"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 374

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

לכאורה ווענדט זיך עס אין די מחלוקת הראשונים צו דינא דמלכותא איז מחייב בין אדם לחבירו

איך גלייב אז אין אזא פאל וועט מען זאגן המוציא מחבירו עליו הראיה....
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:31 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:23 pm
► Show Spoiler
שכח פארן פרעגן נארמאל. צום ענין.

יעדער וואס האט געליינט דעם ארטיקל האט געזען אזא בילד: די ערשטע זומער פון קאוויד זענען די פרייזן ארויף זייער הויעך, יעצט (יולי - ווען די ארטיקל איז ערשינען) איז עס די זעלבע ווי פארן ארויפגיין.

יעצט, וויאזוי רעכנט מען וואס ס'מיינט "פארן ארויפגיין"? אין די ערשטע חודש - צוויי ווען די לאקדאונס האבן זיך אנגעהויבן, זענען די פרייזן אראפ ווי משוגע, ווייל אלעס איז געווען פארשפארט און קיינער האט נישט געבויט, שפעטער - בעיקר זומער, זענען די פרייזן ארויף צודרייט.

סאו רעכענען ווי ס'איז געווען מארטש, האט זיכער נישט קיין פשט, ווייל דאס איז געווען נידריגער ווי פארדעם אפילו. אלזא ווען קען מען רעכענען אלס די צייט בעפאר ס'איז ארויף צוליב קאוויד?

רעכענען ווי פאר מארטש? האט אויך נישט קיין פשט, זינט די פוינט פון די נייעס איז אז סאיז יעצט אזויווי ס'געווען פאר די קאוויד אויפשטייג - וואס איז הערשט געווען אינמיטן זומער. זיין פוינט איז נישט געווען אז ס'איז אזויווי אינמיטן 19', נאר אז ס'איז אזויווי פאר די קאוויד אויפשטייג, דארף מען זען ווען די (משוגענע) העכערונג האט זיך אנגעהויבן.

האט ער גערעכנט ("ער" מיינט אין דעם פאל די wsj, און די היימשטאט וואס האט אים נאכגעשריבן) ערגעץ סוף יוני אנפאנג יולי, ווען די פרייז איז געשטאנען ביי ארום 448 - 450. און - העפענס טו בי - אז די מארקעט האט שוין געזען די פרייזן אין פעברואר - נאך פאר אלעס האט זיך אנגעהויבן. סאו מ'קען נישט בלעימען קאוויד אויף דעם נומער. [טשארט 1)]
יעצט לאמיר צוזאמען איבערגיין די טשארט און זעהן וואס סאיז נאך שווער:
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:23 pm פון די טשארטס און לינקס וואס מען האט געברענגט דא אויבן זעה איך א בילד אזוי: פאר קאוויד איז עס געווען ביי די הויכע $300 אדער קוים $400 רוב פון 18' איז עס געווען העכער 400, און זינט אקטאבער 19' איז עס קיימאל נישט געווען אונטער פיר הונדערט - חוץ בשעת די לאקדאונס, ווען ס'איז געווען אזוי נידריג ווי 2016 [טשארט 2)], ביי קאוויד האט עס אנגעהויבן גיין ארויף ביז עס האט ארויפגעשאסן צו טריפלט ווי יעדער ווייסט. יולי-אויגוסט 2021 איז עס שוין געווען צוריק צו כמעט $400די נידריגסטע וואו ס'איז געווען אין 2021 איז געווען אוגוסט - ווען ס'איז געשטאנען ביי 474[טשארט 3)] אבער שפעטער האט עס צוריק ארויפגעשאסן. סוף 2022 איז עס צוריק אראפ און ביי אנהויב 2023 איז עס שוין געווען בערך ביי $400 אזוי ווי פאר קאוויד. סאו 1.5 יאר צוריק איז מען צוריק צום בעפאר-קאוויד פרייז. היינט צוטאגס שטייגט עס רואיג, לעצטע חודש יולי איז עס געווען בערך $450. און יעצט איז עס שוין ארויף צו $500.

סאו יעצט איז נישט אזוי ווי 2023 ווען ס'איז געווען כמעט צוריק צו פאר קאוויד אונטער $400, נאר יעצט איז עס יעצט געווען העכער, ביי בערך $450, און עס שטייגט. אם כן, וויאזוי בלייבט דיין תירוץ יא. אן וויאזוי שרייבסטו אז מען האט נישט געזען אזעלכע פרייזן זייט קאוויד. זיי דאס מסביר.
זעה איך אזא בילד: בעפאר קאוויד איז עס געווען אין די נידריגע 400, סוף פון די לאקדאונס האט עס אנגעהויבן ארויפגיין און איז געווען ביי בערך 450 - א נומער וואס איז נישט געווען אומדערהערט בעפאר קאוויד, אין 2024 איז עס געפאלן אפאר וואכן אין א צי, און איז געשטאנען ביי בערך 450.
ייש"כ פאר די שיינע ענטפער באריכות ובבהירות. יעצט, האסט בעיקר מעיר געווען אויף אפאר זייטיגע נקודות, וואס מען קען דן זיין דערין. [ווייל איך זעה אז די עכטע עוורידזש פון יאר 2019 (די יאר פאר קאוויד) איז געווען $370, ווידער אויב רעכנט ער דוקא יולי (אזוי ווי ער טוט ביי יאר 2024, זאגנדיג אז דאס איז די בויען חודש) איז עס זאגאר געווען דעמאלס נאך נידריגער, און דאס וואס דו רעדסט וועגן א לאקדאון טראסק דאס זעט זיך אויפ'ן טשארט נאר שפעטער, אין מארטש 2020, דעמאלס איז עס געווען פאר גאר א קורצע צייט אזוי נידריג ווי $260 בעפאר ס'האט ארויפגעשאסן. און דאס אז רוב יאר 2018 איז עס געווען העכער $400 איז ווייל ווי דו זעסט איז רוב יאר 18 געווען א הויכע יאר פאר לאמבער, מער ווי גאנץ 17 און מער ווי גאנץ 19. ממילא רעכן נישט 18 נאר רעכן 2019 פאר קאוויד וואס איז אין עוורידזש אונטער $400. פאר די קלארקייט וואלט איך אריין מער אין דיטעיל, אבער איך מיין אז ס'איז א שאד, וויבאלד נישט דאס איז געווען די פוינט פונעם שמועס].

דער עיקר איז אבער דאס וואס דו פירסט אויס:
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:31 am בלייבט נאר שווער צוויי פראגעס: א] פארוואס ער האט געשריבן ביי 2024 אז סאיז ביי 435 - בעת סאיז נאר געווען אזוי פאר א קורצע צייט. ב]אז ס'איז שוין יא געווען ביליגער ווי יעצט - אין 2023.

והוא העיקר. דאס מאכט די גאנצע נייעס באריכט צו זיין אומריכטיג, סיי די פראנט פעידזש העדליין ווי כאילו עס איז יעצט געשען עפעס צום ערשטן מאל זייט קאוויד, און סיי די טשארט וואס גיבט א אומריכטיגע קאמפעריסאן צווישן די יארן. ממילא קום איך צוריק אז דער בחור אונזערער דא האט גערעדט זייער צום זאך און מ'דארף אפרישיעיטן אזא שרייבער. והאמת והשלום אהבו.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3788
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10109

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:00 pm ייש"כ פאר די שיינע ענטפער באריכות ובבהירות. יעצט, האסט בעיקר מעיר געווען אויף אפאר זייטיגע נקודות, וואס מען קען דן זיין דערין. [ווייל איך זעה אז די עכטע עוורידזש פון יאר 2019 (די יאר פאר קאוויד) איז געווען $370, ווידער אויב רעכנט ער דוקא יולי (אזוי ווי ער טוט ביי יאר 2024, זאגנדיג אז דאס איז די בויען חודש) איז עס זאגאר געווען דעמאלס נאך נידריגער, און דאס וואס דו רעדסט וועגן א לאקדאון טראסק דאס זעט זיך אויפ'ן טשארט נאר שפעטער, אין מארטש 2020, דעמאלס איז עס געווען פאר גאר א קורצע צייט אזוי נידריג ווי $260 בעפאר ס'האט ארויפגעשאסן. און דאס אז רוב יאר 2018 איז עס געווען העכער $400 איז ווייל ווי דו זעסט איז רוב יאר 18 געווען א הויכע יאר פאר לאמבער, מער ווי גאנץ 17 און מער ווי גאנץ 19. ממילא רעכן נישט 18 נאר רעכן 2019 פאר קאוויד וואס איז אין עוורידזש אונטער $400. פאר די קלארקייט וואלט איך אריין מער אין דיטעיל, אבער איך מיין אז ס'איז א שאד, וויבאלד נישט דאס איז געווען די פוינט פונעם שמועס].
די שמועס איבער 2019 איז אומרעלעוואנט, ווייל סיי אינעם עצם ארטיקל און סיי אויפן טשארט ווערט גארנישט דערמאנט איבער 2019, איך האב עס נאר דערמאנט בהבלעה, צו פארשטיין געבן פארוואס די WSJ האט געהאלטן אז 450 איז נאכנישט גערעכנט אלס קאוויד רעזולטאט.

ווי יעדער געדענקט, האט זיך קאוויד אנגעהויבן פארשפרייטן אין אמעריקע סוך פעברואר אנפאנג מארטש, און שפעטער אין מארטש האבן זיך די לאקדאונס אנגעהויבן, און עס זעהט זיך טאקע קלאר אן אויפן טשארט.
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:00 pm
דער עיקר איז אבער דאס וואס דו פירסט אויס:
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:31 am בלייבט נאר שווער צוויי פראגעס: א] פארוואס ער האט געשריבן ביי 2024 אז סאיז ביי 435 - בעת סאיז נאר געווען אזוי פאר א קורצע צייט. ב]אז ס'איז שוין יא געווען ביליגער ווי יעצט - אין 2023.
Screenshot (137).pngScreenshot (138).pngScreenshot (140).png

והוא העיקר. דאס מאכט די גאנצע נייעס באריכט צו זיין אומריכטיג, סיי די פראנט פעידזש העדליין ווי כאילו עס איז יעצט געשען עפעס צום ערשטן מאל זייט קאוויד, און סיי די טשארט וואס גיבט א אומריכטיגע קאמפעריסאן צווישן די יארן. ממילא קום איך צוריק אז דער בחור אונזערער דא האט גערעדט זייער צום זאך און מ'דארף אפרישיעיטן אזא שרייבער. והאמת והשלום אהבו.
איך זע נישט וואו דאס מאכט דעם נייעס באריכט אומריכטיג, די פראנט פעיזש העדליין איז געווען אז ס'איז צוריק ווי פאר קאוויד, און דאס קען זיין א טעות, ווייל ער וואלט געדארפט שרייבן פארן "קאוויד אויפשטייג", וואס דאס איז בעצם וואס די נייעס פארציילט, און איז ריכטיג.

און די טשארט איז ווייטער ריכטיג, על אף די נומערן זענען אונטערגעשפילט, אבער די נקודה וואס דאס דארף צו ווייזן - אז סאיז אזויווי פארן קאוויד אויפשטייג, איז סייווי אמת.

אלזא, אומריכטיג איז עס נישט, אין ערגסטן פאל איז עס אביסל געשפילט מיט די נומערן, אבער זיין פוינט אוועראלל איז אמת.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 238

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:18 pm איך וואונדער מיך וויאזוי א לענדלארד פון אזויפיל דירות האט נישט קיין פראבלעם אנצוזעצן זיין נאמען און רעפערענס. פארוואס זאל א מענטש נאך נעמען דארט א דירה אויב ווערט באקאנט אז די רענט קען ארויפפארן פון איין טאג צום צווייטן מיט 500?

לאמיר זאגן סגייט אים יעצט געלונגען און ער גייט עס באקומען, גייט עס אים זיכער בעקפייערן אינעם עתיד
דעס איז א ביזנעס דעסיזשען.

ער זעט אויס צו זיין פארזיכערט אז עס וועט אלעמאל זיין א פארלאנג פאר דירות ( די זעלבע דיוועלאפער איז דאך אויך ארויף מיט די קונים, און מענטשן קויפן נאכאלס ביי אים דירות)

ערגסטנס פאל וועט ער דעמאלס געבן א ליעס מיט א צוזאג נישט ארויפצוגיין מער ווי כך וכך
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:00 pm .

דער עיקר איז אבער דאס וואס דו פירסט אויס:
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:31 am בלייבט נאר שווער צוויי פראגעס: א] פארוואס ער האט געשריבן ביי 2024 אז סאיז ביי 435 - בעת סאיז נאר געווען אזוי פאר א קורצע צייט. ב]אז ס'איז שוין יא געווען ביליגער ווי יעצט - אין 2023.

והוא העיקר. דאס מאכט די גאנצע נייעס באריכט צו זיין אומריכטיג, סיי די פראנט פעידזש העדליין ווי כאילו עס איז יעצט געשען עפעס צום ערשטן מאל זייט קאוויד, און סיי די טשארט וואס גיבט א אומריכטיגע קאמפעריסאן צווישן די יארן. ממילא קום איך צוריק אז דער בחור אונזערער דא האט גערעדט זייער צום זאך און מ'דארף אפרישיעיטן אזא שרייבער. והאמת והשלום אהבו.
און דאס, איז פארוואס איך האב נישט אנגעהויבן ענטפערן נאכאמאל...

אנבעליוועבל ווי מגייט צוריק צום סאמע אנהייב...

און ער פירט אויס מיטן הייליג מאנטל: והאמת והשלום אהבו.

יעס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:22 pm @שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
לחיים.

ניין, ער האט נישט דאס געזאגט.

ער האט פרובירט שטופן א וואגן מיט 4 פלאכע רעדער צו גיסן גאזאלין אין א גע’דמיונ’טע פייער אריין.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פופציגער לחיים טובים ולשלום. איך רעד קיינמאל נישט די שפראך אבער איך מוז עס זאגן לתועלת: דיינע ענטפערס דא פארפעסטיגסט די אידטיש לופט. מענטשן רעד דא זייער נארמאל. ממש א שאד. מען מעג רעדן נארמאל אין יעדע נושא, אריינגערעכנט ווען דער היימשטאט האט געמאכט א גרייז אדער א שפיל, דירעקט אדער אומדירעקט. ביטע ביטע. יישר כח.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 238

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:17 pm @גראסערי איך ווייס נישט דעם ריכטיגן ענטפער בנוגע די הלכה, אבער אני בעניי, עכ"פ ביז איך הער א צווייטע זייט, פארשטיי עס אזוי:

הלכה'דיג: די עצם רעוואלט איז זיכער נישט קיין סתירה צו הלכה, די הלכה'דיגע שאלה ווערט נאר ווען ער בלייבט שולדיג געלט. סוי ס'איז לכאורה נישטא דא קיין גניבה, ווייל ער צאלט סך הכל שפעט. ער 'האלט אפ' דאס געלט ביז מען קומט זיך אדורך. די הלכה'דיגע שאלה וועט מער זיין אקטועל נאכ'ן זיך יא/נישט אדורכקומען צי מען דארף צוריקצאלן אויפן עבר.
ווען איינער באצאלט נישט פאר איינעם מיט די תירוץ אז ער באצאלט מארגן איז גניבה [ לאו הניתק לעשה], חוץ אז ער פלאנט צו גיין צו א רב קלאר מאכן אז ער האט די רעכט אזוי צו טון
פראקטיק: אין פראקטישן זין, זע איך דא א ערנסטע גערעכטיקייט ביי די טענענטס, פון ביידע זייטן. מצד דעם משכיר איז נישט געשטיגן די מארטגעדזש קאסט פון ווען ער האט עס געבויט, ס'איז נישט ווי א נייע דיעל וואס דארף מאכן נייע חשבונות לויט וויפיל ער גייט יעצט צאלן ביין קלאוזן, ס'איחז אן עקזיסטינג פראדזשעקט וואס בס"ה האט ער געפלאנט צו מאכן כך וכך געלט, און פלוצלינג שפירט ער א געלעגנהייט צו מאכן "מער ווי געפלאנט". ער האט זיכער נישט געפלאנט צו שפרינגען מיט אזא אסטראנאמישע נומער פון איין טאג צום צווייטן. קיינער מאכט נישט אזא פלאן. ס"ה וויל ער פארדינען פונעם געשעענעם פרייזן מצב.
אמת אבער די זעלבע ביזנעס זיינע האט דערלייגט געלד אויף אן אנדערע פלאץ (עקערס פוינט) אין לשיטתו מעג די ביזנעס עס צוריק מאכן פון ערגץ אנדערש (די זעלבע וואס ער האט געטענט ביים צובעטן געלד פון קויפערס)
ווידער מצד די טענענטס, ווען איינער גייט אריין אין א ליעס פון 2 יאר, איז דער דעת הקונה והמקנה אז מ'גייט עס שפעטער איבערפרישן, מיט א שטיקל העכערונג. קיינער גייט נישט אריין על דעת אז "נאך 2 יאר איז עס צוריק יענעמס און דו קענסט רופן א מאווינג טראק". ממילא, אז ס'פאלט אראפ פון הימל א אבנארמאלע העכערונג, איז ער א קלארע בעל דברים דא. ער איז נישט ווי א קאסטומער וואס בעט זיך כעני בפתח "פארקויף מיר". ער איז א "עקזיסטינג טענענט". צו מאכן פון אים פורים איז אויסדרוקליך נישט מענטשליך.
אין אסאך פעלער שיקט יא די לענדלער ארויס, און אין אסאך פעלער גייט מען יא ארויף מיט אסאך רענט
עס פארט אריין אין הלכות רענט, וואס זעט מיר אויס צו זיין זייער אן אומקלארע נושא וויפל מען מעג בעטן, צו דאס איז געבויט לויט די עקספענסעס פונם לענדלער אדער די פרייז אין גאס אא'וו

סיי וויאזוי אויב די זאך קומט אן צו דין תורה ביטע אפדעיטן וואס עס איז געווארן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:37 pm @פופציגער לחיים טובים ולשלום. איך רעד קיינמאל נישט די שפראך אבער איך מוז עס זאגן לתועלת: דיינע ענטפערס דא פארפעסטיגסט די אידטיש לופט. מענטשן רעד דא זייער נארמאל. ממש א שאד. מען מעג רעדן נארמאל אין יעדע נושא, אריינגערעכנט ווען דער היימשטאט האט געמאכט א גרייז אדער א שפיל, דירעקט אדער אומדירעקט. ביטע ביטע. יישר כח.
איך האלט נישט אז לופט אין א שמועס וואס עמיצער האט אויפגעברענגט כדי צו שפינען א שוין-בארימטע מחלוקה אגענדע, און פרעגט איבער שוין-פארענטפערטע פראגן מיטן ציל צו צימבלען די מיטשמועסער, קען נאך "ווערן" פארפעסטיגט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

@פופציגער דו האסט פון די ערשטע מינוט נישט געלאזט ענטפערן. דו האסט אים ממש באוואשן און באשריגן אויף יעדעס ווארט זיינע על לא דבר. ער האט זייער ריכטיג מעיר געווען לכל הדיעות, אפילו @שאינו יודע לשאול פארשטייט עס. עס איז מיר נישט ווערד דיר צו אויפווייזן די אומריכטיגקייט פון דיינע שארפע אפענטפערס צו אים און צו אנדערע אין די טעמע, איך פרוביר נאר דאס מייניגע למען התועלת.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3788
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10109

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:22 pm @שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
אויב דו ווילסט צוריקגיין צום אנהייב און זעהן וואו איך בין מחולק מיט אים, אט:

אויף פעידזש 85 איז געשטאנען בעסיקלי אזוי:

אן סיען שרייט: די היימשטאט זאגט אז די בויער בעטן טייער ווייל האלץ איז טייער? ס'נישט אמת! קיינער זאגט עס נישט!

האט איך גענטפערט: די היימשטאט האט דאס נישט געשריבן. די נייעס איז פשוט רעלעוואנט סיי אויפן עתיד, ווי טייל האבן געזאגט, און סיי אלס קרישקעלע בענין ארויפגעשרויפטע פרייזן.

האלץ איז אראפ? צעמענט איז ארויף! לאונס אויך!

נו נו... ווער האט געזאגט אנדערש?

די היימשטאט ווייזט פאלשע נומערן! ווייל בעפאר קאוויד איז עס געווען אסאך ביליגער!

די נומערן זענען א טראפ ארויפגעשפילט, אבער די נייעס איז אמת, און דיינע נומערן זענען אויך אראפגעשפילט.

סאיז געווען א פיצי טראסק, מסתמא פאר איין טאג!

שקר. און די אויפשטייג וואס ער האט געוויזן איז שוין אויך אויפן וועג אראפ.

די עווריזש פון די יאר איז פון די זייער הויכע!

נישט ווען דו קוקסט אויף די לעצטע פינף יאר.

און שוין. און פארטיג. איך בין אינגאנצן משוגע פארן פארברענען מיין צייט אויף דעם נארישן וויכוח. בל"נ בין איך פארטיג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:08 pm און שוין. אוין פארטיג. איך בין אינגאנצן משוגע פארן פארברענען מיין צייט אויף דעם נארישן וויכוח. בל"נ בין איך פארטיג.
וועלקאם צו די קלאב. ברוכים תהיה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:08 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:22 pm @שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
אויב דו ווילסט צוריקגיין צום אנהייב און זעהן וואו איך בין מחולק מיט אים, אט:

אויף פעידזש 85 איז געשטאנען בעסיקלי אזוי:

אן סיען שרייט: די היימשטאט זאגט אז די בויער בעטן טייער ווייל האלץ איז טייער? ס'נישט אמת! קיינער זאגט עס נישט!

האב איך גענטפערט: די היימשטאט האט דאס נישט געשריבן. די נייעס איז פשוט רעלעוואנט סיי אויפן עתיד, ווי טייל האבן געזאגט, און סיי אלס קרישקעלע בענין ארויפגעשרויפטע פרייזן.
ריכטיג. און עטליכע דא, ווי @יאנטשי און @דער תהלים איד און איך געדענק נישט ווער נאך, האבן קלאר געמאכט אז קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן אז די פראנט פעידזש העדליין נייעס איז געווען אלס פאזיטיווע עתיד, אדער אלס קרישקע, און @פישפיקלאדיין האט עס באשטעטיגט אז די גרויסע נייעס איז געווען כדי צו "קראכן די באבל פון די וואס זאגן אז עס קאסט טייער". ממילא, איז @Monroe On Scene יא געווען גערעכט, און די אטאקעס קעגן אים זענען ווידער מיאוס און אומריכטיג.

יעצט לגבי די נומערן, די גראדע נארמאל וועג האט ער למעשה געזאגט. ס'איז ארויף, ס'איז צוריק אראפ, לעצטנס איז עס אביסל צוריק ארויף, און שוין נישט צוריק אראפ אזוי שטארק ווי בעבר, און יעצט שטייגט עס. דאס איז די גראדע מציאות. דרייען דריידלעך קען מען, אבער היות דאס איז אין לדבר סוף בין איך געקומען נעכטן און פרובירט צו אויסגראדן די פרטים, פרעגנדיג מער פשוט און גראד "איז אמת אז די האלץ איז 'יעצט' אראפ צו די נומערן פון בעפאר קאוויד"? האט @פישפיקלאדיין געענטפערט אז יא, ס'איז אזוי געווען יעצט צום ערשטן מאל. און דו ביסט מסכים אז ניין עס איז שוין געווען אזוי א יאר צוריק. סאו דאס אלעס וואס איך האב געוואלט קלאר מאכן.

@פופציגער דו האסט בלויז געענטפערט כסדר אז די היימשטאט האט גארנישט געמיינט, עס איז נאר געווען א פאזיטיווע נייעס, און אז מען רעכנט יולי כאטש דאס איז נישט די עוורידזש ווייל למעשה די גויים בויען אין יולי, און נאך ענליכע ענטפערס וואס קיין איינער, אדער כמעט קיין איינער דא, האט נישט געהאלטן אז דאס איז אויפריכטיג. און יעצט זאגסטו אז מען האט שוין אויף אלעם געענטפערט. עכ"פ היוצא לנו איז, אז די היץ פון באשרייען די וואס קלערן אנדערש, זייער זייער אומאנגענעם און אומפאסיג.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:43 pm @פופציגער דו האסט פון די ערשטע מינוט נישט געלאזט ענטפערן. דו האסט אים ממש באוואשן און באשריגן אויף יעדעס ווארט זיינע על לא דבר. ער האט זייער ריכטיג מעיר געווען לכל הדיעות, אפילו @שאינו יודע לשאול פארשטייט עס. עס איז מיר נישט ווערד דיר צו אויפווייזן די אומריכטיגקייט פון דיינע שארפע אפענטפערס צו אים און צו אנדערע אין די טעמע, איך פרוביר נאר דאס מייניגע למען התועלת.
קוק איבער וועסטו זען אז איך האב גענומען צייט זיך צו באציען צו זיינע ארגומענטן, הגם טאקע אויסגעפירט מיט אביסל פרוסטראציע אויף זיין מחלוקה אגענדע.

לאמיר דיר ערקלערן פארוואס איך ווער אזוי פרוסטרירט, און פארוואס איך רעזערוויר די רעכטן צו זאגן אז דער שמועס איז פארפעסטיגט פון אנהייב.

אני הקטן, סיי מיט מיין פופציגער ניק, און סיי מיט מיין טלית בייטל נאמען, בין באקאנט צווישן מיינע ארומיגע אלס א פראו עסטעבלישמענט אקטיוויסט. איך האב א שיטה דערביי, שאכמ"ל, אבער אזוי איז עס, איך נעם געווענליך די צד פון די עסטעבלישמענט.

אין דעם נושא ספעציפיש, די דירות אין קרית יואל, און נאך מער ספעציפיש, די דעוועלאפער, און נאכמער ספעציפיש, דער בונה ומקים פון שכונת ויואל משה און עיקערס ענקלעיוו, האב איך שוין אסאך טינט פארגאסן. איך בין פארווארפן געווארן פון אייוועלט און געקומען אונטער דירעקטע גילוי אטאקעס, ווען איך האב זיך אנגענומען פאר'ן דעוועלאפער אין א צייט ווען עס איז נאכנישט געווען פאפולער צו נעמען זיין צד...

דעם שטעלונג האב איך נישט אויפגעגעבן, איך בין נאכאלץ פרא די היימישע דעוועלאפער - און איך רעד פון מערסטנס היימישע דעוועלאפער, נישט לימיטעט צו איינעם, אבער עס קען נישט פארלייקנט ווערן אז כ'האב א ספעציעלע הערצה צו איין דעוועלאפער וועמען איך באטראכט ווי א ריכטיגער העלד און א זעלטענער לב טוב.

נאר וואס? עס איז דא א סיבה פארוואס מיינע ארומיגע גלייכן צו דעבאטירן מיט מיר אין דעם נושא, און דאס איז ווייל איך פרוביר נישט אנגעשטעקט צו ווערן פון קאפ-אין-וואנטיזם.

דאס הייסט, ווען איינער גייט קאמפלעינען אויף א געוויסע סטאנדארט וויאזוי מ'בויט אין קרית יואל, וועל איך נישט תיכף אנהייבן טראכטן אז ער בלעימט דעם און יענעם, נאר איך וועל קענען טראכטן אויפריכטיג, און אפילו צושטימען אז דער סטאנדארט וואלט געמעגט זיין אנדערש, און פארשטיין אז ווען מ'רעדט פון א סטאנדארט, איז נישט פשט אז מבלעימט עמיצן. פארקערט, דער דעוועלאפער זאל טאקע בויען לויט'ן סטאנדארט.

דאס זעלביגע ווען א דעוועלאפער מאכט אמאל א טעות - עפעס וואס יעדע בשר ודגים קען באווייזן - ספעציעל א טעות וואס דער דעוועלאפער אליינס זאגט אז ס'געווען א טעות, וועל איך עס נישט זוכן צו פארדעקן, נאר פארקערט, איך האלט אז דאס מודה זיין אין א טעות שענקט די גרעסטע נאמנות.

אזוי אויך ווען מ'וויינט אויף פרייזן, און מ'פרובירט צו אפקילן די "פאניק" ביים ציבור דורכ'ן זאגן אז ס'דא האפענונג, וועל איך עס נישט באטראכטן ווי אן אנטי דעוועלאפער אגענדע, נאר ווי א מאוומענט וואס יעדער דעוועלאפער דארף זיך פרייען אז ס'דא ווער ס'טוט עס.

וואס פאסירט אבער ווען מ'נעמט דעם קאפ-אין-וואנט קארטל און אין יעדע זאך זעט מען אנטי דעוועלאפער רעטאריק? דאן הייבט מען אן אויסקוקן ווי דער נאר אין מקוה...

ווילאנג דו האסט זיך נישט אויפגעשטעלט שרייען "איך בין נישט קיין נאר" האט קיינער נישט געקלערט אז דא איז דא עפעס א דין ודברים בכלל איבער דיר, די רגע דו שטעלסט זיך אויף באשיצן דיין פאזיציע, האסטו געפליפט דעם קארטל... יעצט איז שוין דא פאזיציעס, ס'שוין א מערכה קעגן דיר, און אפילו אויב האסטו גערעכטע קאנטער-ארגומענטן זאגט די וועלט "דאס וועסטו שוין ענטפערן פאר די גאנצע שטאט"... דער גערוך איז פריי געשיקט געווארן.

אלזא, ווען איך שטיי אין פארטיידיג דעוועלאפער יעדע מאל ס'קומט אויף עפעס א שערורי' קעגן זיי, און מיטאמאל טרעף איך זיך מיט עמיצן כלומרשט אין מיין טיעם, פראו דעוועלאפער, וואס זיין איינציגע ציל איז צו אונטערדרייען נאך מערכות, און זיכערמאכן אז יעדע שערורי' זאל באיזה אופן דירעקטירט ווערן קעגן דעוועלאפער, ווער איך פרוסטרירט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:07 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 2:08 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:22 pm @שאינו יודע לשאול זאגסט מער ווייניגער זייער ריכטיג. אט דאס האט @Monroe On Scene געשריבן אויף פעידזש 85. בס"ה זאגסטו כמעט די זעלבע ווי אים, נאר איין זאך וואס דו האסט שיין אויסגעקלארט אז די טראסק אראפ אין יולי איז נישט געווען נאר פאר איין טאג נאר פאר אפאר וואכן, ביז עס איז צוריק ארויף.
אויב דו ווילסט צוריקגיין צום אנהייב און זעהן וואו איך בין מחולק מיט אים, אט:

אויף פעידזש 85 איז געשטאנען בעסיקלי אזוי:

אן סיען שרייט: די היימשטאט זאגט אז די בויער בעטן טייער ווייל האלץ איז טייער? ס'נישט אמת! קיינער זאגט עס נישט!

האב איך גענטפערט: די היימשטאט האט דאס נישט געשריבן. די נייעס איז פשוט רעלעוואנט סיי אויפן עתיד, ווי טייל האבן געזאגט, און סיי אלס קרישקעלע בענין ארויפגעשרויפטע פרייזן.
ריכטיג. און עטליכע דא, ווי @יאנטשי און @דער תהלים איד און איך געדענק נישט ווער נאך, האבן קלאר געמאכט אז קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן אז די פראנט פעידזש העדליין נייעס איז געווען אלס פאזיטיווע עתיד, אדער אלס קרישקע, און @פישפיקלאדיין האט עס באשטעטיגט אז די גרויסע נייעס איז געווען כדי צו "קראכן די באבל פון די וואס זאגן אז עס קאסט טייער". ממילא, איז @Monroe On Scene יא געווען גערעכט, און די אטאקעס קעגן אים זענען ווידער מיאוס און אומריכטיג.

יעצט לגבי די נומערן, די גראדע נארמאל וועג האט ער למעשה געזאגט. ס'איז ארויף, ס'איז צוריק אראפ, לעצטנס איז עס אביסל צוריק ארויף, און שוין נישט צוריק אראפ אזוי שטארק ווי בעבר, און יעצט שטייגט עס. דאס איז די גראדע מציאות. דרייען דריידלעך קען מען, אבער היות דאס איז אין לדבר סוף בין איך געקומען נעכטן און פרובירט צו אויסגראדן די פרטים, פרעגנדיג מער פשוט און גראד "איז אמת אז די האלץ איז 'יעצט' אראפ צו די נומערן פון בעפאר קאוויד"? האט @פישפיקלאדיין געענטפערט אז יא, ס'איז אזוי געווען יעצט צום ערשטן מאל. און דו ביסט מסכים אז ניין עס איז שוין געווען אזוי א יאר צוריק. סאו דאס אלעס וואס איך האב געוואלט קלאר מאכן.

@פופציגער דו האסט בלויז געענטפערט כסדר אז די היימשטאט האט גארנישט געמיינט, עס איז נאר געווען א פאזיטיווע נייעס, און אז מען רעכנט יולי כאטש דאס איז נישט די עוורידזש ווייל למעשה די גויים בויען אין יולי, און נאך ענליכע ענטפערס וואס קיין איינער, אדער כמעט קיין איינער דא, האט נישט געהאלטן אז דאס איז אויפריכטיג. און יעצט זאגסטו אז מען האט שוין אויף אלעם געענטפערט. עכ"פ היוצא לנו איז, אז די היץ פון באשרייען די וואס קלערן אנדערש, זייער זייער אומאנגענעם און אומפאסיג.
פאלנע שקרים.

אומגלויבליך.

איך מוז דיר עס אבער געבן... איך גלייך דיין אפראוטש פון "קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן" און "קיינער האט נישט געהאלטן אז ס'איז אויפריכטיג"... מיר פלעגן עס נוצן צו באקומען ערלויבעניש פון די עלטערן צו גיין צו די פלעיס חול המועד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

איך ליין איבער מיינע תשובות אין די פריערדיגע בלעטער, איך ליין איבער וואס אנדערע האבן געשריבן, איך פרוביר עס צו קאמפעירן מיט וואס @Azoi Tzi Zugen שרייבט דא, און עס גייט מיר ממש נישט.

ניין, נישט אלעס איז ממש שקרים, אבער צווישן שטארקע ספינס און גראבע שקרים.

איך ווינדער זיך וועלכע אינערליכער-בהמה שטופט מיר צו ענטפערן ווייטער אין אזא שמועס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:40 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:37 pm @פופציגער לחיים טובים ולשלום. איך רעד קיינמאל נישט די שפראך אבער איך מוז עס זאגן לתועלת: דיינע ענטפערס דא פארפעסטיגסט די אידטיש לופט. מענטשן רעד דא זייער נארמאל. ממש א שאד. מען מעג רעדן נארמאל אין יעדע נושא, אריינגערעכנט ווען דער היימשטאט האט געמאכט א גרייז אדער א שפיל, דירעקט אדער אומדירעקט. ביטע ביטע. יישר כח.
איך האלט נישט אז לופט אין א שמועס וואס עמיצער האט אויפגעברענגט כדי צו שפינען א שוין-בארימטע מחלוקה אגענדע, און פרעגט איבער שוין-פארענטפערטע פראגן מיטן ציל צו צימבלען די מיטשמועסער, קען נאך "ווערן" פארפעסטיגט.
@פופציגער

דא אויף אידטיש איז יעדער אנאנים, מילא קענסטו נישט ארויפקלעבן די מחלוקה אגענדע אויף אים, נאכדעם וואס באמת פירט ער דאס אן מיט אן אנדערע ניק, און מיט דעם ניק "רעדט ער קיינמאל נישט דעם שפראך".
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:36 pm אני הקטן, סיי מיט מיין פופציגער ניק, און סיי מיט מיין טלית בייטל נאמען, בין באקאנט צווישן מיינע ארומיגע אלס א פראו עסטעבלישמענט אקטיוויסט. איך האב א שיטה דערביי, שאכמ"ל, אבער אזוי איז עס, איך נעם געווענליך די צד פון די עסטעבלישמענט.

אין דעם נושא ספעציפיש, די דירות אין קרית יואל, און נאך מער ספעציפיש, די דעוועלאפער, און נאכמער ספעציפיש, דער בונה ומקים פון שכונת ויואל משה און עיקערס ענקלעיוו, האב איך שוין אסאך טינט פארגאסן. איך בין פארווארפן געווארן פון אייוועלט און געקומען אונטער דירעקטע גילוי אטאקעס, ווען איך האב זיך אנגענומען פאר'ן דעוועלאפער אין א צייט ווען עס איז נאכנישט געווען פאפולער צו נעמען זיין צד...

דעם שטעלונג האב איך נישט אויפגעגעבן, איך בין נאכאלץ פרא די היימישע דעוועלאפער - און איך רעד פון מערסטנס היימישע דעוועלאפער, נישט לימיטעט צו איינעם, אבער עס קען נישט פארלייקנט ווערן אז כ'האב א ספעציעלע הערצה צו איין דעוועלאפער וועמען איך באטראכט ווי א ריכטיגער העלד און א זעלטענער לב טוב.
איך ווייס נישט פארוואס דא קומט אריין עקיבא הערש קליין, אדער שכונת ויואל משה, אדער עסטעבלישמענט, אבער איך גיי צושטימען אז @פופציגער איז זייער זייער א אויפריכטיגע און רעספעקטירטע ניק. טאקע דערפאר האט מיר אזוי שטארק געבאדערט אז ווען עס קוצט צו עפעס וואס די שטאטישע צייטונג האט געשריבן אומריכטיג, בטעות אדער בדוקא, ווערסטו אזוי הייז אז דו האסט דא איינעם ממש באוואשן אין די צייט וואס איך האב געזען אין זיינע ווערטער נאר אויפריכטיגקייט. איך זאג נישט אז דו האסט נישט געהאט קיין ענטפערס, אבער א ענטפער וואס איז אזוי שוואך קומט נישט צו זיין באגלייט מיט פעך און שוועבל קעגן דעם וואס איז נישט אזא פייערדיגע חסיד פאר א צייטונגס ווארט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:54 pm

יא, איך מיין אז מיין רעפוטאציע ווערט כסדר איבערגעריסן מיט אזעלכע עפיזאדן ווען איך קען זיך נישט איינהאלטן און איך גיי שארף קעגן אנטי עסטעבלישמענט ניקס.

סארי, קען זיין כ'בין געגאנגען צו שארף, כ'וועל פרובירן זיך צו האלטן רואיגער.

ס'האט מיר פשוט ארויסגענומען פון די כלים צו זען ווי איינער פרובירט מיט אלע כוחות צו פארשמירן די דעוועלאפער מיט נישט געשטויגענע מערכות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:07 pm
ריכטיג. און עטליכע דא, ווי @יאנטשי און @דער תהלים איד און איך געדענק נישט ווער נאך, האבן קלאר געמאכט אז קיינער איז נישט נאריש צו טראכטן אז די פראנט פעידזש העדליין נייעס איז געווען אלס פאזיטיווע עתיד, אדער אלס קרישקע, און @פישפיקלאדיין האט עס באשטעטיגט אז די גרויסע נייעס איז געווען כדי צו "קראכן די באבל פון די וואס זאגן אז עס קאסט טייער". ממילא, איז @Monroe On Scene יא געווען גערעכט, און די אטאקעס קעגן אים זענען ווידער מיאוס און אומריכטיג.
עס איז טאקע אריבער א פאר וואכן, אבער איך האב דאס נישט געשריבן!

מיר האבן גערעדט פון "קראכן דעם באבל פון העכערן דעם פרייז דורך ענדלאזע פרישע תירוצים", אפי נאכדעם וואס די אלטע תירוצים זענען שוין נישט נוגע גייט מען ארויף נאך העכער צוליב די פון פריש געשאפענע תירוצים.

און דאס האט דער ארטיקל זייער גוט געדינט לטובת תושבי העיר, זיך באקענענדיג מיטן סטאטוס פון די אלטע תירוצים בעת מען באטראכט גרינטליך די פרישע סחורה, אויף "ווי ווייט עס איז אמת".

און עס איז בכלל נישט נוגע אויב די נומער איז אביסל ארויף אדער אראפ סיי וועלכע חודש, די פוינט איז וואס עס איז.

און איך גלייב אז רוב רובם פון די היימשטאט ליינער טוען זייער דאנקבאר זיין זייער ארבעט.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1640
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3519

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:59 pm מיר האבן גערעדט פון "קראכן דעם באבל פון העכערן דעם פרייז דורך ענדלאזע פרישע תירוצים", אפי נאכדעם וואס די אלטע תירוצים זענען שוין נישט נוגע גייט מען ארויף נאך העכער צוליב די פון פריש געשאפענע תירוצים.
איך האב דיר נאר דערמאנט דא ווייל עס איז געווען ווער עס האט געוואלט זאגן אז די העדליין האט בכלל נישט געמיינט די תירוצים פון בילדער נאר סתם א פאזיטיווע נייעס ממילא האט מען געדארפט אטאקירן א ניק פארן ברענגען די אינפארמאציע. האב איך געשריבן אז דו האסט געזאגט אנדערש, און דו באשטעטיגסט עס יעצט אויך, אז מען האט טאקע געוואלט אטאקירן די פאלשע תירוצים פון די בילדער. דאס האט מען דא געזאגט. ווידער דיינע נקודות דא וועגן אלטע פאלשע תירוצים און נייע פאלשע תירוצים פארשטיי איך נישט. וואס איז פאלש, אז פרייזן פון בויען איז ארויף? פארוואס איז עס פאלש. אפשר קענסטו ערקלערן דיינע ווערטער מען זאל עס פארשטיין. דאס אמאל זיכער אז די דירות זענען געשטיגן אסאך מער ווי די פרייזן אבער דאס קען מען עקסטער שרייבן מיר רעדן יעצט צו די פרייזן גייען טאקע ארויף אדער אראפ.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2420
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6327

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

מ'קען מיינען מהאט דא ארויפגעברענגט דעם היימשטאט רעדאקטער פערזענליך און אויסגעפרעגט אונטער א שבועה פאר קאנגרעס... בארואיגט אייך... יעדער מעג פארשטיין א נייעס וויאזוי ער פארשטייט עס...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
Monroe On Scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 126
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 282

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe On Scene »

פין מיין זייט העלעך ממשיך זיין צי ברענגען זאכן וואס זענען קראנט. כאב שוין געזאגט סשטערט מעך נישט אזוי שטארק אז משרייבט ציריק כפאשטיי אז ספאלט אריין האקעלע זאכן וואס אמאל קען איינער פולן נישט באקוועמט
אבער פיפציגער מיין גרופ איז כמעט נישט קרית יואלע און סיז נישט דעוועלעפער נאר אינוועסטער

viewtopic.php?p=114113#p114113
דא האב איך פארציילט וועגן די נייע וועג פין בויען מיט ביליגע פענדעישנס און די ערשטע שטאק האלץ
דעיס איז די הייזער פין זיידא בערקאוויטש
אויב איך געדענק גיט איז געווען נייעס א יאר ציריק איבער אים ביי סאטמארע רבי אז ער קען בויען פאר 200 אדער 250 איך געדענק שוין ניש
אינטערסאנט צי זיין פלאן איז געווען צי בויען אין קרית יואל אויך אזא וועג אדער דעיס איז שוין א נייע חידיש
פישפיקלאדיין
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 509
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 669

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:18 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:59 pm מיר האבן גערעדט פון "קראכן דעם באבל פון העכערן דעם פרייז דורך ענדלאזע פרישע תירוצים", אפי נאכדעם וואס די אלטע תירוצים זענען שוין נישט נוגע גייט מען ארויף נאך העכער צוליב די פון פריש געשאפענע תירוצים.
איך האב דיר נאר דערמאנט דא ווייל עס איז געווען ווער עס האט געוואלט זאגן אז די העדליין האט בכלל נישט געמיינט די תירוצים פון בילדער נאר סתם א פאזיטיווע נייעס ממילא האט מען געדארפט אטאקירן א ניק פארן ברענגען די אינפארמאציע. האב איך געשריבן אז דו האסט געזאגט אנדערש, און דו באשטעטיגסט עס יעצט אויך, אז מען האט טאקע געוואלט אטאקירן די פאלשע תירוצים פון די בילדער. דאס האט מען דא געזאגט. ווידער דיינע נקודות דא וועגן אלטע פאלשע תירוצים און נייע פאלשע תירוצים פארשטיי איך נישט. וואס איז פאלש, אז פרייזן פון בויען איז ארויף? פארוואס איז עס פאלש. אפשר קענסטו ערקלערן דיינע ווערטער מען זאל עס פארשטיין. דאס אמאל זיכער אז די דירות זענען געשטיגן אסאך מער ווי די פרייזן אבער דאס קען מען עקסטער שרייבן מיר רעדן יעצט צו די פרייזן גייען טאקע ארויף אדער אראפ.
פאלש איז: אז די פרייז פון היינטיגע בויען צווינגט צו בעטן די פרייזן וואס מען בעט היינט.

קיינער זאגט נישט אז בויען איז נישט טייער.

קיינער זאגט נישט אז פרייזן זענען נישט דראמאטיש ארויף אין די לעצטע יארן.
שרייב פאוסט