איך וויל זיין א טאטע, נישט נאר א שפייזער.

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1329

איך וויל זיין א טאטע, נישט נאר א שפייזער.

פאוסט דורך יוחנן כהן »

אן אויפהער
ארבעט שווער
זיך איבערשטרענגען

אויפן טיש
יעדן טאג פריש
צו ברויט ברענגען


אינעווייניג
צופרידן ווייניג
איך טו צומאל שפירן

דעטס אלל
דאס איז די גאול
אזוי די משפחה פירן?


רוהיג א מינוט
צום מוח צוטריט
איך ברויך געשווינדער

אוועק
ארויס כ'טשעק
צייט פאר די קינדער


כ'פארגעס
נישטא ביזנעס
קיין געלט קיין הייזער

כ'ביניש מוותר
כ'בין אויך א טאטע
נישט נאר א שפייזער

--

גאט ברוך הוא
זע וואס איך טו
כ'קען דאך מאכן געלט

דאך אַצינדער
צייט פאר די קינדער
געשטארבן ס'די וועלט


גאט, קייזער
אונזער שפייזער
גיסט גוטע יארן זאטע

כבוד געלט
א שיינע וועלט
ביסט אבער אויך א טאטע


טוסט ווארפן
וואס מיר דארפן
פון דארט אין הימל ווייט

קוק אראפ
לאז אלעס אפ
שענק אונז פאטערליכע צייט


--

און א מינוט פון שטילקייט לאמיר מאכן פאר די אידן וואס זענען ליידער קינדערלאזע טאטעס.

טאטע קוק
א טרייסט שיק
פאר די אידן וואס מאכן מיט

גענוג געשריגן
גענוג געשפיגן
די ביטערע רויטע הייסע בלוט


שיק פרידן
פאר אלע אידן
זאלן זיי שוין לעבן בשלום

פון פלעקן
זיך ערוועקן
פונעם לאנגן גלות חלום


אינספוריריט געווארן נאכן דורך ליינען צוועלעף בלעטער דא
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1925
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 5933

Re: איך וויל זיין א טאטע, נישט נאר א שפייזער.

פאוסט דורך בודקע »

@יוחנן כהן , גאר שטארק! זייער אינספירירנד!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
שרייב פאוסט