רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

אונזער היסטאריע
Think and Thank
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 472
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 1745

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 27, 2025 3:18 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 9:47 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:21 pm און שנת תרמ''א, צוויי יאר נאכן הסתלקות פונעם מהר''ם שיק, איז ר' עמרם בלום אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט חוסט, צו ממלא מקום זיין דעם מהר''ם שיק.

דער מהר"ם שיק פלעגט גיין שלאפן פרי, און אויפשטיין פארטאגס לערנען. (ליגט מיר אין קאפ אז ער האט ערגעצוואו געשריבן איבער דעם ענין, אז מ'זאל ענדערש גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי.) דער נייער רב דער בית שערים פלעגט טון פארקערט; לערנען ביז שפעט און נישט אויפשטיין אזוי פרי. די אויבערלענדישע חוסטער אידן, וואס זענען געווען געוואוינט צו זען דעם רב לערנען גאר פרי פארטאגס, האבן אריינגעקלאפט ביים בית שערים אין פענסטער און אריינגעשריגן "דער רב ז"ל איז אזא צייט שוין אויפגעווען!" האט דער בית שערים צוריקגעשריגן "נו גייטס צום רב ז"ל!..."
ס'איז דא נאך א מקור אויף דעם חוץ אין עולמו של אבא? איך האב געזעהן די מעשה דארט (אן דעם אויספיר) אבער די מארמאראשע מעשה ביכלעך האט ביי מיר נישט קיין שום אמת'ע ווערד. ס'איז גוט צו ליינען שבת נאכמיטאג אנשטאט א דרימל...

אבער איך שיהיה, שרייבט ער נישט אז דאס זענען געווען די אויבערלענדישע אידן. נאר בעיקר די חסידישע אידן פון וועמען ער האט געליטן רדיפות. איך האב צוגעצייכענט אויבן (אן א נאמען) אז דאס איז די סיבה פארוואס ער האט געטוישט פאסטן מיטן בית היוצר. (און למעשה האט דער בית היוצר געליטן די זעבע רדיפות און האט נישט מאריך ימים געווען...) אבער ווי געשריבן, איז דאס אינטערעסאנט. ווייל ער האט דוקא יא געהאט גוטע באציאונגען מיט די חסידישע רבי'ס.

וואס איז אבער זיכער, אז די בני המחבר שרייבן אין די הקדמה פון בית שערים, אז אין די אינגע יארן איז נישט געווען אזא זאך אז דער בית שערים זאל פארשלאפן נאך צוויי אזייגער פארטאגס. ער פלעגט עוסק זיין בתורה פון צוויי שעה נאך חצות ביזן דאווענען. קען זיין אין די שפעטערע יארן האט ער געטוישט. איך ווייס נישט, און איך זאג גארנישט.

אגב, נאך א ווערטל וואס דער עולמו של אבא ברענגט בשמו. די גמרא זאגט אויף רבי עקיבא אז ווען ער איז געווען אן עם הארץ האט ער געזאגט, מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור. האט דער בית שערים געפרעגט, פארוואס מי יתן? גיי צו צו אים, און בייס אים! פארוואס ווארטסטו אז איינער זאל דיר אים ברענגן? נאר וואס, דער עם הארץ ווייסט דאך נישט אויף זיכער אז יענער איז א תלמיד חכם, ער קען דאך אים נישט פארהערן און קען דאך זיין אז ער איז אן עם הארץ. ממילא ווארט ער אז איינער זאל אים ברענגן א תלמיד חכם, אבער אויף דערווייל רודפ'ן זיי די רבנים, און דאס איז שוין שנאת חינם ממש....

גולמו של באבע איז מזויף מתוכו, אבער איך האב געהערט די מעשה פון א רב פון פריערדיגן דור וואס כ'גלייב נישט אז ער האט עס גענומען פון דארט.
שרייב פאוסט