דאס האט שאנסן אין א רעפובליקאנער סענאט?מאירוואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 05, 2025 10:27 am פאליטיקאו: דער רעפובליקאנער סענאטאר פון מיזורי דזשאש האולי און דעמאקראטישער סענאטאר פון ווערמאנט פיטער וועלטש דעקן אויף א פלאן צו נידערן די קאסטן פון מעדיצין דורך פארבאטן פון די דראג פירמעס אין די יונייטעד סטעיטס צו בעטן העכערע פרייזן ווי די דורכשניטליכע פרייז אינטערנאציאנאל.
נייעס פון קאנגרעס און סענאט
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ניו יארק גאווערנאר פרוי האקול, מינעסאטע גאווערנאר טים וואלטז און אילינאי גאווערנאר דזשעי-בי פּריצקער זענען גערופן געווארן קיין וואשינגטאן די-סי קומענדיגן מאנאט אויסצושטיין א קאנגרעס הירינג איבער דעם וואס זייערע סטעיטס טוען אנהאלטן די "סענקשוערי" געזעצן וואס באשיצן אומלעגאלע אימיגראנטן. די דריי וועלן דארפן ענטפערן פראגעס איבער וויאזוי זייערע סטעיט רעגירונגען האבן בלאקירט קאאפּעראציע מיט פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן אונטער ביידען
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס שטימט מיט 211 אקעגן 206 צו צעמענטירן טראמפ'ס עקזעקאטיוו ארדער צו טוישן די נאמען פון די 'גאלף אוו מעקסיקא' צו 'גאלף אוו אמעריקא'
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס ריפובליקאנער האבן אויפגעוויקעלט א גרעסערע שטייער ביל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
עס האט אויסגעבראכן א מלחמה אויף טוויטער צווישן מייק לאולער מיט קאנגרעספרוי גרין פון דזשארדזשיע איבער די קאנגרעס בודזשעט ביל:
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
סענעטאר האולי און סענעטאר ראן דזשאנסאן קומען ארויס קעגן האוז ווערסיע בודזשעט ביל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
דער איז שארף...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1978
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 3546
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
די יוסטיץ דעפּארטמענט האט ארויסגעשטעלט קלאגעס קעגן די ניו דזשערסי דעמאקראטישע קאנגרעספרוי מעקייווער, איבער דעם וואס זי האט זיך געשלאגן מיט לאו ענפארסמענט אינדרויסן פון א פעדעראלע צענטער וואו אימיגראנטן זענען געהאלטן געווארן ארעסטירט
- never say never
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 483
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
- x 852
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ברעיקינג! קאנגרעסמאן גערי קאננאלי דעמאקראט פון ווירדזשיניע איז געשטארבן פון קענסער.
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!845-243-0215
אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ער האט שוין געהאט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידער(ער)וויילונג,never say never האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 21, 2025 9:31 am ברעיקינג! קאנגרעסמאן גערי קאננאלי דעמאקראט פון ווירדזשיניע איז געשטארבן פון קענסער.
נישטא קיין עכטע שאנסן פאר א רעפובליקאנער צו געווינען אין דעם דיסטריקט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס האט מיט 215 קעגן 214 ענדגילטיג באשטעטיגט די ביג ביוטעפול ביל פון פרעזידענט טראמפ