א סיענע האט פארלוירן זיין נאז
נייעס פון קרית יואל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2417
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7550
Re: נייעס פון קרית יואל
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: נייעס פון קרית יואל
בילדער?ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 20, 2025 11:21 pmק/פ
אין די נאכמיטאג שטונדן ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום פראכטפולער נייער מקוה טהרה החדש קרית יואל מכשיר צו זיין די נייע מקוה המהודרת,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א - ויו''ר ועד המקוואות, און מיט הרבנים הגאונים חברי הועד,
צום ערשט האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען אויפן ארט אינאיינעם מיט הרבנים הגאונים, און די חברי ועד קרן הבנין האבן צוגעוויזען אלע קאסטבארע איינריכטונגען און פילצאליגע הידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט געווארן צו האבן די העכסטע סטאנדארט אין כשרות אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות להרבות טהרה בישראל,
דערנאך האט רבינו שליט"א צוגעטרעטן צו כשר'ן די מעיינות בטירחא דגברא רבא וועלכע האט זיך פארצויגן אין משך פון קרוב צו צוויי שעה, דער רבי האט גע'כשר'ט די מעיינות מיט וויין כפי הוראות רביה"ק זי"ע,
צום ערשט איז דער רבי ארויס צום פאס וויין ווי די עושי המלאכה און בוי מייסטער האבן צוגעוויזען פארן רבי'ן אלע טעכנישע חלקים, דער רבי האט איבערגעקוקט אלע איינריכטונגען אינאיינעם מיט די רבנים הגאונים שליט"א,
דערנאך האט דער רבי אנגעצינדען די פאמפ אריינצוגיסן די וויין אינעם ערשטן מעיין, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין צום צווייטן מעיין ווי דער רבי האט אנגעצינדן די פאמפ אריין צו גיסן די וויין אויך אינעם צווייטן מעיין,
נאכן אריין גיסן די גאנצע וויין איז דער רבי צוריק ארויס צום ערשטן קוואל, און צוריק אנגעצינדן די מעיין, און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, דער רבי האט גענומען א גלעזל און אנגעפילט פונעם קוואל, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט די טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר",
דערנאך איז דער רבי צוריק אריין צום צווייטן קוואל און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט די טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר",
במשך די גאנצע צייט האט רבינו שליט"א נושא ונותן געווען מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און מיט די אנוועזענדע רבנים בדבר ה' זו הלכה, און איבער פארשידענע הוראות און הנהגות לגבי הכשרות מקוואות פון רבוה"ק זי"ע, סיי פון מקוואות אינדערהיים און סיי פון שטאט סיגוט, ווי אויך האט מען ארום גערעדט איבער כשר'ן מיט זאמד און מיט מילך, און פסקי הלכה פון די גדולי הפוסקים.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מקוואות, און דער רבי מיט הגה"צ דער דיין שליט"א און די אנוועזנדע רבנים האבן זיך מפלפל געווען כדרכה של תורה אין עטליכע תשובה ספרים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פאר הרה''ג ר' חיים קלמן קליין שליט''א רב דביהמ''ד סעליש ומרבני הוועד, און די עסקני המקוה, הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש,
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
Re: נייעס פון קרית יואל
ווי אנדערש איז דא פון דארט?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6442
Re: נייעס פון קרית יואל
מוסדות ויואל משה?
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 615
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 520
Re: נייעס פון קרית יואל
לכאורה נישט לעגאל.
Re: נייעס פון קרית יואל
נישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.
אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.
Re: נייעס פון קרית יואל
ווייל ער האט נישט קיין פילטער מיינט נאך נישט אז ס'איז נארמאל דאס צו מעלדן.
ווען פארט די לעצטע באס?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6442
Re: נייעס פון קרית יואל
איך זע נישט פארוואס זיי זאלן עס נישט קענען אינפארסירן. דאס קען שטארק הייבן די נומערן פון וויילער מטעם ויואל משה אין קרית יואל.יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 amנישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.
אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.
Re: נייעס פון קרית יואל
זיי הייסן אויך פאר וועלכע פארטיי מ'דארף זיך רעגיסטרירן?
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 615
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 520
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 615
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 520
Re: נייעס פון קרית יואל
יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 amנישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.
אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.
Re: נייעס פון קרית יואל
מען רעדט נישט דא פון וואוטן, מען רעדט פון זיך רעדשעסטערן, הימל און ערד חילוק.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:32 amיאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 amנישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.
אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.
Re: נייעס פון קרית יואל
די סקרינשאט רעדט אויך פון רעגיסטרירןיאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:56 amמען רעדט נישט דא פון וואוטן, מען רעדט פון זיך רעדשעסטערן, הימל און ערד חילוק.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:32 amיאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 11:13 am
נישט זיכער, טשעט דשיפיטי טענהט אז נאר א פובליק סקול טאר נישט, א פריוואטע סקול קען עס אויסארבעטן לויטן געזעץ.
אלענפאלס גלייב איך נישט אז דאס איז א פאקטישע מענדעיט און אן דעם וואלט מען נישט אנגענומען די קינדער, עס איז מער א שטופ פאר די עלטערן און א סיבה מיטצולייגן א וואוטער רעגיסטראציע פארום אין די מוסדות אפליקאציע.
Re: נייעס פון קרית יואל
זיכער נישט, סיי ווייל דאס איז שוין מער אומלעגאל, ובעיקר ווייל עס מאכט זיי נישט אויס ווייל די ציל איז די דשענערעל עלעקשנס.
סתם הייסן צו זיין רעדשיסטערד איז א שכלדיגע זאך, משא"כ וועלכע פארטיי הייסט זיך שוין אריינמישן אין יענעמס באשלוסן.
Re: נייעס פון קרית יואל
יעצט זעה איך. עס איז מער ווייניגער בלא בלא, אלס דיסקרימינאציע וכדו' דא גענוג וועגן עס צו מאכן לעגאל.
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6442
Re: נייעס פון קרית יואל
אנטשולדיגט איך האב געמאכט א גרויסע גרייז. דאס קומט נישט פון קרית יואל נאר פון וומסב"ג. סאטמאר מהרי"י. איך ווייס נישט אויב אין קרית יואל איז דאס אויך דא.
Re: נייעס פון קרית יואל
נעטפרי לאזט מיר נישט שרייבן אינעם וויליאמסבורג טעמע שרייב איך דא, היינט דארף צו זיין א טאונהאל וועגן דעם בייקלעין אין וו"ב, מיין שאץ איז אז ס'וועלן אנקומען מאקסימום 70 פון די 12,000 וואס האלטן אז ס'איז א פראבלעם.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 22, 2025 3:36 pmאנטשולדיגט איך האב געמאכט א גרויסע גרייז. דאס קומט נישט פון קרית יואל נאר פון וומסב"ג. סאטמאר מהרי"י. איך ווייס נישט אויב אין קרית יואל איז דאס אויך דא.
#וואו_זענען_די_עסקנים
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: נייעס פון קרית יואל
האמיר ווידער געהאט אן ערפארונג מיט "עזר".
כ’פיל נישט אז ווען א העלט צענטער פארנאכלעסיגט מיט סאמע פשוט’ע בעיסיקס, איז א פידבעק ליין וואס קען בייהילפיג זיין.
די פירערשאפט פון "עזר" שפילן מיט אידיש בלוט. דאס איז נישט קיין וויץ.
כ’פיל נישט אז ווען א העלט צענטער פארנאכלעסיגט מיט סאמע פשוט’ע בעיסיקס, איז א פידבעק ליין וואס קען בייהילפיג זיין.
די פירערשאפט פון "עזר" שפילן מיט אידיש בלוט. דאס איז נישט קיין וויץ.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 548
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 809
Re: נייעס פון קרית יואל
סארי אבער די ביסט די שפילער אויב די גייסט נאך צו זיי ווי א טעמל וויסענדיג וואס זיי שטעלן צו.
נישטא קיין עזר נישטא קיין דענטיסט נישטא קיין ob אין ק"י, פארפאלן. פונקט ווי סנישטא קיין פליישיגע רעסטוראנט
Re: נייעס פון קרית יואל
וואס דארף איך טון ווען מיין בעבי האט נעמאניע?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 12:44 pmסארי אבער די ביסט די שפילער אויב די גייסט נאך צו זיי ווי א טעמל וויסענדיג וואס זיי שטעלן צו.
נישטא קיין עזר נישטא קיין דענטיסט נישטא קיין ob אין ק"י, פארפאלן. פונקט ווי סנישטא קיין פליישיגע רעסטוראנט
גייט מען צום דאקטאר!
איי, דער דאקטאר שרייט דיר אן פאר’ן בכלל בעטן צו מאכן אן עקסרעי בשעת ער זאגט אז מ’דארף נישט?
איי, שוין נאכ’ן מאכן אן עקסרעי און זען אז ס’יא נעמאניע נעמט קיינער נישט די מי צו קאלן זאגן דאס?
אה, נישט געזארגט... אין הקריה שטייט קלאר אז קרית יואל איז מסודר מיט א העלט צענטער.
ס’איז אזא ווייטאג, א שטאט ווי קרית יואל וואס איז געבענטשט מיט די בעסטע ווילעדזש פירערשאפט! באמת! איך דאנק דעם אויבערשטן יעדן טאג פאר אונזער געטרייע הנהלת הווילעדזש, ס’איז אנבעליוועבל ווי די ווילעדזש טוט אלעס לפנים משורת הדין לטובת תושבי העיר... אבער פונקט דער העלט צענטער מוז זיין אזוי שלעכט?...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: נייעס פון קרית יואל
יאפ, ס'פארלאנגט זיך אן ערנסטן זעקת הגולה!פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 12:50 pmוואס דארף איך טון ווען מיין בעבי האט נעמאניע?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 12:44 pmסארי אבער די ביסט די שפילער אויב די גייסט נאך צו זיי ווי א טעמל וויסענדיג וואס זיי שטעלן צו.
נישטא קיין עזר נישטא קיין דענטיסט נישטא קיין ob אין ק"י, פארפאלן. פונקט ווי סנישטא קיין פליישיגע רעסטוראנט
גייט מען צום דאקטאר!
איי, דער דאקטאר שרייט דיר אן פאר’ן בכלל בעטן צו מאכן אן עקסרעי בשעת ער זאגט אז מ’דארף נישט?
איי, שוין נאכ’ן מאכן אן עקסרעי און זען אז ס’יא נעמאניע נעמט קיינער נישט די מי צו קאלן זאגן דאס?
אה, נישט געזארגט... אין הקריה שטייט קלאר אז קרית יואל איז מסודר מיט א העלט צענטער.
ס’איז אזא ווייטאג, א שטאט ווי קרית יואל וואס איז געבענטשט מיט די בעסטע ווילעדזש פירערשאפט! באמת! איך דאנק דעם אויבערשטן יעדן טאג פאר אונזער געטרייע הנהלת הווילעדזש, ס’איז אנבעליוועבל ווי די ווילעדזש טוט אלעס לפנים משורת הדין לטובת תושבי העיר... אבער פונקט דער העלט צענטער מוז זיין אזוי שלעכט?...
כ'וויל נישט שרייבן קיין דעטאלן, אבער כ'האב לעצטנס מיט געהאלטן האר אויפשטעלנדע מעשיות דארט.. אדער זאלן זיי זיך ארויף ארבעטן, אדער פארמאכן!
- חלום חלמתי
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 548
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 809
Re: נייעס פון קרית יואל
פרוביר איינמאל זעלקעיר, העסט מיר דאנקען!!!פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 12:50 pmוואס דארף איך טון ווען מיין בעבי האט נעמאניע?חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 25, 2025 12:44 pmסארי אבער די ביסט די שפילער אויב די גייסט נאך צו זיי ווי א טעמל וויסענדיג וואס זיי שטעלן צו.
נישטא קיין עזר נישטא קיין דענטיסט נישטא קיין ob אין ק"י, פארפאלן. פונקט ווי סנישטא קיין פליישיגע רעסטוראנט
גייט מען צום דאקטאר!
איי, דער דאקטאר שרייט דיר אן פאר’ן בכלל בעטן צו מאכן אן עקסרעי בשעת ער זאגט אז מ’דארף נישט?
איי, שוין נאכ’ן מאכן אן עקסרעי און זען אז ס’יא נעמאניע נעמט קיינער נישט די מי צו קאלן זאגן דאס?
אה, נישט געזארגט... אין הקריה שטייט קלאר אז קרית יואל איז מסודר מיט א העלט צענטער.
ס’איז אזא ווייטאג, א שטאט ווי קרית יואל וואס איז געבענטשט מיט די בעסטע ווילעדזש פירערשאפט! באמת! איך דאנק דעם אויבערשטן יעדן טאג פאר אונזער געטרייע הנהלת הווילעדזש, ס’איז אנבעליוועבל ווי די ווילעדזש טוט אלעס לפנים משורת הדין לטובת תושבי העיר... אבער פונקט דער העלט צענטער מוז זיין אזוי שלעכט?...
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2770
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 6442
Re: נייעס פון קרית יואל
איך וואלט געזאגט אז יעדער וואס האט א ערפארונג זאל עס ארויסשרייבן מער קלאר, וואס איז געווען און וואס איז דיין טענה. אז נישט זעהט עס אויס פשוט ווי יעדע קליניק וואס באדינט 20 מענטשן האבן 2 דערפון טענות. ביטע אריינקומען מער קלאר.
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 13
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 10:56 pm
- x 11
Re: נייעס פון קרית יואל
פידבעק ליין = די דזשויק פון יאר הונדערט.
כאילו זיי ווייסן נישט אז די גאנצע שטאט ווייסט נישט וואספארא דיזעסטער מהאמיר דא.
בפרט די OB, און Dental