב איך געארבעט אויף די דריטע פאלשע דיעל, וואס האט נעכטן געדארפט פארצוקומען און טאקע אויף די פלאץ ווי דו האסט געווארט פאר א היטש, און אלעס איז געפארן גלאטיג, ביז...

ביז דער גוטהארציגע אומשילדיגע דרייווער האט זיך אפגעשטעלט דיך צו געבן א היטש, וואס טאקע ער איז געווען דער וואס איך האב פארדעכטיגט אז ער ארבעט מיט די פאליציי, ער האט דיך געזען דארט שטיין אויף דעם פלאץ ווי ס'האט געדארפט פארקומען די דיעל, און די האסט געווארט דארט א לאנגע צייט און דאס האט געהויבן זיין נייגער ווער דו ביסט און וואס דו זוכסט דארט, ער האט אונז גלייך אינפארמירט אז ס'איז דא איינער וואס ווארט שוין א לאנגע צייט אויף די פלאץ ווי ס'דארף פארקומען די פארקויף אקציע,

איך האבן געהאלטן אז ער וויל אונז סתם פארדרייען א קאפ און ער וויל פשוט ווייזן ווי שטארק געטריי ער איז ווייל ער האט אנגעהויבן פילן אז די הויט ברענט אים, ווייל די פאליציי איז גענוג קלוג נישט צו לייגן זייער'ס אן אגענט צו ווארטן אפענערהייט גלייך נעבן ווי ס'דארף פארקומען די דיעל, ווייל זיי ווייסן אויך אז ס'גייט ציען פארדאכטן, האב איך אים געזאגט אז אויב איז ער זיכער זאל ער דיך פארכאפן און אהערברענגען...

למעשה האט ער געזען אז דו קומסט אזוי פרייוויליג אריין אין זיין קאר, האט ער פארשטאנען אז ער האט געמאכט א טעות און דו האסט גארנישט מיט די פאליציי, און ער האט מורא געהאט צוליב עפעס א סיבה וואס אונז האבן נאכנישט ארויסבאקומען פון אים, און ער האט צוליב דעם דיך געוואלט ארלעדיגן, און זעענדיג אז דו האסט דיך באוויזן ארויסצוזען פון זיין קאר, האט ער דיך פאר יעדע פרייז געוואלט צוריקכאפן, ווייל ער האט נישט געוואלט אז מ'זאל אים יעצט ארומזוכן אין אלע גאסן אלס א מערדער, האט ער מיך מודיע געווען אז ס'איז אים געלונגען צו כאפן דער פאליציי דיטעקטיוו וואס איז געשטאנען אין די זייט פון די ראוד און אלעס אבזערווירט, און ער האט זיך ארויסגעכאפט פון זיין קאר און ער איז אריינגעלאפן אין א וואלד, האב איך גלייך ארויסגעשיקט צוויי פון אונזערע חברה אז זיי זאלן אים העלפן דיך צוריקצוכאפן...
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 199

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך א טויב »

איך האב קיינמאל געוויסט אז @אלטערנעסייד פארקינג איז אזוי שרעקעדיג!...

ארבעטס נאך פארזע? אראפ פון אידטיש...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4367
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6670

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אקעי, ס'ווערט סיריעס טיף. עמוק עמוק.

היות איך בין נאך ניי אין די דראג-גענג ביזנעס... גיי איך עס מוזן איבערליינען נאך 2-3 מאל...
קישטא קאי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 280
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:50 pm
x 217

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך קישטא קאי »

און שוין............................................
שקר אין לו רגלים: ווי לאנג די אמת טוט זיך אן די זאקן פליהט שוין די שקר ארום די גאנצע וועלט (קרעדיט: מעלות)
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 514
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 581

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך נפתלי »

א לעכטיגע חנוכה
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 514
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 581

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך נפתלי »

@אלטערנעסייד פארקינג א פיינע פעדער ריזוגע בעל דמיון, אבער פארוואס האסטו דיך אפגעשטעלט,
אויב האט איר אפאר וועגן, שרייבט אלע
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 446
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 439

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך איד »

איך ווייס נישט צי איך זאל לאכן אדער וויינען...

אבער גיי אהן ! אונז ווארטן פאר די המשך
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 241

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך מאדערן ארט »

ס'נאך דא עפעס האפענונג?
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
אוועיטער
מאדערן ארט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 10:00 pm
Location: אין סטאדיאו
x 241

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך מאדערן ארט »

כאטש א רמז אויף ווען מען קען זיך פארשטעלן צו טראכטן אז אפשר היינט
🔔אויפוואכונג: ולאחיו יאמר חזק! - לאמיר לייקן איינעם דעם צווייטן!
שמאי
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 3:20 pm
Location: קרית ארבה
x 14

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך שמאי »

נ ע ק ס ט ל עוו י ל!!!!!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס אכטע קאפיטל ארויף

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

Alternate side parking.jpg
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1066 מאל
אכטע חלק

בעצם האב איך געטון דא א גרויסע טעות, ווייל איך האב נישט געוויסט אז ווען דער פאררעטער האט מיך געזאגט אז ער זעט א פאליציי דיטעקטיוו מיינט ער דיך, מיינע מענטשן האבן מיך אינפארמירט אז עפעס א אידישע בחור שטייט דארט אין די זייט און ווארט שוין א לענגערע צייט, און א אידישע בחור'ל איז נישט קיין פאליציי דיטעקטיוו, און טאקע וועגן דעם איז מיך נישט איינגעפאלן אז ער מיינט דיך, און מיינע אגענטן האבן קיינעם נישט געזען דארט, מיינע אגענטן זענען געשולטע חברה זיי האבן איבערגעקוקט די גאנצע געגנט און זיי האבן קיינעם נישט געטראפן, איז צוליב דעם האב איך געהאלטן אז ער דרייט מיך סתם א קאפ, ווייל ער וויל נישט אז איך זאל כאפן אז ער קאלאברירט מיט די פאליציי.

און פארדעם פארקויפט ער מיך אז ער האט געזען א דיטעקטיוו באהאלטן אין דער זייט, ווייל ער האלט אז איך האב אים נישט ווי אזוי אפצופרעגן, און ער מיינט אז אזוי וועל איך איהם זאגן נישט צו טוהן דעם דיעל און צוריק קומען צום הויפט קווארטיר און אזוי וועט ער נישט אריין פאלן אין די פאסטעקע וואס איך האב איהם אנגעגרייט.

האב איך מיך שנעל פארבינדן מיט מיינע חברה וואס זענען געווען דארט אויפן פלאץ, און זיי באפוילן נאכאמאל איבערצוקוקן דעם שטח, צו זען צי מיינע חשדות האבן עפעס אין זיך, נאך אפאר מינוט האבן זיי מיך איבערגעגעבן אז די פלאץ איז ריין און קיינער קוקט נישט נאך, און איך בין געווען גערעכט מיט דעם וואס איך האב געהאלטן אז ער פאדרייט סתם א קאפ.

און דערפאר האב איך אים געגעבן די גרינע ליכט דיך צו פארכאפן אויב איז ער זיכער אז דער מענטש וואס קוקט אים נאך איז א דיטעקטיוו, ווייל איך האב געוויסט אז קיין שום דיטעקטיוו באהאלט זיך נישט, און איך האב געוואלט זען וואס ער גייט יעצט דא טון.

למעשה האט ער דיך פארגעשלאגן א רייד, און דו, ווארטנדיג דארט פאר א היטש - אזוי ווי איך האב פריער געהערט - פאר א לאנגע צייט, האסטו זיך צוגעכאפט צום פארשלאג, און זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר, ווי ער איז פון דארט צוגעפארן צום וואלד וואו ער האט דיך פרובירט צו פארגאזן אין זיין קאר, און ווי איך האב דיך שוין פריער געזאגט ווייסן אונז נישט דערווייל וואס זיינע מאטיוון זענען געווען מיטן דיך ווילן אומברענגען, און פון דארט קענסטו שוין אליינס די המשך ווי אזוי דו ביסט אנגעקומען אהער צו אונזער הויפטקווארטיר.

איך בין געזעצן מיט אן אפענע מויל, זאכן האבן זיך אנגעהויבן אביסל אויסגעקלארן אין מיין מוח, איך האב אנגעהויבן צו כאפן וואס ס'איז אלץ פארגעקומען צו מיר אין די פארלאפענע פאר שעה - וואס זעהט מיר שוין אויס ווי לאנגע וואכן צוריק :wink: , און אלעס וואס איז געליגן אינטער דעם מיסטריעזן פארכאפונג.

און ווי דו פארשטייסט אליין ווי איך האב דיך פריער געזאגט, גיי איך דיך נישט האלטן דא, ווייל אזוי ווי איך האב נישט גע'חלומ'ט אז ער גייט איינעם פארכאפן, ווייל איך האב נישט געטראכט אז ער מיינט דיך, האבן אונז נישט גענומען די נויטיגע מאסנאמען וואס מיר נעמען געווענליך פאר אונז פירן אדורך אזא פארכאפונג, און אויב אונז האלטן דיך דא איז עס א שאלה פון צייט ביז מ'וועט באמערקן אז דו פעלסט (אויב מ'האט נאכנישט באמערקט מיט אזא משגיח טראכט איך צו מיר...), און פון דארט איז עס א שאלה פון צייט ביז די פאליציי וועט ארויפקומען אויף אונזערע שפירן, און נאר דאס פעלט מיר יעצט אויס.

און דו זעסט מיר נישט אויס ווי קיין טיפוש, און איך ווייס אז דו פארשטייסט אליינס אז איך גיי דיר נישט סתם אזוי ארויסלאזן, ווייל דו וועסט גלייך לויפן צו די פאליציי מסר'ן, און אונז וועלן זיך אלע טרעפן אין חד גדיא, נאר וואס, איז מיר איינגעפאלן אזא געדאנק, ערשטנס מען גייט ארויפלייגן אויף דיר א קליינטשיגע אונטערהער אפאראט וואס איז באשיצט קעגן וואסער, און דו זאלסט זיך נישט דערוואגן עס אראפצונעמען אפילו אין שויער און ווען דו גייסט שווימען און אז ס'זאל זיך נישט צוברעכן ווען די נעמסט עס מיט מיט דיר אין שויער, חוץ אויב דו ווילסט דיך טרעפן מיטן לויתן פאר א זיצונג, וואס קען זיך פארציען אויף אייביג, און אזוי אויך איז דא אין דעם פיצקעלע רעקארדירער א טרעקער מיט וואס אונז קענען מיטהאלטן פינקטליך וואו די ביסט.

און דו זאלסט אפילו נישט חלומ'ען פון טראכטן צו ווילן אדער האפן פון גיין איינעם דערציילן איבער דאס וואס דו ביסט אלס אריבער די פארלאפענע פאר שעה, ווייל טאמער יא, וועסטו דיך טרעפן אין ים זייער שנעל אנגעטוהן מיט שווערע שטיוול, און געדענק, אונז הערן אונטער יעדעס ווארט וואס דו רעדסט גיב זייער אבאכט וואס עס קומט ארויס פון דיין מויל אויב דו ווילסט נאך לעבן.

און דאס איז חוץ פון די חלק אז דו גייסט אנהייבן ארבעטן פאר אונז, דו גייסט זיין א שיק אינגל, דו גייסט דארפן יעדע דינסטאג נעמען א פעקל וואס גייט אנקומען פאר דיך אין דיין קעמפ יענע טאג 4:30 פארטאג'ס ביי די בעק ענטרענ'ס נעבן די הויעכע בילדינג פון ענקער קעמפ וואס איז אביסל אריין אין די וואלד, און דו זאלסט זיכער מאכן צו זיין דארט 4:35 צו עס נעמען, דער וואס דראפט אפ דעם פעקל וועט שוין נישט דארט זיין און אויב זעהסטו אז ער איז נאך דארט זאלסטו נישט צו קומען נאר דו זאלסט ווארטן ביז ער גייט.

און פון דאס עפענען זאלסטו נישט האבן אפילו א הוה אמינא, און דו זאלסט זיכער מאכן אז קיינער עפענט עס נישט, און דו וועסט עס דארפן טראגן צו דער פלאץ ווי מ'האט דיך פארכאפט, און פארגעס נישט, דער פעקל האט א טרעקער, אונז קענען זען וואו דו נעמסט עס, דארטן ווי די דראפסט עס אפ וועט יעדע וואך זיין א צווייטע זאך וואס האט געהאט צו טון מיט דיין פארכאפונג, ס'וועט ליגן אביסל אריין אין וואלד יעדע וואך אויף א צווייטע פלאץ, דו זאלסט אויף זיכן דעם חפץ און דארטן זאלסטו אראפלייגן דעם פעקל, און אפטראגן פון דארט די שנעלסטע מעגליך...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4367
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6670

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס אכטע קאפיטל ארויף

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:11 pm וואס ס'איז אלץ פארגעקומען צו מיר אין די פארלאפענע פאר שעה - וואס זעהט מיר שוין אויס ווי לאנגע וואכן צוריק :wink:
נו אוודאי. נעקסט טיים שרייב שנעלער! :roll: :roll:

צוקער זיס, דיין מח.

אויב איך מעג דיר טשעלענדזשען... ער האט זיך נאר באהיטן אז דו זאלסט נישט דערציילן מיט'ן מויל. וואס טוט ער אז דו שרייבסט עס אויף א פאפיר פאר דיין מנהל? (אדער... אפאר יאר שפעטער אויף אידטיש?...)
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס ניינטע קאפיטל ארויף

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

Alternate side parking.jpg
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 593 מאל
ניינטע קאפיטל

אין קורצן פון פריער:

די הויפט פון די מאפיא האט מיך מסביר געווען וואס דא איז פארגעקומען, און פארוואס מ'האט מיך אזוי בארבאריש פארכאפט אן קיין שום סיבה. אבער בעפארן מיך קלאר מאכן וואס דא איז געשען ,האט ער מיר מודיע געווען אז איך גיי אנפאנגען צו ארבעטן פאר זיי אלס א שיק אינגל, אן מיך געבן צוויי ברירות אויב איך וויל יא אדער נישט, און נאכן מיך קלאר מאכן וואס ס'איז דא פארגעקומען האט ער מיך געגעבן אינסטרוקציעס וואס איך גיי דארפן טון אלס שיק אינגל פ
איך האב נישט געוויסט צו איך זאל לאכן צו וויינען אדער גאר ביידע צוזאמען. איך, א זיבעצן יעריגע חסידישע ישיבה גדולה בחור, גיי ווערן א חלק פון א דראג גענג, און איך גיי ווערן זייער שיק אינגל צו טראגן און ברענגען פעקלעך איינמאל א וואך?! איך בין געזעצן מיט אן אפענעם מויל, מיט די צונג אויפן שוועל פון אראפטראסקענען די אנדערע זייט פון די ליפן. מיינע אויגן זענען געווען ברייט אפן, גרויס ווי די לבנה מיט די 11 שטערנס צוזאמען, אריינקלאצנדיג אין זיין פנים כאילו ער איז א אינטרעסאנטע סטאטוע וואס מ'האט דא אוועק געשטעלט פארנט פון מיר, נישט וויסנדיג וועלעכע שווארץ יאר ס'האט מיר דא אנגעטראפן. ווי אזוי פונקטליך וועל איך אויפשטיין אזוי פרי יעדע דינסטאג? איך בין טאקע א פארטאגס בחור וואס שטייט אויף פרי יעדן טאג, אבער 4:30 פארטאגס?! ווען שטיי איך אויף אזוי פרי?! אפשר ליל שישי שובבי"ם אין די ישיבה קטנה יארן... ווי אזוי פונקטליך וועל איך דאס מאכן?

און לאמיר שוין זאגן איך וועל יא אויפשטיין יעדן דינסטאג אזוי פרי, וואס וועל איך ענטפערן פארן נאכט וועכטער וואס דרייט זיך אין יענע שעות? ער וועט דאך איבערגעבן פארן משגיח אויב ער וועט עס נישט אליין באמערקן אויף די אויגעלעך וואס באצירן אונזער גאנצן קעמפ. אזוי איז מיין דמיון געפלויגן ווייט ווייט, איך האב מיך שוין געזען זיצן ביי די משגיח אין אפיס ווען די מנהל זיצט אויף זיין רעכטע זייט, און זיי סטראשענען, מיך ארויסצואווארפן פון ישיבה אויף אייביג אויב זאג איך נישט אויס וואס ס'איז פשט פון די פארדעכטיגטע פעקלעך.

א מאכטפולע זעץ אויפן טיש האט מיך צוריק געברענגט צו ריאלעטעט. וואס איגנארירסטו מיך?! דו מחוצף איינער! אזוי ווילסטו אנפאנגען דיין דשאב?! מיטן איגנארירן דיין נייע בעל הבית?! דו ווייסט, אז אויב וועסטו איגנארירן דיין פליכט וועסטו זיך זייער שנעל טרעפן מיטן תהום! איז קלאץ מיר נישט אריין דא! איגנאריר מיך נישט! נאר ענטפער אויף וואס איך פרעג! דו ווילסט אננעמען מיין פארשלאג צו ווערן א חלק פון אונז, אדער נישט? איך האב געקווענקלט צי איך זאל אים פרעגן, ווייל זעט אויס אז ווען איך בין געווען פארקלאצט האט ער מיך געפרעגט אפאר מאל די שאלה, און איך האב נישט געהערט, און דאס האט אים אויפגערעגט, און ער קען נאך ווערן נאכמער אויפגערעגט. אבער נאך אפאר לאנגע סקונדעס, האט מיך מיין מויל פארראטן, און פון זיך אליינס געפרעגט. וואס איז די צווייטע אפציע אויב וויל איך נישט ווערן א חלק פון ענקער גענג...?

ער האט מיך געגעבן א קוק אן מיט זיינע צוויי שרעקעדיגע אויגן וואס האבן זיך געפענט פי כמה פון די אויגן פון ברדק. ער האט געוואלט עפענען זיין פי האתון און שרייען, ווען זיינע פויסטן האבן זיך געגעבן א פארשטייף. אבער נאך א סקונדע האט ער זיך בארואיגט. ער האט צוריק ארויסגעזאָמט זיינע אויגן, און אויפגעלאזט זיינע פארשטייפטע פויסטן, און געטוישט די שטרענגע גרימאסן אויף זיין פנים צו א האלבע שמייכל. ער גיבט זיך א דריי ארום צו צוויי פון זיינע חברה, דשעק און סמיט, און ער זאגט זיי, נעמטס אים, און ווייזט אים וואס אונז טוען פאר איינער וואס וויל נישט אננעמען אזא גאלדענע פארשלאג. אבער..... (עפעס א לאנגע דרשה אויף ספאניש וואס איך האב נישט פארשטאנען.)

איך האב באמערקט ווי די צוויי ברייט ביינערדיגע אקסן האבן אנגעהויבן צו מאכן זייער וועג צו מיר פון די צווייטע זייט טיש, די קדחת האט מיר באפאלן. איך האב מיך גלייך אנגעהויבן צו פארענטפערן, ווען מיינע בליקן לויפן פון דעם הויפט, צו דשעק און סמיט, און צוריק צום הויפט, אהין און צוריק. איך האב נישט קיין פראבלעם ח"ו צו ווערן א חלק ח"ו, אדרבה, איך בין מסכים, איך וויל, איך האב גארנישט געמיינט. אה, אויב אזוי צי איך צוריק. ער רופט זיך אן, דזשעק און סמיט, לאזט אים דא. איך האב נאר געוואלט וויסן, סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וואס ס'איז די אנדערע אפציע, האב איך אויסגעפירט מיט אן אקטאווע נידריגער. אה, דו ווילסט יא וויסן...? ער געבט א ווינק פאר דשעק און סמיט, געגאנגען. אה, ניין, ס'גוט, ס'פעלט מיר נישט אויס, איך וויל שוין נישט וויסן, רוף איך מיך אן מיט א שטימע וואס וואקלט זיך ווי א לולב. מיר זעט גראדע אויס אז דו ווילסט יא וויסן, נאר דו שעמסט זיך צו זאגן. און סיי ווי, איך וויל אז דו זאלסט זען וואס אונז טוען צו אזא איינעם, אז ס'זאל פון דיר פארלוירן ווערן די אפעטיט פון פרובירן נישט מיטצוארבעטן הונדערט און איין פראצענט...

חא חא חא האבן זיך די רויבער צולאכט...
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 78

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך חכם »

פארזעצונג קומט אי"ה?
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
קישטא קאי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 280
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:50 pm
x 217

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך קישטא קאי »

חכם האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:31 am פארזעצונג קומט אי"ה?
01/03/2025
שקר אין לו רגלים: ווי לאנג די אמת טוט זיך אן די זאקן פליהט שוין די שקר ארום די גאנצע וועלט (קרעדיט: מעלות)
שרייב פאוסט