בקיצור האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 4:18 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 12:00 pm
תורה ויראה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 08, 2026 10:45 am
Screenshot 2026-03-08 104432.pngScreenshot 2026-03-08 104443.png
נישט דורכגעליינט, אבער @פופציגער, דער איז אויף מיין טיעם. כומעני!
דו קענסט דיר ברעכן די ציין און טוישן יעדע צוויי שעה פון חמינאי, חומענעי, כאמאנאעי, כעמאניע, ךאםעןעי, אדער אנדערע שלא שיעורים אבותינו ורבותינו.
שרייטס אלעד כומעני כומעני כומעני!
#איך הער יא קול מבשר! איך שעם מיך נישט!
@נקודות טובות ביטע ליין עס יא דורך.
איך וויל הערן דיין תגובה אויף דעם עצם ארטיקל זיינע.
ייש"כ
נו שוין, אז דו האסט געבעטן האב איך עס געליינט. מה אומר ומה אדבר...
ווען איינער זאל שרייבן אזא ארטיקל מיט ישוב הדעת (הגם מיט דעת איז נישט מעגליך צו שרייבן אזא ארטיקל), וואלט איך נאך געקלערט אז איך זאל אים אפענטפערן. אבער דער שרייבער דא שרייבט דאך אליינס אז די ארטיקל האט ער געשריבן אונטערן רושם פון די תענית, און שוין מיט די פורים ווייבס... נו נו, מיט די קאמביונעישן קומט טאקע ארויס אזא ארטיקל... ווי אזוי קען מען בכלל עקספעקטן עפעס אנדערש?
ער איז געווען אין א בעעד מאאד תענית אסתר, ער האט נישט געהאט זיין קאפי אינדערפרי, האט ער געזוכט אויף וועמען זיך צו רעגן.
בין איך דען אינגאנצן משוגע זיך צו אריינלאזן אין דיבאטעס מיט יעדען שיכור? איך וועל אים לאזן ניכטער ווערן, און אפשר דעמאלטס פירן מיט אים א שמועס.
איך קען נאר נישט פארשטיין די רשעות פון די טועמיה אויסגאבע וואס האט פארעפענטליך די ארטיקל. וואס ווילסטו פון דיינע שרייבערס? לאז אים ניכטער ווערן! דו ווייסט אז געווענליך שרייבט ער צו די זאך (אה יא? לאמיר פרעגן
@חלום חלמתי...) וואו איז דיין אידישע געפיל? ווי אזוי גייסטו און דו שטעלסט ארויס ארטיקלן וואס זענען געשריבן געווארן אונטער די איינפלוס? געב אים אביסעל לעמאן, זויער פיקל, גרינע עפל, און אלע אנדערע זאכן וואס די באבעס שניידן אויף פורים. והעיקר, לייג א שיסל נעבן זיין בעט אז אויב ברעכט ער נאכאמאל זאל ער ברעכן דארט.... פארוואס אין די וועלט דריקט מען אזא אויסברוך פיל מיט טיפשות? ער האלט דאך ביי עד דלא ידע!
אבער אז דו ווילסט דוקא וועל איך יא שרייבן צוויי דריי נקודות.
1) דאס וואס ער שרייבט אז דער ריכטיגער צורר היהודים איז ביבי. איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די באדייט פון "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי". איז עס דען מעגליך? ווי אזוי? איך בין ב"ה זוכה צו מקיין זיין דעם חייב איניש לבסומי יאר יערליך, אבער צו עד דלא ידע בין איך נאך קיינמאל נישט אנגעקומען. יא, איך קען אלע טייטשן אויף דעם, אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו. ווי אזוי געשעהט אזא זאך? איז בכלל דא אזא מציאות אז מען זאל נישט קענען מבחין זיין בין ארור המן לברוך מרדכי? אבער יעצט ווער איך געוואר אז יא. עס איז דא אזא מציאות! עס איז דא איינער וואס אפילו ער איז שיכור ולא מיין, קען ער נישט האלטן די קאפ גראד צו טייטלען ווער עס איז דער אמת'ער צורר היהודים. פלאי פלאים!
אראפשפילן די רציחה און קאלטבלוטיגקייט פון דעם רשע, מערדער, טעראריסט, נאצי, שחיק טמיא. וואס אויף זיינע הענט זענען פארשמירט די בלוט פון הונדערטער טויזענטער אדער גאר מיליאנען פון זיינע אייגענע בירגער. איינער וואס האט געבויעט און אנגעדרייעט כאאס און טעראר אין גאנץ מיטל מזרח, קאסטנדיג דאס לעבן פון הונדערטער טויזנטער אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער. אריינגערעכנט אין דעם טויזענטער אמעריקאנע סאלדאטן.
אלע רציחות וואס איז נאר פארגעקומען אין ארץ ישראל איז אים צו פארדאנקן. ער האט געבויעט אלע טעראר גרופעס, ער האט זיי פינאנצירט, ער האט זיי צוגעשטעלט די וואפן, ער האט זיי געגעבן די ראט. די גאנצע אקטאבער זיבן איז זיינס! ער איז דער שלאנג! ווען נישט ער וואלט קיין חאמאס נישט געווען, עס וואלט קיין חיזבאלע נישט געווען, נישט קיין חוטיס ושאר מרעין בישין. און אזוי אויך איז ער דער וואס האט אריינגעשיקט די וואפן אין די יהודה ושומרון געגענטער וואס פון דארט ליידער זענען געקומען רוב טעראריסטן וואס האבן גע'רצח'עט מסולתה ומשמנה פון כלל ישראל די לעצטע פאר יאר.
א שמחה גדולה איז די פאקט אז ער איז מער נישט דא! צו ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די מדינה אדער דורך אמעריקע? איך ווייס נישט. אבער די פאקט אז דער מלאך המשחית, דער צורר היהודים, דער פארשאלטענער הונט, דער טויטער נבילה, דער חזר מיער, דער שחיק טמיא, ימח שמו וזכרו, ימח שמו וזכרו, ימח שמו וזכרו, דער היטלער, דער פרעה, דער אנטיוכוס, דער נבוכדנצר, דער חמלניצקי, דער המן בן המדתה האגגי. ער איז טויט! והעיר שושן צהלה ושמחה! באבד רשעים רינה! יא, עס איז א שמחה גדולה אז דער שלאנג איז נישט דא!
איך קום נישט זאגן אז ביבי איז א צדיק, אבער ווען ביבי זאל גע'הרג'עט ווערן וואלט עס דען אויך געווען אזא שמחה? האט די וועלט געליטן פון אים? האט ער דערמארדעט מיליאנען אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער? האט ער אנגעדרייט טעראר אין כאאס איבער די וועלט? ווי צודרייט און פאריקט קען מען זיין?! ליידער איז ער נישט ערליך, און מיר האפן צום אויבערשטען אז ער זאל אראפשיקן א רוח טהרה אויף די וועלט וואס זאל אויפהייבן יעדע איד א דרגה. ביבי זאל זוכה זיין צו אנערקענען אז אין עוד מלבדו אפס זלתו, און נקודות זאל תשובה טהון אויף זיינע עבירות, בתוך שאר כלל ישראל וואס זאלן אלע ווערן אמת'ע בעלי תשובה.
ווי קען א איד אים פארגלייכן צו דעם נבילה סרוחה??
יא, דאס הארץ בלוטיגט אויף יעדע שומר תורה ומצוות וואס ווערט ליידער גע'הרג'עט. הלואי הלואי זאל די מלחמה געפירט ווערן דורכן אויבערשטען אליינס על ידי מלך המשיח, וואס דעמאלטס וועט דאס אודאי זיין מיט רחמים וחסדים גלויים. אבער די פאקט אז דער צורר היהודים איז א פארגאנגענהייט, איז א שמחה גדולה!
און איך אלץ סאטמארע חסיד וועל חזר'ן ביי מיר אז מרשעים יצא רשע. פון רשעים קען קיין גוטס נישט ארויסקומען. יעדע נצחון וואס די מדינה האט, כאפט א פחד צו טראכטן וואס עס קען נאך ארויסקומען דערפון. און דערפאר האף איך טאקע אז די באמבע וואס האט גע'הרג'עט דעם רשע, איז געקומען פון די אמעריקאנער און נישט פון די איזרעיליס.
און טאמער חס ושלום איז די באמבע יא געקומען פון די איזרעיליס, זענען מיר מתפלל אז דער אויבערשטער זאל באהיטן כלל ישראל אז עס זאל נישט שאטן קיין אידיש נפש. ואיך שיהיה זאגט דאך רבי שמעון אז יבא הנס מכל מקום. נישט אז ס'איז א נס, נאר אז עס איז שוין צייט געווען פאר דער טעראריסט צו גיין פון דא באיזה אופן שהיא.
און צו פארגלייכן ביבי צו הערצל אדער אנדערע, איז סתם הבל ורעות רוח. שטותים און נארישקייטן וואס ניטאמאל האב איך נערווען זיך צו באפאסן מיט דעם. ממש דברי טיפשות והבל.
2) ווען עס קומט צו רעדן איבער די פאריגע 12 טעג מלחמה. אויב די סאטמארע שיטה באשטייט פון האלטן אז מדינת ישראל איז שוואך און א דורכפאל, דאן איז די שיטה טיף אין די אדמה! טיף טיף אין דער ערד!
קענסט קראכן! סענטרעל קאמענד, העגסעט, און אנדערע האבן עטליכע מאל געזאגט אז די "צוויי שטערקסע" עירפארסעס איבער די וועלט ארבעטן צוזאמען. יא! קראך! די איזרעיליס האבן די צווייטע צו די שטערסטע עירפארס! עס איז א פאקט! עס געפעלט דיר נישט? איי קענט העלפ יו! אויב איז די סאטמארע שיטה אז די איזרעיליס זענען שוואך, דאן האט זיך די סאטמארע שיטה ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלע דורכפאל! די איזרעיליס זענען די שטערקסטע עירפארס אין די וועלט נאך אמעריקע! עם ישראל חי! קענסט קראכן איין מאל און נאכאמאל!
דאס אז ניינציג פראצענט מיסעלס און דראונס זענען אראפגעשאסן געווארן באדייט אז זיי קענען נישט באשיצן די לופט? דו ביסט צודרייט? וואו אין די וועלט איז דא אן עיר דיפענס וואס האט א גרעסערע סוקסעס ראטע ווי דאס וואס די איזרעיליס האבן? קוק יעצט וויפיל מכות אמעריקע הויבט אריין! וויפיל באזעס זענען שוין געצילט געווארן?! זיי האבן אסאך מער מכות אריינגעכאפט ווי די איזרעיליס! יא, די איזרעיליס זענען מלומדי מלחמה! עס געפעלט דיר נישט! קראך! קראך! קראך! יא, די איזרעיליעס זענען מעכטיג!
און די מכות וואס איראן האט דעמאלטס געכאפט איז דאך קליפ און קלאר. מען קען דאך זעהן אז זייערע זאפאסן זענען מער ווייניגער ליידיג. דאס רוב פון זייערע ארויסשיסער זענען פארניכטעט, און זייערע מיסעלעס זענען א פארגאנגענהייט. יא, די איזרעיליס האבן א גוטע עירפארס, און איראן האט געכאפט פון זיי מכות עצומות. די מלחמה האט געהאט א שטארקע סוקסעס. קענסט פלאצן!