איך זאג אז אויב ווען....
ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 32
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
- Location: Boro park
- x 48
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
"ביז מתן תורה" לא דק.מסתמא האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:40 pmניין, אין אונגארן האט מען זיך געפירט ווי דער רמ”א בזה, וכמובן אז אלעס גייט צוריק צו די ראשונים די בעלי תו”ס (ביז מתן תורה). אבער אין פאקט איז דער מנהג נענועים נישט מצוי בימינו ביי כמעט קיין איין חסידישע קהילה (ליטאים ווייסעך נישט), און אין אונגארן האט מען געהיטן אויף אט די אלע מנהגים.
ערבה איז מנהג נביאים.
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
אויב גייט עס מיטן נוסח אז היות אין פלאנטש איז מען אזוי געגאנגען דעריבער וכו’
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
חזרה. מען מעג. עס איז נישט פאפא. אז מוויל איינפירן א נייע זאך, כל הכבוד. עס האט אבער נישט מיט פאפא צוליב דעם ווייל אין בעלזא איז מען אזוי געגאנגען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
ייש”כ גדול פאר די מראי מקום, כהאב פארגעסן וואו דער טורי זהב איז.מכבי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 3:03 pmאיך האב מיך אייביג געמוטשעט צו פארשטיין פון וואס די טורי זהב אין סימן ש"א און אין שט"ו רעדטמסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:21 pmא פלאכע ביבער היט איז געווען אין אונגארן די טראדיציאנאלע רבנישע היט, גארנישט מיט חסידות צוטון. סאיז געווען א רבנישע מלבוש וואס דער רב און שוחט פלעגן גיין דערמיט, ניטאמאל זייערע קינדער.
די פלאכע היט איז לכאורה א תולדה פון די אמאליגע היט גערופן הייבל-ברייטל וואס איז געווען אזא ברייטע פלאכע היטל (מער ווי אזא שפיציגע בערגל אינמיטן) וואס איז געווען זייער מצוי אין די מיטל אלטער בכל גלילות אשכנז פון פוילן ביז דייטשלאנד
א מיטל-אלטער מאלעריי פאר אילוסטראציע, די היסטאריע בוכער זענען פול מיט בילדער פון אט דעם ברייטל היט
Screenshot_20241203_142712_Chrome.jpg
יישר כוח מסתמא פארן ארויס העלפן!
דא האט איר נאך א בילד, פון אן אסיפה אין פראנקפורט קעגן מותרות (יא יא, אין פראנקפורט). אויפן בילד אינמיטן מיט די גלעזער איז מעגליך הגאון ר’ אברהם ברודא זצ”ל. עכ”פ דא קענט איר זעהן די ברייטלעך ביי די חשובי העדה. עס איז געווען נאך א סארט היט מיט דריי שפיצן (מען זעהט גאנץ צום רעכטס). עכ”פ פאר די ברייטל איז דאס גאנץ א קלארער בילד.
שמעתי פעם אז מהאט דאס געקענט אנטון אזוי אריינזעצנדיג אין קאפ פון ביידע זייטן, סאיז געווען מער אזא ווייעכערע סארט מאטריאל. מען זעהט טאקע עטליכע מיט די היט רום גייט אזוי בארג אראפ פון אלע זייטן און אנדערע אויף ארויף. בלויז מפי השמועה, לשם אינטערעסאנטקייט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
אקעי, אז מגייט שוין דא אראפ דעם מהלך און מרעדט פון די צד שני פון איינפירן פרומע ענינים.
עס זייער פשוט, עמיצער וועלכער איז נישט אזוי פרום ווי דיר און אלעס ארום אים הייבט אן טון פרומערע ענינים, ווערט דאך יענער מיט יעדע פרומע ענין וואס קומט אריין אטאמאטיש אויסגעשפיגן פון זיינע אייגענע סירקלס. אדער טוט ער עס בדיעבד נאך, בעכ”ח נגד רצונו, צוליב די סאושעל פרעשור און סוכ”ס וואקסט אויף א דור (בני באלעבאטים. גראב גערעדט, וואוילע, אבער פארט פויערן אין די קישקעס ווי די טאטעס) וועלכע זענען בועט דערין. וכיוון שבועט שוב אינו מבחין בין תורה מסיני להוספות חדשות. סליגט מיר אויפן צינג א גרויסע קהילה מיט מאסן אפגעפארענע, בפשטות אין רעזאלטאט צוליב אירע צוגעלייגטע ענינים און קפידות וואס איז נישט מעגליך פאר דעם טיפישן באלבאטיש קינד צו סובל זיין, טראצדעם וואס זיין טאטע זיידע האבן זיך צוקנייטשט פאר דעם. עס האט א שיעור וואו ווייט מקען גיין מיטן שולל זיין דעם דרך הממוצע פון פשוטע קיום התורה והמצוות כתיקונו.
צו זיין קלאר, כרעד דא די נושא פון וואוילע ערליכע אידן פולשטענדיגע שומרי תורה ומצות, נאר פשוט זיי האבן נישט דיינע הייליגע געפילן פון הוספות חדשים לבקרים און זיי פארצוגן יא די פשוטע באלבאטישע ווערטשאפט. הייבן דעם סטאנדארט איז קיינמאל קיין ענין פון ’פארוואס נישט’ ? ’אם לא יועיל לא יזיק’? ניין! הייבן די סטאנדארט באדייט אז דו עסט דא טעכניש ארויס ערליכע אידן פון זייערע קהילות (און פאטענציעל יהדות) וועלכע זענען בס”ה נישט אויף דיין לעוול פרומקייט. ומהיכי תיתי אז דו האסט די רעכט דערצו?
אין עני קעיס, לעניננו, אין א ספעציפישע פאל ווען א רב פון א קהילה טוט עפעס, דוגמת דא, איז עס פשוט נישט אונזער ביזנעס צו טענה’ן אט די טענות.
א’ ער ווייסט דאס אויכעט.
ב’ עס קען בשוא”א ארבעטן אזוי, אז פשוטע עמך אידן זאלן אינטערהאקן רבנים.
דעריבער די צד שני באלאנגט בכלל נישט דא צו ווערן אויסגעשמועסט אויפן חשבון פון א כרוז פון א רב בישראל פאר בני קהילתו. בפשטות האט ער דאס אלעס אויכעט גענומען אין באטראכט. כשמועס אויס די צד שני מענין לענין מיין כלליות’דיגע קוק, וואס דאס געהערט בעצם נישט אהער דאהי.
מיך פערזענליך האט נאר געקוועטשט די מסורה חלק שבו, כאילו סאיז געווען ביז אהער א מסורה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
לאמיר זיך אריינלייגען אין דיין קאפ.מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm
נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד ספעציפיש אויך פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Győr האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
איך, @מסתמא, כאטש וואס מיין זיידע איז הורתו ולידתו באונגארין, אבער היות איך (אדער דיין טאטע) האט זיך דעקלערט "חסיד" (סאטמאר, בעלזא, סקווירא, וויזניץ, ועוד), מעג איך אוועקגיין פון די מסורה. איך וועל דאווענען שפעט שבת, און טוישען צו נוסח ספרד, נישט זיצען ביי קידוש, און גיין א פיר-פיסיגע שטריימעל. - דאס איז אלץ נוגע פאר מיר זעלבסט. אבער די קהלה קדושה, פאפא וויען נייטרא צעהלים באניהאד גאלאנטע, זיי זאלן חלילה נישט משנה זיין!!! זיי זאלן בלייבן ארגינעל ווי 100 יאר צוריק, למען ידעו דורותיכם וויאזוי אן אונגערישע קהילה האט אויסגעקוקט.
איר מאכט סענס? איך מיין אז נישט.
דאס איז כלפי דיר. און באופן כללי, יעדע חסידישע רבי, האט AT SOME POINT משנה געווען פון זיין מסורה, בפרט די ראשי השלשלת פון טשערנאביל, בעלזא, וויזניץ, סיגוט, גור, - אלע האבן אדאפטירט דרכי החסידות (דרכי העבודה - פארשטייט זיך, אבער די מנהגים און חיצונית איז שוין מיט געקומען as well)
באופן פרטי, ביי האדמו"ר מפאפא זענען די בעלזא רביים נערץ ונקדש, ער פירט א לחיים וסיום משניות ביי די יארצייט כ"א אב.
Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
חוזר חזרה, ק"ק פאפא מעג טון וואס זי וויל, איך האב קיינמאל געזאגט אנדערש. דעריבער פארשטיי איך נישט אייער פראגע און ענטפער. די נושא איז געווען אז דער קאשקעטל איז א נייע זאך לגמרי צו פאפא און מען לייגט עס אראפ ווי כאילו סאיז א דבר המסור ע"פ מסורה. ניין, עס איז א דבר חדש לגמרי צו פאפא.אויליג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 2:27 pmלאמיר זיך אריינלייגען אין דיין קאפ.מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm
נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד ספעציפיש אויך פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Győr האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
'דער שרייבער' פערזענליך איז נישט דער נושא, אלץ דעם יסוד וועל איך נישט מגיב זיין מער ווי דעם צו אייער פאוסט. פאר סיי וואס 'צום נושא' וועל איך בלי"נ מיך נישט אפהאלטן פון מגיב זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1657
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4041
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
מורי ורבותי!
ס'איז צייט צו ליינען פאר מען איז מגיב!
ס'איז צייט צו ליינען פאר מען איז מגיב!
איך קען נישט צוזעהן ווי א גאנצע טעמע ווערט פארוואסערט מיט לופטיגע פאוסטס. מען איז מעלה גרה די זעלבע לופטיגע פאוסטס מיטן גרעסטן אפעטיט ככלב ששב על קיאו.
האט @מסתמא א פראבלעם ספעציפיש מיט דעם וואס דער פאפא רבי וויל איינפירן קאשקעטלעך? בסך הכל איז פונעם פותח הטעמע משמע אז דער פאפא רב האט אריינגעשטעלט קאשקעטלעך אלץ חלק פון די פאפא'נע מסורה, און אויף דעם ארויף האט ער זיך ארויף געכאפט און געשריבן אז דאס איז נישט אמת, אין פאפא אינדערהיים איז מען קיין קאשקעטליך נישט געגאנגען. זה הוא!
אודאי איז א קאשקעטל היינט א פרומע לבוש, און ער איז אויך ביי די מיינונג אז יעדע רבי ומנהיג מעג איינפירן גוטע מנהגים. אבער היסטארע קען קיינער נישט איבערשרייבן. און לויט זיין אינפערמאציע איז מען אין פאפא מיט קיין קאשקעטלעך נישט געגאנגן! עד כאן, ער האט נישט געזאגט מער ווי דעם! אזוי האב איך פארשטאנען במושכל ראשון פון זיינע ווערטער.
ידידי @שבת קודש האט אבער נישט פארשטאנען, און געפרעגט ווי פאלגענד. יעדע רבי קען איינפירן מנהגים וואס ציעט אים, לדוגמא באבוב האט לעצטענס איינגעפירט אז די בחורים גייען שבת מיט שווארצע זאקן, דו ווייסט וואס וויען איז געווען פאר 40 יאר צוריק און וואס ס'איז היינט.. כוונתו, אז עס איז נישט קיין נפקה מינה צו עס איז יא מסורה אדער נישט, אויב פאפא רבי וויל דאס האט ער אלע רעכטן.
און אויף דעם ארויף האט ידידינו @מסתמא געשריבן ווי פאלגענד. ראשית כל, יעדער רב/רבי מעג איינפירן וואס ער וויל, דאס איז בכלל נישט די נושא דא. והשנית, אין באבוב פלעגט מען טאקע אזוי גיין אינדערהיים, מיט שווארצע און ווייסע זאקן וכו’. לעניננו צו פאפא, די קאנטאקסט ארום בלייבט אבער. האסט געפרעגט וואו מען איז אזוי געגאנגען האב איך געענטפערט מה שיש בלבי, עס האט נישט מיט פאפא’ס מסורה כלל וכלל. דהיינו, כולי עלמא מודה אז א מנהיג מעג איינפירן פרישע מנהגים, אבער דאס איז נישט די נושא. דא רעדט מען אויב קאשקאטלעך איז די פאפא מסורה. און אויף דעם זאגט ער אז נישט.
צווייטענס זאגט @מסתמא א סייד פוינט, אז דאס וואס @שבת קודש ברענגט פון שווארצע זאקן אין באבוב איז גראדע יא געווען די מסורה דארט. דהיינו, דער באבובער רב וואלט באמת געקענט איינפירן פרישע מנהגים ווען ער וויל ווען, למעשה האט ער אבער בסך הכל מחזיר געווען עטרה ליושנה.
איז געקומען דער אויבער חכם וידיד כל בית ישראל @פופציגער און געשריבן אז אע"פ כן איז משמע מדבריו א שטיקל זלזול כלפי דער פאפא רב, ווי כאילו ער איז אין די לאקשן דיסטרעביושען. שרייבענדיג ווי פאלגענד. דער @מסתמא איז א אידישע עי איי סיסטעם... די ידיעות וואס ער פארמאגט... אבער מסתמא טייערער, דיין שפראך קוקט אויס אביסל ווי "פאפא רב זאל מיר נישט פארקויפן קיין לאקשן"... איי דאונט לייק איט. ער מעג בעטן, ער מעג גלייכן קאשקעטלעך, און ער מעג אדאפטירן מנהגים וואס ער גלייכט.
און אויף דעם האט מסתמא גענטפערט דער פאפא’ער רבי כמובן מעג טאקע איינפירן וואס ער וויל. די מסורה אבער קען מען נישט איבערשרייבן, פאקטן בלייבן פאקטן.
יעצט וויל איך פארשטיין פארוואס דארף די טענה ווערן איבערגעקייט נאך 6 מאל? @מסתמא רעדט לגבי היסטאריע, און זאגט אז דאס איז נישט קיין מסורה! אינדערהיים זענען זיי מיט קיין קאשקעטלעך נישט געגאנגען!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 32
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
- Location: Boro park
- x 48
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
איז יעצט וויל איך פארשטיין ווי עס קומט אריין די נושא פון פארגעסן מסורה? פאפא רבי האט נישט געזאגט אז דאס איז מסורה! און אויכט נישט מחייב געווען צו גיין דערמיט! פשוט געזאגט אז עס איז א שיינע זאך צו גיין דערמיט, און אז בעלזער רב האט שטארק געהאלטן דערפון!
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
מסתמא האט @מסתמא זיך טועה געווען פון די ווערטערכלל ישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 8:51 pm איז יעצט וויל איך פארשטיין ווי עס קומט אריין די נושא פון פארגעסן מסורה? פאפא רבי האט נישט געזאגט אז דאס איז מסורה! און אויכט נישט מחייב געווען צו גיין דערמיט! פשוט געזאגט אז עס איז א שיינע זאך צו גיין דערמיט, און אז בעלזער רב האט שטארק געהאלטן דערפון!
און געמיינט אז עס מיינט פאפא האט זיך אזוי געפירטווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה,
Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
אסאך אין וויען האבן געהאט אסאך טענות בשעת די טוישונגען!שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:01 pmיעדע רבי קען איינפירן מנהגים וואס ציעט אים, לדוגמא באבוב האט לעצטענס איינגעפירט אז די בחורים גייען שבת מיט שווארצע זאקן,מסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pmאין פאפא נישט. אין אונגארן אויכעט נישט (די גרויסע יונגלעך און קליינע בחורלעך זענען געגאנגען אין אונגארן מיט דאטשיק’ס - מהאט עס גערופן אויף אונגאריש שאפקאוס). פאפא רבי אליינס אלץ יונגל איז אויכעט נישט געגאנגען אזוי.
מצד שני, כמה אויבערלענדער מנהגים פון פאפא וואס איז יא נשתכח געווארן במשך די לעצטע 40 יאר: יום כיפור קטן ערב ראש חודש, תיקון חצות אין די 3 וואכן, ועוד כמה.
די מנהג נענועים מיט די ערבות בעפארן קלאפן, וואס מפירט זיך אין פאפא, קומט פון וואו? פון אונגארן.
פאפא איז נישט טראדיציאנאל בעלזא, סאיז א געמיש פון אונגארן מיט בעלזא. נישט אלעס פון בעלזא האט מען נאכגעטון, אפילו די רבי דער ויחי יוסף בעצמו, כמה מנהגים האט מען געטון וואס אין בעלזא טוט מען נישט.
כמה וכמה גדולי אונגארן זענען געפארן צו חסידישע רבי’ס, כולל צו די צדיקי בית בעלזא, ולא עלה על דעתם צו משנה זיין מנהגים, וכ”ש לבוש, צוליב דעם.
ודע אז עס זענען פארהאנען בילדער פון די בני משפחת הערוגת הבושם (די בני ויגד יעקב, כולל דער ויחי יוסף בעצמו אלץ בחור) מיט דאטשיק’ס.
נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Gyur האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
דו ווייסט וואס וויען איז געווען פאר 40 יאר צוריק און וואס ס'איז היינט..
אין יעצט מיט היבש יארן שפעטער זעהט מען אז 'יש דברים בגו.... וויען איז שוין מער חסידיש שוואנץ... ווי וויזניץ
Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
וויען געטוישט? א שיינע רוב דארטן זענען היינט סאטמארע און בכלל חסידישע קינדער און אייניקלעך, רוב ארגינעלע משפחות זענען זיך אוועקגעגאנגען.
וויען איז היינט מער שוואנצונעס בדומה צו וויזניץ??! בכלל נישט. לא היה ולא נברא.
וואס זעהט מען היינט מיט א בליק אויף צוריק? גארנישט. א שיינע קהילה לאורך כל הדרך.
אלענפאלס, בנוגע וויען האב איך שוין פריער געשריבן
בקיצור די גאנצע שמועס געהערט בכלל נישט דאמסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:35 pm דער וויענער רב האט געוואלט אז אז דער וויענער עולם זאל אריינבלענדן אין כלל חסידי אנשטאט גיין צו די ליטווישע (הגם הרב לעבאוויטש זצ"ל האט לכאורה געוואלט דאס פארקערטע, ער האט געשיקט די תלמידים קיין מאנסי וכו'). קענסט עס דיבעיטן אז דו ווילסט אבער סאיז בכלל נישט די זעלבע זאך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
איך גיי נישט אריינגיין אין קיין דיטעילס משום גילוי...מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 6:30 amוויען געטוישט? א שיינע רוב דארטן זענען היינט סאטמארע און בכלל חסידישע קינדער און אייניקלעך, רוב ארגינעלע משפחות זענען זיך אוועקגעגאנגען.
וויען איז היינט מער שוואנצונעס בדומה צו וויזניץ??! בכלל נישט. לא היה ולא נברא.
וואס זעהט מען היינט מיט א בליק אויף צוריק? גארנישט. א שיינע קהילה לאורך כל הדרך.
אלענפאלס, בנוגע וויען האב איך שוין פריער געשריבןבקיצור די גאנצע שמועס געהערט בכלל נישט דאמסתמא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:35 pm דער וויענער רב האט געוואלט אז אז דער וויענער עולם זאל אריינבלענדן אין כלל חסידי אנשטאט גיין צו די ליטווישע (הגם הרב לעבאוויטש זצ"ל האט לכאורה געוואלט דאס פארקערטע, ער האט געשיקט די תלמידים קיין מאנסי וכו'). קענסט עס דיבעיטן אז דו ווילסט אבער סאיז בכלל נישט די זעלבע זאך.
אבער סעיוו די תגובה:
ביז אפאר יאר גייט זיך וויזניץ קענען פארשטעקן פאר די שוואנצאנעס אין וויען!
אלעס נעמט (אביסל...) צייט
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
און דעי ווערטער קומט פון די בעל בחצרות וואס האט אן אגנדע אויפצובלאזען יעדע זאך ...אנדערער האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:20 amמסתמא האט @מסתמא זיך טועה געווען פון די ווערטערכלל ישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 8:51 pm איז יעצט וויל איך פארשטיין ווי עס קומט אריין די נושא פון פארגעסן מסורה? פאפא רבי האט נישט געזאגט אז דאס איז מסורה! און אויכט נישט מחייב געווען צו גיין דערמיט! פשוט געזאגט אז עס איז א שיינע זאך צו גיין דערמיט, און אז בעלזער רב האט שטארק געהאלטן דערפון!און געמיינט אז עס מיינט פאפא האט זיך אזוי געפירטווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה,
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
נגב''א*
געהערט פון א קרוב משפחה חסידי פאפא אז זיי זענען געגאנגען מיט קאשקעטן אלץ קינד, מ'רעדט בערך צוואנציג-דרייסיג יאר צוריק.
*נישט געליינט ביז אהער
געהערט פון א קרוב משפחה חסידי פאפא אז זיי זענען געגאנגען מיט קאשקעטן אלץ קינד, מ'רעדט בערך צוואנציג-דרייסיג יאר צוריק.
*נישט געליינט ביז אהער
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
ווער? וואס? ווען? פון וואו קומען זיי פון דערהיים? די רבי’ס משפחה? א פריוואטע משפחה? ווען האבן זיי דאס אנגעטון? אויכעט 30 יאר צוריק? עס מאכט אסאך אויס די ארום און ארום. סתם זאגן אז איינער האט אזוי אמאל געטון איז ממש גארנישט געזאגט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
נו, האב איך ממש גארנישט געזאגט...
כ'בין נישט זיכער די פונקטליכע פרטים, נישט קיין רבי'שע משפחות.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
למעשה וויפיל פארצענט פאפא חסידים זענען די וואך געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 275
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
- x 80
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
שוין א אלט באקאנטע זאך די סאטמארע ווערן געטריגערט ווען זיי זען א קאשקעטל זיי האלטן אז עס איז אגדוסטיש (בעלזא ירושלים)
נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
א ערענסעטע בלבול דאסשמעון בן דוד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:09 pm
נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
גוט געזאגטשמעון בן דוד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:09 pm שוין א אלט באקאנטע זאך די סאטמארע ווערן געטריגערט ווען זיי זען א קאשקעטל זיי האלטן אז עס איז אגדוסטיש (בעלזא ירושלים)
נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
אין אנדערע הויפען איז זייער אנגענימען אז בנשקלע"ך אדער מער פרימערע גייען מיט קאשקעטעלך, אבער אין סאטמאר זעט מען טאקע נישט קיין שים אינגעל, אפילו די רבעשיע אייניקלעך
- יוחנן כהן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 317
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
- Location: אויפן בימה
- x 725
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
געהערט זאגן אז גאר ווייניג, אבער ווי איינער געבט מיר איבער וועט ביז א קורצע צייט אלע קינדער גיין מיט דעם.
ס'נעמט פשוט צייט ד'רוילעם זאל זיך עס איינהאנדלען.
Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא
שקר גסשמעון בן דוד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:09 pm שוין א אלט באקאנטע זאך די סאטמארע ווערן געטריגערט ווען זיי זען א קאשקעטל זיי האלטן אז עס איז אגדוסטיש (בעלזא ירושלים)
נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא