די זייט פון 5 אדער די זייט פון 12?
סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 666
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איינער ווייסט וואס איז געווארן מיט די ק"י דיוס גורל אויף א דאון פעימענט? שוין פארגעקומען?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ניין אין 12 אליינס איז א חילוק פון מזרח צו מערבחלום חלמתי האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 18, 2025 1:26 pmדי זייט פון 5 אדער די זייט פון 12?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ברוחניות איז עס זיכער געווען א הערליכע און דערהויבענע מעמד, בעיקר די שמחה של מצוה און רגש ואש קודש פון רבין ווי אזוי ער גייט צו צו א מצוה. ווי אויך די הייליגע שיינע דברות קודש.
די ניגונים און גראמען איז געווען אביסל צו לאנג, נישט אויסגעפעלט די לאנגע אידישע ניגונים פלאס נאך גראמען אויך.
אבער בגשמיות איז די אויסשטלעט געווען א דיזעסטער, עס פאסט נישט פאר קרית יואל אזוי שלעכט צו מאכן א מעמד....
איך פארשטיי נישט וואס איז געווען די אויפטוה פון מאכן די אויבן אן אויף מזרח, און אז מ'האט שוין יא געמאכט אויף מזרח פארוואס האט מען כאטש נישט געעפענט די פאליש לייגן די פארענטשעס ביים וואנט און האבן נאך הונדערטער זיצן.
אזוי אויך א גרויס חלק ביהמ"ד אין די זייטן נענטער צו מזרח האבן נישט געקענט געהעריג זעהן.
און נאך מער פארשטיי איך נישט פארוואס די מנגנים האבן געדארפט באקומען אזוי גרויס פלאץ אינטערן רבין, ערשטענס האט מען צילוב דעם געדארפט אראפגענעמען נאך זיצן, ווייל די אויבן אן איז וועגן דעם געווען נאך מער אריין אין ביהמ"ד, אבער נאך מער פון דעם, האבן זיי פארשטעלט די גאנצע פארענטשעס פון מזרח זייט פון קענען זעהן, ווייל זייער סטעיזש איז ארויסגעקומען מער פון די פארענטשעס.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 42
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 8:40 am
- Location: מיטינג
- x 88
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געווען א עכטע דורכפאל, יא גוטע דרשה מיט שיינע ניגונים, אבער אנשטאט זען די הייליגע מצוה האב איך געציילט וויפל שווארצע און ווייסע האר מייניע שכינים שטריימלע'ך האבן...די למבין האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 18, 2025 3:20 pmברוחניות איז עס זיכער געווען א הערליכע און דערהויבענע מעמד, בעיקר די שמחה של מצוה און רגש ואש קודש פון רבין ווי אזוי ער גייט צו צו א מצוה. ווי אויך די הייליגע שיינע דברות קודש.
די ניגונים און גראמען איז געווען אביסל צו לאנג, נישט אויסגעפעלט די לאנגע אידישע ניגונים פלאס נאך גראמען אויך.
אבער בגשמיות איז די אויסשטלעט געווען א דיזעסטער, עס פאסט נישט פאר קרית יואל אזוי שלעכט צו מאכן א מעמד....
איך פארשטיי נישט וואס איז געווען די אויפטוה פון מאכן די אויבן אן אויף מזרח, און אז מ'האט שוין יא געמאכט אויף מזרח פארוואס האט מען כאטש נישט געעפענט די פאליש לייגן די פארענטשעס ביים וואנט און האבן נאך הונדערטער זיצן.
אזוי אויך א גרויס חלק ביהמ"ד אין די זייטן נענטער צו מזרח האבן נישט געקענט געהעריג זעהן.
און נאך מער פארשטיי איך נישט פארוואס די מנגנים האבן געדארפט באקומען אזוי גרויס פלאץ אינטערן רבין, ערשטענס האט מען צילוב דעם געדארפט אראפגענעמען נאך זיצן, ווייל די אויבן אן איז וועגן דעם געווען נאך מער אריין אין ביהמ"ד, אבער נאך מער פון דעם, האבן זיי פארשטעלט די גאנצע פארענטשעס פון מזרח זייט פון קענען זעהן, ווייל זייער סטעיזש איז ארויסגעקומען מער פון די פארענטשעס.
זערא געקאנט זען עפעס, איך בין געזיצן אינטער די גאלערי, ממש גארנישט!!!
שטארק דיסאפוינטעט אויף די ווערטשאפט דארטן, א שיף אן א רידער, איך האב שוין נאכגעהערט פארוואס דאס האט אזוי אויסגעקוקט, קהל מיז ארויס קומען מיט א אנטשולדיג'ן, פארן אזוי מבזה זיין אהריזן ציבור.
אידן ארום מיר זענען אהיים זייער צוקלאפט אויף זייער גורל אז זיי האבן פארפאסט די שיינע מחזה וואס איז היסטאריש.
#צייט פאר א טויש אינערהאלב די קהילה פירערשאפט
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 105
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איך האב נישט געזען אזוי גוט אבער ב"ה נישט געווען אזוי צוקוועטשט ממילא האב איך גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם מעמד. נישט סתם. די גאנצע סדר, די דרשות, די ניגונים, די זינגער פון באבוב מיט עמרם, און אפגערעדט די מעמד הפדיון, זייער מרוגש'דיג געווען.
איך גלייב אז ווער עס איז געווען שטארק צושטיפט האט נישט געהאט קיין כח צו די אריכות ממילא איז ער נישט צופרידן. יש ויש. דער סך הכל איז אז סאטמאר האט נישט געהעריג קיין ביהמ"ד...
איך גלייב אז ווער עס איז געווען שטארק צושטיפט האט נישט געהאט קיין כח צו די אריכות ממילא איז ער נישט צופרידן. יש ויש. דער סך הכל איז אז סאטמאר האט נישט געהעריג קיין ביהמ"ד...
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 666
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איין זאך איז זיכער. די עסקן ר' לעווי וועט מער נישט הערן די ניגון 'וואס דארף מען א נייע שול' בויען א שול פאר שבועות און שמחות תורה?!' וכו'...
אפשר וועג... אקעי ביז קאנספיראציע
אפשר וועג... אקעי ביז קאנספיראציע
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
רואיגער-טיש האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 18, 2025 5:30 pmגעווען א עכטע דורכפאל, יא גוטע דרשה מיט שיינע ניגונים, אבער אנשטאט זען די הייליגע מצוה האב איך געציילט וויפל שווארצע און ווייסע האר מייניע שכינים שטריימלע'ך האבן...די למבין האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 18, 2025 3:20 pmברוחניות איז עס זיכער געווען א הערליכע און דערהויבענע מעמד, בעיקר די שמחה של מצוה און רגש ואש קודש פון רבין ווי אזוי ער גייט צו צו א מצוה. ווי אויך די הייליגע שיינע דברות קודש.
די ניגונים און גראמען איז געווען אביסל צו לאנג, נישט אויסגעפעלט די לאנגע אידישע ניגונים פלאס נאך גראמען אויך.
אבער בגשמיות איז די אויסשטלעט געווען א דיזעסטער, עס פאסט נישט פאר קרית יואל אזוי שלעכט צו מאכן א מעמד....
איך פארשטיי נישט וואס איז געווען די אויפטוה פון מאכן די אויבן אן אויף מזרח, און אז מ'האט שוין יא געמאכט אויף מזרח פארוואס האט מען כאטש נישט געעפענט די פאליש לייגן די פארענטשעס ביים וואנט און האבן נאך הונדערטער זיצן.
אזוי אויך א גרויס חלק ביהמ"ד אין די זייטן נענטער צו מזרח האבן נישט געקענט געהעריג זעהן.
און נאך מער פארשטיי איך נישט פארוואס די מנגנים האבן געדארפט באקומען אזוי גרויס פלאץ אינטערן רבין, ערשטענס האט מען צילוב דעם געדארפט אראפגענעמען נאך זיצן, ווייל די אויבן אן איז וועגן דעם געווען נאך מער אריין אין ביהמ"ד, אבער נאך מער פון דעם, האבן זיי פארשטעלט די גאנצע פארענטשעס פון מזרח זייט פון קענען זעהן, ווייל זייער סטעיזש איז ארויסגעקומען מער פון די פארענטשעס.
זערא געקאנט זען עפעס, איך בין געזיצן אינטער די גאלערי, ממש גארנישט!!!
שטארק דיסאפוינטעט אויף די ווערטשאפט דארטן, א שיף אן א רידער, איך האב שוין נאכגעהערט פארוואס דאס האט אזוי אויסגעקוקט, קהל מיז ארויס קומען מיט א אנטשולדיג'ן, פארן אזוי מבזה זיין אהריזן ציבור.
אידן ארום מיר זענען אהיים זייער צוקלאפט אויף זייער גורל אז זיי האבן פארפאסט די שיינע מחזה וואס איז היסטאריש.
#צייט פאר א טויש אינערהאלב די קהילה פירערשאפט

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2329
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7276
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
א זאך וואס וועט לכאורה נישט זיין פאר 20 יאר אויב משיח וועט נישט קומען אינצווישן איז דאס אז שביעי של פסח שחל בשבת האט דער רבי געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד ביי שחרית
פסוקי דזמרה אלס די שירה
שחרית - הלל כנהוג
בעל קורא וועגן די שירה
מוסף לקראת דעם טאטנס יארצייט
פסוקי דזמרה אלס די שירה
שחרית - הלל כנהוג
בעל קורא וועגן די שירה
מוסף לקראת דעם טאטנס יארצייט
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אינטערסאנט, די רבי זצ"ל (כמיין אז רבינו הב"מ זצ"ל אויך) האבן געדאווענט פארן עמוד יעדן ערשטן טאג יו"ט, במילא האבן זיי סייווי געדאווענט אלע תפילות ביום שש"פלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 2:00 am א זאך וואס וועט לכאורה נישט זיין פאר 20 יאר אויב משיח וועט נישט קומען אינצווישן איז דאס אז שביעי של פסח שחל בשבת האט דער רבי געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד ביי שחרית
פסוקי דזמרה אלס די שירה
שחרית - הלל כנהוג
בעל קורא וועגן די שירה
מוסף לקראת דעם טאטנס יארצייט
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 151
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
מוסף אויך?בן נביאים האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 8:38 amאינטערסאנט, די רבי זצ"ל (כמיין אז רבינו הב"מ זצ"ל אויך) האבן געדאווענט פארן עמוד יעדן ערשטן טאג יו"ט, במילא האבן זיי סייווי געדאווענט אלע תפילות ביום שש"פלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 2:00 am א זאך וואס וועט לכאורה נישט זיין פאר 20 יאר אויב משיח וועט נישט קומען אינצווישן איז דאס אז שביעי של פסח שחל בשבת האט דער רבי געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד ביי שחרית
פסוקי דזמרה אלס די שירה
שחרית - הלל כנהוג
בעל קורא וועגן די שירה
מוסף לקראת דעם טאטנס יארצייט
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 112
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
- x 151
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
@דער תהלים איד וואס זאגסטו צו די אויסשטעל דיזעסטער פארגאנגענע חוה"מ?
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די אויסשטעל איז נישט געווען קיין שום פראבלעם, דא איז געווען צוויי פראבלעמען:שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 11:21 am @דער תהלים איד וואס זאגסטו צו די אויסשטעל דיזעסטער פארגאנגענע חוה"מ?
1. די ביהמ''ד איז זייער זייער א קליינע פלאץ פאר אזא היסטארישע מעמד נאך דערצו חוה''מ
2. די היינטיגע שטריימלעך זענען צו גרויס
אין גור ביי אלע מעמדים טוט זיך יעדער אויס די ספאדיקס ווייל די גרויסע ספאדיקס שטערט אנדערע צו קענען מיטהאלטען,
די היינטיגע שטריימלעך זענען אסאך גרעסער ווי די ספאדיקס, פארפאלן אויב וויל מען אז יעדער זאל קענען מיטהאלטען די מעמדים מוז זיך יעדער אויסטועהן די שטריימלעך
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דער דברי יואל האט געדאווענט יעדן ערשטן טאג יו"ט מוסף פארן עמוד,ערשטע טאג סוכות, שמ"ע (גשם), ערשטן טאג פסח (שביעי של פסח (אלע תפלות פסוד"ז שחרית און מוסף, און די ערשטע טאג שבועותשטייפע קוגל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 11:19 amמוסף אויך?בן נביאים האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 8:38 amאינטערסאנט, די רבי זצ"ל (כמיין אז רבינו הב"מ זצ"ל אויך) האבן געדאווענט פארן עמוד יעדן ערשטן טאג יו"ט, במילא האבן זיי סייווי געדאווענט אלע תפילות ביום שש"פלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 2:00 am א זאך וואס וועט לכאורה נישט זיין פאר 20 יאר אויב משיח וועט נישט קומען אינצווישן איז דאס אז שביעי של פסח שחל בשבת האט דער רבי געדאווענט אלע תפילות פארן עמוד ביי שחרית
פסוקי דזמרה אלס די שירה
שחרית - הלל כנהוג
בעל קורא וועגן די שירה
מוסף לקראת דעם טאטנס יארצייט
מקור: מחזור דברי יואל
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
שטותים והבליםשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 12:16 pm 2. די היינטיגע שטריימלעך זענען צו גרויס
אין גור ביי אלע מעמדים טוט זיך יעדער אויס די ספאדיקס ווייל די גרויסע ספאדיקס שטערט אנדערע צו קענען מיטהאלטען,
די היינטיגע שטריימלעך זענען אסאך גרעסער ווי די ספאדיקס, פארפאלן אויב וויל מען אז יעדער זאל קענען מיטהאלטען די מעמדים מוז זיך יעדער אויסטועהן די שטריימלעך
מיט א נארמאלער אויסשטעל, הויכע סטעידש, און נארמאלע פארענטשעס קעןיעדער אלעס מיטהאלטן, די שטריימל אויסגעטועכץ קומט נישט, פאסט נישט, באלאנגט נישט
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2329
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7276
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
קענסט לייקענען פון דא ביזן בוידעם, איך האלט שוין לאנג אז ביי א פשוטע קידוש ביי רבינו שליט"א דארף מען זיך אויסטון די שטריימלעך, די זיצנדע אויסער די וואס זיצן די ערשטע רייע ממש קענען שוין נישט מיטהאלטן.
איך קוק ארויס בכליון עינים ווען עס וועט אריינגיין אין סטייל דינע שטריימלעך ביז עס וועט האלטן ביי א קאפל ארומגענומען מיט איין לאנגע שמאלע שוואנץ.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
אויך די וואס שטייען אין האלוועי ביי סליחות, און די וואס זיצן אויף די הונדערטער זיצן אונטערן רבי'ןביי יעדע מעמד קענען גארנישט זען...להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 3:39 pm די זיצנדע אויסער די וואס זיצן די ערשטע רייע ממש קענען שוין נישט מיטהאלטן.
עס איז נישט מעגליך אז יעדער זאל קענען זען פון איבעראל, און געווענליך ווען איינער נעמט א פלאץ ווייסט ער פאראויס אויב ער גייט יא אדער נישט קענען זען, משא"כ דאסמאל איז די אויסשטעל געווען אזוי שלעכט אז רוב פון די וואס האבן געהאלטן אז זיי גייען קענען מיטהאלטן זענען גענצליך פארשטעלט געווארן
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2329
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7276
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איר פארשטייט אז דאס איז נישט קיין תשובה... מיט דעם מהלך קען דער רבי פירן טיש ביי זיך אינדערהיים און יעדער זאל שטיין אינדרויסן אזויווי קאראנע...
עס איז א מציאות אז עס איז א שטארקע פראבלעם די הויכע שטריימלען, אזוי אויך די שטאפענע היטן, און איך פארשטיי שוין פארוואס בימים ראשונים איז מען געגאנגען מיט א שמאטע אויפ קאפ...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14462
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
פארוואס איז די שאלה געוואנדן צו מיר ווייסעכניש, אבער אז דו פרעגסט:שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 11:21 am @דער תהלים איד וואס זאגסטו צו די אויסשטעל דיזעסטער פארגאנגענע חוה"מ?
1) דער מעמד איז געווען הערליך שיין, רייך, תוכנ'דיג, יו"ט'דיג, און אפילו מרוגש, מורא'דיג. בליעה"ר. די שיינקייט און רייכקייט איז געווען עשר מעלות גובהה קעגן דעם מעמד ראשית הגז.
2) איך האב נישט קיין אנונג וועלכע עסקן גענוי עס האט געמאכט די אויסשטעל, און פארוואס ער האט געמיינט אז יעדער גייט קענען זען, לכאורה געווען עפעס א מיסקאלקולעישן. ס'וואלט לכאורה בעסער געווען אז דער פדיון איז אין צענטער, א שטייגער ווי ביים מעמד ראשית הגז. אולי וואלט געווען ווייניגער פלאץ יענע וועג, איך האב עס נישט אויסשטודירט.
3) דער ביהמ"ד איז צר מהכיל, ביגטיים. נישט נאר יעצט...
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די רואיגקייט אין די ליפט נעכטן ביי נעילת החג האט זיך געפילט וואיזוי א ביהמד'ר דארף ווען צו זייןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 4:07 pmפארוואס איז די שאלה געוואנדן צו מיר ווייסעכניש, אבער אז דו פרעגסט:שטייפע קוגל האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 11:21 am @דער תהלים איד וואס זאגסטו צו די אויסשטעל דיזעסטער פארגאנגענע חוה"מ?
1) דער מעמד איז געווען הערליך שיין, רייך, תוכנ'דיג, יו"ט'דיג, און אפילו מרוגש, מורא'דיג. בליעה"ר. די שיינקייט און רייכקייט איז געווען עשר מעלות גובהה קעגן דעם מעמד ראשית הגז.
2) איך האב נישט קיין אנונג וועלכע עסקן גענוי עס האט געמאכט די אויסשטעל, און פארוואס ער האט געמיינט אז יעדער גייט קענען זען, לכאורה געווען עפעס א מיסקאלקולעישן. ס'וואלט לכאורה בעסער געווען אז דער פדיון איז אין צענטער, א שטייגער ווי ביים מעמד ראשית הגז. אולי וואלט געווען ווייניגער פלאץ יענע וועג, איך האב עס נישט אויסשטודירט.
3) דער ביהמ"ד איז צר מהכיל, ביגטיים. נישט נאר יעצט...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2329
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7276
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
סתם אזוי איז עס געווען זייער א שיינע טיש, ר' עמרם ווי אזוי ער האט אנגעפולט די צייט מיט ניגונים, די תורה... די אחכה לו טאנץ... אה!!! א מתנה פון אייבערשטן!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די אויסשטעל ביים מעמד איז פשוט געווען א מיסקאלקולעישאן, ממש א חורבן פון א אויסשטעל, די גרויסע שטריימלעך קומען נישטא אריין עכט. איך פארשטיי נישט וואס די חשבון איז געווען בכלל, קען זיין אז א געוויסע חלק מענטשען האבן געזעהן נענטער אבער זיכער 30-40% האבן ממש גארנישט געזעהן
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 666
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
די עולם געדענקט נישט די ראשית הגז דיזעסטער ווען ר' יודא יושע האט געמוזט אריינלויפן מיט א ראש המדריכים מייק שרייען מ'זאל אראפגיין פון די בענק, מ'האט זיך ארויסגעווארפן אויף די סטעידזש .
@דער תהלים איד
@דער תהלים איד
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נישט ממש קיין מיסקאלקולעישאן, נאר דא האבן אריינגערעדט צופיל מענטשן, יעדער מיט א צווייטע אגענדע, ויצא העגל הזה, און יעצט ווארפט יעדער דעם שולד אויפן צווייטן.קיין נפקמ האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 21, 2025 5:51 pm די אויסשטעל ביים מעמד איז פשוט געווען א מיסקאלקולעישאן, ממש א חורבן פון א אויסשטעל, די גרויסע שטריימלעך קומען נישטא אריין עכט. איך פארשטיי נישט וואס די חשבון איז געווען בכלל, קען זיין אז א געוויסע חלק מענטשען האבן געזעהן נענטער אבער זיכער 30-40% האבן ממש גארנישט געזעהן
- חלום חלמתי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 433
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
- x 666
Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
און דאס איז די סיבה פארוואס עסקנים ברענען אויס שנעלער ווי טון עפעס.
נישט קיין כח מעריך צו זיין אבער די גאנצע וועלט קוקט ארויף די סארט מעמדים די גאנצע וועלט איז מקנא די שמחות יו"ט וואס סאטמארע אידן האבן יעדע האלבע יאר - אייגנטלעך יעדע יומא דפגרא - אבער ניין. מיר וועלן שטויסן די עסקנים, מיר וועלן ווייזן דעם אינגערמאן 'ווער מיינט ער ער איז בכלל? איינער האט אים געבעטן' יא האלטס ווייטער אן און לאמיר זיך ווינדערן פארוואס חיינו האט זיך פארמאכט, פארוואס יעדע צוויי יאר קומט א פרישע עסקן און פרובירט צו טון עפעס מיט די בחורים בין הזמנים.
אבער ער איז דאך אזא פערד! אזא אויסשטעל צו מאכן? רעבע האלסט טאקע אז די עסקן ווייסט נישט אז די אויבן אן איז געווענליך אויף דרום זייט? פרעג אים זיין חשבון ער וועט דיר גערן מסביר זיין!
האט סיי וועלכע פון די עסקנים באקומען כאטש א פיפטל די שכח'ס ווי די עדעטוט און העיט? זיי זענען שוין ביזי מיט די מעמד אפאר יאר! שאפן די חמורים, אויסארבעטן וויזוי ס'קען זיך אויסארבייטן, שוין געהייסן צוויי יאר צוריק סגייט זיין אבער נישט אויסגעארבעט.
אבער ניין. מ'דארף אים אנלערנען פאר נעקסטיים...
וועק דיר אויף. נישטא קיין נעקסטיים... נעקסטיים וועט זיין א נייע עסקן ווייל דער יעצטיגער וועט גיין מיט אחים קאהן און ר' י.ש. וויינשטאק זיצן אינבעק, וואס פעלט אים עס אויס אזאנע קלעפ?
לחיים ולברכה.