דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 3:43 pm
ווייטער רייסטו אים אראפ, און אלע שבחים וואס דו פארגינסט אים איז נאר צוצוקומען לגנות.
אבער פונעם עצם שמועס פארסטו אגאנצן צייט אוועק.
לאמיר צוריקגיין:
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 2:08 pm
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 2:08 pm
און נאכאמאל, דאס איז נישט מיין מערכה, און איך בין אויסטערליש, מחשיב, אז בעצם וואלט ער געקענט בעטן אין שכונת ויואל משה מער, נאר איך האלט אז די עכטע פרייז איז נאך אסאך ביליגער
אז דו ביסט אים מחשיב איז גוט. אבער לגבי דיין אבער, וואס מיינסטו צו זאגן אז "די עכטע פרייז איז אסאך ביליגער"? וואס מיינט עכטע פרייז?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 09, 2024 2:48 pm
אגב דאגב, האסט געוואלט רעדן פון אונטן ארויף וויפיל עס קאסט צו בויען, איך בין נייגעריג צו הערן דיינע נומערן און באווייזן.
עס איז באמת שווער צו נאכגיין און זיך האלטן צו די נושא, ווען ביי דיר איז א גאנצע צייט נאר דא איין נושא אויפן טיש, און דאס איז דיין מיסיע לגבי, די דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה
אבער ביז איך גיב אויף... לאמיר מיר נאכאמאל מסביר זיין, האסט געווארפן א נאסע לאלעך אויף מיר, אז איך רייס אראפ דאס בעטן 200 א סקווער פיס, האב איך למען האמת קלארגעשטעלט, אז קיינער האט אויף דעם נישט קיין טענות, און אפילו אויב מען זאל זאגן אז בשעתו האט עס נישט ממש געהייסן שפאט ביליג, זענען נאך אלטס די פרייזן געווען יושר'דיג, און אוודאי די פאקט אז מען האט נישט צוגעבעטן,
און אז די גאנצע נושא אויף שכונת ויואל משה איז נאר יעצט ווען די פרייזן זענען כמעט דאפעלט,
און יעצט א פרישע אטאקע אז איך זוך נאר ווי איך אראפרייסן שכונת ויואל משה, כאפסט ווי דיין בלינדע מיסיע מאכט א גאנצע צייט צוריקשלעפן די שמועס איבער יא אדער נישט עקיבא הערש?