כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1354
כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
ביים סעודת הילולא כ"ו אב אין קרית יואל האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליטא (מהר"א) ארומגערעדט אז מ'דארף אנהאלטן דעם כח פון די עדה החרדית.
דא האט זיך פארצויגן א שטיקל שמועס איבער די כח און אקטיוויטעטן פון די עדה החרדית, מיר לייגן עס דא אריבער, מיט די בקשה נישט צו ציען דעם שמועס איבריג נאר בלויז וויפיל מען וויל באמת אויסקלארן.

- דער פאטעטע מייסטער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 990
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1444
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
*כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אויסגעשריגן מלחמה קעגן די מהרסים אין די עדה החרדית*
ביים סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פאר לוחם מלחמות ה' רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זיעועכי"א גאב"ד ירושלים, האט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארומגערעדט איבער די עדה החרדית, ווען ער האט מיט א קול חוצב אויסגעשריגן פאר תלמידי וחסידי סאטמאר:
*"דער פעטער ז"ל בעל דברי יואל האט זיך מוסר נפש געווען און אנגעפירט די עדה החרדית, און שפעטער דער טאטע ז"ל בעל ברך משה האט אויך געפירט א מלחמה קעגן די מהרסים דארטן. ליידער קומט אן שמועות שונות איבער פארשידענע מענטשן מבפנים פון די עדה החרדית וואס ווילן און פרובירן צו חרוב מאכן די כח פון די עדה החרדית, אונז דא פונדערווייטנס קענען נאר איין זאך טוהן דערצו, מתפלל זיין פאר'ן באשעפער אז ס'זאל זיי ח"ו נישט געלונגען, און די עדה החרדית זאל שטיין פעלזן פעסט עד ביאת הגואל"*.
די ווערטער פונעם סאטמאר רבי'ן שליט"א רודערט אויף די וועלט, און טוהט זייער מחזק זיין רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א וואס שטייט אויפ'ן פראנט און פירט די עדה החרדית מיט א פעסטקייט אן זיך לאזן פארפירן פון די פארשידענע מהרסים, דער באשעפער זאל אים געבן די כוחות דערצו און פירן די עדה החרדית ביז משיח'ס טאג.

אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 336
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
איז היינט דא באמת א צורך פאר די עדה החרדית?דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:55 am *כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אויסגעשריגן מלחמה קעגן די מהרסים אין די עדה החרדית*
ביים סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פאר לוחם מלחמות ה' רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זיעועכי"א גאב"ד ירושלים, האט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארומגערעדט איבער די עדה החרדית, ווען ער האט מיט א קול חוצב אויסגעשריגן פאר תלמידי וחסידי סאטמאר:
*"דער פעטער ז"ל בעל דברי יואל האט זיך מוסר נפש געווען און אנגעפירט די עדה החרדית, און שפעטער דער טאטע ז"ל בעל ברך משה האט אויך געפירט א מלחמה קעגן די מהרסים דארטן. ליידער קומט אן שמועות שונות איבער פארשידענע מענטשן מבפנים פון די עדה החרדית וואס ווילן און פרובירן צו חרוב מאכן די כח פון די עדה החרדית, אונז דא פונדערווייטנס קענען נאר איין זאך טוהן דערצו, מתפלל זיין פאר'ן באשעפער אז ס'זאל זיי ח"ו נישט געלונגען, און די עדה החרדית זאל שטיין פעלזן פעסט עד ביאת הגואל"*.
די ווערטער פונעם סאטמאר רבי'ן שליט"א רודערט אויף די וועלט, און טוהט זייער מחזק זיין רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א וואס שטייט אויפ'ן פראנט און פירט די עדה החרדית מיט א פעסטקייט אן זיך לאזן פארפירן פון די פארשידענע מהרסים, דער באשעפער זאל אים געבן די כוחות דערצו און פירן די עדה החרדית ביז משיח'ס טאג.
לכאו' פונקט אזויווי התאחדות הרבנים האט זיך אויסגעפעלט אין די בראשית יארען אין אמעריקע, אויף חיזוק הדת, און אז די ערליכע רבנים זאלען זיין אנגעבונדען אין איין צענטראלע קערפערשאפט, אבער היינט צו טאג'ס זענען לכאו' כו"ע מודים אז ס'פעלט כמעט נישט אויס, און אז יעדער קהילה פירט זיך ב"ה לשם ולתפארת תחת מנהיגיהם, און די עיקר זאך וואס די התאחדות טוהט איז מסתמא זייער הכשר, איז די עדה החרדית לכאורה די זעלבע, אז בשנים קדמוניות האט זיך עס אויסגעפעלט, ווייל דעמאלטס איז געווען די תקופה וואס אסאך היימישע אידען פון ירושלים האבען געהאלטען פון ציונות/מזרחי/הרב קוק אד"ג, און ס'האט אויסגעפעלט א רב און א צענטראלע קערפערשאפט וואס זאל מאחד זיין די היימישע אידען וואס האלטען נישט פון די אלע זאכען און מחזק זיין הדת, אבער היינטיגע צייטען ווען יעדער קהילה פירט זיך ב"ה לשם ולתפארת תחת מנהיגיהם, זע איך נישט פארוואס די עדה החרדית פעלט זיך (כמעט) אויס, אויסער פון אויף טעכנישע זאכען ווי זייער הכשר/מכירת חמץ/אישור נישואין וגירושין/דיני תורה אד"ג, אבער פאר חיזוק הדת זע איך נישט פארוואס ס'פעלט אויס (און פארוואס ירושלים למשל דארף האבען א רב מטעם העדה"ח, מער פון בית שמש אדער בני ברק אא"וו) [לאמיר אנכאפען לצורך דוגמא חסידות בוהוש, וואס איז די לעצטערע יארען אריבער צו די עדה החרדית קרייזען, האט עס דאך אך ורק מיט זייער רבי שליט"א וואס האט באשלאסען אז די דרך פון סאטמער רב זצ"ל איז די ריכטיגע דרך, און טאמער וואלט נישט געווען אזא זאך ווי די עדה החרדית וואלט ער עס אודאי אויך געטוהן, און די געלט שאפט ער דאך לכאו' אין סאטמער אין אמעריקע, גארנישט צו טוהן מיט די עדה"ח קערפערשאפט].
אפשר זאל מען עפענען א נייע אשכול דאס צו דעבאטירען רואיג און ציוויל, און ארומרעדן אביסל פון די היסטאריע פון די עדה"ח (ובדרך אגב יכולים להביא שם ג"כ מההיסטאריע איך מינו הגאב"דים זצ"ל, והאם אכן היו בחירות אצל כולם, וגם אפשר לברר שם אודות ועד הפועל שמשום מה לא היו שם בחירות כמדומה כבר שנים רבות מאוד, אף שהוא נגד התקנון).
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1354
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
לכאורה, ווילאנג ס'איז דא א מועצת גדולי ישראל, פעלט אויך אויס א עדה החרדית.
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 336
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
פאר דעם קען מען אויך מאכען כעין א מועצת גדו"י הקנאים, ווי ס'וועלן זיין די פאקטישע מנהיגים פון די קהילות הקודש ווצב"ש האדמורי"ם מתו"א תוא"י בוהוש הגה"צ רי"מ שעכטער און די מנהיגים פון די פרושים אא"וו, אבער די מוסד העדה"ח בכלל, און דאס האבען א גאב"ד/רב פאר ירושלים בפרט, זע איך נישט די תועלת דערפון היינטיגע צייטען (וכמו שדימיתיו לגבי מינוי רב מטעם העדה"ח לב"ב ובי"ש וכו').אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:47 pm לכאורה, ווילאנג ס'איז דא א מועצת גדולי ישראל, פעלט אויך אויס א עדה החרדית.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ווען עס קומט צו ענינים פון קנאות דארט טוט טאקע יעדער איינער לויט ווי עס איז געווארן אנגענומען ביי זייער פלאץ 70 יאר צוריקפנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:44 pm
איז היינט דא באמת א צורך פאר די עדה החרדית?
לכאו' פונקט אזויווי התאחדות הרבנים האט זיך אויסגעפעלט אין די בראשית יארען אין אמעריקע, אויף חיזוק הדת, און אז די ערליכע רבנים זאלען זיין אנגעבונדען אין איין צענטראלע קערפערשאפט, אבער היינט צו טאג'ס זענען לכאו' כו"ע מודים אז ס'פעלט כמעט נישט אויס, און אז יעדער קהילה פירט זיך ב"ה לשם ולתפארת תחת מנהיגיהם, און די עיקר זאך וואס די התאחדות טוהט איז מסתמא זייער הכשר, איז די עדה החרדית לכאורה די זעלבע, אז בשנים קדמוניות האט זיך עס אויסגעפעלט, ווייל דעמאלטס איז געווען די תקופה וואס אסאך היימישע אידען פון ירושלים האבען געהאלטען פון ציונות/מזרחי/הרב קוק אד"ג, און ס'האט אויסגעפעלט א רב און א צענטראלע קערפערשאפט וואס זאל מאחד זיין די היימישע אידען וואס האלטען נישט פון די אלע זאכען און מחזק זיין הדת, אבער היינטיגע צייטען ווען יעדער קהילה פירט זיך ב"ה לשם ולתפארת תחת מנהיגיהם, זע איך נישט פארוואס די עדה החרדית פעלט זיך (כמעט) אויס, אויסער פון אויף טעכנישע זאכען ווי זייער הכשר/מכירת חמץ/אישור נישואין וגירושין/דיני תורה אד"ג, אבער פאר חיזוק הדת זע איך נישט פארוואס ס'פעלט אויס (און פארוואס ירושלים למשל דארף האבען א רב מטעם העדה"ח, מער פון בית שמש אדער בני ברק אא"וו) [לאמיר אנכאפען לצורך דוגמא חסידות בוהוש, וואס איז די לעצטערע יארען אריבער צו די עדה החרדית קרייזען, האט עס דאך אך ורק מיט זייער רבי שליט"א וואס האט באשלאסען אז די דרך פון סאטמער רב זצ"ל איז די ריכטיגע דרך, און טאמער וואלט נישט געווען אזא זאך ווי די עדה החרדית וואלט ער עס אודאי אויך געטוהן, און די געלט שאפט ער דאך לכאו' אין סאטמער אין אמעריקע, גארנישט צו טוהן מיט די עדה"ח קערפערשאפט].
אפשר זאל מען עפענען א נייע אשכול דאס צו דעבאטירען רואיג און ציוויל, און ארומרעדן אביסל פון די היסטאריע פון די עדה"ח (ובדרך אגב יכולים להביא שם ג"כ מההיסטאריע איך מינו הגאב"דים זצ"ל, והאם אכן היו בחירות אצל כולם, וגם אפשר לברר שם אודות ועד הפועל שמשום מה לא היו שם בחירות כמדומה כבר שנים רבות מאוד, אף שהוא נגד התקנון).
אבער לגבי אנדערע אידשקייט ענינים איז א פסק פון בית דין עדה החרדית זייער א שטארקע זאך ביי אלע קרייזן אזווי זייער הכשר וואס איז די שטערקסטע ביי יעדעם
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 336
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
זייער הכשר איז שטארק ווייל במציאות איז מען שטארק מקפיד דארט אויפן הכשר און אויף פיל חומרות, נישט ווייל די עדה"ח איז שטארק אנגענומען, ווי מ'זעט צב"ש אז הרב לנדא'ס הכשר איז אנגענומען שטערקער פון זייערע הכשר (און הרב לנדא געבט טאקע נישט א הכשר אויף טונא, וועגן חששות פון כבוש, וואס די עדה"ח איז נישט חושש צו דעם, און אזוי אויך אויף מילכיגע פראדוקטען געבט הרב לנדא כמעט נישט א הכשר וועגן געוויסע חששות, וואס די עדה"ח איז נישט חושש צו דעם, אזוי אז ס'קלאר אז הרב לנדא'ס הכשר איז מער מהודר'דיג).שבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:08 pm ווען עס קומט צו ענינים פון קנאות דארט טוט טאקע יעדער איינער לויט ווי עס איז געווארן אנגענומען ביי זייער פלאץ 70 יאר צוריק
אבער לגבי אנדערע אידשקייט ענינים איז א פסק פון בית דין עדה החרדית זייער א שטארקע זאך ביי אלע קרייזן אזווי זייער הכשר וואס איז די שטערקסטע ביי יעדעם
ווי איז געווען אין די לעצטע פאר יאר וואס א פסק פון די בד"ץ העדה"ח איז געווען א שטארקע זאך אין אלע קרייזען?
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
איך האלט אויך אזוי ווי דיר, אסאך קול קורא'ס פון די עדה"ח האט נישט צופיל באדייט אין די אלגעמיינע גאס, אבער גראדע איז דא א משל אין די יעצטיגע טעג וואס צייגט אז א פסק פון ביד"צ העדה"ח האט נאך יא א געוויסע שטארקע אנזען, דאס איז בנוגע דעם פשוטו של מקרא חומש (הנפלא ביותר שנתחבר ע"י ת"ח ויראי ה'), ווען רוב חותמים אויפ'ן (צוריקגעצויגענעם) קו"ק באזירן עס אז זיי האבן נישט געוואוסט אז דער ביד"צ האט שוין געזאגט א מיינונג, אדער אז זיי האבן נישט געוואלט זאגן אנדערש ווי בי"ד, וכדו'.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:54 pmפאר דעם קען מען אויך מאכען כעין א מועצת גדו"י הקנאים, ווי ס'וועלן זיין די פאקטישע מנהיגים פון די קהילות הקודש ווצב"ש האדמורי"ם מתו"א תוא"י בוהוש הגה"צ רי"מ שעכטער און די מנהיגים פון די פרושים אא"וו, אבער די מוסד העדה"ח בכלל, און דאס האבען א גאב"ד/רב פאר ירושלים בפרט, זע איך נישט די תועלת דערפון היינטיגע צייטען (וכמו שדימיתיו לגבי מינוי רב מטעם העדה"ח לב"ב ובי"ש וכו').אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:47 pm לכאורה, ווילאנג ס'איז דא א מועצת גדולי ישראל, פעלט אויך אויס א עדה החרדית.
די קנאי'שע קהילות אין ב"ש זענען פונקט אזוי אונטערגעווארפן אונטער דעם ירושלימ'ער רב ווי די ירושלימ'ע קהלות
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
געצל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:18 pmפנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:54 pmפאר דעם קען מען אויך מאכען כעין א מועצת גדו"י הקנאים, ווי ס'וועלן זיין די פאקטישע מנהיגים פון די קהילות הקודש ווצב"ש האדמורי"ם מתו"א תוא"י בוהוש הגה"צ רי"מ שעכטער און די מנהיגים פון די פרושים אא"וו, אבער די מוסד העדה"ח בכלל, און דאס האבען א גאב"ד/רב פאר ירושלים בפרט, זע איך נישט די תועלת דערפון היינטיגע צייטען (וכמו שדימיתיו לגבי מינוי רב מטעם העדה"ח לב"ב ובי"ש וכו').אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:47 pm לכאורה, ווילאנג ס'איז דא א מועצת גדולי ישראל, פעלט אויך אויס א עדה החרדית.
די קנאי'שע קהילות אין ב"ש זענען פונקט אזוי אונטערגעווארפן אונטער דעם ירושלימ'ער רב ווי די ירושלימ'ע קהלות
עס איז זיכער אז עס פעלט אויס ווער זענען אונז אריינרעדן אין א זיי מין זאך
צי באקומען נייעס און באריכטען דורך טעקסט שיקט satmartime @ צי 81010
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 336
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אה"נ, דאס ווייזט טאקע אויף די שטארקייט פון די ביד"ץ אין אמעריקע, דאכט זיך אז אין א"י האט עס (כמעט) נישט אויסגעמאכט לגבי אנדערע קהילות.קטןודל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:51 pm איך האלט אויך אזוי ווי דיר, אסאך קול קורא'ס פון די עדה"ח האט נישט צופיל באדייט אין די אלגעמיינע גאס, אבער גראדע איז דא א משל אין די יעצטיגע טעג וואס צייגט אז א פסק פון ביד"צ העדה"ח האט נאך יא א געוויסע שטארקע אנזען, דאס איז בנוגע דעם פשוטו של מקרא חומש (הנפלא ביותר שנתחבר ע"י ת"ח ויראי ה'), ווען רוב חותמים אויפ'ן (צוריקגעצויגענעם) קו"ק באזירן עס אז זיי האבן נישט געוואוסט אז דער ביד"צ האט שוין געזאגט א מיינונג, אדער אז זיי האבן נישט געוואלט זאגן אנדערש ווי בי"ד, וכדו'.
איז ווילסטו זאגען אז פאר דעם פעלט זיך אויס די קערפערשאפט פון די עדה"ח היינטיגע צייטען, פאר די סארט קו"ק, וואס האבען בעיקר א השפעה אין חו"ל?
נו נו.
אה"נ, און דאס מיינט אז מ'קוקט עס מער אן כעין די ליטווישע "מרן", נישט ווי די פשוטע מרא דאתרא פון ירושלים (וואס אויף דער חלק האב איך אויפגעוויזען אז ס'פעלט נישט אויס, אזויווי ס'פעלט נישט אויס אין בי"ש און ב"ב, און ס'איז גענוג די לאקאלע מו"צים), און אויף דעם ארויף פרעג איך אז היינטיגע צייטען וואס אלע קהילות הקודש פירען זיך ב"ה לשם ולתפארת איש תחת גפנו ותאנתו, וואס פעלט אויס אזא כלליות'דיגע "מרן", בעת וואס אין יעדע קהילה איז דאך איר רב/רבי/ראש ישיבה די אויסשליסליכע מנהיג און מחליט, און לו יצוייר ס'איז דא א מחלוקת צווישן די מנהיג הקהילה און די גאב"ד/ביד"ץ וועט די קהילה זיך לכאו' פירען ווי זייער מנהיג, נאר ס'קען זיין אז די מנהיגי הקהילות ווארפען זיך טאקע אונטער די החלטה פון די גאב"ד/ביד"ץ, אבער איך זעה נישט אז בימינו זאל דאס אויספעלן, בעת אלע קהילות זענען שוין קלאר אוועקגעשטעלט ווער גייט מיט די קנאישע מהלך און ווער נישט, און איך מיין נישט אז קהילות באזירען די החלטה אויב זיי זאלען זיין א קנאישע קהילה, אויף דעם אז די בד"ץ און גאב"ד האלטען פון דער שיטה.געצל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:18 pmדי קנאי'שע קהילות אין ב"ש זענען פונקט אזוי אונטערגעווארפן אונטער דעם ירושלימ'ער רב ווי די ירושלימ'ע קהלותפנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:54 pmפאר דעם קען מען אויך מאכען כעין א מועצת גדו"י הקנאים, ווי ס'וועלן זיין די פאקטישע מנהיגים פון די קהילות הקודש ווצב"ש האדמורי"ם מתו"א תוא"י בוהוש הגה"צ רי"מ שעכטער און די מנהיגים פון די פרושים אא"וו, אבער די מוסד העדה"ח בכלל, און דאס האבען א גאב"ד/רב פאר ירושלים בפרט, זע איך נישט די תועלת דערפון היינטיגע צייטען (וכמו שדימיתיו לגבי מינוי רב מטעם העדה"ח לב"ב ובי"ש וכו').אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:47 pm לכאורה, ווילאנג ס'איז דא א מועצת גדולי ישראל, פעלט אויך אויס א עדה החרדית.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ס'איז דא א נקודה וואס איז נוגע הן די עדה"ח אין ירושלים, און הן אנדערע פלעצער וואו ס'איז פאראן קהילות אויפ'ן אמאליגן שטייגער מיט בתי דינים (ווי אין לאנדאן אדער אנטווערפן), אז בו בזמן וואס דער עלטערער דור האט עס אנגענומען פאר א דבר מובן מאליו, מ'האט עס מחשיב געווען און געשעצט, איז די מעשה אינגאנצן אנדערש ביים יונגערן דור, זיי פארשטייען נישט פארוואס ס'פעלט אויס, סיי ווי האט דאך יעדע קהילה זיין אייגענע רבי, משפיע, מורה דרך, וכו', כ'גיי נישט אריין צי ס'איז ריכטיג צי נישט, אבער דאס איז א נקודה וואס ווערט היינט צוטאגס אויפגעברענגט ווען בעבר האט קיינער עס נישט געפרעגט.
נאך עפעס בנוגע די עדה"ח, די מציאות היינט צוטאגס ווייזט, אז די ביד"צ אליין האט נישט קיין גרויסע כוח אן די שטיצע פון די קנא'ישע רבי'ס ומנהיגים, כ'מיין אז ווען בי"ד פאררופט א פראטעסט, וועט גאנץ קהילת תו"א ממילא נאר ארויסגיין אויב זייער רבי וועט אויך הייסן גיין (אן דעם וועלן אפשר זיין א חלק פון די קהילה, אבער זיכער נישט קיין חלק הניכר), והוא הדין לגבי דושינסקיא, און אנדערע.
נאך עפעס בנוגע די עדה"ח, די מציאות היינט צוטאגס ווייזט, אז די ביד"צ אליין האט נישט קיין גרויסע כוח אן די שטיצע פון די קנא'ישע רבי'ס ומנהיגים, כ'מיין אז ווען בי"ד פאררופט א פראטעסט, וועט גאנץ קהילת תו"א ממילא נאר ארויסגיין אויב זייער רבי וועט אויך הייסן גיין (אן דעם וועלן אפשר זיין א חלק פון די קהילה, אבער זיכער נישט קיין חלק הניכר), והוא הדין לגבי דושינסקיא, און אנדערע.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
די בית דין איז זייער א וויכטיגע זאך פאר די מלחמה קעגן די ציונים און אלע גזירות א מלחמה אן גענעראלן איז גאר א שוואכע מלחמה און אז יעדער זאל מאכן שבת פאר זיך איז זייער א שווערע קלאפ פאר אלע מערכות , דעס אז יעדער קוקט נאר וואס זיין רבי זאגט און אז סאיז דא א מציאות אז געוויסע עדה קהילות זאלן זאגן אנדערש ווי בית דין איז א א פראבלעם אבער פאר דעם זאגן אז מדארף עס שוין נישט איז זייער נישט ריכטיג
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5971
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12959
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
זייער ריכטיג געזאגט.יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:07 pm די בית דין איז זייער א וויכטיגע זאך פאר די מלחמה קעגן די ציונים און אלע גזירות א מלחמה אן גענעראלן איז גאר א שוואכע מלחמה און אז יעדער זאל מאכן שבת פאר זיך איז זייער א שווערע קלאפ פאר אלע מערכות , דעס אז יעדער קוקט נאר וואס זיין רבי זאגט און אז סאיז דא א מציאות אז געוויסע עדה קהילות זאלן זאגן אנדערש ווי בית דין איז א א פראבלעם אבער פאר דעם זאגן אז מדארף עס שוין נישט איז זייער נישט ריכטיג
און אפילו אויב מ'וועט זאגן אז היינט מאכט יעדער עניוועי שבת פאר זיך, יעדער באשליסט ווען מיטצושטיין און ווען נישט וכו', איז דאס אבער זיכער, אז ווילאנג די עדה החרדית האט נאך גדולים פון פאריגן דור, עפעס וואס איז למעשה ארויפגעקוקט ביי רוב כלל ישראל, איז עס אויווער אלל א שטארקע כח, אפגעזען וואס דו האלטסט באופן כללי צי אזא מוסד פעלט אויס.
דערנאך, אן דעם, איז דא א מקום צו דעבאטירן.
כנלענ"ד.
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 336
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
1) דאס איז ריכטיג, און אויף דעם האב איך צוגעברענגט אז די עדה"ח אין ב"ב און בי"ש האבען נישט די סארט אמאליגע קהילה, טאקע ווייל היינטיגע צייטען פעלט עס נישט אויס (כמעט), און די עיקר סיבה פארוואס מענטשען זענען נאך אזוי מחשיב די מושג פון די עדה"ח, איז לכאו' ווייל זיי קוקען עס אן ווי א העכערע אטאריטעט, וכעין די ליטווישע "מרן", ווי מ'זעט אז מענטשען דרוקען זיך אויס אויפן ביד"ץ בלשון "בי"ד הגדול בירושלים", א זאך וואס וועט קיינמאל נישט איינפאלען לגבי די בתי דינים אין לאנדאן און אנטווערפן אד"ג, ווייל דארט פארשטייט מען איז עס א לאקאלע אטאריטעט, און ממילא זענען מיינע עיקר תמיהות געווען לגבי דעם ענין, צי היינטיגע צייטען פעלט נאך אויס דער העכערע אטאריטעט.קטןודל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:54 pm 1) ס'איז דא א נקודה וואס איז נוגע הן די עדה"ח אין ירושלים, און הן אנדערע פלעצער וואו ס'איז פאראן קהילות אויפ'ן אמאליגן שטייגער מיט בתי דינים (ווי אין לאנדאן אדער אנטווערפן), אז בו בזמן וואס דער עלטערער דור האט עס אנגענומען פאר א דבר מובן מאליו, מ'האט עס מחשיב געווען און געשעצט, איז די מעשה אינגאנצן אנדערש ביים יונגערן דור, זיי פארשטייען נישט פארוואס ס'פעלט אויס, סיי ווי האט דאך יעדע קהילה זיין אייגענע רבי, משפיע, מורה דרך, וכו', כ'גיי נישט אריין צי ס'איז ריכטיג צי נישט, אבער דאס איז א נקודה וואס ווערט היינט צוטאגס אויפגעברענגט ווען בעבר האט קיינער עס נישט געפרעגט.
2) נאך עפעס בנוגע די עדה"ח, די מציאות היינט צוטאגס ווייזט, אז די ביד"צ אליין האט נישט קיין גרויסע כוח אן די שטיצע פון די קנא'ישע רבי'ס ומנהיגים, כ'מיין אז ווען בי"ד פאררופט א פראטעסט, וועט גאנץ קהילת תו"א ממילא נאר ארויסגיין אויב זייער רבי וועט אויך הייסן גיין (אן דעם וועלן אפשר זיין א חלק פון די קהילה, אבער זיכער נישט קיין חלק הניכר), והוא הדין לגבי דושינסקיא, און אנדערע.
2) דא מיין איך ביסטו נישט אינגאנצען גערעכט, און טאמער וועט בי"ד פאררופען א פראטעסט, און תו"א רבי וועט זיך כלל נישט אריינמישען אין יענע ענין, וועלן יא א גרויס חלק חסידות גיין, און נאר דארט ווי די רבי האלט אז די פראטעסט איז נישט ריכטיג, וועלען די חסידים נישט גיין, אבער אויף דעם גופא האב איך געפרעגט פארוואס פעלט אויס די עדה"ח פאר די סארט זאכען, בו בזמן וואס די מנהיגי הקהילות וואלטען לכאו' סיי ווי גערופען צו גיין צו פראטעסטען אויך אן די גאנצע מושג פון די עדה"ח, און טאמער וועלן געוויסע טענה'ן אז די עדה"ח איז גורם אז די קהילות וואס געפינען זיך אין איר זאלען נישט ווערן ווייניגער קנאי'ש, איז דאכט זיך די מציאות די גרעסטע ראיה אז ס'איז נישט אזוי.
פארוואס זענען נישט די מנהיגי הקהילות אליינס גענוג גוטע גענעראלען, אז מ'דארף האבען בנוסף לזה די בי"ד/גאב"ד אלס (דרויסענדיגע) גענעראלען?יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:07 pm די בית דין איז זייער א וויכטיגע זאך פאר די מלחמה קעגן די ציונים און אלע גזירות א מלחמה אן גענעראלן איז גאר א שוואכע מלחמה און אז יעדער זאל מאכן שבת פאר זיך איז זייער א שווערע קלאפ פאר אלע מערכות , דעס אז יעדער קוקט נאר וואס זיין רבי זאגט און אז סאיז דא א מציאות אז געוויסע עדה קהילות זאלן זאגן אנדערש ווי בית דין איז א א פראבלעם אבער פאר דעם זאגן אז מדארף עס שוין נישט איז זייער נישט ריכטיג
אפשר מיינסטו צו זאגען אז מ'דארף האבען איין הויפט גענעראל, וואס דאס איז די גאב"ד, אבער דו זאגסט סטעיטמענט'ס אן ברענגן דעקונג דערצו, אדרבה ברענג א קאנקרעטע מציאות פון די לעצטע פאר יאר ווי די קערפערשאפט פון די עדה"ח/גאב"ד האט ארויסגעהאלפען אין א מערכה קעגן די ציונים/מדינה, עפעס וואס וואלט נישט געווען דורך די מנהיגי הקהילות אליינס.
אויך דו זאגסט סטעיטמענט'ס אן ברענגן דעקונג, מהיכי תיתי אז די עדה"ח איז "אויווער אלל א שטארקע כח"?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 5:16 pm און אפילו אויב מ'וועט זאגן אז היינט מאכט יעדער עניוועי שבת פאר זיך, יעדער באשליסט ווען מיטצושטיין און ווען נישט וכו', איז דאס אבער זיכער, אז ווילאנג די עדה החרדית האט נאך גדולים פון פאריגן דור, עפעס וואס איז למעשה ארויפגעקוקט ביי רוב כלל ישראל, איז עס אויווער אלל א שטארקע כח, אפגעזען וואס דו האלטסט באופן כללי צי אזא מוסד פעלט אויס.
דערנאך, אן דעם, איז דא א מקום צו דעבאטירן.
כנלענ"ד.
איך מיין אז די מציאות איז נישט אזוי, עכ"פ די לעצטע שיינע פאר יאר, אדרבה ברענג א קאנקרעטע מעשה ווי זייער "אויווער אלל כח" האט זיך ארויסגעוויזען (די לעצטע מעשה וואס איך געדענק, איז ביי די פרשה פון גיורי צה"ל, ווי די עדה"ח האט טאקע געהאט א כח, אבער אויך דארט בין איך שטארק מסופק טאמער אן די עדה"ח וואלט געווען אנדערש, ווען ס'וואלטען "בלויז" געווען הגרי"ש אלישיב זצ"ל און די ליטווישע געמיינדע און אלע קנאי'שע קהילות און מנהיגי הקהילות וואס וואלטען זיך אריינגעמישט, איך ווייס נישט).
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5971
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12959
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
קלאר לפי זכרוני מאז אז די גירי צה"ל איז געבראכן געווארן ביי הרב עובדי' אדאנק רבי משה שטערנבוך און הרב שלמה פאפנהיים.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
אויב מ'מעגשבת קודש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:08 pmווען עס קומט צו ענינים פון קנאות דארט טוט טאקע יעדער איינער לויט ווי עס איז געווארן אנגענומען ביי זייער פלאץ 70 יאר צוריקפנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:44 pm
איז היינט דא באמת א צורך פאר די עדה החרדית?
לכאו' פונקט אזויווי התאחדות הרבנים האט זיך אויסגעפעלט אין די בראשית יארען אין אמעריקע, אויף חיזוק הדת, און אז די ערליכע רבנים זאלען זיין אנגעבונדען אין איין צענטראלע קערפערשאפט, אבער היינט צו טאג'ס זענען לכאו' כו"ע מודים אז ס'פעלט כמעט נישט אויס, און אז יעדער קהילה פירט זיך ב"ה לשם ולתפארת תחת מנהיגיהם, און די עיקר זאך וואס די התאחדות טוהט איז מסתמא זייער הכשר, איז די עדה החרדית לכאורה די זעלבע, אז בשנים קדמוניות האט זיך עס אויסגעפעלט, ווייל דעמאלטס איז געווען די תקופה וואס אסאך היימישע אידען פון ירושלים האבען געהאלטען פון ציונות/מזרחי/הרב קוק אד"ג, און ס'האט אויסגעפעלט א רב און א צענטראלע קערפערשאפט וואס זאל מאחד זיין די היימישע אידען וואס האלטען נישט פון די אלע זאכען און מחזק זיין הדת, אבער היינטיגע צייטען ווען יעדער קהילה פירט זיך ב"ה לשם ולתפארת תחת מנהיגיהם, זע איך נישט פארוואס די עדה החרדית פעלט זיך (כמעט) אויס, אויסער פון אויף טעכנישע זאכען ווי זייער הכשר/מכירת חמץ/אישור נישואין וגירושין/דיני תורה אד"ג, אבער פאר חיזוק הדת זע איך נישט פארוואס ס'פעלט אויס (און פארוואס ירושלים למשל דארף האבען א רב מטעם העדה"ח, מער פון בית שמש אדער בני ברק אא"וו) [לאמיר אנכאפען לצורך דוגמא חסידות בוהוש, וואס איז די לעצטערע יארען אריבער צו די עדה החרדית קרייזען, האט עס דאך אך ורק מיט זייער רבי שליט"א וואס האט באשלאסען אז די דרך פון סאטמער רב זצ"ל איז די ריכטיגע דרך, און טאמער וואלט נישט געווען אזא זאך ווי די עדה החרדית וואלט ער עס אודאי אויך געטוהן, און די געלט שאפט ער דאך לכאו' אין סאטמער אין אמעריקע, גארנישט צו טוהן מיט די עדה"ח קערפערשאפט].
אפשר זאל מען עפענען א נייע אשכול דאס צו דעבאטירען רואיג און ציוויל, און ארומרעדן אביסל פון די היסטאריע פון די עדה"ח (ובדרך אגב יכולים להביא שם ג"כ מההיסטאריע איך מינו הגאב"דים זצ"ל, והאם אכן היו בחירות אצל כולם, וגם אפשר לברר שם אודות ועד הפועל שמשום מה לא היו שם בחירות כמדומה כבר שנים רבות מאוד, אף שהוא נגד התקנון).
אבער לגבי אנדערע אידשקייט ענינים איז א פסק פון בית דין עדה החרדית זייער א שטארקע זאך ביי אלע קרייזן אזווי זייער הכשר וואס איז די שטערקסטע ביי יעדעם
צ"ל אמאל געווען, והאמת עד לעצמו
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האסט פונקט געטראפן א קו"ק וואס די חותמים זענען (בהשקפה) נענטער ווי צווייטע קוזינס צו די רבני העדה, ווייט פון אלע קרייזןקטןודל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:51 pm איך האלט אויך אזוי ווי דיר, אסאך קול קורא'ס פון די עדה"ח האט נישט צופיל באדייט אין די אלגעמיינע גאס, אבער גראדע איז דא א משל אין די יעצטיגע טעג וואס צייגט אז א פסק פון ביד"צ העדה"ח האט נאך יא א געוויסע שטארקע אנזען, דאס איז בנוגע דעם פשוטו של מקרא חומש (הנפלא ביותר שנתחבר ע"י ת"ח ויראי ה'), ווען רוב חותמים אויפ'ן (צוריקגעצויגענעם) קו"ק באזירן עס אז זיי האבן נישט געוואוסט אז דער ביד"צ האט שוין געזאגט א מיינונג, אדער אז זיי האבן נישט געוואלט זאגן אנדערש ווי בי"ד, וכדו'.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5971
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12959
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
סוי ס'איז דא עטליכע באזונדערע נושאים דערין.
@צווייטער רעדט לגבי אר"י אגודה קרייזן, דארט האלט ער אז די עדה האט עניוועי נישט קיין כח. (און איך זאג אז אויפן מינוט יא, עכ"פ ווען זיי קומען ארויס שטארק אויפ'ן אמאליגן שטייגער, דוגמת גירי צה"ל).
@קטןודל רעדט לגבי מער קנאישע קרייזן, אז דארט זעט מען ביי פשוטו של מקרא אז מ'רעכנט זיך שטארק מיט וואס די עדה זאגט.
@פנים חדשות טענה'ט אז ער איז בכלל נישט איבערצייגט אין סיי וועלכע כח וואס וואלט שוואכער געווארן אן א עדה.
@צווייטער רעדט לגבי אר"י אגודה קרייזן, דארט האלט ער אז די עדה האט עניוועי נישט קיין כח. (און איך זאג אז אויפן מינוט יא, עכ"פ ווען זיי קומען ארויס שטארק אויפ'ן אמאליגן שטייגער, דוגמת גירי צה"ל).
@קטןודל רעדט לגבי מער קנאישע קרייזן, אז דארט זעט מען ביי פשוטו של מקרא אז מ'רעכנט זיך שטארק מיט וואס די עדה זאגט.
@פנים חדשות טענה'ט אז ער איז בכלל נישט איבערצייגט אין סיי וועלכע כח וואס וואלט שוואכער געווארן אן א עדה.
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 336
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
פארוואס זענען דאס עטליכע באזונדערע נושאים?
ס'איז אלץ איין נושא, וואס איז די כח פון די מוסד העדה"ח בכלל און די ביד"ץ/גאב"ד בפרט, איך האב גע'טענה'ט אז איך בין נישט איבערצייגט אז היינט צו טאגס פעלט אויס דער מוסד, כעין די התאחדות הרבנים ד'ארה"ב וקאנאדע, האט @קטןודל גע'טענה'ט אז מ'זעהט אז זיי האבען יא א כח, האב איך געשריבען אז דאס איז נאר אין אמעריקע, [און מ'קען צולייגען אז אויך דאס איז נאר ביי נישט אזעלכע וויכטיגע נושאים, ווייל ביי וויכטיגע נושאים חתמ'ענען אויפן קו"ק די אדמור"י הקהילות הגדולות אד"ג, און זיי וואלטען לכאו' נישט צוריקגעצויגען אזוי שנעל...], משא"כ אין א"י ווי זיי האבען נאר א כח אויף די קנאישע קרייזען, און דארט פעלט עס נישט אויס, ווייל די מנהיגי הקהילות פירען זייערע קהילות ב"ה על מי מנוחות, קומט @צווייטער און שרייבט אזויווי מיר, אז נאר אמאל האבען זיי געהאט א כח אויך אויף די אנדערע קרייזען, אבער דו האלטסט אז אויך היינט צו טאג'ס, טאמער קומען זיי ארויס שטארק, וואלטען זיי געהאט א כח אויף די נישט קנאישע קרייזען, איך בין אבער בכלל נישט איבערצייגט דערין, מה גם אז איך בין אויך נישט איבערצייגט אז ביי די פרשה פון גיורי צה"ל איז עס געווען די עדה וואס האט געהאט די השפעה, נאר מער דאס אז א ריזן ציבור אידען און זייערע מנהיגים האבען געהאלטען אזוי שארף דערקעגן, און שיעור געהאלטען ביים מאכען מחאות קעגן הגרע"י זצ"ל, און טאמער וואלט עס געווען אלע קנאישע רבי'ס אא"וו און הגריש"א זצ"ל אא"וו בין איך חושש אז ס'וואלט אויפגעטוהן די זעלבע, איך בין אבער נישט זיכער.

גראדע דער דושינסקיער רבי’ן זז”ג וועט ארויסגיין אין פאל וואס די עדה רופט, נאו קוועסטשענס עסקעד.. סאיז אבער טאקע בלויז דושינסקי מיט זייער חת”ס גראדקייט ווי א חלף.קטןודל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 4:54 pm ס'איז דא א נקודה וואס איז נוגע הן די עדה"ח אין ירושלים, און הן אנדערע פלעצער וואו ס'איז פאראן קהילות אויפ'ן אמאליגן שטייגער מיט בתי דינים (ווי אין לאנדאן אדער אנטווערפן), אז בו בזמן וואס דער עלטערער דור האט עס אנגענומען פאר א דבר מובן מאליו, מ'האט עס מחשיב געווען און געשעצט, איז די מעשה אינגאנצן אנדערש ביים יונגערן דור, זיי פארשטייען נישט פארוואס ס'פעלט אויס, סיי ווי האט דאך יעדע קהילה זיין אייגענע רבי, משפיע, מורה דרך, וכו', כ'גיי נישט אריין צי ס'איז ריכטיג צי נישט, אבער דאס איז א נקודה וואס ווערט היינט צוטאגס אויפגעברענגט ווען בעבר האט קיינער עס נישט געפרעגט.
נאך עפעס בנוגע די עדה"ח, די מציאות היינט צוטאגס ווייזט, אז די ביד"צ אליין האט נישט קיין גרויסע כוח אן די שטיצע פון די קנא'ישע רבי'ס ומנהיגים, כ'מיין אז ווען בי"ד פאררופט א פראטעסט, וועט גאנץ קהילת תו"א ממילא נאר ארויסגיין אויב זייער רבי וועט אויך הייסן גיין (אן דעם וועלן אפשר זיין א חלק פון די קהילה, אבער זיכער נישט קיין חלק הניכר), והוא הדין לגבי דושינסקיא, און אנדערע.
די עדה. דרך ארץ. וכו’ וכו’ סאיז ביי זיי מיט א געוויסע פשטות. אפגערעדט אז דער רבי אליינס איז ממש א רודף שלום און שפאצירט צווישן די טראפן אן נאס ווערן ווי א מלומד בניסים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5971
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12959
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
אן נאס ווערן?
המממ...
המממ...
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
שוין.. איז ער א חכם ואינו מרגיש בשיטה..

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
התאחדות הרבנים פעלט יא זייער שטארק אויס לחיזוק הדת היינטיגע צייטן, נאר וואס זאל מען טון אז מחמת סיבות קען עס מער נישט ארבעטן.פנים חדשות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 2:44 pmאיז היינט דא באמת א צורך פאר די עדה החרדית?דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:55 am *כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אויסגעשריגן מלחמה קעגן די מהרסים אין די עדה החרדית*
ביים סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פאר לוחם מלחמות ה' רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זיעועכי"א גאב"ד ירושלים, האט האדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארומגערעדט איבער די עדה החרדית, ווען ער האט מיט א קול חוצב אויסגעשריגן פאר תלמידי וחסידי סאטמאר:
*"דער פעטער ז"ל בעל דברי יואל האט זיך מוסר נפש געווען און אנגעפירט די עדה החרדית, און שפעטער דער טאטע ז"ל בעל ברך משה האט אויך געפירט א מלחמה קעגן די מהרסים דארטן. ליידער קומט אן שמועות שונות איבער פארשידענע מענטשן מבפנים פון די עדה החרדית וואס ווילן און פרובירן צו חרוב מאכן די כח פון די עדה החרדית, אונז דא פונדערווייטנס קענען נאר איין זאך טוהן דערצו, מתפלל זיין פאר'ן באשעפער אז ס'זאל זיי ח"ו נישט געלונגען, און די עדה החרדית זאל שטיין פעלזן פעסט עד ביאת הגואל"*.
די ווערטער פונעם סאטמאר רבי'ן שליט"א רודערט אויף די וועלט, און טוהט זייער מחזק זיין רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגאב"ד שליט"א וואס שטייט אויפ'ן פראנט און פירט די עדה החרדית מיט א פעסטקייט אן זיך לאזן פארפירן פון די פארשידענע מהרסים, דער באשעפער זאל אים געבן די כוחות דערצו און פירן די עדה החרדית ביז משיח'ס טאג.
לכאו' פונקט אזויווי התאחדות הרבנים האט זיך אויסגעפעלט אין די בראשית יארען אין אמעריקע, אויף חיזוק הדת, און אז די ערליכע רבנים זאלען זיין אנגעבונדען אין איין צענטראלע קערפערשאפט, אבער היינט צו טאג'ס זענען לכאו' כו"ע מודים אז ס'פעלט כמעט נישט אויס, און אז יעדער קהילה פירט זיך ב"ה לשם ולתפארת תחת מנהיגיהם, און די עיקר זאך וואס די התאחדות טוהט איז מסתמא זייער הכשר,
היינט ארבעט עס אז יעדע קהילה ארבעט פאר זיך, און צוביסלאך כאפט זיך אריבער די גוטע זאכן דורך קנאת סופרים צו אנדערע.
ווען ס'קומט צו ארבעטן אויף סור מרע ענינים אדער ענינים העומדים על הפרק איז שוין בכלל נישט דא קיין פארשטענדעניש, מי יתנני ירחי קדם אז רבנים האבן געקענט זיצן פאראייניגט ביי איין טיש און מחליט זיין בכובד ראש את המעשה אשר יעשון.
איז נאך דא וואס מקנא צו זיין אז ירושלים האט א כח בית דין יפה, און מ'דארף דאס מחזק זיין בכל היכולת
- פנים חדשות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 186
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
- x 336
Re: כח בי"ד יפה (ירושלים עיה"ק)
נו נו, קען זיין ביסט גערעכט, אדרבה לאמיר טאקע הערען א פאל ווי ס'איז געווען א פירצה בחומות הדת, וועגן דעם אז התאחדות האט שוין נישט זייער כח, און לאידך גיסא לאמיר הערן א פאל פון די לעצטע יארען ווי די מוסד העדה"ח האט עפעס אויפגעטאן בחומות הדת, אין עפעס וואס די קנאישע קהילות אליינס וואלטען נישט אויפגעטוהן.
די אמת איז אז דאס איז א שאלה וואס קען לכאו' נישט האבען א אומצוויידייטיגע תשובה, ווייל מ'קען דאך מסתמא אנווייזען אויף אסאך זאכען, און טענה'ן אז די זאכען זענען נאר געווארען דורגעפירט צוליב די כח פון די עדה"ח/בד"ץ/גאב"ד, און לאידך גיסא וועל איך קענען טענה'ן אז ס'וואלט אויך געווארען דורכגעפירט אן די עדה"ח, אזוי אז דאס איז מסתמא א מילתא דתליא בשיקול הדעת וואס קען נישט האבען א קלארע הכרעה.
אבער דאכט זיך אז צו דעם וועלן יא אלע מודה זיין, אז די עדה"ח/גאב"ד פעלט לפחות נישט אויס אזוי וויכטיג ווי אין די שנים קדמוניות, איידער די קהילות הקודש זענען נתייסד געווארען און אוועקגעשטעלט געווארען קהילה קהילה תחת מנהיגה.