עעעענדליך!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8763
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21884

עעעענדליך!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:10 pm מדינת ישראל מיליטערישע איינהייטן, באטאליען 603, און יהלם האבן פארניכטעט אן אונטערערדישער כאמאס טונעל וועלכע פלעגט גענוצט ווערן אלס א פלאץ צו ארבעטן און פראדוצירן וואפנס און אנדערע כאמאס געברויכן, אין כאן יוניס.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:20 pm מדנ"י האט עלימינירט א מעמבער אין די וועלט צענטראלע קאך אין צענטראל עזה.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 7:34 pm מדנ"י מיליטער אטאקירט יעצט אין דרום לבנון!
עענדליך!

פליט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 9:06 am IMG_20240808_160504_467.jpgIMG_20240808_160456_127.jpgנאך א טונעל אפגעפונען געווארן אין רפיח.
עענדליך!

פליט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 9:41 am אין עזה איז באריכטעט 15 טויטע אין א מדינת ישראל אטאקע אויף צוויי סקולס ַ
עענדליך!

פליט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 9:47 am מדינת ישראל האט אין דעם נאכט אפגעווישט אפאר באזעס פון ווי חיזבאלא שיסט ארויס זייער דראונס.
עענדליך!

פליט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:04 am מדינת ישראל האט באמבעדירט אין חברון די הויז פון א טעראריסט וואס האט געהארגעט א איד אין א טעראר אטאקע א צייט צוריק.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:53 pm א כוואליע באמבעדירונגען יעצט אין צפון עזה!
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:05 am מדנ"י האט אויפגעריסן די הויפקווארטיר פון פאטאח אין רפיח.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:08 am מדנ"י מיליטער האט אטאקירט א קאר אין דרום לבנון, עטליכע כיזבאלא טעראריסטן זענען גע'הרג'ט און פארוואונדעט געווארן!
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:09 am מדנ"י מיליטער אטאקירט יעצט אין דרום לבנון.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:36 am מדנ"י האט שוין ארעסטירט מער פון 10,000 מענטשען אין די West Bank זייט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:38 am איבער אכט זענען אומגעקומען און א צאל פארוואונדערטע אין א מדנ"י באמבעדירונג אין חאן יונאס.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:44 am מדינת ישראל קרעפטן האבן די נאכט אויפגעריסן א געביידע אין שכם אנגעפילט מיט אויפרייס מאטריאל גרייט פאר באניץ פון לאקאלע טעראריסטן.
עענדליך!

פליט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:49 am מדינת ישראל האט אומגעברענגט 4 טעראריסטן דעם נאכט אין שומרון.
די אינגסטע איז 14 יאר אלט.
עענדליך!

פליט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:53 am IMG_20240806_175133_746.jpg
א 18 יעריגע טעראריסט איז געהארגעט געווארען אין די דראון אטאקע אין דזשענין.
עענדליך!

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:31 am
פליט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:42 am צה"ל האט ריין געמאכט א גאס אין דזשענין.
11 באשטעטיגטע אומגעקומענע פון די נעכטיגע אפעראציע אין זשענין.
עענדליך!

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:32 am
פליט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 10:43 am IMG_20240806_174233_525.jpg
די טויט צאל פון כיזבאלא זינט אקטאבער זיבן איז אנגעקומען צו 400!
פינף כיזבאלא קעמפער זענען דערווייל אומגעקומען אין די היינטיגע באמבאדירונגען אין לבנון.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 4:25 pm מדנ"י האט היינט באמבעדירט א כיזבאלא וואפן סטארעזש, די אטאקע האט פארוואונדעט פיר מענטשן און געשאפן שאדן!
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 12:55 pm 15! קינדער זענען אומגעקומען אין א מדנ"י באמבעדירונג אויף א שולע אין עזה סיטי.
עענדליך!

מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 12:52 pm 3 פאלסטינער זענען געהרגט געווארן אין א באמבעדירונג אין עזה סיטי.
עענדליך!

דאס איז אלעס נאר פון די "לעצטע 4" בלעטער, ארויס פון 400 בלעטער פונעם מדינת ישראל מלחמה אשכול.

נעבעך. מ'הערט נישט אויף צו געווינען! עעעענדליך! און נאכאמאל עעענדליך! און אודך.

אבער.... ווען וועט שוין עענדליך קומען א 'עכטע' 'אמת'ע 'ריכטיגע' ישועה פאר אידישע קינדער וואס האלט אן פאר מער ווי א גאנצע טאג, מיט א ישועה דורך הקב"ה דער בורא כל עולמים ומנהיג את העולם כולו?!

אויף דעם ווארטן מיר!!!.... אוי, יבנה המקדש, גענוג מיט די אלע נארישקייטן און אויג פארבלענדענישן, גיב אונז די הייליגע ישועה, עיר ציון תמלא, פיל אן ציון מיט ליכטיקייט, מיט ערליכע אידן, וכל הרשעה כולה כעשן תכלה, ותעביר ממשלת זדון מן הארץ, די עכטע שיינקייט פון די שיינע אידן בני קל חי זאל שוין אנהייבן גלאנצן לעיני כל חי, במהרה אמן!!!
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13774

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

עעעעעעענדליך רעדט איינער צום דבר...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3426
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 11000

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך פופציגער »

גוט געזאגט!!

שארף און שארף...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7438

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך נקודות טובות »

עענדליך הערט מען שוין עפעס פון @דער תהלים איד חוץ פון די דירות אין קרית יואל! עעעעננננדדדדדלללללייייייךךךךךךךך!!!!!!!!!!!!!!!
פופציגער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל @דער תהלים איד איז @דער תהלים איד!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8763
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21884

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:01 pm עענדליך הערט מען שוין עפעס פון @דער תהלים איד חוץ פון די דירות אין קרית יואל! עעעעננננדדדדדלללללייייייךךךךךךךך!!!!!!!!!!!!!!!
:lol: :lol:
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13774

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:16 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:01 pm עענדליך הערט מען שוין עפעס פון @דער תהלים איד חוץ פון די דירות אין קרית יואל! עעעעננננדדדדדלללללייייייךךךךךךךך!!!!!!!!!!!!!!!
:lol: :lol:
לאמיר האלטן @דער תהלים איד האסטעדזש דא..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5665
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20077

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער האט שווער געארבעט פאר דעם פאוסט...
---
שטארק ארויסגעברענגט!
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1310

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 7:40 pm דער האט שווער געארבעט פאר דעם פאוסט...
---
שטארק ארויסגעברענגט!
זייער שווער
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)
פופציגער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2024 10:44 pm זיך צווינגען צו שרייבן איז ווי אויפוועקן עמיצן פון שלאף, און הייסן זינגען א חזנות שטיקל. ס'ארבעט נישט אזוי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8763
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21884

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 6:32 am מדינת ישראל'ס זיכערהייטס קאבינעט האט באשטעטיגט א פלאן צו אייננעמען און אנהאלטן גאנץ עזה, טראץ ווארענונגען פון מיליטערישן שעף איל זמיר אז דאס קען ריזיקירן די לעבנס פון די פארבליבענע משכונות. דער פלאן באשטייט פון אויסרייניגן צפון עזה און אריבערפירן די ציווילע בירגער קיין דרום, מיט אינטענסיווע שלאכטן ערווארטעט.

אהה!!! עעעעעענדליך...! (ווידעראמאל....)
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3020
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6743

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 1:49 pm
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 6:32 am מדינת ישראל'ס זיכערהייטס קאבינעט האט באשטעטיגט א פלאן צו אייננעמען און אנהאלטן גאנץ עזה, טראץ ווארענונגען פון מיליטערישן שעף איל זמיר אז דאס קען ריזיקירן די לעבנס פון די פארבליבענע משכונות. דער פלאן באשטייט פון אויסרייניגן צפון עזה און אריבערפירן די ציווילע בירגער קיין דרום, מיט אינטענסיווע שלאכטן ערווארטעט.

אהה!!! עעעעעענדליך...!
אין עצה ואין תבונה נגד השם. נישטא קיין עצה 'נאר' געשרייען צום רבש"ע. נאדא!!!

ווי ידוע, רבינו זי"ע האט פארגאסען ימים של דמעות אויף די נסיון..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7438

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך נקודות טובות »

צ''ק

עעענדליך!
טעמע: *אידטיש פארשריפטן* און נאכפאלגנדע אפדעיטס
א קלער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:13 pm מודעה משמחת.

אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.

די סיבה דערצו איז דער אלעמען באקאנטער/באליבטער/פארפיינטעטער... "לב טהור" טעמע. דאס וועט זיין דערווייל - און אפשר בלייבן - די איינציגסטע טעמע אין דעם פארום.

יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט פאסיגע געדאנקן ווי אזוי צו סעלאברעיטן דער דראמאטישער דערגרייכונג!
פופציגער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל @דער תהלים איד איז @דער תהלים איד!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4086
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7054

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 4:48 pm צ''ק

עעענדליך!
טעמע: *אידטיש פארשריפטן* און נאכפאלגנדע אפדעיטס
א קלער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 23, 2026 3:13 pm מודעה משמחת.

אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.

די סיבה דערצו איז דער אלעמען באקאנטער/באליבטער/פארפיינטעטער... "לב טהור" טעמע. דאס וועט זיין דערווייל - און אפשר בלייבן - די איינציגסטע טעמע אין דעם פארום.

יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט פאסיגע געדאנקן ווי אזוי צו סעלאברעיטן דער דראמאטישער דערגרייכונג!
פאר געוויסע (ואני בתוכם) דורכן אנפאנגען ליינען דארט צום ערשטען מאל, און לכאורה פאר אנדערע צו אוועקגיין פון דארט.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 571
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 985

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך תורה ויראה »

Screenshot 2026-03-08 104432.png
Screenshot 2026-03-08 104432.png (312.02 KiB) געזען געווארן 748 מאל
Screenshot 2026-03-08 104443.png
Screenshot 2026-03-08 104443.png (332.46 KiB) געזען געווארן 748 מאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7438

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך נקודות טובות »

תורה ויראה האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 10:45 am Screenshot 2026-03-08 104432.pngScreenshot 2026-03-08 104443.png
נישט דורכגעליינט, אבער @פופציגער, דער איז אויף מיין טיעם. כומעני!

דו קענסט דיר ברעכן די ציין און טוישן יעדע צוויי שעה פון חמינאי, חומענעי, כאמאנאעי, כעמאניע, ךאםעןעי, אדער אנדערע שלא שיעורים אבותינו ורבותינו.

שרייטס אלע כומעני כומעני כומעני!

#איך הער יא קול מבשר! איך שעם מיך נישט!
פופציגער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל @דער תהלים איד איז @דער תהלים איד!
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 461
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 549

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך בקיצור »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 12:00 pm

שרייטס אלעד כומעני כומעני כומעני!

#איך הער יא קול מבשר! איך שעם מיך נישט!
@נקודות טובות ביטע ליין עס יא דורך.
איך וויל הערן דיין תגובה אויף דעם עצם ארטיקל זיינע.

ייש"כ
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7438

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך נקודות טובות »

בקיצור האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 4:18 pm

נו שוין, אז דו האסט געבעטן האב איך עס געליינט. מה אומר ומה אדבר...

ווען איינער זאל שרייבן אזא ארטיקל מיט ישוב הדעת (הגם מיט דעת איז נישט מעגליך צו שרייבן אזא ארטיקל), וואלט איך נאך געקלערט אז איך זאל אים אפענטפערן. אבער דער שרייבער דא שרייבט דאך אליינס אז די ארטיקל האט ער געשריבן אונטערן רושם פון די תענית, און שוין מיט די פורים ווייבס... נו נו, מיט די קאמביונעישן קומט טאקע ארויס אזא ארטיקל... ווי אזוי קען מען בכלל עקספעקטן עפעס אנדערש?

ער איז געווען אין א בעעד מאאד תענית אסתר, ער האט נישט געהאט זיין קאפי אינדערפרי, האט ער געזוכט אויף וועמען זיך צו רעגן.

בין איך דען אינגאנצן משוגע זיך צו אריינלאזן אין דיבאטעס מיט יעדען שיכור? איך וועל אים לאזן ניכטער ווערן, און אפשר דעמאלטס פירן מיט אים א שמועס.

איך קען נאר נישט פארשטיין די רשעות פון די טועמיה אויסגאבע וואס האט פארעפענטליך די ארטיקל. וואס ווילסטו פון דיינע שרייבערס? לאז אים ניכטער ווערן! דו ווייסט אז געווענליך שרייבט ער צו די זאך (אה יא? לאמיר פרעגן @חלום חלמתי...) וואו איז דיין אידישע געפיל? ווי אזוי גייסטו און דו שטעלסט ארויס ארטיקלן וואס זענען געשריבן געווארן אונטער די איינפלוס? געב אים אביסעל לעמאן, זויער פיקל, גרינע עפל, און אלע אנדערע זאכן וואס די באבעס שניידן אויף פורים. והעיקר, לייג א שיסל נעבן זיין בעט אז אויב ברעכט ער נאכאמאל זאל ער ברעכן דארט.... פארוואס אין די וועלט דריקט מען אזא אויסברוך פיל מיט טיפשות? ער האלט דאך ביי עד דלא ידע!

אבער אז דו ווילסט דוקא וועל איך יא שרייבן צוויי דריי נקודות.

1) דאס וואס ער שרייבט אז דער ריכטיגער צורר היהודים איז ביבי. איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די באדייט פון "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי". איז עס דען מעגליך? ווי אזוי? איך בין ב"ה זוכה צו מקיין זיין דעם חייב איניש לבסומי יאר יערליך, אבער צו עד דלא ידע בין איך נאך קיינמאל נישט אנגעקומען. יא, איך קען אלע טייטשן אויף דעם, אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו. ווי אזוי געשעהט אזא זאך? איז בכלל דא אזא מציאות אז מען זאל נישט קענען מבחין זיין בין ארור המן לברוך מרדכי? אבער יעצט ווער איך געוואר אז יא. עס איז דא אזא מציאות! עס איז דא איינער וואס אפילו ער איז שיכור ולא מיין, קען ער נישט האלטן די קאפ גראד צו טייטלען ווער עס איז דער אמת'ער צורר היהודים. פלאי פלאים!

אראפשפילן די רציחה און קאלטבלוטיגקייט פון דעם רשע, מערדער, טעראריסט, נאצי, שחיק טמיא. וואס אויף זיינע הענט זענען פארשמירט די בלוט פון הונדערטער טויזענטער אדער גאר מיליאנען פון זיינע אייגענע בירגער. איינער וואס האט געבויעט און אנגעדרייעט כאאס און טעראר אין גאנץ מיטל מזרח, קאסטנדיג דאס לעבן פון הונדערטער טויזנטער אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער. אריינגערעכנט אין דעם טויזענטער אמעריקאנע סאלדאטן.

אלע רציחות וואס איז נאר פארגעקומען אין ארץ ישראל איז אים צו פארדאנקן. ער האט געבויעט אלע טעראר גרופעס, ער האט זיי פינאנצירט, ער האט זיי צוגעשטעלט די וואפן, ער האט זיי געגעבן די ראט. די גאנצע אקטאבער זיבן איז זיינס! ער איז דער שלאנג! ווען נישט ער וואלט קיין חאמאס נישט געווען, עס וואלט קיין חיזבאלע נישט געווען, נישט קיין חוטיס ושאר מרעין בישין. און אזוי אויך איז ער דער וואס האט אריינגעשיקט די וואפן אין די יהודה ושומרון געגענטער וואס פון דארט ליידער זענען געקומען רוב טעראריסטן וואס האבן גע'רצח'עט מסולתה ומשמנה פון כלל ישראל די לעצטע פאר יאר.

א שמחה גדולה איז די פאקט אז ער איז מער נישט דא! צו ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די מדינה אדער דורך אמעריקע? איך ווייס נישט. אבער די פאקט אז דער מלאך המשחית, דער צורר היהודים, דער פארשאלטענער הונט, דער טויטער נבילה, דער חזר מיער, דער שחיק טמיא, ימח שמו וזכרו, ימח שמו וזכרו, ימח שמו וזכרו, דער היטלער, דער פרעה, דער אנטיוכוס, דער נבוכדנצר, דער חמלניצקי, דער המן בן המדתה האגגי. ער איז טויט! והעיר שושן צהלה ושמחה! באבד רשעים רינה! יא, עס איז א שמחה גדולה אז דער שלאנג איז נישט דא!

איך קום נישט זאגן אז ביבי איז א צדיק, אבער ווען ביבי זאל גע'הרג'עט ווערן וואלט עס דען אויך געווען אזא שמחה? האט די וועלט געליטן פון אים? האט ער דערמארדעט מיליאנען אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער? האט ער אנגעדרייט טעראר אין כאאס איבער די וועלט? ווי צודרייט און פאריקט קען מען זיין?! ליידער איז ער נישט ערליך, און מיר האפן צום אויבערשטען אז ער זאל אראפשיקן א רוח טהרה אויף די וועלט וואס זאל אויפהייבן יעדע איד א דרגה. ביבי זאל זוכה זיין צו אנערקענען אז אין עוד מלבדו אפס זלתו, און נקודות זאל תשובה טהון אויף זיינע עבירות, בתוך שאר כלל ישראל וואס זאלן אלע ווערן אמת'ע בעלי תשובה.

ווי קען א איד אים פארגלייכן צו דעם נבילה סרוחה??

יא, דאס הארץ בלוטיגט אויף יעדע שומר תורה ומצוות וואס ווערט ליידער גע'הרג'עט. הלואי הלואי זאל די מלחמה געפירט ווערן דורכן אויבערשטען אליינס על ידי מלך המשיח, וואס דעמאלטס וועט דאס אודאי זיין מיט רחמים וחסדים גלויים. אבער די פאקט אז דער צורר היהודים איז א פארגאנגענהייט, איז א שמחה גדולה!

און איך אלץ סאטמארע חסיד וועל חזר'ן ביי מיר אז מרשעים יצא רשע. פון רשעים קען קיין גוטס נישט ארויסקומען. יעדע נצחון וואס די מדינה האט, כאפט א פחד צו טראכטן וואס עס קען נאך ארויסקומען דערפון. און דערפאר האף איך טאקע אז די באמבע וואס האט גע'הרג'עט דעם רשע, איז געקומען פון די אמעריקאנער און נישט פון די איזרעיליס.

און טאמער חס ושלום איז די באמבע יא געקומען פון די איזרעיליס, זענען מיר מתפלל אז דער אויבערשטער זאל באהיטן כלל ישראל אז עס זאל נישט שאטן קיין אידיש נפש. ואיך שיהיה זאגט דאך רבי שמעון אז יבא הנס מכל מקום. נישט אז ס'איז א נס, נאר אז עס איז שוין צייט געווען פאר דער טעראריסט צו גיין פון דא באיזה אופן שהיא.

און צו פארגלייכן ביבי צו הערצל אדער אנדערע, איז סתם הבל ורעות רוח. שטותים און נארישקייטן וואס ניטאמאל האב איך נערווען זיך צו באפאסן מיט דעם. ממש דברי טיפשות והבל.

2) ווען עס קומט צו רעדן איבער די פאריגע 12 טעג מלחמה. אויב די סאטמארע שיטה באשטייט פון האלטן אז מדינת ישראל איז שוואך און א דורכפאל, דאן איז די שיטה טיף אין די אדמה! טיף טיף אין דער ערד!

קענסט קראכן! סענטרעל קאמענד, העגסעט, און אנדערע האבן עטליכע מאל געזאגט אז די "צוויי שטערקסע" עירפארסעס איבער די וועלט ארבעטן צוזאמען. יא! קראך! די איזרעיליס האבן די צווייטע צו די שטערסטע עירפארס! עס איז א פאקט! עס געפעלט דיר נישט? איי קענט העלפ יו! אויב איז די סאטמארע שיטה אז די איזרעיליס זענען שוואך, דאן האט זיך די סאטמארע שיטה ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלע דורכפאל! די איזרעיליס זענען די שטערקסטע עירפארס אין די וועלט נאך אמעריקע! עם ישראל חי! קענסט קראכן איין מאל און נאכאמאל!

דאס אז ניינציג פראצענט מיסעלס און דראונס זענען אראפגעשאסן געווארן באדייט אז זיי קענען נישט באשיצן די לופט? דו ביסט צודרייט? וואו אין די וועלט איז דא אן עיר דיפענס וואס האט א גרעסערע סוקסעס ראטע ווי דאס וואס די איזרעיליס האבן? קוק יעצט וויפיל מכות אמעריקע הויבט אריין! וויפיל באזעס זענען שוין געצילט געווארן?! זיי האבן אסאך מער מכות אריינגעכאפט ווי די איזרעיליס! יא, די איזרעיליס זענען מלומדי מלחמה! עס געפעלט דיר נישט! קראך! קראך! קראך! יא, די איזרעיליעס זענען מעכטיג!

און די מכות וואס איראן האט דעמאלטס געכאפט איז דאך קליפ און קלאר. מען קען דאך זעהן אז זייערע זאפאסן זענען מער ווייניגער ליידיג. דאס רוב פון זייערע ארויסשיסער זענען פארניכטעט, און זייערע מיסעלעס זענען א פארגאנגענהייט. יא, די איזרעיליס האבן א גוטע עירפארס, און איראן האט געכאפט פון זיי מכות עצומות. די מלחמה האט געהאט א שטארקע סוקסעס. קענסט פלאצן!
פופציגער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל @דער תהלים איד איז @דער תהלים איד!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5161
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 38609

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm דו ווייסט אז געווענליך שרייבט ער צו די זאך (אה יא? לאמיר פרעגן @חלום חלמתי...)
👍😎
-----

לענין, איך ליין דעם יונגערמאן'ס פאטער זז"ג השקפה גליון כמעט יעדע וואך. און איך זעה דאך וועמען ער וויל נאכמאכן. אבער דער האט טאטאלי געמיסט דעי האול פוינט. זיין טאטע דארף ווען איבערליינען אזעלכע ארטיקלען...

אינז אין סאטמאר פלעגט מען אלס פארציילן אז די רבי ז"ל האט אוועקגעמאכט די א.ג. ניסים ביי די 6 טאקיגע מלחמה אלס א פשוטע פיפיגע סטראטעגיע פון די ציונים, אבער עס וועט זיי נאך באנג טון די נצחונות וכו'. די רבי איז קיינמאל געווען א קאפ אין וואנט נטורי קרתא וואס פלעגט שפרינגען פון עקסטאז יעדע פלאפ די מדינה האט געהאט, מילא האט ער קיינמאל געדארפט פארענטפערן זייערע נצחונות. די גאנצע נושא אינטרעסירט נישט און איז נישט נוגע פאר די סאטמארע השקפה וועמען די ציונות פראבלעם איז די עצם ראיון. און ביבי קען זיין מציל נפשות און די צה"ל סוקסעספול. מען דארף נישט זייגן קיין שטיות כדי זיך צו בארעכטיגן.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7438

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך נקודות טובות »

חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:24 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm דו ווייסט אז געווענליך שרייבט ער צו די זאך (אה יא? לאמיר פרעגן @חלום חלמתי...)
👍😎
-----

לענין, איך ליין דעם יונגערמאן'ס פאטער זז"ג השקפה גליון כמעט יעדע וואך. און איך זעה דאך וועמען ער וויל נאכמאכן. אבער דער האט טאטאלי געמיסט דעי האול פוינט. זיין טאטע דארף ווען איבערליינען אזעלכע ארטיקלען...

אינז אין סאטמאר פלעגט מען אלס פארציילן אז די רבי ז"ל האט אוועקגעמאכט די א.ג. ניסים ביי די 6 טאקיגע מלחמה אלס א פשוטע פיפיגע סטראטעגיע פון די ציונים, אבער עס וועט זיי נאך באנג טון די נצחונות וכו'. די רבי איז קיינמאל געווען א קאפ אין וואנט נטורי קרתא וואס פלעגט שפרינגען פון עקסטאז יעדע פלאפ די מדינה האט געהאט, מילא האט ער קיינמאל געדארפט פארענטפערן זייערע נצחונות. די גאנצע נושא אינטרעסירט נישט און איז נישט נוגע פאר די סאטמארע השקפה וועמען די ציונות פראבלעם איז די עצם ראיון. און ביבי קען זיין מציל נפשות און די צה"ל סוקסעספול. מען דארף נישט זייגן קיין שטיות כדי זיך צו בארעכטיגן.
די פוינט פון אראפשפילן נצחונות פארשטיי איך גראדע. נצחונות מאכט די נסיון שווערער, און אז דו קענסט עס אביסעל מינאמעזירן מאכסטו עס גרינגער. פארטריאטישקייט קומט שטארק ביי א זמן נצחון. אפילו א גאר קליינע פאטריעט וועט ווערן צולאזט ווען די נצחונות זענען גרויס.

אבער אמת, סתם רעדן שטותים והבלים איז אבסורד. מען קומט אין ערגעץ נישט אן. מען האט נאך קיינעם נישט אפגעקויפט מיט בלאפערייען. די רעיון איז כפירה אפגעזעהן וויפיל נצחונות זיי באווייזן.
פופציגער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל @דער תהלים איד איז @דער תהלים איד!
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5161
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 38609

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:48 pm
די פוינט פון אראפשפילן נצחונות פארשטיי איך גראדע. נצחונות מאכט די נסיון שווערער, און אז דו קענסט עס אביסעל מינאמעזירן מאכסטו עס גרינגער. פארטריאטישקייט קומט שטארק ביי א זמן נצחון. אפילו א גאר קליינע פאטריעט וועט ווערן צולאזט ווען די נצחונות זענען גרויס.

אבער אמת, סתם רעדן שטותים והבלים איז אבסורד. מען קומט אין ערגעץ נישט אן. מען האט נאך קיינעם נישט אפגעקויפט מיט בלאפערייען. די רעיון איז כפירה אפגעזעהן וויפיל נצחונות זיי באווייזן.
ס'איז נישט תשכ"ו. קענסט נישט אראפשפילן די נצחונות ווען יעדער האלט עס מיט.
אלס סאו קאלד נייעס באריכטער האב איך גראדע נישט ליב צו שרייבן איבער איזריעלי אפעראציע'ס ווייל ס'איבלט מיר. אבער יעדער זעהט און הערט די נייעס ווי ער איז. מילא סתם חוש'ן האט נישט קיין פשט
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5255

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך הדסים »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm
2) ווען עס קומט צו רעדן איבער די פאריגע 12 טעג מלחמה. אויב די סאטמארע שיטה באשטייט פון האלטן אז מדינת ישראל איז שוואך און א דורכפאל, דאן איז די שיטה טיף אין די אדמה! טיף טיף אין דער ערד!

קענסט קראכן! סענטרעל קאמענד, העגסעט, און אנדערע האבן עטליכע מאל געזאגט אז די "צוויי שטערקסע" עירפארסעס איבער די וועלט ארבעטן צוזאמען. יא! קראך! די איזרעיליס האבן די צווייטע צו די שטערסטע עירפארס! עס איז א פאקט! עס געפעלט דיר נישט? איי קענט העלפ יו! אויב איז די סאטמארע שיטה אז די איזרעיליס זענען שוואך, דאן האט זיך די סאטמארע שיטה ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלע דורכפאל! די איזרעיליס זענען די שטערקסטע עירפארס אין די וועלט נאך אמעריקע! עם ישראל חי! קענסט קראכן איין מאל און נאכאמאל!

דאס אז ניינציג פראצענט מיסעלס און דראונס זענען אראפגעשאסן געווארן באדייט אז זיי קענען נישט באשיצן די לופט? דו ביסט צודרייט? וואו אין די וועלט איז דא אן עיר דיפענס וואס האט א גרעסערע סוקסעס ראטע ווי דאס וואס די איזרעיליס האבן? קוק יעצט וויפיל מכות אמעריקע הויבט אריין! וויפיל באזעס זענען שוין געצילט געווארן?! זיי האבן אסאך מער מכות אריינגעכאפט ווי די איזרעיליס! יא, די איזרעיליס זענען מלומדי מלחמה! עס געפעלט דיר נישט! קראך! קראך! קראך! יא, די איזרעיליעס זענען מעכטיג!

און די מכות וואס איראן האט דעמאלטס געכאפט איז דאך קליפ און קלאר. מען קען דאך זעהן אז זייערע זאפאסן זענען מער ווייניגער ליידיג. דאס רוב פון זייערע ארויסשיסער זענען פארניכטעט, און זייערע מיסעלעס זענען א פארגאנגענהייט. יא, די איזרעיליס האבן א גוטע עירפארס, און איראן האט געכאפט פון זיי מכות עצומות. די מלחמה האט געהאט א שטארקע סוקסעס. קענסט פלאצן!
ב. די. יוק.

און אז נטרונא זוכט אטענשן זאלן זיי טוישן נאמען צו נ"ק, דער רבי האט פאר סי-ען-ען נישט געארבעט.

און דער גרעסטער פראבלעם איז אז וואס וועט ער טון ווען אלעס וועט זיי וואונדערליך גיין גוט? מ'וועט אסר'ן קול מבשר? (נעווער מיינד, מ'האט שוין..)

א דור וואס וואקסט אויף אויף אזא שיטה איז צרות, דער גאנצער על הגאולה רעדט נאר פון ווען ס'גייט זיי יא גוט.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 638
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 1183

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך וואלף »

► Show Spoiler
סאטמארער אין קאפ אריין... אזא סאטמארער ווי יענער וואס רעדט מיט חוצפה אבער ער איז א סאטמארער ווייל ער קומט אויף שבועות..

האסט נקודות טובות אבער ווילד ווי א צאפ, וואס איז דאס שרייבן "די איזרעיליס זענען די שטערקסטע עירפארס אין די וועלט נאך אמעריקע! עם ישראל חי!" הא?

מ'דארף זיך היטן פון לויבן רשעים אפי' זיי זענען געלונגען

און געדענק (הע האסט שוין געוויסט אלץ בחור'ל...) גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, ווער איז נחשב א גרעסערער רוצח דארט אויבן?
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 461
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 549

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך בקיצור »

איך בין דאך נישט קיין סאטמארער...

יעדער האלט אז גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, אבער יענער ארטיקל רעדט פון גשמיות'דיגער הריגה, און ער טענה'ט אז יעדער איינער קען מאכן דעם "פשוט'ן" חשבון אז ביבי האט מער "אידיש בלוט", פון כומעיני.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8763
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21884

Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm אלע רציחות וואס איז נאר פארגעקומען אין ארץ ישראל איז אים צו פארדאנקן. ער האט געבויעט אלע טעראר גרופעס, ער האט זיי פינאנצירט, ער האט זיי צוגעשטעלט די וואפן, ער האט זיי געגעבן די ראט. די גאנצע אקטאבער זיבן איז זיינס! ער איז דער שלאנג! ווען נישט ער וואלט קיין חאמאס נישט געווען, עס וואלט קיין חיזבאלע נישט געווען, נישט קיין חוטיס ושאר מרעין בישין. און אזוי אויך איז ער דער וואס האט אריינגעשיקט די וואפן אין די יהודה ושומרון געגענטער וואס פון דארט ליידער זענען געקומען רוב טעראריסטן וואס האבן גע'רצח'עט מסולתה ומשמנה פון כלל ישראל די לעצטע פאר יאר.

א שמחה גדולה איז די פאקט אז ער איז מער נישט דא! צו ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די מדינה אדער דורך אמעריקע? איך ווייס נישט. אבער די פאקט אז דער מלאך המשחית, דער צורר היהודים, דער פארשאלטענער הונט, דער טויטער נבילה, דער חזר מיער, דער שחיק טמיא, ימח שמו וזכרו, ימח שמו וזכרו, ימח שמו וזכרו, דער היטלער, דער פרעה, דער אנטיוכוס, דער נבוכדנצר, דער חמלניצקי, דער המן בן המדתה האגגי. ער איז טויט! והעיר שושן צהלה ושמחה! באבד רשעים רינה! יא, עס איז א שמחה גדולה אז דער שלאנג איז נישט דא!
באבוד רשעים רינה. ביסט גערעכט.

אבער, דיין אויספיר אז "דער שלאנג איז מער נישט דא", ווענדט זיך. ביזדערווייל קוקט נישט אויס אזוי ליידער. ס'קוקט מער אויס ווי נאך א רינגעלע-געשעעניש אין א קייט וואס וועט זיך ציען ביז משיח קומט.

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm איך קום נישט זאגן אז ביבי איז א צדיק, אבער ווען ביבי זאל גע'הרג'עט ווערן וואלט עס דען אויך געווען אזא שמחה? האט די וועלט געליטן פון אים? האט ער דערמארדעט מיליאנען אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער? האט ער אנגעדרייט טעראר אין כאאס איבער די וועלט? ווי צודרייט און פאריקט קען מען זיין?! ליידער איז ער נישט ערליך, און מיר האפן צום אויבערשטען אז ער זאל אראפשיקן א רוח טהרה אויף די וועלט וואס זאל אויפהייבן יעדע איד א דרגה. ביבי זאל זוכה זיין צו אנערקענען אז אין עוד מלבדו אפס זלתו, און נקודות זאל תשובה טהון אויף זיינע עבירות, בתוך שאר כלל ישראל וואס זאלן אלע ווערן אמת'ע בעלי תשובה.

ווי קען א איד אים פארגלייכן צו דעם נבילה סרוחה??
איך גלייב נישט ער האט געמיינט צו פארגלייכן אין פאקט, נאר אין רעיון.

האב פיינט די ציונים, ווייל זיי קאסטן "אונזערע" לעבנס ה"י ח"ו. דאס איז די פוינט. אידן שטארבן אין אר"י כסדר אן אויפהער, ווייל ציונות האט נישט געברענגט דאס וואס מ'האט געמיינט אז ס'גייט ברענגען.

ועוד: פארגלייך נישט אן אוכל נבילות ומחלל שבת וכו' בעל עבירה וגו', צו אן ערליכער איד וואס האט חטאים!!!! הערסט???? ביטע! ס'לעצטע מאל דו טוסט דאס!!!...

ווייל אט אויף דעם איז געזאגט געווארן "נשתכח תורת הבע"ש", אז דו מיינסט גאר אז א מומר לכל התורה האט א דין ווי דיר. פוי! חס מלהזכיר! ער איז נעבעך א רשע כל כולו! אפגעריסן פון שורש!!! נאדא, זילטש! תיקוני נשמות? זיין עתיד? דאס לאז פאר'ן בעש"ט, לאז פאר השי"ת, דו ווייסט נישט וואס דאס איז. דו ווייס נאר דער פאקט אז ער איז ליידער א יורד עד לעפר, טמא ומטמא, ליידער.

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm 2) ווען עס קומט צו רעדן איבער די פאריגע 12 טעג מלחמה. אויב די סאטמארע שיטה באשטייט פון האלטן אז מדינת ישראל איז שוואך און א דורכפאל, דאן איז די שיטה טיף אין די אדמה! טיף טיף אין דער ערד!

קענסט קראכן! סענטרעל קאמענד, העגסעט, און אנדערע האבן עטליכע מאל געזאגט אז די "צוויי שטערקסע" עירפארסעס איבער די וועלט ארבעטן צוזאמען. יא! קראך! די איזרעיליס האבן די צווייטע צו די שטערסטע עירפארס! עס איז א פאקט! עס געפעלט דיר נישט? איי קענט העלפ יו! אויב איז די סאטמארע שיטה אז די איזרעיליס זענען שוואך, דאן האט זיך די סאטמארע שיטה ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלע דורכפאל! די איזרעיליס זענען די שטערקסטע עירפארס אין די וועלט נאך אמעריקע!
אויסדרוקליך אז נישט דאס איז די סאטמאר'ע שיטה. און זיי זענען יא שטארק.

בד"וו, בדרך אגב, זיי זענען אויך גרויסע ליגנער און פאפער, און דאס אז 80% פון זייער שטארקייט באשטייט פון אמעריקא, דאס מאכן זיי זיכער דו זאלסט נישט הערן. און אמעריקא איז מסכים זיי זאלן אזוי טון. ואכמ"ל.

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm עם ישראל חי! קענסט קראכן איין מאל און נאכאמאל!
אופס! דער קאץ ארויס פון זאק!

ושכינה מה אומרת, קלני מראשי קלני מזרועי.

עם ישראל חי: אין ביהמ"ד!

עם ישראל מרד באלוקיו: איזראעל!

הערסט? הער אויף עס צו הערן, הייב עס אן 'פילן'!!!...

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm דאס אז ניינציג פראצענט מיסעלס און דראונס זענען אראפגעשאסן געווארן באדייט אז זיי קענען נישט באשיצן די לופט? דו ביסט צודרייט? וואו אין די וועלט איז דא אן עיר דיפענס וואס האט א גרעסערע סוקסעס ראטע ווי דאס וואס די איזרעיליס האבן? קוק יעצט וויפיל מכות אמעריקע הויבט אריין! וויפיל באזעס זענען שוין געצילט געווארן?! זיי האבן אסאך מער מכות אריינגעכאפט ווי די איזרעיליס! יא, די איזרעיליס זענען מלומדי מלחמה! עס געפעלט דיר נישט! קראך! קראך! קראך! יא, די איזרעיליעס זענען מעכטיג!
אביסל א נארישע צושטעל. אמעריקא האט נישט קיין ספעציעלע דעפענס אויף זייערע באזעס אין יענע לענדער.

ומצד השני, איזראעלס מיסיל דעפענס סיסטעמען איז אמעריקא'ס געלט און אמעריקא'ס מיסילס. עכ"פ אין גרעסטן טייל.

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 08, 2026 11:12 pm און די מכות וואס איראן האט דעמאלטס געכאפט איז דאך קליפ און קלאר. מען קען דאך זעהן אז זייערע זאפאסן זענען מער ווייניגער ליידיג. דאס רוב פון זייערע ארויסשיסער זענען פארניכטעט, און זייערע מיסעלעס זענען א פארגאנגענהייט. יא, די איזרעיליס האבן א גוטע עירפארס, און איראן האט געכאפט פון זיי מכות עצומות. די מלחמה האט געהאט א שטארקע סוקסעס. קענסט פלאצן!
איראן האט דעמאלס געכאפט מכות. אודאי.

אויך האט איראן דעמאלס "אנגעהויבן" שיסן מיסלס דירעקט קיין ארץ ישראל, א נייע געשעעניש אדאנק די מכות.

וועלכע איז בעסער? איך ווייס נישט. דו ווייסט יא, ווייל דאס הארץ גלוסט צו איין וועג. (מיינס אויך, בד"וו).
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5255

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך הדסים »

@דער תהלים איד @וואלף "אויב איז די סאטמארע שיטה אז די איזרעיליס זענען שוואך, דאן האט זיך די סאטמארע שיטה ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלע דורכפאל! די איזרעיליס זענען די שטערקסטע עירפארס אין די וועלט נאך אמעריקע! עם ישראל חי! קענסט קראכן איין מאל און נאכאמאל!"

למעשה זע איך אז דער עולם איז מסכים אז דאס איז נישט די שיטה, סאו ס'איז נאר געזאגט על הצד..

@וואלף @בקיצור אויב מעגליך לייגט אייער ציטירטע תגובה אין ספוילער, ס'נעמט אויף א האלבע עמוד.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3420
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4027

Re: עעעענדליך!

פאוסט דורך אנדערער »

הדסים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 3:50 pm @דער תהלים איד @וואלף "אויב איז די סאטמארע שיטה אז די איזרעיליס זענען שוואך, דאן האט זיך די סאטמארע שיטה ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלע דורכפאל! די איזרעיליס זענען די שטערקסטע עירפארס אין די וועלט נאך אמעריקע! עם ישראל חי! קענסט קראכן איין מאל און נאכאמאל!"

למעשה זע איך אז דער עולם איז מסכים אז דאס איז נישט די שיטה, סאו ס'איז נאר געזאגט על הצד..

@וואלף @בקיצור אויב מעגליך לייגט אייער ציטירטע תגובה אין ספוילער, ס'נעמט אויף א האלבע עמוד.
אפילו על הצד אז דאס איז די סאטמארע שיטה איז נאך אלץ א שעים צו שרייבן אויף זיי עם ישראל חי
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט