בן נביאים האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 10, 2025 10:38 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 10, 2025 5:48 pm
בן נביאים האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 5:27 pm
אמרו רבנן בכפילא
כהאב שוין נאכגעברענגט פון ספר יד כהן פון הרב ר' יצחק דוד פר"מ ז"ל אז ער האט געהערט פון רבי'ן זי"ע אז בזמן הבית וואלט מען זיי דן געווען לסקילה, סא ער האט זיי קלאר געהאלטן פאר מחללי שבת
דברו חכמים בלשון הבאי.
דאס זעלבע איז מיט בחירות, נעמען געלט, און ציונות בכלל, נאר דברי הבאי?
רבם דקרו
אנטשולדיגט אבער איז רעדט זיכער דברי הבאי.
ציונות ואביזרייהו (אויסער דעם וואס עס האנדעלט זיך מיט די עיקרי אמונה) איז דער רבי מבאר אין ויואל משה יעדער צד ופינה פון דעם סוגיא אויסגעבויעט פון ש''ס ופוסקים וואס איז נישט געווען פארדעם מבואר אין ערגעץ, און ער האט צענדליגער מאל געזאגט אז ער איז גרייט צו הערן אויב איינער האט מבאר געווען אנדערש.
און ער האט גארנישט אויסגעלאזט צו מבאר זיין, ער איז אויך מבאר אין קלארע ווערטער פארוואס דאס איז אנדערש פון אנדערע שאלות בכל התורה כולה ווי מיר זאגן אלו ואלו דברי אלקים חיים, משא''כ דא ביי די סוגיא פון השתתפות בכנסת המינים. קוק אין ויוא''מ מאמר א' פון סימן קנ''ט און ווייטער ובעיקר סימן קס''ז, קע''ג. אלעס האט ער מבאר געווען.
משא''כ דא ביי סוגיא פון ר''ת. דאס איז א סוגיא וואס איז שיין אויסגעברייטערט אין ראשונים און אחרונים, יעדער רעדט דערפון זה בכה וזה בכה, און יעדער וואס האט א רעכט צו פסק'נען האט א רעכט צו נעמען א מיינונג אין דעם כדרכה של תורה ''ואלו ואלו דברי אלקים חיים'', מרן הק' זי''ע האט שטארק געהאלטן פון שיטת ר''ת-72 ווייל אזוי האט ער מברר געווען עפ''י הלכה און אזוי האט ער געזען ביי זיינע הייליגע עלטערן און צדיקים זי''ע. און ער האט זיך שטארק אנגענומען פאר דעם שיטה.
אנדערע האבן מברר געווען אנדערש אויך אויסגעבויט פון די פוסקים און האבן אזוי מקבל געווען פון זייערע עלטערן און רבי'ס אביסל אנדערש, צו זיי גייען מיט ר''ת-אופק צו גאר די גאונים, אבער די אלע שיטות זענען ''תורה''. ח''ו צו זאגן אז זיי זענען מחללי שבת. און ח''ו צו זאגן אז רביה''ק זי''ע האט זיי געהאלטן פאר מחללי שבת.
איך ווייס נישט אויב די מימרא וואס דו ברענגסט איז בכלל אמת, אויב יא האב איך שוין פריער געשריבן איז עס נאר אויב וואלטן די סנהדרין אין לשכת הגזית גע'פסק'נט ווי דער ר''ת וואלט גאנץ כלל ישראל זיך געמוזט פירן אזוי און מ'טאר נישט מברר זיין אנדערש ווי די סנהדרין אין לשכת הגזית פסקנ'ט כמבואר ברמב''ם הל' ממרים.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.