שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 115

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:16 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:08 am
בן נביאים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 12:43 pm @בלומינגראווער איד

לייג אלעס אין א זייט און ענטפער דיר אליין אויב ווילסט מיר נישט ענטפערן

ווילסט דיך דרייען אין איין גאס מיט חסידישע אידן מיט ווייסע זאקן וואס זענן לשיטת דיין רבי זי"ע מחללי שבת בפרהסיא, ווי רביה"ק זי"ע האט געזאגט פאר הרב ר' יצחק דוד(?) פר"מ ז"ל ראה"כ פאפא און ער ברענגט עס אין זיין ספר אז בזמן הבית וואלט מען זיי דן געווען לסקילה? און זאג נישט אז זיי וועלן נישט ווייל אין וומסב"ג מאכן זיי זיכער צו ווייזן אז זיי האלטן נישט שיטת ר"ת ואכמ"ל מיט נעמען.

דאס איז נוגע פאר נאך הארבע ענינים אשר א"א לפרט וד"ל.

ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיך דרייען מיט מיידלעך וואס לערנען חורש"י מיט א געשמאק, ווערסעס יעצט ווייסן זיי נישט וואס עס פעלט זיי?

ווילסט ר"ה זען שפאצירן אויף די גאסן פון קרית יואל דעם חבר הכנסת מאיר פרוש וואס וועט קומען זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא?

נאך א נקודה

הגה"צ בעל תורת מרדכי זצ"ל האט אראפגעלייגט א הנחה אז אויב זעט מען איין אז עס פעלט אויס משנה זיין אפילו ביי זאכן וואס מ' האט געהאלטן באיסור, איז נישט קיין פראבלעם, נאר יעדער מנהיג קען טון כל הישר בעיניו, אזוי איז געווען מיט נעמען געלט אין אר"י פון די מדינה, און דאס זעלבע מיט לערנען חומש מיט מיידלעך, די ביידע זאכן האט ער געהאלטן און נוהג געווען לאיסור, אבער געטוישט זיין מיינונג שפעטער.

וואס ווייסטו וואס וויזניצער רבי שליט"א וועט טון געבויעט אויף די הנחה?

טראכט איבער פאר דיר און אלע וואס זעען נישט קיין פראבלעם דערמיט.
איך וואוין אין וומב"ס און קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט די אלע זאכן...

און ס'איז זייער א ערליכע שטאט, אן קיין רעזשים.
האסט אפגעפרעגט הרה'ק מסאטמאר סקווער וויזניץ און נאך
ער האט נישט אפגעפרעגט קיינעם, דא פרובירן געוויסע שרייבער צו אהערשטעלן 2 פאקטן:

1. בלומינג גראוו איז קרית יואל.

2. אויב קומט א פרעמדע קהילה קיין בלומינג גראוו איז עס א סכנה פאר יודישקייט אין ק"י.

די ערשטע פוינט קען מען דעבאטירן, די צווייטע פוינט זאגט ער אז עס איז פשוט נישט אמת, וויליאמסבורג איז אן ערליכע יודישע שטאט מיט די דאונסייד פון כאלאזן אין די פראדזשעקטס און צושטופטע דירות
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1798
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2126

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

@בלומינגראווער איד אוודאי איז עס א שרעקליכע אידשקייט סכנה

ווייל אפילו מען זאל ווען יא אננעמען אז וויזניץ וואס איז א פרומע קהלה איז נישט קיין פראבלעם ווען זיי קומען דא, איז אבער מיט דעם וואס וויזניץ גייט קומען דא גייען זיי מאכן א נייע מציאות אז 'קרית יואל זאל ווערן אויס סאטמערע שטאט' נאר א שטאט ווי מאנסי און לעקוואוויד ווי יעדער איז וועלקאם, וואס דאס גייט אוטמאטיש ברענגן אז אלע אנדערע קהלות חסידישע און נישט חסידישע בעסערע און שוואכערע גייען זיך קומען באזעצן וואס דאס איז זיכער א שרעקליכע סכנה

און טאקע פונטקליך דאס וויל UJC אז 'יעדער' זאל אהערקומען און זיי גייען זיך נישט אפשטעלן מיט וויזניץ נאר טועהן אלעס אויף די וועלט אז 'יעדער' זאל אהערקומען

בעזר ה' ובכוחו של אותו זקן גייען זיי נישט מצליח זיין
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 574
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 649

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך איד »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:44 pm @בלומינגראווער איד אוודאי איז עס א שרעקליכע אידשקייט סכנה

ווייל אפילו מען זאל ווען יא אננעמען אז וויזניץ וואס איז א פרומע קהלה איז נישט קיין פראבלעם ווען זיי קומען דא, איז אבער מיט דעם וואס וויזניץ גייט קומען דא גייען זיי מאכן א נייע מציאות אז 'קרית יואל זאל ווערן אויס סאטמערע שטאט' נאר א שטאט ווי מאנסי און לעקוואוויד ווי יעדער איז וועלקאם, וואס דאס גייט אוטמאטיש ברענגן אז אלע אנדערע קהלות חסידישע און נישט חסידישע בעסערע און שוואכערע גייען זיך קומען באזעצן וואס דאס איז זיכער א שרעקליכע סכנה

און טאקע פונטקליך דאס וויל UJC אז 'יעדער' זאל אהערקומען און זיי גייען זיך נישט אפשטעלן מיט וויזניץ נאר טועהן אלעס אויף די וועלט אז 'יעדער' זאל אהערקומען

בעזר ה' ובכוחו של אותו זקן גייען זיי נישט מצליח זיין
אויף דעם טענה'ט ער אז בלומענגראוו איז נישט קרית יואל

קרית יואל וועט בס''ד אייביג פארבלייבן א בלויז סאטמארע שטאט

און בלומענגראוו וועט זיין א עיר ואם בישראל...
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 348

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:16 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:08 am
איך וואוין אין וומב"ס און קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט די אלע זאכן...

און ס'איז זייער א ערליכע שטאט, אן קיין רעזשים.
האסט אפגעפרעגט הרה'ק מסאטמאר סקווער וויזניץ און נאך
מיינסט צו זאגן די הנחות וואס געוויסע האבן געמאכט אין זייער נאמען
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 348

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:09 am אין וועלכע ישיבה אין ב"ג איז דא דאגיס?
טישו איז אויך גוט
אוועיטער
חלום חלמתי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 150
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 187

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך חלום חלמתי »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:09 am וועלכע ישיבה אין ב"ג איז דא דאגיס?
נאכנישט. אויב וויזניץ קומט ח"ו אהער דעמאלטס גייט זיין..
א לייק קאסט נישט, נישטא פארוואס צו קארגן..
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1798
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2126

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 1:19 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:44 pm @בלומינגראווער איד אוודאי איז עס א שרעקליכע אידשקייט סכנה

ווייל אפילו מען זאל ווען יא אננעמען אז וויזניץ וואס איז א פרומע קהלה איז נישט קיין פראבלעם ווען זיי קומען דא, איז אבער מיט דעם וואס וויזניץ גייט קומען דא גייען זיי מאכן א נייע מציאות אז 'קרית יואל זאל ווערן אויס סאטמערע שטאט' נאר א שטאט ווי מאנסי און לעקוואוויד ווי יעדער איז וועלקאם, וואס דאס גייט אוטמאטיש ברענגן אז אלע אנדערע קהלות חסידישע און נישט חסידישע בעסערע און שוואכערע גייען זיך קומען באזעצן וואס דאס איז זיכער א שרעקליכע סכנה

און טאקע פונטקליך דאס וויל UJC אז 'יעדער' זאל אהערקומען און זיי גייען זיך נישט אפשטעלן מיט וויזניץ נאר טועהן אלעס אויף די וועלט אז 'יעדער' זאל אהערקומען

בעזר ה' ובכוחו של אותו זקן גייען זיי נישט מצליח זיין
אויף דעם טענה'ט ער אז בלומענגראוו איז נישט קרית יואל

קרית יואל וועט בס''ד אייביג פארבלייבן א בלויז סאטמארע שטאט

און בלומענגראוו וועט זיין א עיר ואם בישראל...
לעצטנס איז געווען א מערכה קעגן גראסריס פון 'קלינטאן היל' וואס פארקויפן פלייש מיט די טענה אז אין 'ווילאמבסבורג' טאר מען נישט פארקויפן קיין פלייש אין די גראסריס
נאר אין פלייש געשעפטן

וואס האט קלינטאן היל מיט וויאלמסבורג?
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 348

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 1:34 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:09 am וועלכע ישיבה אין ב"ג איז דא דאגיס?
נאכנישט. אויב וויזניץ קומט ח"ו אהער דעמאלטס גייט זיין..
כ'האב געהערט א מעסעדזש אויף קל סאטמאר אז ס'איז דא א ישיבה מיט דאגיס אין בג"וו
הלבלר בקולמסו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 348

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

איינער האט א לינק צו די פרישע עדיטאריעלס?
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 336
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 803

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

אויב וויאלמסבורג איז אן ערליכע יודישע שטאט א עיר ואם בישראל... ווי עס וואוינען דארט ע"פ רוב ערליכע יודן יראים ושלמים און אלע קהלות פילן זיך בקוועם און וועלקאם.........
פארוואס איז מען מוחה אויף די ערליכע אידן וואס פאלגן זייער דעת תורה און טראגן יא שבת מיט די עירב?????
פארוואס צווינגט מען ארויף אויף אנדערע ערליכע קהלות א חומרא פון סאטמאר?????
פארוואס מעג מען נישט ערליכע אידן פון אנדערע קהלות מאכן א פלייש געשעפט אין די גראסריס???

פארוואס נאר אין קרית יואל האלטן UJC און די חכמים פון קהילת מהר''י אז יעדער מעג טון וואס ער וויל?
פארוואס דארף מען נישט אין ק''י איינהאלטן שיטת הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע איבער זמן ר''ת, וכ''ו...........????
(די עירב איז ס''ה נאר א חומרא! די זמן ר''ת איז א הלכה)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5799
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12267

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 9:58 am צו די UJC וויל אנדערע קהילות דא? קלאר אז יא, דאכצעך אז זיי האבן עס עטליכע מאל געשריבן אין די שטימען און געזאגט ביי דרשות, זייער ציל איז אהערצושטעלן א גרויסע יודישע שטאט אין בלומינג גראוו און זיי וועלן אי"ה מצליח זיין, צו איז עס די ליטווישע ישיבות, צו די ענליכע נומבער חסידישע ישיבות צו איז עס די דברי חיים מוסדות, נייע קימפעטארין היים, געשעפטן און אנדערע סערוויסעס פאר א סוקסעספולע יודישע שטאט
עקזעקטלי פון דעם רעדט מען דא.

יישר כח פאר'ן עס זאגן אזוי קלאר.

UJC האט א ציל אז קרית יואל זאל ווערן מאנסי. חסידישע, ליטווישע, סאטמארע, אגודה'יסטישע, ככל העיירות.

רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געבויט א שטעטל אז הולכים לאורו זאלן זיין אפגעטיילט = UJC גייט אים לערנען דרך ארץ.

צו UJC וועט מצליח זיין? לכח הקדושה פתרונים. ביזדערווייל איז געשען נפלאות נוראים אין דעם הינזיכט, דער פענסטער ביים אהל ארבעט. יעצט איז פארבליבן די שאלה אויב וויזשניץ גייט יעצט אננעמען צו זיין דער האק מיט וועמען דאס זאל פאסירן. איר האלט/האפט אז יא. שכל האלט אז נישט.

ונזכה, ונחיה, ונראה.
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 336
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 803

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 9:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 8:47 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 8:44 pm לאל פאר די וויזניצע געבויגנקייט, גיי כאפ א בליק איין וואך. מ'האט געפייערט זיג און אויפגעהערט רעדן דערפון. דאס יא.
הייסט זיי זענען מחוצפים פאר מהרי"י? שוין נאכדעם וואס ער האט גע'פועלט ביי זיי פייפן זיי זיך אריין?

:roll:
מהרי"י האט געבעטן דעם וויזשניצער רבין צו טון וואס ער וויל ביי זיך אין ביהמ"ד אדער אינדערהיים אבער נישט בפרהסי' דרייוון, ער האט געענטפערט אז עס סייווי כמעט נישט שייך ווייל ביז זיי קומען אהיים פון שול מוצ"ש איז שוין זמן רבינו תם אבער ער האט געזאגט ער וועט עס אפיציעל מאכן מיט זיינע מענטשן אז זיי זאלן נישט דרייוון ביז 72
אויב ס'איז נישט בפרהסי' מעג מען שוין עובר זיין אויף חייבי סקילה און חייבי כריתות וד''ל?
באהאלטענערהייט גייט נישט אן די תורה?
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 115

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 2:44 pm אויב וויאלמסבורג איז אן ערליכע יודישע שטאט א עיר ואם בישראל... ווי עס וואוינען דארט ע"פ רוב ערליכע יודן יראים ושלמים און אלע קהלות פילן זיך בקוועם און וועלקאם.........
פארוואס איז מען מוחה אויף די ערליכע אידן וואס פאלגן זייער דעת תורה און טראגן יא שבת מיט די עירב?????
פארוואס צווינגט מען ארויף אויף אנדערע ערליכע קהלות א חומרא פון סאטמאר?????
פארוואס מעג מען נישט ערליכע אידן פון אנדערע קהלות מאכן א פלייש געשעפט אין די גראסריס???

פארוואס נאר אין קרית יואל האלטן UJC און די חכמים פון קהילת מהר''י אז יעדער מעג טון וואס ער וויל?
פארוואס דארף מען נישט אין ק''י איינהאלטן שיטת הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע איבער זמן ר''ת, וכ''ו...........????
(די עירב איז ס''ה נאר א חומרא! די זמן ר''ת איז א הלכה)
אמת, בלומינג גראוו איז אבער נישט קרית יואל, מיר קומען פון 2 אנדערע זייטן, איך האלט נישט אז וויזשניץ וואלט זיך באזעצט אין קרית יואל, נאר אינדרויסן.

דו בויעסט מיט די הנחה אז בלומינג גראוו איז קרית יואל און UJC וויל צוברעכן קרית יואל, זאג איך דיר אז (לפי ידיעתי) גייט נישט אן פאר UJC וואס קרית יואל טוט ביי זיי אין שטאט אבער אין בלומינג גראוו זענען זיי בכלל נישט קיין מחותנים, ווייניגסטנס דאס איז די מיינונג פון רוב תושבי בלומינג גראוו, דאס גאנצע הים און צוריק איז נאר איבער דעם וואס איינע פון די שרייבער האט דא געשריבן אז בלומינג גראוו וועט ח"ו ווערן א צווייטע וויליאמסבורג צו וואס איך האב אים געענטפערט אז איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויליאמסבורג

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:01 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 9:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 8:47 pm

הייסט זיי זענען מחוצפים פאר מהרי"י? שוין נאכדעם וואס ער האט גע'פועלט ביי זיי פייפן זיי זיך אריין?

:roll:
מהרי"י האט געבעטן דעם וויזשניצער רבין צו טון וואס ער וויל ביי זיך אין ביהמ"ד אדער אינדערהיים אבער נישט בפרהסי' דרייוון, ער האט געענטפערט אז עס סייווי כמעט נישט שייך ווייל ביז זיי קומען אהיים פון שול מוצ"ש איז שוין זמן רבינו תם אבער ער האט געזאגט ער וועט עס אפיציעל מאכן מיט זיינע מענטשן אז זיי זאלן נישט דרייוון ביז 72
אויב ס'איז נישט בפרהסי' מעג מען שוין עובר זיין אויף חייבי סקילה און חייבי כריתות וד''ל?
באהאלטענערהייט גייט נישט אן די תורה?
ניין, אבער דאס איז א מחלוקה וואס די צדיקים פון פריערדיגן דור האבן זיך אויסגעקריגט, זיין פוינט איז געווען אז אין די סאטמארע געגנט ווי זיינע מענטשן וואוינען זאל מען נישט טון מלאכות בפרהסי' אלס קאמפראמיס, וויזשניץ האלט נאך אלס אז עס נישט קיין איסור דאורייתא און נישט קיין איסור דרבנן
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 308

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:29 pm
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:16 am
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 11:08 am
איך וואוין אין וומב"ס און קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט די אלע זאכן...

און ס'איז זייער א ערליכע שטאט, אן קיין רעזשים.
האסט אפגעפרעגט הרה'ק מסאטמאר סקווער וויזניץ און נאך
ער האט נישט אפגעפרעגט קיינעם, דא פרובירן געוויסע שרייבער צו אהערשטעלן 2 פאקטן:

1. בלומינג גראוו איז קרית יואל.

2. אויב קומט א פרעמדע קהילה קיין בלומינג גראוו איז עס א סכנה פאר יודישקייט אין ק"י.

די ערשטע פוינט קען מען דעבאטירן, די צווייטע פוינט זאגט ער אז עס איז פשוט נישט אמת, וויליאמסבורג איז אן ערליכע יודישע שטאט מיט די דאונסייד פון כאלאזן אין די פראדזשעקטס און צושטופטע דירות
אויף די צווייטע פוינט האט הרה'ק מסאטמאר געהאלטן אז דאס איז יא א סכנה פאר אידישקייט והא ראי' ער האט געעפענט א שטאט
בן נביאים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 131
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:07 pm
x 244

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בן נביאים »

אויב בלומענגראוו איז נישט קר"י, איז קלינטאן היל אויך נישט וומסב"ג

מ' מעג דארט טראגן מיטן עירוב
פארקויפן פלייש אין גראסערי
פארקויפן דירות פאר גויים
און מ' מעג מחמיר זיין ביי 72 ווייל וויזניץ איז נאר בעה"ב אין וומסב"ג, נישט אין קלינטאן היל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5799
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12267

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:11 pm
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 2:44 pm אויב וויאלמסבורג איז אן ערליכע יודישע שטאט א עיר ואם בישראל... ווי עס וואוינען דארט ע"פ רוב ערליכע יודן יראים ושלמים און אלע קהלות פילן זיך בקוועם און וועלקאם.........
פארוואס איז מען מוחה אויף די ערליכע אידן וואס פאלגן זייער דעת תורה און טראגן יא שבת מיט די עירב?????
פארוואס צווינגט מען ארויף אויף אנדערע ערליכע קהלות א חומרא פון סאטמאר?????
פארוואס מעג מען נישט ערליכע אידן פון אנדערע קהלות מאכן א פלייש געשעפט אין די גראסריס???

פארוואס נאר אין קרית יואל האלטן UJC און די חכמים פון קהילת מהר''י אז יעדער מעג טון וואס ער וויל?
פארוואס דארף מען נישט אין ק''י איינהאלטן שיטת הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע איבער זמן ר''ת, וכ''ו...........????
(די עירב איז ס''ה נאר א חומרא! די זמן ר''ת איז א הלכה)
אמת, בלומינג גראוו איז אבער נישט קרית יואל, מיר קומען פון 2 אנדערע זייטן, איך האלט נישט אז וויזשניץ וואלט זיך באזעצט אין קרית יואל, נאר אינדרויסן.

דו בויעסט מיט די הנחה אז בלומינג גראוו איז קרית יואל און UJC וויל צוברעכן קרית יואל, זאג איך דיר אז (לפי ידיעתי) גייט נישט אן פאר UJC וואס קרית יואל טוט ביי זיי אין שטאט אבער אין בלומינג גראוו זענען זיי בכלל נישט קיין מחותנים, ווייניגסטנס דאס איז די מיינונג פון רוב תושבי בלומינג גראוו, דאס גאנצע הים און צוריק איז נאר איבער דעם וואס איינע פון די שרייבער האט דא געשריבן אז בלומינג גראוו וועט ח"ו ווערן א צווייטע וויליאמסבורג צו וואס איך האב אים געענטפערט אז איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויליאמסבורג

:lol:

איך בין זיכער אז דו באציהסט זיך צו די בילד פון גוגל מעפס וואס דו האסט אריינגעשיקט פאר די איזרעלי מידיע, און געלייגט די "וואלקינג טיים" פון די פייער גאראדזש ביז "נאך" דושינסקיא'ס לאט...

זע דא

אין אזא פאל זאגט מען: לא שוה תגובה.

און אגב, טאקע אויף דעם פרט (און טאקע נאר אויף דעם) האט מען דיר כסדר געשריבן אז "אלע 3 קהלות זענען מסכים" אז בלומינגראוו איז יא קרית יואל. און דאס איז דער מציאות. צו זארגן אנדערש איז נישט הירוס, ס'איז פלעין טפשות.
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 336
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 803

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:13 pm
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:01 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 9:12 pm

מהרי"י האט געבעטן דעם וויזשניצער רבין צו טון וואס ער וויל ביי זיך אין ביהמ"ד אדער אינדערהיים אבער נישט בפרהסי' דרייוון, ער האט געענטפערט אז עס סייווי כמעט נישט שייך ווייל ביז זיי קומען אהיים פון שול מוצ"ש איז שוין זמן רבינו תם אבער ער האט געזאגט ער וועט עס אפיציעל מאכן מיט זיינע מענטשן אז זיי זאלן נישט דרייוון ביז 72
אויב ס'איז נישט בפרהסי' מעג מען שוין עובר זיין אויף חייבי סקילה און חייבי כריתות וד''ל?
באהאלטענערהייט גייט נישט אן די תורה?
ניין, אבער דאס איז א מחלוקה וואס די צדיקים פון פריערדיגן דור האבן זיך אויסגעקריגט, זיין פוינט איז געווען אז אין די סאטמארע געגנט ווי זיינע מענטשן וואוינען זאל מען נישט טון מלאכות בפרהסי' אלס קאמפראמיס, וויזשניץ האלט נאך אלס אז עס נישט קיין איסור דאורייתא און נישט קיין איסור דרבנן
די עירוב אין וויאלמסבורג האבן אויך צדיקים פון פריערדיגן דור געהאלטן אז ס'איז כשר!
דעיס וואס סאטמאר טראגט נישט מיט די עירוב איז לכ''ע נאר א חימרא!
נאר אין וויאלמסבורג דארף מען ארויפצווינגען אויף אנדערע קהילות א סאטמארע חימרא?

לגבי זמן ר''ת האט הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע קלאר געהאלט אז ס'איז חילל שבת
פארוואס איז מען נאר מחמיר אויף א חומרא און ביי א בפרישע פסק הלכה מעג יעדע טון וויאזוי ער וויל?
בלומינגראווער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 4:02 pm
x 115

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומינגראווער איד »

בן נביאים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:24 pm אויב בלומענגראוו איז נישט קר"י, איז קלינטאן היל אויך נישט וומסב"ג

מ' מעג דארט טראגן מיטן עירוב
פארקויפן פלייש אין גראסערי
פארקויפן דירות פאר גויים
און מ' מעג מחמיר זיין ביי 72 ווייל וויזניץ איז נאר בעה"ב אין וומסב"ג, נישט אין קלינטאן היל
איך האלט נאכמער, קיינער איז נישט בעה"ב אויף וויליאמסבורג, וואטעבאוטיזם איז בכלל נישט קיין ענטפער, אגב, איך גלויב נישט אז א וויזשניצער יוד וואס וויל מחמיר זיין צו 72 וועט מען ארויסווארפן פון זיין קהילה...

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:30 pm
בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:11 pm
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 2:44 pm אויב וויאלמסבורג איז אן ערליכע יודישע שטאט א עיר ואם בישראל... ווי עס וואוינען דארט ע"פ רוב ערליכע יודן יראים ושלמים און אלע קהלות פילן זיך בקוועם און וועלקאם.........
פארוואס איז מען מוחה אויף די ערליכע אידן וואס פאלגן זייער דעת תורה און טראגן יא שבת מיט די עירב?????
פארוואס צווינגט מען ארויף אויף אנדערע ערליכע קהלות א חומרא פון סאטמאר?????
פארוואס מעג מען נישט ערליכע אידן פון אנדערע קהלות מאכן א פלייש געשעפט אין די גראסריס???

פארוואס נאר אין קרית יואל האלטן UJC און די חכמים פון קהילת מהר''י אז יעדער מעג טון וואס ער וויל?
פארוואס דארף מען נישט אין ק''י איינהאלטן שיטת הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע איבער זמן ר''ת, וכ''ו...........????
(די עירב איז ס''ה נאר א חומרא! די זמן ר''ת איז א הלכה)
אמת, בלומינג גראוו איז אבער נישט קרית יואל, מיר קומען פון 2 אנדערע זייטן, איך האלט נישט אז וויזשניץ וואלט זיך באזעצט אין קרית יואל, נאר אינדרויסן.

דו בויעסט מיט די הנחה אז בלומינג גראוו איז קרית יואל און UJC וויל צוברעכן קרית יואל, זאג איך דיר אז (לפי ידיעתי) גייט נישט אן פאר UJC וואס קרית יואל טוט ביי זיי אין שטאט אבער אין בלומינג גראוו זענען זיי בכלל נישט קיין מחותנים, ווייניגסטנס דאס איז די מיינונג פון רוב תושבי בלומינג גראוו, דאס גאנצע הים און צוריק איז נאר איבער דעם וואס איינע פון די שרייבער האט דא געשריבן אז בלומינג גראוו וועט ח"ו ווערן א צווייטע וויליאמסבורג צו וואס איך האב אים געענטפערט אז איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויליאמסבורג

:lol:

איך בין זיכער אז דו באציהסט זיך צו די בילד פון גוגל מעפס וואס דו האסט אריינגעשיקט פאר די איזרעלי מידיע, און געלייגט די "וואלקינג טיים" פון די פייער גאראדזש ביז "נאך" דושינסקיא'ס לאט...

זע דא

אין אזא פאל זאגט מען: לא שוה תגובה.

און אגב, טאקע אויף דעם פרט (און טאקע נאר אויף דעם) האט מען דיר כסדר געשריבן אז "אלע 3 קהלות זענען מסכים" אז בלומינגראוו איז יא קרית יואל. און דאס איז דער מציאות. צו זארגן אנדערש איז נישט הירוס, ס'איז פלעין טפשות.
איך האב מיר נישט באצויגן צו גארנישט, עס האט גארנישט מיט גוגל מעפס אדער עניטינג, עס איז צוויי עקסטערע שטעט נישט קיין חילוק ווי ווייט עס איז, איך קען האלטן אז עס איז איין שטאט אפילו עס איז 10 מייל ווייט איינס פון צווייטן און 2 שטעט אפילו ווען עס רירט זיך אן.

עס מוז זיך פילן זייער גוט צו שרייבן אז "עס איז נישט ווערט צו שרייבן א תגובה" און אפשרייבן א תגובה.

וואס דו שרייבסט אז אלע 3 קהילות האלטן אז עס איז קרית יואל איז אויך נישט אמת, צד מהרי"י אליינס איז צוטיילט צווישן די וואס הענגן אן אין די קרית יואלע קהילה און די וואס נישט (איך וויל נישט שרייבן מער אבער לכאורה ווייסטו אליין פון די פאליטיק ביי צד מהרי"י אין בלומינג גראוו) און בני יואל איז קלאר די רבנים וואס האלטן אז עס האט נישט קיין שייכות, עטליכע פון זיי האבן אפילו א שטיק צייט געהאט גערופן א קאמפיין אז מען זאל אנהויבן רופן בלומינג גראוו "קרית ויואל משה".

סך הכל קומט מען צוריק אז וויזשניץ אין בלומינג גראוו און לשיטתך אפילו אין קרית יואל אליינס איז בכלל נישט נגד רצון תושבי קרית יואל, "אפשר" ביי האלב, פארוואס דעמאלטס טאר נישט דער חסיד מהרי"י שטופן וויזשניץ זיך צו אויפבויען דא אז זיין קהילה איז מסכים דערמיט?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1798
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2126

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 12:46 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 26, 2025 1:45 pm @בלומינגראווער איד דאס אז דו פארטיידיגסט און דו ווילסט אזוי שטארק אז וויזשניץ זאל יא עפענען דא א שטעטל, דאס ווייזט אז ujc וויל עס מער ווי וויזשניץ וויל עס. ביטע עקספלעין אונז, פארוואס ווילסטו עס אזוי שטארק? פשוט אלס הכנסת אורחים? אדער אלס עפעס א באהאלטענע אהבה פאר וויזשניץ דוקא? וואס איז די זאך ביהיינד? דו קענסט טראכטן די סיבה?
@בלומינגראווער איד
@בלומינגראווער איד די קשיא איז שרעקליך גרויס? פון ווי נעמט זיך אזא אהבת ישראל?
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 935
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1267

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:57 pm
בן נביאים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:24 pm אויב בלומענגראוו איז נישט קר"י, איז קלינטאן היל אויך נישט וומסב"ג

מ' מעג דארט טראגן מיטן עירוב
פארקויפן פלייש אין גראסערי
פארקויפן דירות פאר גויים
און מ' מעג מחמיר זיין ביי 72 ווייל וויזניץ איז נאר בעה"ב אין וומסב"ג, נישט אין קלינטאן היל
איך האלט נאכמער, קיינער איז נישט בעה"ב אויף וויליאמסבורג, וואטעבאוטיזם איז בכלל נישט קיין ענטפער, אגב, איך גלויב נישט אז א וויזשניצער יוד וואס וויל מחמיר זיין צו 72 וועט מען ארויסווארפן פון זיין קהילה...
איינער וואס שטייט ביי ליינען איז מען מעורר...
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5799
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12267

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:08 pm וואס דו שרייבסט אז אלע 3 קהילות האלטן אז עס איז קרית יואל איז אויך נישט אמת, צד מהרי"י אליינס איז צוטיילט צווישן די וואס הענגן אן אין די קרית יואלע קהילה און די וואס נישט (איך וויל נישט שרייבן מער אבער לכאורה ווייסטו אליין פון די פאליטיק ביי צד מהרי"י אין בלומינג גראוו)
"אלע דריי קהילות אין קרית יואל" האלטן אז בלומינגראוו איז קרית יואל.

די וואס וואוינען אין די בלומינגראוו געגנט, ובפרט א אינוועסטאר ביי קהל מהרי"י וואס וואוינט אין וויליאמסבורג און האט ביזנעס אין בלומינגראוו, פון זיי איז דא ווער עס וויל אנדערש. אבער די צענטראלע קהלה איז לגמרי נישט צוטיילט דערמיט.

איך פארשטיי פארוואס דו זאגסט אנדערש. נישט די ערשטע און נישט די לעצטע פרט וואס איז היפך המציאות.

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:08 pm און בני יואל איז קלאר די רבנים וואס האלטן אז עס האט נישט קיין שייכות, עטליכע פון זיי האבן אפילו א שטיק צייט געהאט גערופן א קאמפיין אז מען זאל אנהויבן רופן בלומינג גראוו "קרית ויואל משה".
סתם פאר נייגעריקייט:

פארוואס האט זיך UJC נישט צוגעכאפט צום געוואלדיגן רעיון עס צו רופן "קרית ויואל משה"?

דו ווייסט אפשר פארוואס? :roll:
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 336
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 803

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

בלומינגראווער איד האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 3:11 pm
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 2:44 pm אויב וויאלמסבורג איז אן ערליכע יודישע שטאט א עיר ואם בישראל... ווי עס וואוינען דארט ע"פ רוב ערליכע יודן יראים ושלמים און אלע קהלות פילן זיך בקוועם און וועלקאם.........
פארוואס איז מען מוחה אויף די ערליכע אידן וואס פאלגן זייער דעת תורה און טראגן יא שבת מיט די עירב?????
פארוואס צווינגט מען ארויף אויף אנדערע ערליכע קהלות א חומרא פון סאטמאר?????
פארוואס מעג מען נישט ערליכע אידן פון אנדערע קהלות מאכן א פלייש געשעפט אין די גראסריס???

פארוואס נאר אין קרית יואל האלטן UJC און די חכמים פון קהילת מהר''י אז יעדער מעג טון וואס ער וויל?
פארוואס דארף מען נישט אין ק''י איינהאלטן שיטת הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע איבער זמן ר''ת, וכ''ו...........????
(די עירב איז ס''ה נאר א חומרא! די זמן ר''ת איז א הלכה)
אמת, בלומינג גראוו איז אבער נישט קרית יואל, מיר קומען פון 2 אנדערע זייטן, איך האלט נישט אז וויזשניץ וואלט זיך באזעצט אין קרית יואל, נאר אינדרויסן.

דו בויעסט מיט די הנחה אז בלומינג גראוו איז קרית יואל און UJC וויל צוברעכן קרית יואל, זאג איך דיר אז (לפי ידיעתי) גייט נישט אן פאר UJC וואס קרית יואל טוט ביי זיי אין שטאט אבער אין בלומינג גראוו זענען זיי בכלל נישט קיין מחותנים, ווייניגסטנס דאס איז די מיינונג פון רוב תושבי בלומינג גראוו, דאס גאנצע הים און צוריק איז נאר איבער דעם וואס איינע פון די שרייבער האט דא געשריבן אז בלומינג גראוו וועט ח"ו ווערן א צווייטע וויליאמסבורג צו וואס איך האב אים געענטפערט אז איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט וויליאמסבורג
די אידן וואס וואוינען אין בלומינג גראוו קימען ע''פ רוב פון קרית יואל נאר זיי האבן נישט געהאט ווי צו קויפן א הויז זענען זיי געגאנגען ארימיגע געגענטער וואס איז מחיבר צו קרית יואל
און זיי האבן נישט געמאפט קיין מאנסי אדער מאנטיסעלא ווייל זיי ווילן בלייבן אין קרית יואל

אפילו לשטתך אז בלומינג גראוו איז נישט קרית יואל זענען אבער אלע איינוואוינער פון בלומינג גראוו תלמידי וחסידי סאטמאר.
ס'איז דא א הלכה פון מקום שנהגו איינער וואס קימט וואוינען אין א שטאט ווי מ'פירט זיךא געוויסער מהנג איז ער אויך מחייב איינצוהאלטן די מהנג
אזוי ווי אלע איינוואוינער פון בלומינג גראוו פורן זיך לויט די הוראות פון הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע זענען די נייע איינוואוינער אויך מחייב צו איינהאלטן אלע הוראות פון הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע

(די ספרדים אין ארגנטינע עסן פסח קיטניית אבער דא אין נוי יארק עסן זיי נישט קיטניית אים פסח)
אויך אדמ''ר מוויזנוץ זי"ע האט אויפגעהערט צו האלטן זמן ר''ת ווייל ער איז געווען אין א אשכנעזישע שטאט!
גד'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 11

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גד'ל »

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 4:36 pm

אז מהאט א אייגענע קהילה אייגענע רב ביהמ"ד מקוה שחיטה וכד' אפי' נאר א מנין קען מען זיך פירן וואו די קהילה און ממוז נישט טון וואו די אלטע קהילה
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%91%D ... 7%94%D7%9C
שרייב פאוסט