אזוי צו זאגן, ביז יעצט האב איך געהאלטן אז דו ביסט אויפריכטיג, יעצט זעה איך אז כ'האב א טעות געהאט.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:18 pmאיך האב דיר נאר דערמאנט דא ווייל עס איז געווען ווער עס האט געוואלט זאגן אז די העדליין האט בכלל נישט געמיינט די תירוצים פון בילדער נאר סתם א פאזיטיווע נייעס ממילא האט מען געדארפט אטאקירן א ניק פארן ברענגען די אינפארמאציע. האב איך געשריבן אז דו האסט געזאגט אנדערש, און דו באשטעטיגסט עס יעצט אויך, אז מען האט טאקע געוואלט אטאקירן די פאלשע תירוצים פון די בילדער. דאס האט מען דא געזאגט. ווידער דיינע נקודות דא וועגן אלטע פאלשע תירוצים און נייע פאלשע תירוצים פארשטיי איך נישט. וואס איז פאלש, אז פרייזן פון בויען איז ארויף? פארוואס איז עס פאלש. אפשר קענסטו ערקלערן דיינע ווערטער מען זאל עס פארשטיין. דאס אמאל זיכער אז די דירות זענען געשטיגן אסאך מער ווי די פרייזן אבער דאס קען מען עקסטער שרייבן מיר רעדן יעצט צו די פרייזן גייען טאקע ארויף אדער אראפ.פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:59 pm מיר האבן גערעדט פון "קראכן דעם באבל פון העכערן דעם פרייז דורך ענדלאזע פרישע תירוצים", אפי נאכדעם וואס די אלטע תירוצים זענען שוין נישט נוגע גייט מען ארויף נאך העכער צוליב די פון פריש געשאפענע תירוצים.
ס'איז זייער קלאר וואס פישפי האט געשריבן, אז די אלטע תירוצים גייען און ס'איז אייביג דא פרישע, קיינער זאגט נישט אז ס'איז פאלש, נאר אז די בויער נעמען צופיל עדווענטעזש.
ער האט קיינמאל נישט געשריבן די ווארט פאלשע תירוצים, אבער דו אטאקירסט אים "פארוואס איז עס פאלש?! ער שרייבט "אלטע", שרייבסטו "פאלשע"? ס'גראמט ניטאמאל...
אנטשולדיגט, דאס הייסט אין מיינע אויגן נישט אויפריכטיג.