סאו ער האט געפנט זיין שטעטל ווייל אין וויליאמסבורג האבן אידן עובר געווען אויפן שו"ע?צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 3:38 pmפארן רבי'ן איז נישט געווען אזא זאך יא געשמעקט נישט געשמעקט, ער איז געווען אראפגעבינדן צום שולחן ערוך און דאס האט ער געטון, ער האט זייער שטארק געהאלטן פון שיטת ר''ת להלכה, אבער אזוי שטארק ווי ער האט געהאלטן פון שיטת ר''ת האט ער אויך געהאלטן אז די תורה פארנעמט נאך שיטות ''ווילאנג ס'איז בגדרי התורה''.קאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 05, 2025 3:29 pmאיך פארשטיי, אבער האלטסט אז דער רבי וואלט געלאזט יעדעם וואוינען אין ק"י ווילאנג ער איז נישט קיין מחלל שבת אדער א ציוני?
א זאך וואס דער רבי האט פארפירט דערויף, גלייב איך אז ס'וואלט אים נישט געשמעקט אז אידן וואס זענען נישט מקפיד דערויף זאלן קומען קיין ק"י, אפילו אויב זייענדיג אין ק"י איז מען אפיציעל מקפיד דערויף. כ'זאג נישט אז ער וואלט זיי ארויסגעווארפן, אבער עכ"פ נישט געלאדענט.
ס'קען זיין אז ער וואלט לוחם געווען וויזשניץ אויף שי' ר''ת און ס'קען זיין אז נישט אויך, איך ווייס נישט. איך האב געהערט פונעם וויזשניצע רבי'ן פון מאנטריאל שליט''א אז רביה''ק זי''ע האט פארשטאנען זיין טאטע רבי מאטעלע זצ''ל פארן נישט האלטן שי' ר''ת, וויבאלד ער האט אזוי מקבל געווען פון זיינע עלטערן זי''ע.
אויך איז אינטערסאנט אז רביה''ק זי''ע דינענדיג אויך אלס גאב''ד ירושלים האט קיינמאל נישט לוחם געווען אין ירושלים וואס איז געווען ''זיין שטאט'' אויף שיטת ר''ת, אפילו אלע בני ירושלים האבן נישט געהאלטן שי' ר''ת.
ער האט געוואלט א שטעטל פאר אידן וואס פירן זיך לויט זיין רצון.
וועגן ירושלים האט שוין @ווערווייס געענטפערט.