ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 48

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך כלל ישראל »

נישט קיין בהלה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 12:00 am
כלל ישראל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:42 pm אז סאטמאר רבי בעט אז די קינדער זאלן זיך אנטוהן בעקיטשעס שבת האט מען פארגעסן די מסורה?
סאטמאר רבי בעט דאס? וועלכע סאטמאר
איך זאג אז אויב ווען....
קלמןקליין
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 12:23 am
x 16

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך קלמןקליין »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:40 pm
פאפא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 10:24 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm די מנהג נענועים מיט די ערבות בעפארן קלאפן, וואס מפירט זיך אין פאפא, קומט פון וואו? פון אונגארן.
וואס?! דער רמ"א איז געווען אן אונגערישער? א פאפא'ער גאר?!

ז"ל הרמ"א (סימן תרסד סוף סעיף ז):
ומנענעים ההושענות בשעה שאומרים הושענות, ואח"כ חובטים אותה.
ניין, אין אונגארן האט מען זיך געפירט ווי דער רמ”א בזה, וכמובן אז אלעס גייט צוריק צו די ראשונים די בעלי תו”ס (ביז מתן תורה). אבער אין פאקט איז דער מנהג נענועים נישט מצוי בימינו ביי כמעט קיין איין חסידישע קהילה (ליטאים ווייסעך נישט), און אין אונגארן האט מען געהיטן אויף אט די אלע מנהגים.
"ביז מתן תורה" לא דק.
ערבה איז מנהג נביאים.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

כלל ישראל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:42 pm אז סאטמאר רבי בעט אז די קינדער זאלן זיך אנטוהן בעקיטשעס שבת האט מען פארגעסן די מסורה?
אויב גייט עס מיטן נוסח אז היות אין פלאנטש איז מען אזוי געגאנגען דעריבער וכו’
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

כלל ישראל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:39 pm איך פארשטיי נישט ער מעג נישט נעמען פון בעלזא א שיינע זאך? האט נישט סיגוט גענומען געוויסע מנהגים פון וויזניץ, בעלזא פון טשערנאביל, אדער ספינקא פון מונקאטש, וואס האט דאס מיט פארגעסן די מסורה?
חזרה. מען מעג. עס איז נישט פאפא. אז מוויל איינפירן א נייע זאך, כל הכבוד. עס האט אבער נישט מיט פאפא צוליב דעם ווייל אין בעלזא איז מען אזוי געגאנגען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

מכבי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 3:03 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:21 pm
חכם עתיק האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:17 pm האט פאפא רבי אמאל געהייסן זיין עולם טוישן פון א פלאטשיגע הוט צו א הויכע?
וואס איז די היסטארי איבער דעם?
א פלאכע ביבער היט איז געווען אין אונגארן די טראדיציאנאלע רבנישע היט, גארנישט מיט חסידות צוטון. סאיז געווען א רבנישע מלבוש וואס דער רב און שוחט פלעגן גיין דערמיט, ניטאמאל זייערע קינדער.

די פלאכע היט איז לכאורה א תולדה פון די אמאליגע היט גערופן הייבל-ברייטל וואס איז געווען אזא ברייטע פלאכע היטל (מער ווי אזא שפיציגע בערגל אינמיטן) וואס איז געווען זייער מצוי אין די מיטל אלטער בכל גלילות אשכנז פון פוילן ביז דייטשלאנד

א מיטל-אלטער מאלעריי פאר אילוסטראציע, די היסטאריע בוכער זענען פול מיט בילדער פון אט דעם ברייטל היט
Screenshot_20241203_142712_Chrome.jpg
איך האב מיך אייביג געמוטשעט צו פארשטיין פון וואס די טורי זהב אין סימן ש"א און אין שט"ו רעדט
יישר כוח מסתמא פארן ארויס העלפן!
ייש”כ גדול פאר די מראי מקום, כהאב פארגעסן וואו דער טורי זהב איז.

דא האט איר נאך א בילד, פון אן אסיפה אין פראנקפורט קעגן מותרות (יא יא, אין פראנקפורט). אויפן בילד אינמיטן מיט די גלעזער איז מעגליך הגאון ר’ אברהם ברודא זצ”ל. עכ”פ דא קענט איר זעהן די ברייטלעך ביי די חשובי העדה. עס איז געווען נאך א סארט היט מיט דריי שפיצן (מען זעהט גאנץ צום רעכטס). עכ”פ פאר די ברייטל איז דאס גאנץ א קלארער בילד.

שמעתי פעם אז מהאט דאס געקענט אנטון אזוי אריינזעצנדיג אין קאפ פון ביידע זייטן, סאיז געווען מער אזא ווייעכערע סארט מאטריאל. מען זעהט טאקע עטליכע מיט די היט רום גייט אזוי בארג אראפ פון אלע זייטן און אנדערע אויף ארויף. בלויז מפי השמועה, לשם אינטערעסאנטקייט.

20241205_095528.jpg
20241205_095528.jpg (288.39 KiB) געזען געווארן 1041 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1609
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1745

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

כלל ישראל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:42 pm אז סאטמאר רבי בעט אז די קינדער זאלן זיך אנטוהן בעקיטשעס שבת האט מען פארגעסן די מסורה?
גראדע האט איינע פון די מנהלים אין סאטמאר מהר''א געמוטשט דעם רבי'ן מען זאל איינפירן אז אלע בחורים זאלן גיין מיט בעקעטישעס שבת די רבי האט נישט געוואלט
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 12:38 pm
כלל ישראל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2024 11:42 pm אז סאטמאר רבי בעט אז די קינדער זאלן זיך אנטוהן בעקיטשעס שבת האט מען פארגעסן די מסורה?
גראדע האט איינע פון די מנהלים אין סאטמאר מהר''א געמוטשט דעם רבי'ן מען זאל איינפירן אז אלע בחורים זאלן גיין מיט בעקעטישעס שבת די רבי האט נישט געוואלט
אקעי, אז מגייט שוין דא אראפ דעם מהלך און מרעדט פון די צד שני פון איינפירן פרומע ענינים.
עס זייער פשוט, עמיצער וועלכער איז נישט אזוי פרום ווי דיר און אלעס ארום אים הייבט אן טון פרומערע ענינים, ווערט דאך יענער מיט יעדע פרומע ענין וואס קומט אריין אטאמאטיש אויסגעשפיגן פון זיינע אייגענע סירקלס. אדער טוט ער עס בדיעבד נאך, בעכ”ח נגד רצונו, צוליב די סאושעל פרעשור און סוכ”ס וואקסט אויף א דור (בני באלעבאטים. גראב גערעדט, וואוילע, אבער פארט פויערן אין די קישקעס ווי די טאטעס) וועלכע זענען בועט דערין. וכיוון שבועט שוב אינו מבחין בין תורה מסיני להוספות חדשות. סליגט מיר אויפן צינג א גרויסע קהילה מיט מאסן אפגעפארענע, בפשטות אין רעזאלטאט צוליב אירע צוגעלייגטע ענינים און קפידות וואס איז נישט מעגליך פאר דעם טיפישן באלבאטיש קינד צו סובל זיין, טראצדעם וואס זיין טאטע זיידע האבן זיך צוקנייטשט פאר דעם. עס האט א שיעור וואו ווייט מקען גיין מיטן שולל זיין דעם דרך הממוצע פון פשוטע קיום התורה והמצוות כתיקונו.

צו זיין קלאר, כרעד דא די נושא פון וואוילע ערליכע אידן פולשטענדיגע שומרי תורה ומצות, נאר פשוט זיי האבן נישט דיינע הייליגע געפילן פון הוספות חדשים לבקרים און זיי פארצוגן יא די פשוטע באלבאטישע ווערטשאפט. הייבן דעם סטאנדארט איז קיינמאל קיין ענין פון ’פארוואס נישט’ ? ’אם לא יועיל לא יזיק’? ניין! הייבן די סטאנדארט באדייט אז דו עסט דא טעכניש ארויס ערליכע אידן פון זייערע קהילות (און פאטענציעל יהדות) וועלכע זענען בס”ה נישט אויף דיין לעוול פרומקייט. ומהיכי תיתי אז דו האסט די רעכט דערצו?

אין עני קעיס, לעניננו, אין א ספעציפישע פאל ווען א רב פון א קהילה טוט עפעס, דוגמת דא, איז עס פשוט נישט אונזער ביזנעס צו טענה’ן אט די טענות.
א’ ער ווייסט דאס אויכעט.
ב’ עס קען בשוא”א ארבעטן אזוי, אז פשוטע עמך אידן זאלן אינטערהאקן רבנים.
דעריבער די צד שני באלאנגט בכלל נישט דא צו ווערן אויסגעשמועסט אויפן חשבון פון א כרוז פון א רב בישראל פאר בני קהילתו. בפשטות האט ער דאס אלעס אויכעט גענומען אין באטראכט. כשמועס אויס די צד שני מענין לענין מיין כלליות’דיגע קוק, וואס דאס געהערט בעצם נישט אהער דאהי.
מיך פערזענליך האט נאר געקוועטשט די מסורה חלק שבו, כאילו סאיז געווען ביז אהער א מסורה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אויליג
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:16 pm
x 7

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך אויליג »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm
נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד ספעציפיש אויך פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Győr האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
לאמיר זיך אריינלייגען אין דיין קאפ.
איך, @מסתמא, כאטש וואס מיין זיידע איז הורתו ולידתו באונגארין, אבער היות איך (אדער דיין טאטע) האט זיך דעקלערט "חסיד" (סאטמאר, בעלזא, סקווירא, וויזניץ, ועוד), מעג איך אוועקגיין פון די מסורה. איך וועל דאווענען שפעט שבת, און טוישען צו נוסח ספרד, נישט זיצען ביי קידוש, און גיין א פיר-פיסיגע שטריימעל. - דאס איז אלץ נוגע פאר מיר זעלבסט. אבער די קהלה קדושה, פאפא וויען נייטרא צעהלים באניהאד גאלאנטע, זיי זאלן חלילה נישט משנה זיין!!! זיי זאלן בלייבן ארגינעל ווי 100 יאר צוריק, למען ידעו דורותיכם וויאזוי אן אונגערישע קהילה האט אויסגעקוקט.
איר מאכט סענס? איך מיין אז נישט.
דאס איז כלפי דיר. און באופן כללי, יעדע חסידישע רבי, האט AT SOME POINT משנה געווען פון זיין מסורה, בפרט די ראשי השלשלת פון טשערנאביל, בעלזא, וויזניץ, סיגוט, גור, - אלע האבן אדאפטירט דרכי החסידות (דרכי העבודה - פארשטייט זיך, אבער די מנהגים און חיצונית איז שוין מיט געקומען as well)
באופן פרטי, ביי האדמו"ר מפאפא זענען די בעלזא רביים נערץ ונקדש, ער פירט א לחיים וסיום משניות ביי די יארצייט כ"א אב.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

אויליג האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 2:27 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm
נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד ספעציפיש אויך פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Győr האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
לאמיר זיך אריינלייגען אין דיין קאפ.
חוזר חזרה, ק"ק פאפא מעג טון וואס זי וויל, איך האב קיינמאל געזאגט אנדערש. דעריבער פארשטיי איך נישט אייער פראגע און ענטפער. די נושא איז געווען אז דער קאשקעטל איז א נייע זאך לגמרי צו פאפא און מען לייגט עס אראפ ווי כאילו סאיז א דבר המסור ע"פ מסורה. ניין, עס איז א דבר חדש לגמרי צו פאפא.

'דער שרייבער' פערזענליך איז נישט דער נושא, אלץ דעם יסוד וועל איך נישט מגיב זיין מער ווי דעם צו אייער פאוסט. פאר סיי וואס 'צום נושא' וועל איך בלי"נ מיך נישט אפהאלטן פון מגיב זיין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1654
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4031

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך נקודות טובות »

מורי ורבותי!
ס'איז צייט צו ליינען פאר מען איז מגיב!

איך קען נישט צוזעהן ווי א גאנצע טעמע ווערט פארוואסערט מיט לופטיגע פאוסטס. מען איז מעלה גרה די זעלבע לופטיגע פאוסטס מיטן גרעסטן אפעטיט ככלב ששב על קיאו.

האט @מסתמא א פראבלעם ספעציפיש מיט דעם וואס דער פאפא רבי וויל איינפירן קאשקעטלעך? בסך הכל איז פונעם פותח הטעמע משמע אז דער פאפא רב האט אריינגעשטעלט קאשקעטלעך אלץ חלק פון די פאפא'נע מסורה, און אויף דעם ארויף האט ער זיך ארויף געכאפט און געשריבן אז דאס איז נישט אמת, אין פאפא אינדערהיים איז מען קיין קאשקעטליך נישט געגאנגען. זה הוא!

אודאי איז א קאשקעטל היינט א פרומע לבוש, און ער איז אויך ביי די מיינונג אז יעדע רבי ומנהיג מעג איינפירן גוטע מנהגים. אבער היסטארע קען קיינער נישט איבערשרייבן. און לויט זיין אינפערמאציע איז מען אין פאפא מיט קיין קאשקעטלעך נישט געגאנגן! עד כאן, ער האט נישט געזאגט מער ווי דעם! אזוי האב איך פארשטאנען במושכל ראשון פון זיינע ווערטער.

ידידי @שבת קודש האט אבער נישט פארשטאנען, און געפרעגט ווי פאלגענד. יעדע רבי קען איינפירן מנהגים וואס ציעט אים, לדוגמא באבוב האט לעצטענס איינגעפירט אז די בחורים גייען שבת מיט שווארצע זאקן, דו ווייסט וואס וויען איז געווען פאר 40 יאר צוריק און וואס ס'איז היינט.. כוונתו, אז עס איז נישט קיין נפקה מינה צו עס איז יא מסורה אדער נישט, אויב פאפא רבי וויל דאס האט ער אלע רעכטן.

און אויף דעם ארויף האט ידידינו @מסתמא געשריבן ווי פאלגענד. ראשית כל, יעדער רב/רבי מעג איינפירן וואס ער וויל, דאס איז בכלל נישט די נושא דא. והשנית, אין באבוב פלעגט מען טאקע אזוי גיין אינדערהיים, מיט שווארצע און ווייסע זאקן וכו’. לעניננו צו פאפא, די קאנטאקסט ארום בלייבט אבער. האסט געפרעגט וואו מען איז אזוי געגאנגען האב איך געענטפערט מה שיש בלבי, עס האט נישט מיט פאפא’ס מסורה כלל וכלל. דהיינו, כולי עלמא מודה אז א מנהיג מעג איינפירן פרישע מנהגים, אבער דאס איז נישט די נושא. דא רעדט מען אויב קאשקאטלעך איז די פאפא מסורה. און אויף דעם זאגט ער אז נישט.

צווייטענס זאגט @מסתמא א סייד פוינט, אז דאס וואס @שבת קודש ברענגט פון שווארצע זאקן אין באבוב איז גראדע יא געווען די מסורה דארט. דהיינו, דער באבובער רב וואלט באמת געקענט איינפירן פרישע מנהגים ווען ער וויל ווען, למעשה האט ער אבער בסך הכל מחזיר געווען עטרה ליושנה.

איז געקומען דער אויבער חכם וידיד כל בית ישראל @פופציגער און געשריבן אז אע"פ כן איז משמע מדבריו א שטיקל זלזול כלפי דער פאפא רב, ווי כאילו ער איז אין די לאקשן דיסטרעביושען. שרייבענדיג ווי פאלגענד. דער @מסתמא איז א אידישע עי איי סיסטעם... די ידיעות וואס ער פארמאגט... אבער מסתמא טייערער, דיין שפראך קוקט אויס אביסל ווי "פאפא רב זאל מיר נישט פארקויפן קיין לאקשן"... איי דאונט לייק איט. ער מעג בעטן, ער מעג גלייכן קאשקעטלעך, און ער מעג אדאפטירן מנהגים וואס ער גלייכט.

און אויף דעם האט מסתמא גענטפערט דער פאפא’ער רבי כמובן מעג טאקע איינפירן וואס ער וויל. די מסורה אבער קען מען נישט איבערשרייבן, פאקטן בלייבן פאקטן.

יעצט וויל איך פארשטיין פארוואס דארף די טענה ווערן איבערגעקייט נאך 6 מאל? @מסתמא רעדט לגבי היסטאריע, און זאגט אז דאס איז נישט קיין מסורה! אינדערהיים זענען זיי מיט קיין קאשקעטלעך נישט געגאנגען!
כלל ישראל
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 7:53 pm
Location: Boro park
x 48

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך כלל ישראל »

איז יעצט וויל איך פארשטיין ווי עס קומט אריין די נושא פון פארגעסן מסורה? פאפא רבי האט נישט געזאגט אז דאס איז מסורה! און אויכט נישט מחייב געווען צו גיין דערמיט! פשוט געזאגט אז עס איז א שיינע זאך צו גיין דערמיט, און אז בעלזער רב האט שטארק געהאלטן דערפון!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2451

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך אנדערער »

כלל ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 8:51 pm איז יעצט וויל איך פארשטיין ווי עס קומט אריין די נושא פון פארגעסן מסורה? פאפא רבי האט נישט געזאגט אז דאס איז מסורה! און אויכט נישט מחייב געווען צו גיין דערמיט! פשוט געזאגט אז עס איז א שיינע זאך צו גיין דערמיט, און אז בעלזער רב האט שטארק געהאלטן דערפון!
מסתמא האט @מסתמא זיך טועה געווען פון די ווערטער
ווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה,
און געמיינט אז עס מיינט פאפא האט זיך אזוי געפירט
מטות מיכל
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 1:13 am
x 8

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מטות מיכל »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:01 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 1:08 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 12:49 pm אין וועלעכע מקומות אינדערהיים זענען קינדער געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
אין פאפא נישט. אין אונגארן אויכעט נישט (די גרויסע יונגלעך און קליינע בחורלעך זענען געגאנגען אין אונגארן מיט דאטשיק’ס - מהאט עס גערופן אויף אונגאריש שאפקאוס). פאפא רבי אליינס אלץ יונגל איז אויכעט נישט געגאנגען אזוי.

מצד שני, כמה אויבערלענדער מנהגים פון פאפא וואס איז יא נשתכח געווארן במשך די לעצטע 40 יאר: יום כיפור קטן ערב ראש חודש, תיקון חצות אין די 3 וואכן, ועוד כמה.
די מנהג נענועים מיט די ערבות בעפארן קלאפן, וואס מפירט זיך אין פאפא, קומט פון וואו? פון אונגארן.

פאפא איז נישט טראדיציאנאל בעלזא, סאיז א געמיש פון אונגארן מיט בעלזא. נישט אלעס פון בעלזא האט מען נאכגעטון, אפילו די רבי דער ויחי יוסף בעצמו, כמה מנהגים האט מען געטון וואס אין בעלזא טוט מען נישט.

כמה וכמה גדולי אונגארן זענען געפארן צו חסידישע רבי’ס, כולל צו די צדיקי בית בעלזא, ולא עלה על דעתם צו משנה זיין מנהגים, וכ”ש לבוש, צוליב דעם.
ודע אז עס זענען פארהאנען בילדער פון די בני משפחת הערוגת הבושם (די בני ויגד יעקב, כולל דער ויחי יוסף בעצמו אלץ בחור) מיט דאטשיק’ס.

נישט אז עס איז ח”ו דא א פראבלעם אין אנטון דעם קאשקעטל, נאר דאס עס תולה זיין מחמת בעלזא איז א פרישע רינגעלע אין די שכחה פון וואו מיר שטאמען. קיינער אין אונגארן איז נישט אזוי געגאנגען, און כרעד פון די פאפא תלמידים (לדוגמה מיין עלטער זיידע פון Gyur האט געלערנט ביים ויגד יעקב און ניטאמאל געטראגן קיין בארד).
יעדע רבי קען איינפירן מנהגים וואס ציעט אים, לדוגמא באבוב האט לעצטענס איינגעפירט אז די בחורים גייען שבת מיט שווארצע זאקן,

דו ווייסט וואס וויען איז געווען פאר 40 יאר צוריק און וואס ס'איז היינט..
אסאך אין וויען האבן געהאט אסאך טענות בשעת די טוישונגען!

אין יעצט מיט היבש יארן שפעטער זעהט מען אז 'יש דברים בגו.... וויען איז שוין מער חסידיש שוואנץ... ווי וויזניץ
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

מטות מיכל האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 1:51 am
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:01 pm יעדע רבי קען איינפירן מנהגים וואס ציעט אים, לדוגמא באבוב האט לעצטענס איינגעפירט אז די בחורים גייען שבת מיט שווארצע זאקן,

וויען געטוישט? א שיינע רוב דארטן זענען היינט סאטמארע און בכלל חסידישע קינדער און אייניקלעך, רוב ארגינעלע משפחות זענען זיך אוועקגעגאנגען.

וויען איז היינט מער שוואנצונעס בדומה צו וויזניץ??! בכלל נישט. לא היה ולא נברא.

וואס זעהט מען היינט מיט א בליק אויף צוריק? גארנישט. א שיינע קהילה לאורך כל הדרך.

אלענפאלס, בנוגע וויען האב איך שוין פריער געשריבן
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:35 pm דער וויענער רב האט געוואלט אז אז דער וויענער עולם זאל אריינבלענדן אין כלל חסידי אנשטאט גיין צו די ליטווישע (הגם הרב לעבאוויטש זצ"ל האט לכאורה געוואלט דאס פארקערטע, ער האט געשיקט די תלמידים קיין מאנסי וכו'). קענסט עס דיבעיטן אז דו ווילסט אבער סאיז בכלל נישט די זעלבע זאך.
בקיצור די גאנצע שמועס געהערט בכלל נישט דא
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מטות מיכל
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 1:13 am
x 8

Re: ווינט אין ק"ק פאפא ווינט אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מטות מיכל »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 6:30 am
מטות מיכל האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 1:51 am
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:01 pm יעדע רבי קען איינפירן מנהגים וואס ציעט אים, לדוגמא באבוב האט לעצטענס איינגעפירט אז די בחורים גייען שבת מיט שווארצע זאקן,

דו ווייסט וואס וויען איז געווען פאר 40 יאר צוריק און וואס ס'איז היינט..
אסאך אין וויען האבן געהאט אסאך טענות בשעת די טוישונגען!

אין יעצט מיט היבש יארן שפעטער זעהט מען אז 'יש דברים בגו.... וויען איז שוין מער חסידיש שוואנץ... ווי וויזניץ
וויען געטוישט? א שיינע רוב דארטן זענען היינט סאטמארע און בכלל חסידישע קינדער און אייניקלעך, רוב ארגינעלע משפחות זענען זיך אוועקגעגאנגען.

וויען איז היינט מער שוואנצונעס בדומה צו וויזניץ??! בכלל נישט. לא היה ולא נברא.

וואס זעהט מען היינט מיט א בליק אויף צוריק? גארנישט. א שיינע קהילה לאורך כל הדרך.

אלענפאלס, בנוגע וויען האב איך שוין פריער געשריבן
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 2:35 pm דער וויענער רב האט געוואלט אז אז דער וויענער עולם זאל אריינבלענדן אין כלל חסידי אנשטאט גיין צו די ליטווישע (הגם הרב לעבאוויטש זצ"ל האט לכאורה געוואלט דאס פארקערטע, ער האט געשיקט די תלמידים קיין מאנסי וכו'). קענסט עס דיבעיטן אז דו ווילסט אבער סאיז בכלל נישט די זעלבע זאך.
בקיצור די גאנצע שמועס געהערט בכלל נישט דא
איך גיי נישט אריינגיין אין קיין דיטעילס משום גילוי...

אבער סעיוו די תגובה:
ביז אפאר יאר גייט זיך וויזניץ קענען פארשטעקן פאר די שוואנצאנעס אין וויען!

אלעס נעמט (אביסל...) צייט
ויצא
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 12

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך ויצא »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2024 12:20 am
כלל ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 8:51 pm איז יעצט וויל איך פארשטיין ווי עס קומט אריין די נושא פון פארגעסן מסורה? פאפא רבי האט נישט געזאגט אז דאס איז מסורה! און אויכט נישט מחייב געווען צו גיין דערמיט! פשוט געזאגט אז עס איז א שיינע זאך צו גיין דערמיט, און אז בעלזער רב האט שטארק געהאלטן דערפון!
מסתמא האט @מסתמא זיך טועה געווען פון די ווערטער
ווי ס'איז געווען איינגעפירט מקדמת דנא ביי חסידים ואנשי מעשה,
און געמיינט אז עס מיינט פאפא האט זיך אזוי געפירט
און דעי ווערטער קומט פון די בעל בחצרות וואס האט אן אגנדע אויפצובלאזען יעדע זאך ...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3321
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3879

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שמח »

נגב''א*

געהערט פון א קרוב משפחה חסידי פאפא אז זיי זענען געגאנגען מיט קאשקעטן אלץ קינד, מ'רעדט בערך צוואנציג-דרייסיג יאר צוריק.

*נישט געליינט ביז אהער
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3307

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך מסתמא »

שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 10:26 am נגב''א*

געהערט פון א קרוב משפחה חסידי פאפא אז זיי זענען געגאנגען מיט קאשקעטן אלץ קינד, מ'רעדט בערך צוואנציג-דרייסיג יאר צוריק.

*נישט געליינט ביז אהער
ווער? וואס? ווען? פון וואו קומען זיי פון דערהיים? די רבי’ס משפחה? א פריוואטע משפחה? ווען האבן זיי דאס אנגעטון? אויכעט 30 יאר צוריק? עס מאכט אסאך אויס די ארום און ארום. סתם זאגן אז איינער האט אזוי אמאל געטון איז ממש גארנישט געזאגט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3321
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3879

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שמח »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 10:55 am
שמח האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2024 10:26 am נגב''א*

געהערט פון א קרוב משפחה חסידי פאפא אז זיי זענען געגאנגען מיט קאשקעטן אלץ קינד, מ'רעדט בערך צוואנציג-דרייסיג יאר צוריק.

*נישט געליינט ביז אהער
ווער? וואס? ווען? פון וואו קומען זיי פון דערהיים? די רבי’ס משפחה? א פריוואטע משפחה? ווען האבן זיי דאס אנגעטון? אויכעט 30 יאר צוריק? עס מאכט אסאך אויס די ארום און ארום. סתם זאגן אז איינער האט אזוי אמאל געטון איז ממש גארנישט געזאגט.
נו, האב איך ממש גארנישט געזאגט...

כ'בין נישט זיכער די פונקטליכע פרטים, נישט קיין רבי'שע משפחות.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1609
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1745

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

למעשה וויפיל פארצענט פאפא חסידים זענען די וואך געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
שמעון בן דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 80

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שמעון בן דוד »

שוין א אלט באקאנטע זאך די סאטמארע ווערן געטריגערט ווען זיי זען א קאשקעטל זיי האלטן אז עס איז אגדוסטיש (בעלזא ירושלים)

נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1609
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1745

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך שבת קודש »

שמעון בן דוד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:09 pm
נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
א ערענסעטע בלבול דאס
לומד
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:44 am
x 20

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך לומד »

שמעון בן דוד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:09 pm שוין א אלט באקאנטע זאך די סאטמארע ווערן געטריגערט ווען זיי זען א קאשקעטל זיי האלטן אז עס איז אגדוסטיש (בעלזא ירושלים)

נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
גוט געזאגט

אין אנדערע הויפען איז זייער אנגענימען אז בנשקלע"ך אדער מער פרימערע גייען מיט קאשקעטעלך, אבער אין סאטמאר זעט מען טאקע נישט קיין שים אינגעל, אפילו די רבעשיע אייניקלעך
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 720

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך יוחנן כהן »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 12:08 pm למעשה וויפיל פארצענט פאפא חסידים זענען די וואך געגאנגען מיט קאשקעטלעך?
געהערט זאגן אז גאר ווייניג, אבער ווי איינער געבט מיר איבער וועט ביז א קורצע צייט אלע קינדער גיין מיט דעם.

ס'נעמט פשוט צייט ד'רוילעם זאל זיך עס איינהאנדלען.
לאקאלע שמשים! הערטס אויף צו וויינען!!!
א צדיק א גיבור פינקט ווי יוסף!
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2451

Re: ווינט אין ק"ק פאפא אנצוטון פאר די יונגלעך 'קאשקעטלעך' - ע"פ קריאת הקודש פון האדמו"ר מפאפא

פאוסט דורך אנדערער »

שמעון בן דוד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 1:09 pm שוין א אלט באקאנטע זאך די סאטמארע ווערן געטריגערט ווען זיי זען א קאשקעטל זיי האלטן אז עס איז אגדוסטיש (בעלזא ירושלים)

נישטא קיין סאטמארער וואס וועט נישט ווארפן קיין שלעכט ווארט ווען ער זעט א קאשקעטל אויף א אינגל אין וומ״ס/מאנרא
שקר גס
שרייב פאוסט