אפשר נישט האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 6:53 pm
סאיז געווען א קאמיטע פון ביידע צדדים צוזאמען וואס האבן באשטעטיגט אלע צעטלעך וואס האט גערופן דעם עולם צו כיכר השבת
די מציאות איז געווען פונקט קאפויער. די פאראייניגטע קאמיטע האט געשריבן אז די עצרת איז אויף ככר זופניק, די גאנצע "בחורים דזשאוק" האבן זיי אפילו נישט געשריבן, דאס איז נאר געשטאנען אויף די צעטל פון בי"ד איינגערינגלט אין קליין מפני כבוד הליטאים, אבער די קאמיטע האט דאס "נישט" געלייגט אויף קיין איין צעטל, זיי האבן געשריבן "ככר זופניק" און ווידער ככר השבת איז ביי זיי געווען בלויז א חלק פון די תהלוכה.
זענען געגאנגען די אנדערע און געפליקט די צעטלעך, און געקלעבט די צעטלעך וואס מ'האט געהאט געמאכט בעפאר "ככר השבת ככר השבת", און נאך צוגעלייגט א ריזיגע סדר המעמד, און אויפגעשטעלט א בימה אויף כעכר השבת און א בימה אויף שרי ישראל.
און ס'איז דורגעפאלן. שוין, ס'גארנישט.
נישט אמת.
לאמיר גיין אביסל פינקטליכער
סיי פאר די מושב בי"ד און סיי נאך די מושב בי"ד זענען ביידע צדדים געזיצן ביי איין טיש צוזאמען און אפגעמאכט אלעס
ביים אפמאך איז געווען אז אויף אלע צעטלעך וואס רופט דעם גאנצען ציבור גייט שטיין כיכר השבת און מגייט מאכן 1 צעטל וואס דארט גייט שטיין וועגן די דרשות אויף כיכר זופניק
און אלע צעטלעך ווערט באצאלט דורך ר' שמעון ראטער
און ערב שבת זענען געקומען געוויסע וואס האבן צושטערט די הסכם און געהאנגען צעטלעך וועגן כיכר זופניק
און געקלעפט די צעטלעך אויף די אנדערע צעטלעך אזוי אויך געפליקט די אנדערע צעטלעך
נאכדעם איז דא עפעס וואס די וואס ווייסן פון "אינסייד", ווייסן אז מ'... האט געפלאנט, און מ'... האט געוואלט. או צום סוף האט מ'... געהאט א דורכפאל. ויקרא שמו בישראל ספין.
אגב
דאס נעמען די קהילות פון די עדה החרדית און באטיטלען "לינקע" און נטורי קרתא אהל שרה אלס "רעכטע" איז א בגידה אין רבינו הקדוש זי"ע און אלע רבני העדה זצוק"ל ויבלחט"א שליט"א
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:09 pm
א שאד נאר אז די גאנצע שמועס איז געגאנגען נאר וועגן אפאר ווערטער
נו נו, דאס איז די פרייז פון שרייבן מיט היץ. זאל מען עס אין אכט נעמען פון פראנאויס. די הנהלה זענען נישט קיין ועד מגיהים, יעדער ניק טראגט די פולשטענדיגע אחריות אויף זיין שפראך.
Joel האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 7:40 pm
פרישע קול קורא מבית דין הגדול שבירושלים וברשם מרן מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט”א לאור המצב הנורא: יעדער זאָל ראַטעווען בחורים
Joel האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 12, 2024 1:50 pm
מעמד סיום הלכות שבת דורך כולל ערב שבת אין ירושלים בראשות כ"ק מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט"א
וואס איז די דריטע בילד ווי מען זעהט אברהם בראך מיט נאך 2 בעל בתיש'ע אידען און ווער איז אויף די רעכטע זייט מיט די הויכע סאמעט הוט? ר' זושא אויש?