"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פופציגער לחיים טובים ולשלום. איך רעד קיינמאל נישט די שפראך אבער איך מוז עס זאגן לתועלת: דיינע ענטפערס דא פארפעסטיגסט די אידטיש לופט. מענטשן רעד דא זייער נארמאל. ממש א שאד. מען מעג רעדן נארמאל אין יעדע נושא, אריינגערעכנט ווען דער היימשטאט האט געמאכט א גרייז אדער א שפיל, דירעקט אדער אומדירעקט. ביטע ביטע. יישר כח.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 385
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 238

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:17 pm @גראסערי איך ווייס נישט דעם ריכטיגן ענטפער בנוגע די הלכה, אבער אני בעניי, עכ"פ ביז איך הער א צווייטע זייט, פארשטיי עס אזוי:

הלכה'דיג: די עצם רעוואלט איז זיכער נישט קיין סתירה צו הלכה, די הלכה'דיגע שאלה ווערט נאר ווען ער בלייבט שולדיג געלט. סוי ס'איז לכאורה נישטא דא קיין גניבה, ווייל ער צאלט סך הכל שפעט. ער 'האלט אפ' דאס געלט ביז מען קומט זיך אדורך. די הלכה'דיגע שאלה וועט מער זיין אקטועל נאכ'ן זיך יא/נישט אדורכקומען צי מען דארף צוריקצאלן אויפן עבר.
ווען איינער באצאלט נישט פאר איינעם מיט די תירוץ אז ער באצאלט מארגן איז גניבה [ לאו הניתק לעשה], חוץ אז ער פלאנט צו גיין צו א רב קלאר מאכן אז ער האט די רעכט אזוי צו טון
פראקטיק: אין פראקטישן זין, זע איך דא א ערנסטע גערעכטיקייט ביי די טענענטס, פון ביידע זייטן. מצד דעם משכיר איז נישט געשטיגן די מארטגעדזש קאסט פון ווען ער האט עס געבויט, ס'איז נישט ווי א נייע דיעל וואס דארף מאכן נייע חשבונות לויט וויפיל ער גייט יעצט צאלן ביין קלאוזן, ס'איחז אן עקזיסטינג פראדזשעקט וואס בס"ה האט ער געפלאנט צו מאכן כך וכך געלט, און פלוצלינג שפירט ער א געלעגנהייט צו מאכן "מער ווי געפלאנט". ער האט זיכער נישט געפלאנט צו שפרינגען מיט אזא אסטראנאמישע נומער פון איין טאג צום צווייטן. קיינער מאכט נישט אזא פלאן. ס"ה וויל ער פארדינען פונעם געשעענעם פרייזן מצב.
אמת אבער די זעלבע ביזנעס זיינע האט דערלייגט געלד אויף אן אנדערע פלאץ (עקערס פוינט) אין לשיטתו מעג די ביזנעס עס צוריק מאכן פון ערגץ אנדערש (די זעלבע וואס ער האט געטענט ביים צובעטן געלד פון קויפערס)
ווידער מצד די טענענטס, ווען איינער גייט אריין אין א ליעס פון 2 יאר, איז דער דעת הקונה והמקנה אז מ'גייט עס שפעטער איבערפרישן, מיט א שטיקל העכערונג. קיינער גייט נישט אריין על דעת אז "נאך 2 יאר איז עס צוריק יענעמס און דו קענסט רופן א מאווינג טראק". ממילא, אז ס'פאלט אראפ פון הימל א אבנארמאלע העכערונג, איז ער א קלארע בעל דברים דא. ער איז נישט ווי א קאסטומער וואס בעט זיך כעני בפתח "פארקויף מיר". ער איז א "עקזיסטינג טענענט". צו מאכן פון אים פורים איז אויסדרוקליך נישט מענטשליך.
אין אסאך פעלער שיקט יא די לענדלער ארויס, און אין אסאך פעלער גייט מען יא ארויף מיט אסאך רענט
עס פארט אריין אין הלכות רענט, וואס זעט מיר אויס צו זיין זייער אן אומקלארע נושא וויפל מען מעג בעטן, צו דאס איז געבויט לויט די עקספענסעס פונם לענדלער אדער די פרייז אין גאס אא'וו

סיי וויאזוי אויב די זאך קומט אן צו דין תורה ביטע אפדעיטן וואס עס איז געווארן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:37 pm @פופציגער לחיים טובים ולשלום. איך רעד קיינמאל נישט די שפראך אבער איך מוז עס זאגן לתועלת: דיינע ענטפערס דא פארפעסטיגסט די אידטיש לופט. מענטשן רעד דא זייער נארמאל. ממש א שאד. מען מעג רעדן נארמאל אין יעדע נושא, אריינגערעכנט ווען דער היימשטאט האט געמאכט א גרייז אדער א שפיל, דירעקט אדער אומדירעקט. ביטע ביטע. יישר כח.
איך האלט נישט אז לופט אין א שמועס וואס עמיצער האט אויפגעברענגט כדי צו שפינען א שוין-בארימטע מחלוקה אגענדע, און פרעגט איבער שוין-פארענטפערטע פראגן מיטן ציל צו צימבלען די מיטשמועסער, קען נאך "ווערן" פארפעסטיגט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פופציגער דו האסט פון די ערשטע מינוט נישט געלאזט ענטפערן. דו האסט אים ממש באוואשן און באשריגן אויף יעדעס ווארט זיינע על לא דבר. ער האט זייער ריכטיג מעיר געווען לכל הדיעות, אפילו @שאינו יודע לשאול פארשטייט עס. עס איז מיר נישט ווערד דיר צו אויפווייזן די אומריכטיגקייט פון דיינע שארפע אפענטפערס צו אים און צו אנדערע אין די טעמע, איך פרוביר נאר דאס מייניגע למען התועלת.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3672
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9692

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:22 pm @שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
אויב דו ווילסט צוריקגיין צום אנהייב און זעהן וואו איך בין מחולק מיט אים, אט:

אויף פעידזש 85 איז געשטאנען בעסיקלי אזוי:

אן סיען שרייט: די היימשטאט זאגט אז די בויער בעטן טייער ווייל האלץ איז טייער? ס'נישט אמת! קיינער זאגט עס נישט!

האט איך גענטפערט: די היימשטאט האט דאס נישט געשריבן. די נייעס איז פשוט רעלעוואנט סיי אויפן עתיד, ווי טייל האבן געזאגט, און סיי אלס קרישקעלע בענין ארויפגעשרויפטע פרייזן.

האלץ איז אראפ? צעמענט איז ארויף! לאונס אויך!

נו נו... ווער האט געזאגט אנדערש?

די היימשטאט ווייזט פאלשע נומערן! ווייל בעפאר קאוויד איז עס געווען אסאך ביליגער!

די נומערן זענען א טראפ ארויפגעשפילט, אבער די נייעס איז אמת, און דיינע נומערן זענען אויך אראפגעשפילט.

סאיז געווען א פיצי טראסק, מסתמא פאר איין טאג!

שקר. און די אויפשטייג וואס ער האט געוויזן איז שוין אויך אויפן וועג אראפ.

די עווריזש פון די יאר איז פון די זייער הויכע!

נישט ווען דו קוקסט אויף די לעצטע פינף יאר.

און שוין. און פארטיג. איך בין אינגאנצן משוגע פארן פארברענען מיין צייט אויף דעם נארישן וויכוח. בל"נ בין איך פארטיג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:08 pm און שוין. אוין פארטיג. איך בין אינגאנצן משוגע פארן פארברענען מיין צייט אויף דעם נארישן וויכוח. בל"נ בין איך פארטיג.
וועלקאם צו די קלאב. ברוכים תהיה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:08 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:22 pm @שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
אויב דו ווילסט צוריקגיין צום אנהייב און זעהן וואו איך בין מחולק מיט אים, אט:

אויף פעידזש 85 איז געשטאנען בעסיקלי אזוי:

אן סיען שרייט: די היימשטאט זאגט אז די בויער בעטן טייער ווייל האלץ איז טייער? ס'נישט אמת! קיינער זאגט עס נישט!

האב איך גענטפערט: די היימשטאט האט דאס נישט געשריבן. די נייעס איז פשוט רעלעוואנט סיי אויפן עתיד, ווי טייל האבן געזאגט, און סיי אלס קרישקעלע בענין ארויפגעשרויפטע פרייזן.
ריכטיג. און עטליכע דא, ווי @יאנטשי און @דער תהלים איד און איך געדענק נישט ווער נאך, האבן קלאר געמאכט אז קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן אז די פראנט פעידזש העדליין נייעס איז געווען אלס פאזיטיווע עתיד, אדער אלס קרישקע, און @פישפיקלאדיין האט עס באשטעטיגט אז די גרויסע נייעס איז געווען כדי צו "קראכן די באבל פון די וואס זאגן אז עס קאסט טייער". ממילא, איז @Monroe On Scene יא געווען גערעכט, און די אטאקעס קעגן אים זענען ווידער מיאוס און אומריכטיג.

יעצט לגבי די נומערן, די גראדע נארמאל וועג האט ער למעשה געזאגט. ס'איז ארויף, ס'איז צוריק אראפ, לעצטנס איז עס אביסל צוריק ארויף, און שוין נישט צוריק אראפ אזוי שטארק ווי בעבר, און יעצט שטייגט עס. דאס איז די גראדע מציאות. דרייען דריידלעך קען מען, אבער היות דאס איז אין לדבר סוף בין איך געקומען נעכטן און פרובירט צו אויסגראדן די פרטים, פרעגנדיג מער פשוט און גראד "איז אמת אז די האלץ איז 'יעצט' אראפ צו די נומערן פון בעפאר קאוויד"? האט @פישפיקלאדיין געענטפערט אז יא, ס'איז אזוי געווען יעצט צום ערשטן מאל. און דו ביסט מסכים אז ניין עס איז שוין געווען אזוי א יאר צוריק. סאו דאס אלעס וואס איך האב געוואלט קלאר מאכן.

@פופציגער דו האסט בלויז געענטפערט כסדר אז די היימשטאט האט גארנישט געמיינט, עס איז נאר געווען א פאזיטיווע נייעס, און אז מען רעכנט יולי כאטש דאס איז נישט די עוורידזש ווייל למעשה די גויים בויען אין יולי, און נאך ענליכע ענטפערס וואס קיין איינער, אדער כמעט קיין איינער דא, האט נישט געהאלטן אז דאס איז אויפריכטיג. און יעצט זאגסטו אז מען האט שוין אויף אלעם געענטפערט. עכ"פ היוצא לנו איז, אז די היץ פון באשרייען די וואס קלערן אנדערש, זייער זייער אומאנגענעם און אומפאסיג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:43 pm @פופציגער דו האסט פון די ערשטע מינוט נישט געלאזט ענטפערן. דו האסט אים ממש באוואשן און באשריגן אויף יעדעס ווארט זיינע על לא דבר. ער האט זייער ריכטיג מעיר געווען לכל הדיעות, אפילו @שאינו יודע לשאול פארשטייט עס. עס איז מיר נישט ווערד דיר צו אויפווייזן די אומריכטיגקייט פון דיינע שארפע אפענטפערס צו אים און צו אנדערע אין די טעמע, איך פרוביר נאר דאס מייניגע למען התועלת.
קוק איבער וועסטו זען אז איך האב גענומען צייט זיך צו באציען צו זיינע ארגומענטן, הגם טאקע אויסגעפירט מיט אביסל פרוסטראציע אויף זיין מחלוקה אגענדע.

לאמיר דיר ערקלערן פארוואס איך ווער אזוי פרוסטרירט, און פארוואס איך רעזערוויר די רעכטן צו זאגן אז דער שמועס איז פארפעסטיגט פון אנהייב.

אני הקטן, סיי מיט מיין פופציגער ניק, און סיי מיט מיין טלית בייטל נאמען, בין באקאנט צווישן מיינע ארומיגע אלס א פראו עסטעבלישמענט אקטיוויסט. איך האב א שיטה דערביי, שאכמ"ל, אבער אזוי איז עס, איך נעם געווענליך די צד פון די עסטעבלישמענט.

אין דעם נושא ספעציפיש, די דירות אין קרית יואל, און נאך מער ספעציפיש, די דעוועלאפער, און נאכמער ספעציפיש, דער בונה ומקים פון שכונת ויואל משה און עיקערס ענקלעיוו, האב איך שוין אסאך טינט פארגאסן. איך בין פארווארפן געווארן פון אייוועלט און געקומען אונטער דירעקטע גילוי אטאקעס, ווען איך האב זיך אנגענומען פאר'ן דעוועלאפער אין א צייט ווען עס איז נאכנישט געווען פאפולער צו נעמען זיין צד...

דעם שטעלונג האב איך נישט אויפגעגעבן, איך בין נאכאלץ פרא די היימישע דעוועלאפער - און איך רעד פון מערסטנס היימישע דעוועלאפער, נישט לימיטעט צו איינעם, אבער עס קען נישט פארלייקנט ווערן אז כ'האב א ספעציעלע הערצה צו איין דעוועלאפער וועמען איך באטראכט ווי א ריכטיגער העלד און א זעלטענער לב טוב.

נאר וואס? עס איז דא א סיבה פארוואס מיינע ארומיגע גלייכן צו דעבאטירן מיט מיר אין דעם נושא, און דאס איז ווייל איך פרוביר נישט אנגעשטעקט צו ווערן פון קאפ-אין-וואנטיזם.

דאס הייסט, ווען איינער גייט קאמפלעינען אויף א געוויסע סטאנדארט וויאזוי מ'בויט אין קרית יואל, וועל איך נישט תיכף אנהייבן טראכטן אז ער בלעימט דעם און יענעם, נאר איך וועל קענען טראכטן אויפריכטיג, און אפילו צושטימען אז דער סטאנדארט וואלט געמעגט זיין אנדערש, און פארשטיין אז ווען מ'רעדט פון א סטאנדארט, איז נישט פשט אז מבלעימט עמיצן. פארקערט, דער דעוועלאפער זאל טאקע בויען לויט'ן סטאנדארט.

דאס זעלביגע ווען א דעוועלאפער מאכט אמאל א טעות - עפעס וואס יעדע בשר ודגים קען באווייזן - ספעציעל א טעות וואס דער דעוועלאפער אליינס זאגט אז ס'געווען א טעות, וועל איך עס נישט זוכן צו פארדעקן, נאר פארקערט, איך האלט אז דאס מודה זיין אין א טעות שענקט די גרעסטע נאמנות.

אזוי אויך ווען מ'וויינט אויף פרייזן, און מ'פרובירט צו אפקילן די "פאניק" ביים ציבור דורכ'ן זאגן אז ס'דא האפענונג, וועל איך עס נישט באטראכטן ווי אן אנטי דעוועלאפער אגענדע, נאר ווי א מאוומענט וואס יעדער דעוועלאפער דארף זיך פרייען אז ס'דא ווער ס'טוט עס.

וואס פאסירט אבער ווען מ'נעמט דעם קאפ-אין-וואנט קארטל און אין יעדע זאך זעט מען אנטי דעוועלאפער רעטאריק? דאן הייבט מען אן אויסקוקן ווי דער נאר אין מקוה...

ווילאנג דו האסט זיך נישט אויפגעשטעלט שרייען "איך בין נישט קיין נאר" האט קיינער נישט געקלערט אז דא איז דא עפעס א דין ודברים בכלל איבער דיר, די רגע דו שטעלסט זיך אויף באשיצן דיין פאזיציע, האסטו געפליפט דעם קארטל... יעצט איז שוין דא פאזיציעס, ס'שוין א מערכה קעגן דיר, און אפילו אויב האסטו גערעכטע קאנטער-ארגומענטן זאגט די וועלט "דאס וועסטו שוין ענטפערן פאר די גאנצע שטאט"... דער גערוך איז פריי געשיקט געווארן.

אלזא, ווען איך שטיי אין פארטיידיג דעוועלאפער יעדע מאל ס'קומט אויף עפעס א שערורי' קעגן זיי, און מיטאמאל טרעף איך זיך מיט עמיצן כלומרשט אין מיין טיעם, פראו דעוועלאפער, וואס זיין איינציגע ציל איז צו אונטערדרייען נאך מערכות, און זיכערמאכן אז יעדע שערורי' זאל באיזה אופן דירעקטירט ווערן קעגן דעוועלאפער, ווער איך פרוסטרירט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:07 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:08 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:22 pm @שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
אויב דו ווילסט צוריקגיין צום אנהייב און זעהן וואו איך בין מחולק מיט אים, אט:

אויף פעידזש 85 איז געשטאנען בעסיקלי אזוי:

אן סיען שרייט: די היימשטאט זאגט אז די בויער בעטן טייער ווייל האלץ איז טייער? ס'נישט אמת! קיינער זאגט עס נישט!

האב איך גענטפערט: די היימשטאט האט דאס נישט געשריבן. די נייעס איז פשוט רעלעוואנט סיי אויפן עתיד, ווי טייל האבן געזאגט, און סיי אלס קרישקעלע בענין ארויפגעשרויפטע פרייזן.
ריכטיג. און עטליכע דא, ווי @יאנטשי און @דער תהלים איד און איך געדענק נישט ווער נאך, האבן קלאר געמאכט אז קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן אז די פראנט פעידזש העדליין נייעס איז געווען אלס פאזיטיווע עתיד, אדער אלס קרישקע, און @פישפיקלאדיין האט עס באשטעטיגט אז די גרויסע נייעס איז געווען כדי צו "קראכן די באבל פון די וואס זאגן אז עס קאסט טייער". ממילא, איז @Monroe On Scene יא געווען גערעכט, און די אטאקעס קעגן אים זענען ווידער מיאוס און אומריכטיג.

יעצט לגבי די נומערן, די גראדע נארמאל וועג האט ער למעשה געזאגט. ס'איז ארויף, ס'איז צוריק אראפ, לעצטנס איז עס אביסל צוריק ארויף, און שוין נישט צוריק אראפ אזוי שטארק ווי בעבר, און יעצט שטייגט עס. דאס איז די גראדע מציאות. דרייען דריידלעך קען מען, אבער היות דאס איז אין לדבר סוף בין איך געקומען נעכטן און פרובירט צו אויסגראדן די פרטים, פרעגנדיג מער פשוט און גראד "איז אמת אז די האלץ איז 'יעצט' אראפ צו די נומערן פון בעפאר קאוויד"? האט @פישפיקלאדיין געענטפערט אז יא, ס'איז אזוי געווען יעצט צום ערשטן מאל. און דו ביסט מסכים אז ניין עס איז שוין געווען אזוי א יאר צוריק. סאו דאס אלעס וואס איך האב געוואלט קלאר מאכן.

@פופציגער דו האסט בלויז געענטפערט כסדר אז די היימשטאט האט גארנישט געמיינט, עס איז נאר געווען א פאזיטיווע נייעס, און אז מען רעכנט יולי כאטש דאס איז נישט די עוורידזש ווייל למעשה די גויים בויען אין יולי, און נאך ענליכע ענטפערס וואס קיין איינער, אדער כמעט קיין איינער דא, האט נישט געהאלטן אז דאס איז אויפריכטיג. און יעצט זאגסטו אז מען האט שוין אויף אלעם געענטפערט. עכ"פ היוצא לנו איז, אז די היץ פון באשרייען די וואס קלערן אנדערש, זייער זייער אומאנגענעם און אומפאסיג.
פאלנע שקרים.

אומגלויבליך.

איך מוז דיר עס אבער געבן... איך גלייך דיין אפראוטש פון "קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן" און "קיינער האט נישט געהאלטן אז ס'איז אויפריכטיג"... מיר פלעגן עס נוצן צו באקומען ערלויבעניש פון די עלטערן צו גיין צו די פלעיס חול המועד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

איך ליין איבער מיינע תשובות אין די פריערדיגע בלעטער, איך ליין איבער וואס אנדערע האבן געשריבן, איך פרוביר עס צו קאמפעירן מיט וואס @Azoi Tzi Zugen שרייבט דא, און עס גייט מיר ממש נישט.

ניין, נישט אלעס איז ממש שקרים, אבער צווישן שטארקע ספינס און גראבע שקרים.

איך ווינדער זיך וועלכע אינערליכער-בהמה שטופט מיר צו ענטפערן ווייטער אין אזא שמועס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 508
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 668

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:40 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:37 pm @פופציגער לחיים טובים ולשלום. איך רעד קיינמאל נישט די שפראך אבער איך מוז עס זאגן לתועלת: דיינע ענטפערס דא פארפעסטיגסט די אידטיש לופט. מענטשן רעד דא זייער נארמאל. ממש א שאד. מען מעג רעדן נארמאל אין יעדע נושא, אריינגערעכנט ווען דער היימשטאט האט געמאכט א גרייז אדער א שפיל, דירעקט אדער אומדירעקט. ביטע ביטע. יישר כח.
איך האלט נישט אז לופט אין א שמועס וואס עמיצער האט אויפגעברענגט כדי צו שפינען א שוין-בארימטע מחלוקה אגענדע, און פרעגט איבער שוין-פארענטפערטע פראגן מיטן ציל צו צימבלען די מיטשמועסער, קען נאך "ווערן" פארפעסטיגט.
@פופציגער

דא אויף אידטיש איז יעדער אנאנים, מילא קענסטו נישט ארויפקלעבן די מחלוקה אגענדע אויף אים, נאכדעם וואס באמת פירט ער דאס אן מיט אן אנדערע ניק, און מיט דעם ניק "רעדט ער קיינמאל נישט דעם שפראך".
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:36 pm אני הקטן, סיי מיט מיין פופציגער ניק, און סיי מיט מיין טלית בייטל נאמען, בין באקאנט צווישן מיינע ארומיגע אלס א פראו עסטעבלישמענט אקטיוויסט. איך האב א שיטה דערביי, שאכמ"ל, אבער אזוי איז עס, איך נעם געווענליך די צד פון די עסטעבלישמענט.

אין דעם נושא ספעציפיש, די דירות אין קרית יואל, און נאך מער ספעציפיש, די דעוועלאפער, און נאכמער ספעציפיש, דער בונה ומקים פון שכונת ויואל משה און עיקערס ענקלעיוו, האב איך שוין אסאך טינט פארגאסן. איך בין פארווארפן געווארן פון אייוועלט און געקומען אונטער דירעקטע גילוי אטאקעס, ווען איך האב זיך אנגענומען פאר'ן דעוועלאפער אין א צייט ווען עס איז נאכנישט געווען פאפולער צו נעמען זיין צד...

דעם שטעלונג האב איך נישט אויפגעגעבן, איך בין נאכאלץ פרא די היימישע דעוועלאפער - און איך רעד פון מערסטנס היימישע דעוועלאפער, נישט לימיטעט צו איינעם, אבער עס קען נישט פארלייקנט ווערן אז כ'האב א ספעציעלע הערצה צו איין דעוועלאפער וועמען איך באטראכט ווי א ריכטיגער העלד און א זעלטענער לב טוב.
איך ווייס נישט פארוואס דא קומט אריין עקיבא הערש קליין, אדער שכונת ויואל משה, אדער עסטעבלישמענט, אבער איך גיי צושטימען אז @פופציגער איז זייער זייער א אויפריכטיגע און רעספעקטירטע ניק. טאקע דערפאר האט מיר אזוי שטארק געבאדערט אז ווען עס קוצט צו עפעס וואס די שטאטישע צייטונג האט געשריבן אומריכטיג, בטעות אדער בדוקא, ווערסטו אזוי הייז אז דו האסט דא איינעם ממש באוואשן אין די צייט וואס איך האב געזען אין זיינע ווערטער נאר אויפריכטיגקייט. איך זאג נישט אז דו האסט נישט געהאט קיין ענטפערס, אבער א ענטפער וואס איז אזוי שוואך קומט נישט צו זיין באגלייט מיט פעך און שוועבל קעגן דעם וואס איז נישט אזא פייערדיגע חסיד פאר א צייטונגס ווארט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:54 pm

יא, איך מיין אז מיין רעפוטאציע ווערט כסדר איבערגעריסן מיט אזעלכע עפיזאדן ווען איך קען זיך נישט איינהאלטן און איך גיי שארף קעגן אנטי עסטעבלישמענט ניקס.

סארי, קען זיין כ'בין געגאנגען צו שארף, כ'וועל פרובירן זיך צו האלטן רואיגער.

ס'האט מיר פשוט ארויסגענומען פון די כלים צו זען ווי איינער פרובירט מיט אלע כוחות צו פארשמירן די דעוועלאפער מיט נישט געשטויגענע מערכות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 508
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 668

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:07 pm
ריכטיג. און עטליכע דא, ווי @יאנטשי און @דער תהלים איד און איך געדענק נישט ווער נאך, האבן קלאר געמאכט אז קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן אז די פראנט פעידזש העדליין נייעס איז געווען אלס פאזיטיווע עתיד, אדער אלס קרישקע, און @פישפיקלאדיין האט עס באשטעטיגט אז די גרויסע נייעס איז געווען כדי צו "קראכן די באבל פון די וואס זאגן אז עס קאסט טייער". ממילא, איז @Monroe On Scene יא געווען גערעכט, און די אטאקעס קעגן אים זענען ווידער מיאוס און אומריכטיג.
עס איז טאקע אריבער א פאר וואכן, אבער איך האב דאס נישט געשריבן!

מיר האבן גערעדט פון "קראכן דעם באבל פון העכערן דעם פרייז דורך ענדלאזע פרישע תירוצים", אפי נאכדעם וואס די אלטע תירוצים זענען שוין נישט נוגע גייט מען ארויף נאך העכער צוליב די פון פריש געשאפענע תירוצים.

און דאס האט דער ארטיקל זייער גוט געדינט לטובת תושבי העיר, זיך באקענענדיג מיטן סטאטוס פון די אלטע תירוצים בעת מען באטראכט גרינטליך די פרישע סחורה, אויף "ווי ווייט עס איז אמת".

און עס איז בכלל נישט נוגע אויב די נומער איז אביסל ארויף אדער אראפ סיי וועלכע חודש, די פוינט איז וואס עס איז.

און איך גלייב אז רוב רובם פון די היימשטאט ליינער טוען זייער דאנקבאר זיין זייער ארבעט.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1600
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3388

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:59 pm מיר האבן גערעדט פון "קראכן דעם באבל פון העכערן דעם פרייז דורך ענדלאזע פרישע תירוצים", אפי נאכדעם וואס די אלטע תירוצים זענען שוין נישט נוגע גייט מען ארויף נאך העכער צוליב די פון פריש געשאפענע תירוצים.
איך האב דיר נאר דערמאנט דא ווייל עס איז געווען ווער עס האט געוואלט זאגן אז די העדליין האט בכלל נישט געמיינט די תירוצים פון בילדער נאר סתם א פאזיטיווע נייעס ממילא האט מען געדארפט אטאקירן א ניק פארן ברענגען די אינפארמאציע. האב איך געשריבן אז דו האסט געזאגט אנדערש, און דו באשטעטיגסט עס יעצט אויך, אז מען האט טאקע געוואלט אטאקירן די פאלשע תירוצים פון די בילדער. דאס האט מען דא געזאגט. ווידער דיינע נקודות דא וועגן אלטע פאלשע תירוצים און נייע פאלשע תירוצים פארשטיי איך נישט. וואס איז פאלש, אז פרייזן פון בויען איז ארויף? פארוואס איז עס פאלש. אפשר קענסטו ערקלערן דיינע ווערטער מען זאל עס פארשטיין. דאס אמאל זיכער אז די דירות זענען געשטיגן אסאך מער ווי די פרייזן אבער דאס קען מען עקסטער שרייבן מיר רעדן יעצט צו די פרייזן גייען טאקע ארויף אדער אראפ.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

מ'קען מיינען מהאט דא ארויפגעברענגט דעם היימשטאט רעדאקטער פערזענליך און אויסגעפרעגט אונטער א שבועה פאר קאנגרעס... בארואיגט אייך... יעדער מעג פארשטיין א נייעס וויאזוי ער פארשטייט עס...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

פין מיין זייט העלעך ממשיך זיין צי ברענגען זאכן וואס זענען קראנט. כאב שוין געזאגט סשטערט מעך נישט אזוי שטארק אז משרייבט ציריק כפאשטיי אז ספאלט אריין האקעלע זאכן וואס אמאל קען איינער פולן נישט באקוועמט
אבער פיפציגער מיין גרופ איז כמעט נישט קרית יואלע און סיז נישט דעוועלעפער נאר אינוועסטער

viewtopic.php?p=114113#p114113
דא האב איך פארציילט וועגן די נייע וועג פין בויען מיט ביליגע פענדעישנס און די ערשטע שטאק האלץ
דעיס איז די הייזער פין זיידא בערקאוויטש
אויב איך געדענק גיט איז געווען נייעס א יאר ציריק איבער אים ביי סאטמארע רבי אז ער קען בויען פאר 200 אדער 250 איך געדענק שוין ניש
אינטערסאנט צי זיין פלאן איז געווען צי בויען אין קרית יואל אויך אזא וועג אדער דעיס איז שוין א נייע חידיש
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 508
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 668

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:18 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:59 pm מיר האבן גערעדט פון "קראכן דעם באבל פון העכערן דעם פרייז דורך ענדלאזע פרישע תירוצים", אפי נאכדעם וואס די אלטע תירוצים זענען שוין נישט נוגע גייט מען ארויף נאך העכער צוליב די פון פריש געשאפענע תירוצים.
איך האב דיר נאר דערמאנט דא ווייל עס איז געווען ווער עס האט געוואלט זאגן אז די העדליין האט בכלל נישט געמיינט די תירוצים פון בילדער נאר סתם א פאזיטיווע נייעס ממילא האט מען געדארפט אטאקירן א ניק פארן ברענגען די אינפארמאציע. האב איך געשריבן אז דו האסט געזאגט אנדערש, און דו באשטעטיגסט עס יעצט אויך, אז מען האט טאקע געוואלט אטאקירן די פאלשע תירוצים פון די בילדער. דאס האט מען דא געזאגט. ווידער דיינע נקודות דא וועגן אלטע פאלשע תירוצים און נייע פאלשע תירוצים פארשטיי איך נישט. וואס איז פאלש, אז פרייזן פון בויען איז ארויף? פארוואס איז עס פאלש. אפשר קענסטו ערקלערן דיינע ווערטער מען זאל עס פארשטיין. דאס אמאל זיכער אז די דירות זענען געשטיגן אסאך מער ווי די פרייזן אבער דאס קען מען עקסטער שרייבן מיר רעדן יעצט צו די פרייזן גייען טאקע ארויף אדער אראפ.
פאלש איז: אז די פרייז פון היינטיגע בויען צווינגט צו בעטן די פרייזן וואס מען בעט היינט.

קיינער זאגט נישט אז בויען איז נישט טייער.

קיינער זאגט נישט אז פרייזן זענען נישט דראמאטיש ארויף אין די לעצטע יארן.
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

Monroe On Scene האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 5:58 am העלאו. קודם די ערשטע זאך כזעי סגעווארן הייס און משרייבט אז כבין אויף א דעוועלעפער גרופ
צי זיין קלאר סיז אינוועסטארס ניש דעוועלעפערס
רוב זענען נישט פון קרית יואל נאר יעצט איזעס אין די נייעס רעדט מען מער פון קרית יואל
און כברענג נאר זאכן וואס מזעט אויף דאקומענטס ניש סתם פלאדערייען
פליז ניש פארמיסן צי זיין דא. פליז ניש אטאקירן פאר גארניש
טענקס

סיז געווארן א שמיעס וועגן פרייזן פין הייזער אין קרית יואל וויפיל סיז געשטיגן ביז יעצט
די עכטע נאמבערס איז
פין יאר 17 ביז יאר 24 איז געשפרונגן מיט בערך 100 פערצענט
אין 17 איז געווען די עווריטש 250
דא האסטי פון MK אין יאר 17 וואס איז 280 א סקווער פוס אבער סיז אין צענטער מהאט געקענט האבן פאר 250 אויך
08-2017.png

אין יאר 18 איז עס כמעט ניש געשטיגן לכאורה אדאנק אנעקסעשן
דא האסטי פין MK חודש NOV אין יאר 18 וואס איז עווריטש 250 א סקווער פוס
MK 11-2018.png

סוי אז יעצט איז די עווריטש 500 קימט אויס אז די עכטע שפרונג למעשה איז 100 פערצענט אין 7 יאר
אנדערע אידישע פלעצער האב איך נישט יעצט אינפא אויף פעיפער אבער סיז בפשטית געשפרונגן אדער די זעלבע אדער אפילי סאך מער
ניש צי בארעכטיגן נאר צי זען די מציאת
כאב נישט געוואלט זאגן נאמבערס פון ווילי פאר איך שאף הארטע נאמבערס ווייל אז נישט קען עס זיין סתם נאמבערס
יעצט האב איך געטראפן איינער וואס האט געשריבן קאנטרעקט סוף יאר 2018 אויף א שיינע נייע דעוועלעפמענט אויף העריסען מיט 10 פיס סילינג און אסאך עקסטערס מהאט אריינגעמופט דארט בערך 3 יאר ציריק
די פרייז ביי קאנטרעקט איז געווען $575 א סקווער פיס
כלייג דא זיין קאנטרעקט
WB 2018-2019.jpg
WB 2018-2019.jpg (309.38 KiB) געזען געווארן 348 מאל
אז מ'וויל גיין צו 2017 איז עס מסתמה געווען ביליגער אבער כאב נישט געטראפן קיין הארטע זאך פין יענע יאר

יעצט וואס מצאלט היינט פאר נייע בילדונגס איז דאבל די פרייז
זעליג ווייס ביי ראוז קעסטל פארקינג לאט בעט $1100 פאר א ס"פ
ראטה ביי עידן פעלעס בעט 1150 א ס"פ אויב מלייגט אראפ כמעט מיליאן פארויס
די פייזער לאט דעשינסקי אין רעבינאוויטש בעטן פאר אינטערשטע שטאקן $1050 און פאר דע הויכע שטאקן $975. זיי זענען אביסל ביליגער ווייל סיז 5 מענטשן יעדע האלוועי אביסל ווי די אלטע פראזשעקטס און אויך האט די לאט געקאסט זייער ווייניג UJO האט געהאלפן עס באקימען

לכאורה פון 2017 איז ווילמסבורג געשפרינגען מער ווי 100 פערצענט אנפארשענעטלי
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Monroe On Scene האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:23 pm

טאקע אינטערסאנט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

וועגן די היסטערי אין קרית יואל האב איך געשריבן אז 2017 איז געווען די עווריזש $250 און היינט איז די עווריזש דאפלט
מהאט מיך מעורר געווען 2 זאכן איינס אז די עווריזש יעצט איז נישט גאנצע 500 רוב זענען ביליגער אפילי בנציון קליין אין סענטער אויך. אבער כבין נישט זעכער וויאזוי צי רעכענען
אבער א צווייטע זאך אז 2016 איז שוין די נאמבער געווען $225 די סיבה פאוואס סהאט זיך געהאלטן נידריג אין 2017 איז נאר געווען וועגן שכינת ויואל משה האט געגעבן פאר $200

קארלסבורג האט מען פארקויפט 2016 ווען די בילדער האט געקויפט די לאט פאר ביליג ציזאמען מיט ברך משה
אנהייב האט מען געבעטן $50000 מער ווי ברך משה פער דירה סיז אויסגעקומען ביליגער ווי מארקעט
אינמיטן האט מען אפגעשטעלט און סיז ארויף אביסל
איך האב גערעט מיט 2 וואס האבן געקויפט פון די 2טע חלק איינער איז א וואקאין ער האט באצאלט $485000 די צווייטע איז א טאפ פלאר ער האט באצאלט $545000

די הייזער דארט זענען 2100 פלאס ס"פ סוי איך רעכן 2200
וואקאין קימט אויס $220 א ס"פ
Karlsburg walkin.jpg
Karlsburg walkin.jpg (4.89 KiB) געזען געווארן 345 מאל
טאפ פלאר קימט אויס $225 א סקווער פיס
Karlsburg Top.png
Karlsburg Top.png (4.27 KiB) געזען געווארן 345 מאל
דא האב איך אראפגערעכנט $50000 פין די פרייז ווייל דעיס איז פאר די בוידעם
סוי יאר 2016 האט מען געצאלט ביליגערהייט ארים $220

איז עס געשפרונגן ווייניגער ווי דאפלט פין 2017
שוין יעצט קימט א פעסטע שפרינג אויף אראפ כרעד פון פאר די קאמיטע פרייזן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Monroe On Scene האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 5:45 pm וועגן די היסטערי אין קרית יואל האב איך געשריבן אז 2017 איז געווען די עווריזש $250 און היינט איז די עווריזש דאפלט
מהאט מיך מעורר געווען 2 זאכן איינס אז די עווריזש יעצט איז נישט גאנצע 500 רוב זענען ביליגער אפילי בנציון קליין אין סענטער אויך. אבער כבין נישט זעכער וויאזוי צי רעכענען
אבער א צווייטע זאך אז 2016 איז שוין די נאמבער געווען $225 די סיבה פאוואס סהאט זיך געהאלטן נידריג אין 2017 איז נאר געווען וועגן שכינת ויואל משה האט געגעבן פאר $200

קארלסבורג האט מען פארקויפט 2016 ווען די בילדער האט געקויפט די לאט פאר ביליג ציזאמען מיט ברך משה
אנהייב האט מען געבעטן $50000 מער ווי ברך משה פער דירה סיז אויסגעקומען ביליגער ווי מארקעט
אינמיטן האט מען אפגעשטעלט און סיז ארויף אביסל
איך האב גערעט מיט 2 וואס האבן געקויפט פון די 2טע חלק איינער איז א וואקאין ער האט באצאלט $485000 די צווייטע איז א טאפ פלאר ער האט באצאלט $545000

די הייזער דארט זענען 2100 פלאס ס"פ סוי איך רעכן 2200
וואקאין קימט אויס $220 א ס"פ
Karlsburg walkin.jpg

טאפ פלאר קימט אויס $225 א סקווער פיס
Karlsburg Top.png

דא האב איך אראפגערעכנט $50000 פין די פרייז ווייל דעיס איז פאר די בוידעם
סוי יאר 2016 האט מען געצאלט ביליגערהייט ארים $220

איז עס געשפרונגן ווייניגער ווי דאפלט פין 2017
שוין יעצט קימט א פעסטע שפרינג אויף אראפ כרעד פון פאר די קאמיטע פרייזן
זייער אינטערסאנט!

די פראגע איז וואו מעסט מען.
מיין פראגע איז:

1. אפשר זאל מען קאמפעירן פרייזן פון ענקלעיוו וכדומה דאן און היינט? מאכט לכאורה מער סענס, ווייל מ'רעדט פון א סטאבילע דעוועלאפמענט, נישט קיין רשעות'דיגע פרייזן, און ס'נאך אנגאאינג פונקט ווי דאן. דאס הייסט לכאורה קאמפעירט עפל צו עפל.

2. אויף וואס קוקט מען? אויף "מארקעט פרייז" ביי סטאבילע דעוועלאפמענטס? אדער קוקט מען אויף פרייזן וואס מ'האט געזען אינווידועלע ליסטינגס? עס איז א ריזיגע חילוק, כמובן...

3. וועלכע 5 יאר זאל מען רעכענען? פון 2017 ביז 2022 אדער פון 2019 ביז 2024? עס איז א גרויסע חילוק.

איך ווייס נישט וואס די רעזאלטס גייען זיין, איך ברענג נאר אויף.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

די שמיעס איז געווען אויף 5 6 יאר ווייל אזוי האט די היימשטאט גערעדט
וויזוי מרעכנט איז לכאורה די בעסטע צי קיקן אויף פראזשעקטס נישט סינגלס
בראך ביי העריסאן איז א גיטע קאמפעריסן צי ראטה ביי עידן
קארלסבורג איז א גיטע קאמפעריסן צי בנציון קליין און ענקלעוו
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6275

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Monroe On Scene האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 6:28 pm די שמיעס איז געווען אויף 5 6 יאר ווייל אזוי האט די היימשטאט גערעדט
וויזוי מרעכנט איז לכאורה די בעסטע צי קיקן אויף פראזשעקטס נישט סינגלס
בראך ביי העריסאן איז א גיטע קאמפעריסן צי ראטה ביי עידן
קארלסבורג איז א גיטע קאמפעריסן צי בנציון קליין און ענקלעוו
דאן איז לכאורה די ריכטיגע וועג צו מעסטן, קוקן ביי דעוועלאפמענטס וואס זענען דא געווען סיי דאן און סיי היינט.

ווייל אלע דעוועלאפמענטס אין שטאט האבן מעלות און חסרונות.

בנוגע צי מען רעכנט דעוועלאפמענטס אדער סינגלס, דארף מען עכט אנפרעגן דעם בריוו שרייבער... אדער, אויב זעט מען אז ס'שטימט נאר מיט איינס פון די צוויי, איז דאך פשוט אז פון דעם האט ער גערעדט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

קען זיין סיז א גיטע וועג אבער אין ווילי האב איך נישט אזא פראזשעקט ווייל דארט גייט שנעלער צי בויען
שרייב פאוסט