מיט וועלכע פאקט קריג איך זיךעטרת זהב האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 11:43 amקריגסטעך מיט א פאקט.totty2024 האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 12:24 amאיר דארפט רעדן מיט איינעם וואס איז דארט געווען (פון אייער מחנה אפילו) פאר איר שרייבט שטותים..עטרת זהב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:10 pm
הער שוין אויף דרייען מיטן צינג אהין אהער אלעס שווימט במילא ארויף.
יא כ"ק ר' יעקב מאיר איז געווען און געזאגט קבלת עומ"ש, די חברי בית דין זענען גראדע אויך געווען ביים תהלוכה.
עס איז יא געווען דארט די חסידישער עולם, און אין זופניק איז אויך געווען דער ליטווישער עולם, מזעט קלאר אין די בילדער.
דער עולם אין זופניק איז געווען א שפיי קעגן דער עולם אין כיכר השבת, פאקט איז פאקט.
ווען דער עדה מאכט עצרת אן דער תהלוכה ווייסט א יעדער ווי אזוי עס וואלט ווען אויסגעקוקט.
דער עצרת אין זופניק איז געווען בראשות אלע חברי בית דין אלע רבנים צו גלייך, קיינער איז נישט געווען בראש מער פונעם צווייטען
עכ"פ יעדער איינער קען טראכן און מחליט זיין וואס ער וויל און וועם ער וויל אויסקלויבן אז דער עצרת איז געווען בראשות זיין גדול אדער ראש ישיבה (יעדער קען שניידן דער בילד פון די רעכטע זייט אדער די לינקע זייט אזוי ווי 'דער בלאט' טוהט).
אין קורצן וואס איז דא פארגעגאנגען אונטער די קוליסן:
דא איז געווען א שטארקע מערכה מצד מתנגדי הגאב"ד שליט"א אז עס זאל זיין נאר עצרת תפילה נאר ככר השבת כדי דער רב זאל נישט רעדן און כדאי עס זאל זיך לייגן אויפן שכל האבן זיי עס געטענהט כאילו בשם די בני תורה וואס האבן אויך א אינערליכע סוכסך און האבן געוואלט מאכן אנע דרשות, דעריבער איז געווען די טענה אז כדי צי האבן א גרעסערע ציבור דארף מען מאכן נאר עצרת תפילה
למעשה האט מען געמאכט א פשרה פון ביידע אינאיינעם און אנגעהויבן מיט עצרת מחאה מיט דרשות און דערנאך תהלוכה
פון ווען די הסכם איז ארויס האבן מתגדי האגב"ד אנגעהויבן א קאמפיין אויף אלע צעטלעך ככר השבת ככר השבת און געפליקט אלע צעטלעך פון ככר זופניק כאטש עס איז געווען זופניק צעטליך מטעם הנהלת העדה בהסכמת ר' שמעון ווייס און ר אפרים שטערן פארן כלל הציבור העדה האט מען פארט אלעס געריסן
מטעם חסידי הגאב"ד איז געווען א קאמפיין צו קומען 6 אין ככר זופניק און מטעם מתנגדי הגאב"ד איז געווען א קאמפיין פון דייקא 7 אזייגער אין ככר השבת
מטעם מתנגדי הגאב"ד האט מען זונטאג געהאנגען א סדר היום פון דרשות אין ככר השבת טראץ דעם אפמאך בעפאר
יעצט לאמיר זעהן וואס האט למעשה פאסירט
עס זענען געווען רבבות אידן אין ככר זופניק אום 6:15 כאטש געווענליך ווען משרייבט 6 מיינט עס נישט פונקטליך 7 האבן אבער די רבבות געוואלט געבן א מעסעדש אז מיר זענען דא פאר כבוד התורה וכבוד הגאב"ד שליט"א וואס דאס האט אויסעגשריגן דעם דעת הקהל פון די עדה החרדית אז מיר ווילן דעם רב בראש
ווי אויך האט עס באוויזן אז די עדה איז גענוג גרויס מיט רבבות אידן וואס זענען ע"פ רוב באשטאנען פון די עדה אידן (כוואלט געזאגט ווי א רוב ביי די הדלקה אין קרית יואל ווי כאטש עס קומען פון אלע איז עס בעיקר חסידי סאטמאר)
10 צי 7 האט דער רב שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש און מהאט געקענט הערן א פליג אין גאנצן שטח פון זופניק און שטרויס ביז ככר השבת וואס איז אויך געווען האלב שווארץ אבער שיטער
דער מעמד אין זופניק האט גענדיגט ארום האלב 8 ווען ככר השבת איז נישט געווען פול נאר שיטער שווארץ
די רגע וואס זופניק האט גענדיגט און מהאט אויסגערופן אז מגייט צי ככר השבת און פון דארט א לינקס צי שרי ישראל
האט דער ציבור אנגעהויבן גיין צי ככר השבת צי
וואו דארט איז געווארן מער געדעכט און זופניק איז צעביסלעך געווארן שיטער
ביי ככר השבת איז געווען בלויז תהלים דורך אחד מחסידי מהרי"י כאטש וואס הרב יצחק משה ערלאנגער איז געווען אויפן צעטיל צי פארזאגן תהלים
און קיין איין איינציגע דרשה איז דארט נישט פארגעקומען אויף די פארלאנג פון די בני תורה!
אויך איז דארט נישט געווען קיין שום אויבנאן!
מטעם די בני תורה איז געווען א בימה און אויבנאן ביים סוף תהלוכה ביי שרי ישראל וואו דארט איז געווען עטליכע בני תורה רבנים און הרב טורצין מיט הרב חנון מקהל חסידי ירושלים שליט"א און קיינער פון די בדי"ץ העדה איז דארט נישט געווען!
"ק ר' יעקב מאיר איז געווען אין א קאר און געזאגט קבלת עומ"ש דארט.
אויך זעהט מען אז רוב עדה ציבור איז אהיים פאר די מעמד ביי שרי ישראל און עס איז געליבן בעיקר ליטווישע און אביסל כלל חסידי.
אצינד זאגט זיך פון זיך אליינס דער פון אונטן טראכט און דער פון אויבן לאכט!
חברי בד"ץ זענען געווען ביים תהלוכה. (עס איז דא בילדער.)
מנהיגי הקהילות החונים על דגל העדה ובהם פרושים ברסלב קרן אור, ברסלב מורשת, קהל חסידי ירושלים, סאטמאר מהרי"י (חוץ די חבר הבד"ץ שליט"א), תפארת ירושלים, אנשי ירושלים זענען געווען נאר אין כיכר השבת און נישט אין זופניק.
משכנות הרועים איז געווען ביי ביידע.
אין זופניק איז געווען האדמו"ר מתו"א און נאך רבנים וואס זענען נישט ממש אינטער די עדה צווישן זיי שבט הלוי פינסק קארלין.
הגרי"מ ערלענגער איז נישט געקומען נאך שווערע דריק ואכמ"ל.
איך האב נישט קיין צייט צו ענטפערן אויף אלע דיינע זאכן, און עס איז קינדעריש זיך טענהן צו עס איז געווען בראשות אדער ביי וועלעכע דרשה עס איז געווען מער שטיל, אבער פאקט איז פאקט.
אבי געהאקט
איך שרייב דאף דלאר אז מהאט אויסגערופן צי גיין צום תהלוכה וכך הוה אבער אויפן אויבנאן אין שרי ישראל איז קיינער פון בדיץ נישט געווען און אין ככר השבת איז בכלל נישט געווען קיין אויבנאן און נישט קיין דרשות
אלעס וואס איך שרייב איז קלארע פאקטן וואס דו ווייסט אויך קלאר