רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך נקודות טובות »

ר' עמרם בלום איז געבוירען געווארן אין יאר תקצ''ד, אין שטאט היידושאמשון אין מזרח אונגארן.
זיין פאטער איז געווען ר' יעקב יצחק בלום, און ער האט געדינט אלץ ראש בית דין דארט אין שטאט.
זיין מאמע איז געווען מרת מרים, א טאכטער פון ר' עמרם חסידא וואס איז געווען גאר נאנט בידידות מיטן חתם סופר, און איז געווען א תלמיד פון ר' מרדכי בנט.

ער איז געווען א תלמיד פון עטליכע סופרים. ער האט געלערנט ביים כתב סופר. ווי אויך ביי ר' שמעון סופר, און ר' חיים סופר.

בזיוג שלשי האט ר' עמרם חתונה געהאט מיט מרת חיי שרה וואס איז געווען א טאכטער פון ר' חיים יוסף דוב כהנא, אן אייניקעל פונעם קונטרס הספיקות.



אין יאר תרכ''ד איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט מאד, איבערנעמנדיג די בענקל פון ר' נתן פייטל רייניץ.
די שטאט מאד איז די שטאט וואו זיין זיידע ר' עמרם חסידא האט געדינט אלץ רב מיט יארן פריער. און אזוי אויך האט ער געדינט דארט אלץ ראש ישיבה אין די ישיבה וואס זיין זיידע האט דארט אויפגעשטעלט. די שטאט האט פארמאגט ארום אכט הונדערט אידישע נפשות.

און שנת תרמ''א, צוויי יאר נאכן הסתלקות פונעם מהר''ם שיק, איז ר' עמרם בלום אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט חוסט, צו ממלא מקום זיין דעם מהר''ם שיק. און אנשטאט אים איז געווארן רב אין מאד, דער קול אריה, ר' אברהם יהודה הכהן שווארץ.

דריי יאר שפעטער אין יאר תרמ''ד, האט ער זיך געטוישט רבנות שטעלע מיט ר' יואל צבי ראטה בעל שו''ת בית היוצר. וואס ער איז געווען רב אין אויפאלי. ר' עמרם איז געווארן רב אין אויפאלי, און ר' יואל צבי איז געווארן רב אין חוסט.

ער איז געבליבן מיט זיין שטעלע אלץ רב אין אויפאלי עד יום מותו, וואס דאס האט זיך געצויגען פאר די קומענדיגע פינף און צוואנציג יאר.


מזיוג ראשון האט ער נאר געהאט איין קינד. וואס האט געהייסען נאך זיין טאטע יעקב יצחק.

זיינע קינדער מזיוג שני זענען געווען.
  • 1) זיין טאכטער מרים. זי האט שפעטער חתונה געהאט מיטן ילקוט הגרשוני. זי איז אוועק ארום צעהן יאר נאך די חתונה, בחיי אביה. איבערלאזענדיג פיהר קינדער.
    2) זיין טאכטער פערל. זי האט חתונה געהאט מיט ר' יוסף צבי סופר, א זוהן פונעם מחנה חיים. און ער האט געדינט אלץ רב אין שטאט שאמשאן. זי איז אויך אוועק בחיי אביה. איבערלאזענדיג צעהן קינדער.
    3) זיין טאכטער רחל. זי האט חתונה געהאט מיט ר' יוסף חיים פישמאן. ער איז געווען רב אין שטאט טעלעגד.
    4) זיין זוהן יחיאל. ער איז אוועק אוועק אלץ קינד בחיי אביו.
    5) זיין זוהן ר' יהודה צבי. רב פון שטאט האנשוויץ, מחבר ספר שארית יהודה.
    6) זיין זוהן מרדכי אריה. וואס איז אויך אוועק אלץ קינד. בחיי אביו.
    7) זיין טאכטער חוה. וואס האט חתונה געהאט מיט ר' אשר מייזנער. און ביוג שני מיט ר' מנשה קליין.
    8) זיין זין ר' בנציון. האט קודם געדינט אלץ רב אין סארוואש. און ווען זיין טאטע איז אוועק האט ער ממלא געווען מקום אביו אלץ רב אין אויפאלי. נעקד על קידוש השם ביים קריג.
    9) זיין זוהן כתריאל.
    10) זיין זוהן משה נחום. דיין אין גרויסווארדיין.
    11) זיין זוהן מאיר. אויך אוועק אלץ קינד בחיי אביו.
נפטר כ''ו אלול תרס''ז. מקום מנוחתו איז אין שטאט אויפאלי.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך נקודות טובות »

עס ווערט אנגעגעבן אז די סיבה פארוואס ער האט געטוישט רבנות פון חוסט אויף אויפאלי. איז וויבאלד ער איז געווען א מתנגד, און דער שטאט חוסט איז געווען מער חסידישע געשטימט. ולהיפך מיטן בית היוצר. און זיי זענען זיך נישט דורך געקומען מיט די ראשי הקהילה.
מיר איז אבער שווער אז ער איז געווען בידידות מיטן ייטב לב. און אזוי אויך שרייבט ער אז מען זאל לערנען ספרי חסידות?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווי אויך האט איינער אינפערמאציע וועגן זיין ערשטע און צווייטע ווייב. ביי וועמען איז ער געווען אן איידעם?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8757

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ייש"כ, זייער אינטערסאנט, קיינמאל געהערט איבער אים. זי"ע.

בנוגע זיינע פרויען, וויקפידיע ווייסט אויך נישט ווער ס'איז געווען זיין ערשטע פרוי, נאר די צווייטע:
לאחר נישואיו התגורר בעיירה אלמושד, וכשנפטר רב הקהילה בשנת ה'תרי"ח התמנה לכהן תחתיו. באלמושד התאלמן מאשתו הראשונה, ונישא בשנית לחיה שרה בת הרב חיים יוסף דב כהנא מקרסנה, נכדו של הרב יהודה כהנא הלר.
בנוגע די רבנות, זאגט וויקפידיע בלויז אז ער האט זיך געטוישט מיט זיין פריינט, אן קיין הסבר.
לאחר כשנתיים, החליף את משרת הרבנות עם חברו הרב יואל צבי ראטה (יי'), שכיהן כרב בעיירה ברט'ו-אויפאלו, כך שהרב ראטה עבר לכהן בחוסט והרב בלום ישב על כיסא הרבנות בברטו-אויפאלו
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 107

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך א קלער »

נקודת טובות האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 7:21 pm אין יאר תרכ”ד איז ער געווארן רב אין שטאט מאד
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1194
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1526

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך טיפע טאשן »

IMG-20201117-WA0037.jpg
IMG-20201117-WA0037.jpg (132.13 KiB) געזען געווארן 371 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:53 pm ייש"כ, זייער אינטערסאנט, קיינמאל געהערט איבער אים. זי"ע.
איינער שרייבט בשם הדברי חיים, אז דער בית שערים איז געווען דער גרעסטער תלמיד חכם אין אונגארין
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
הייליג
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:13 am
x 4

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך הייליג »

כמדומה לי איז זיין זון הג"ר בנציון זצ"ל נישט אומגעקומען עקד"ה נאר פשוט אויסגעהויכט זיין נשמה אין די שנות הזעם.
הייליג
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:13 am
x 4

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך הייליג »

הגאון בעל בית שערים זצוק"ל איז געווען א חסיד פון הרה"ק רצ"ה מ'ליסקא זי"ע, און איז געווען בידידות מיט הגאוה"ק מ'צאנז, הייט"ל מ'סיגוט, רנ"ה מ'ראצפערט זי"ע. אין שו"ת בית שערים איז דא א תשובה צו זיין רבי דער ליסקא רב ווי מען זעט זיין התבטלות צו זיין רבי, אזוי אויך איז דא א תשובה צו רנ"ה מ'ראצפערט איבער מתפלל זיין אויף גוים, און דער ייט"ל האט צו אים געשריבן איבער עסן אויל אום פסח.
עס איז אמאל אנגעקומען א טעלעגראם צום צאנזער רב אז דער אויפאלו רב איז נישט געזונט, דער צאנזער רב וועלכער האט געהאלטן אינמיטן אויפנעמען די חסידים האט באלד אפגעשטעלט די קבלת קהל און איינגעריסן לרפואתו.
מיט'ן קדושת יו"ט האט ער זיך נישט אזוי פארטראגן... אמאל איז דער קדיו"ט אנגעקומען שפעט צו א אסיפה, האט דער בית שערים זיך אנגערופן קל מלך יושב על כסא רחמים, אויב אזוי פ"וו שיקט ער נישט משיח? מתנהג בחסידות, ער פראוועט חסידות ממילא שפעטיגט ער...
אוועיטער
חוקר
פרישער באניצער
פאוסטס: 51
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:31 am
x 42

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך חוקר »

נקודת טובות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:21 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:53 pm ייש"כ, זייער אינטערסאנט, קיינמאל געהערט איבער אים. זי"ע.
איינער שרייבט בשם הדברי חיים, אז דער בית שערים איז געווען דער גרעסטער תלמיד חכם אין אונגארין
מקור?
איך פראביר "חוקר" צו זיין די זאך
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 871
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1432

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

איז ער געוועהן א מחותן מיט ר' ישראל משה טעגלאשער אדער גאר א שוואגער?
עפעס ליגט מיר אין קאפ...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך נקודות טובות »

הייליג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 6:58 pm כמדומה לי איז זיין זון הג"ר בנציון זצ"ל נישט אומגעקומען עקד"ה נאר פשוט אויסגעהויכט זיין נשמה אין די שנות הזעם.
גערעכט ער איז נישט דירעקט נעקד עקד"ה.
מיין טעות קומט ווייל וויסענדיג אז ער איז אוועק בימי הזעם, האב איך זעהענדיג אין זיין ספר אות ציון און שיבת ציון וואס ר' מנשה קליין האט ארויסגעגעבן שטייט אויפן שער בלאט הי"ד. אבער אריינקוקענדיג אין די תולדות דארט שטייט די מעשה אז ביים דעפארטירן די שטאט אויפאלי נאך שבועות קיין גרויסווארדיין אויפן וועג קיין אוישוויץ, האט מען רבי בן ציון דעפארטירט קיין בודאפעסט.
דארט אין בודאפעסט האט ער געלערנט בחברותא מיט הגאון הגדול רבי משה שטערן דער דעברעצינער רב בעל הבאר משה. און נאך סוכות האט מען זיי אריבערגענומען צו אן אנדערען געטא וואס איז געווען ערגעץ אינצווישען די רוסישע און די נאצישע מיליטער. און צוליב די שווערע באמבערדירונגען אין יענע טעג און וואכען, האט מען רוב צייט אין טאג געדארפט זיצן אין בונקער און פון זיצען אזוי לאנג אין בונקער איז רבי בן ציון קראנק געווארן אויף די לונגען, און יצאה נשמתו בטהרה.

בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס אין שער בלאט שטייט הי"ד.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך נקודות טובות »

הייליג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:06 pm הגאון בעל בית שערים זצוק"ל איז געווען א חסיד פון הרה"ק רצ"ה מ'ליסקא זי"ע, און איז געווען בידידות מיט הגאוה"ק מ'צאנז, הייט"ל מ'סיגוט, רנ"ה מ'ראצפערט זי"ע. אין שו"ת בית שערים איז דא א תשובה צו זיין רבי דער ליסקא רב ווי מען זעט זיין התבטלות צו זיין רבי, אזוי אויך איז דא א תשובה צו רנ"ה מ'ראצפערט איבער מתפלל זיין אויף גוים, און דער ייט"ל האט צו אים געשריבן איבער עסן אויל אום פסח.
עס איז אמאל אנגעקומען א טעלעגראם צום צאנזער רב אז דער אויפאלו רב איז נישט געזונט, דער צאנזער רב וועלכער האט געהאלטן אינמיטן אויפנעמען די חסידים האט באלד אפגעשטעלט די קבלת קהל און איינגעריסן לרפואתו.
מיט'ן קדושת יו"ט האט ער זיך נישט אזוי פארטראגן... אמאל איז דער קדיו"ט אנגעקומען שפעט צו א אסיפה, האט דער בית שערים זיך אנגערופן קל מלך יושב על כסא רחמים, אויב אזוי פ"וו שיקט ער נישט משיח? מתנהג בחסידות, ער פראוועט חסידות ממילא שפעטיגט ער...
פון וואנעט נעמט איר אז ער איז געווען א חסיד פון רבי הערש'לע? כמדומה איז ער בכלל נישט געווען קיין חסיד, הגם ער איז קיין מתנגד אויך נישט געווען, איז ער אבער געווען א פרעשבורגער תלמיד און געלערנט ביי משפחת סופר. נאר וואס יא, ער האט געהאט פריינדשאפט מיט אסאך חסידישע רבי'ס. אבער נישט מער. (אגב וואו ווערט דערמאנט דער ראצפערטער?)

די תשובה פון וואס איר רעדן אין וואס ער דריקט זיך אויס מיט גרויס התבטלות צו ר' הערשעלע, איז אין אורח חיים סימן קצ"ד, און דארט זעהט מען נישט אז ער זאל אים רופן אויף אן אופן וואס זאל מאכן טראכטען אז ער איז זיין רבי. ער שרייבט טאקע אויף אים גוזמאותדיגע טיטלען, אבער עד כאן. און פארקערט איז אויך דא א בריוו אין וואס רבי הערשעלע שרייבט גרויסע טיטלען אויף רבי עמרם. זיי האבן זיך ריספעקטירט איינער דעם אנדערען זייער שטארק, און וויבאלד רבי הערשעלע איז געווען עלטער קען זיך אפשר דאכטען אז רבי עמרם איז געווען א ליסקער חסיד. עכ"פ כך נראה לי, אם לא בראיה ברורה להיפך.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: רבי עמרם בלום בעל שו''ת בית שערים - יארצייט כ''ו אלול

פאוסט דורך נקודות טובות »

חוקר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:02 pm
נקודת טובות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:21 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:53 pm ייש"כ, זייער אינטערסאנט, קיינמאל געהערט איבער אים. זי"ע.
איינער שרייבט בשם הדברי חיים, אז דער בית שערים איז געווען דער גרעסטער תלמיד חכם אין אונגארין
מקור?
אין מושיען של ישראל שרייבט ער בשם הברך משה, אז דער סאטמאר רבי האט אים אמאל געזאגט אז די בית שערים האט געשריבען די שענסטע תשובות פון אלע תשובה שרייבערס בדורו. לכאורה דאס האב איך מכוון געווען. און פארטוישט סאטמאר רבי מיט צאנזער רב, און ווי אויך די לשון אביסעל. (איך האב געשריבען איינער שרייבט, ווייל די מימרא איז מיר געליגען אין מוח זייער פארנעפעלט נישט געדענקענדיג די פרטים. וטעות לעולם חוזר)
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך נקודות טובות »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:53 pm איז ער געוועהן א מחותן מיט ר' ישראל משה טעגלאשער אדער גאר א שוואגער?
עפעס ליגט מיר אין קאפ...
איך בין נישט אזוי בקי אין די זאכן, און איך ווייס נישט ווער עס רבי ישראל משה טעגלאשער. אבער זיין זון רבי בן ציון איז געווען אן איידעם ביי רבי ישראל וואלף פאנעטה וואס האט געוואוינט אין טעגלאש, און רבי בן ציון גופא האט אויך געוואוינט אין טעגלאש זעקס יאר. קען זיין אז איינער פון זיינע שוואגערס האבן געהייסען רבי ישראל משה, וואס איר רופט רבי ישראל משה טעגלאשער.
אגב איז נישט לאנג צוריק אוועק רי שמואל אליעזר פאנעטה פון בארא פארק וואס איז געווען לכאורה דאס לעצטע איינקעל פון ר' ישראל וואלף פאנעטה.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 871
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1432

Re: רבי עמרם בלום, בעל שו''ת בית שערים - כ''ו אלול תרס"ז

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 3:52 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:53 pm איז ער געוועהן א מחותן מיט ר' ישראל משה טעגלאשער אדער גאר א שוואגער?
עפעס ליגט מיר אין קאפ...
איך בין נישט אזוי בקי אין די זאכן, און איך ווייס נישט ווער עס רבי ישראל משה טעגלאשער. אבער זיין זון רבי בן ציון איז געווען אן איידעם ביי רבי ישראל וואלף פאנעטה וואס האט געוואוינט אין טעגלאש, און רבי בן ציון גופא האט אויך געוואוינט אין טעגלאש זעקס יאר. קען זיין אז איינער פון זיינע שוואגערס האבן געהייסען רבי ישראל משה, וואס איר רופט רבי ישראל משה טעגלאשער.
אגב איז נישט לאנג צוריק אוועק רי שמואל אליעזר פאנעטה פון בארא פארק וואס איז געווען לכאורה דאס לעצטע איינקעל פון ר' ישראל וואלף פאנעטה.
שוין האסט מיר אויסגעקלארט...

גראדע איז ר' שמואל אליעזר נישט נאר געווען די לעצטע אייניקל פון ר' ישראל וואלף נאר די אויך די לעצטע אור אור אייניקל פונעם מראה יחזקאל זי"ע.
שרייב פאוסט