ממש דו הערסט נישט....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 4:44 pmאיך באשולדיג נישט קיינעם. איך דערצייל פאקטן. דו ווילסט דירות זאלן ווערן ביליג, איך וויל אויך. ממילא, וויל איך ארויסהייבן דער וואס בעט די ביליגסטע, און דו ווילסט דוקא אז אלע בילדער זאלן זען אז ס'איז א שאד צו געבן א דאלאר ביליגער.נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 4:33 pmעס זעט טאקע אויס אז עס איז נישט קלוג ממשיך צו זיין מיט די וויכיחדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 4:27 pm
עגעין און עגעין און עגעין.
דו ווילסט יעצט רעדן פון עקיבא הערש? אדער פון וויפיל א דירה מעג קאסטן?
פון וואס איך רעד, שרייסטו אז עכט ווילסטו רעדן פון יענס. אזוי קענסטו נאך בלייבן גערעכט אויך. ביטע זאג מיר קלאר וואס דיין נושא איז, און איך האב דיר שוין צופרי געזאגט, כ'בין היינט אוועילעבל פאר דיר בע"ה.
אויב וועסטו גיין ווייטער ווי ביז דא, וועט עס מאכן אויסזען, פאלשערהייט, אז דו ביסט טאקע יא פון די וואס וועלן שרייען אויף עקיבא הערש'ס 350 און מחפה זיין אויף אלימלך דייטש'ס 500. פארוואס? גיי ווייס. ווייל למעשה... עכט קען מען בויען פאר פעניס, סוי, בקיצור.
דו שרייבסט א תגובה פארוואס דו ביסט לוחם פארן אמת, און דו נעמסט דיך אן פאר איין דעוועלאפער, און באשולדיגסט מיר און אנדערע אז מען זיכט דווקא אראפצורייסן עקיבא הערש ווי מען קען, מיט לשה"ר וכדומה, בשעת ער בעט די ביליגסטע,
און יעצט, ווען איך ענטפער וואס די אמת איז און וואס סך הכל מען פראבירט דא צו שרייבן וואס דו ווילסט נישט פארשטיין, קומט א פרישע תגובה אה, הייסט דו ווילסט יא רעדן פון עקיבא הערש...
פאקט איז אז עקיבא הערש קען פארדינען עקסטערע מיליאנען יעדן טאג, און ער שטייט ביי דעם נסיון. ווילסט אים נישט קרעדיטן? מוזט נישט. אבער וויין נישט פארוואס יעדער רייסט די מאקסימום. דאס איז די פרייז וואס די העצע קאסט. דער פראבלעם איז נאר אז באצאלן די פרייז דארף איך אויך.
און יא, ביסט ווייטער צוריק צו עקיבא הערש, און איך בין ווייטער דער וואס רעדט דוקא פון עקיבא הערש
איך וויל וויסן וויפיל עס איז די "עכטע פרייז", אלעס מיט פרוף, נישט קיין לינקס צו וואס א שרייבער האט אליינס געשריבן שווארץ אויף געיל. אן דעם איז יעדעס ווארט כחספא בעלמא.
איך האב אים שוין בלי שיעור מאל געקרעדיט, ווילסט איך זאל עס לייגן אין מיין חתימה ווייל איך דארף עס איבערשרייבן אין יעדע תגובה??? מען קען רעדן דערפון... אויף די מדריגה ווי דיר, בין איך נאכנישט עס איבערצושרייבן יעדע 3 מינוט...
נאר וואס דען היות איך גיי פארן אמת, גיב איך די קרעדיט פינקטליך אויף וואס עס איז און איך שרייב בפירוש אז דאס איז אויף דעם וואס ער וואלט געקענט בעטן מער, ווייל מען קען אין קרית יואל דערווייל בעטן וויפיל מען וויל, און נישט אז די פרייז איז בעצם ביליג, אבער עס איז נאכאלטס א גאר שטארקע קרעדיט פאר א מענטש אז ער ציט נישט ארויף מער די פרייז, ווען ער קען עס טעכניש טון