דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:09 pm
נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:12 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:51 pm עיקערס פוינט האט נאך דירות פון 12 מענטשן? וואו? וויפיל בעט ער? (ס'קען מיך נוגע זיין ביטע אריינקומען מיט דיטעילס)
הייבסט אן אריינגיין אין תירוצים... פארשטייסט אליין, אז א דירה אזוי נאנט ווי בנציון קליין, איז נאך עני טיים קעגן די אנדערע מעלות, פון די עיקערס דירות,

אבער די עיקר איז, אז ווי עס שטעלט זיך ארויס, זענען אלע דעוועלאפערס, מער ווייניגער אין די זעלבע שיסל, און יעדער פראבירט צו בעטן די מערסטע וויפיל ער קען לפי המקום והזמן, איך האב מער וואס צו שרייבן און אויסברייטערן אין די נושא, און אויפווייזן קליפ און קלאר דאס וואס איך שרייב יעצט, אויף פיל א שטערקערע אופן אבער דערווייל איז עס נישט לתועלת
וועלקאם @נפתלי... שוין לאנג נישט זיך געריבן דא... איים רעדי. כ'האב יעצט אפאר מינוט.

ליסען. דאס איז אמאל זיכער, אז דער איינציגסטער בילדער וואס בעט טייער; הייבט פרייזן; בארויבט יעדן; בויט נישט גארנישט; גיט די ביליגסטע דזשאנק; איז גארנישט מנדב פון זיין ריוח פאר'ן ציבור; שפארט ווי א חזיר ווען ס'קומט צו פאקן פון טאש פאר סוער און ראודס אא"וו; דער איינציגסטער וואס טוט די אלע זאכן, כולהו לריעותא, איז עקיבא הערש קליין מיט מאיר יענקל אינדיג.

ווידער יחזקאל בראך, משה פריעדמאן, יומי ווערצבערגער, יעקב סופר, חיים נחום ווערצבערגער, יוזפא לאנדא, אלימלך דייטש, זלמן לייב ווייס, אינדיגא, יואלי מאנן, די אלע בעטן סאך ביליגער; שטעלן צו אסאך מער; בויען אסאך מער שטאנדהאפטיג; זענען מנדב פון זייער געלט פאר צורכי ציבור; זיי זענען פיינע נייעס.

דו שרייבסט אז יעדער איז אין די זעלבע שיסל.

איי ס'איז דא איינער וואס קארגט די ווייניגסטע; צאלט פאר'ן לאט כמעט די מערסטע; שטעלט צו אלע זייטיגע קאסטן פון די מערסטע און בעסטע ווייל ער גלייכט ווען זאכן קלאפן; ער איז מנדב די מערסטע פאר'ן ציבור בנדבת לבו; און... ער בעט נאך די ביליגסטע! סוי וויאזוי מאכט מען דעם שיסל?

- וויאזוי אין די וועלט גייסטו מען צאמשטעלן למשל אזא בויער ווי יומי ווערצבערגער וואס האט געצאלט פאר זיין לאט 16 מיליאן און דערלייגט אויף אינטערעסט לאונס, אין איין וואנע מיט יחזקאל בראך וואס האט געצאלט 1.5 מיליאן פאר זיין לאט און בעט $100 טייערער פער סקווער פיס?! וויאזוי?

- וויאזוי אין די וועלט גייסטו צאמשטעלן יומי ווערצבערגער וואס האט געבעטן $245 א סקווער פיס און געמוזט צובעטן נאך $50 צוליב קאוויד, אין איין וואנע מיט עקיבא הערש קליין וואס האט נאר געבעטן $200-$210 און זאגאר גארנישט צוגעבעטן אלס קאוויד כאטש ער האט געהאט אלע תירוצים?! וויאזוי?

- וויאזוי קען מען פון אונטער דער ערד ארויסקראצן אלע מיני הסברים און סיבות אז דער וואס שטעלט יא צו, דער וואס בעט ביליגער, דער טוט עס נאר בלית ברירה און נאך מיליאן תירוצים. ממש מרפסין איגרא וויפיל תירוצים מצען קען טרעפן אויף כפיית טובה צו שפייען אין פנים פון איינעם וואס באנארישט זיך און רייט נישט אויפ'ן ציבור זיך איינרעדנדיג אז איינער גייט אים אדמייערן דערפאר! צופלאצט קען מען ווערן!

נאר וואס דען? דו ארבעטסט דאך שווער שוין אפאר בלעטער צו דרייען און דרייען ביז מען קומט צוריק צו עקיבא הערש! נאר דאס ווילסטו! ווייל די פארפוילטע מידות פון שלעכטע מענטשן וואס זעען אייביג יענעמס טאשן און זענען אייביג דא מיט קאלקולעיטארס וואס ארבעטן נאר אויף איין וועג, דאס טרייבט דיינע מיינונגען. קהל גנב'עט, די מוסדות זענען רשעים, אלע בויער זענען בהכרח רוצחים, די גראסעריס זענען גנבים, וכו' וכו'.

כל הכבוד! איך בין מיט דיר פולי. איך גאראנטיר דיר אז דו גייסט ענדזשויען לייף. נאר א רחמנות אויף די וואס ליידן דערפון. דהיינו, תושבי קרית יואל.

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:12 pm לאמיר האפן אז די קאמיטע זאל באווייזן עפעס אויפצוטון אין די ענין, לשמחת לב פון אלע תושבי קרית יואל, און מאכן א עכטע לעזונג צום ענין,

און לאמיר זיך נישט פאפן, די דעוועלאפערס וועלן אייביג שרייען אז זיי מוזן בעטן וויפיל זיי בעטן און אז זיי נישט גייען זיי ממש באנקאטירן... און קיינער וועט מער נישט בויען אין קרית יואל... וכו' וכו' און די קאמיטע וועט זיך מוזן שטארקן אויך אויף די שטראכלינג און טוען וואס מען דארף טון לתועלת הענין.
יא, ביודעי ומכירי אז די קאמיטע אינאיינעם מיט די הנהלת הקרי' זוכן לעזונגען, און ארבעטן אויף פארשידענע זאכן וואס טראץ ס'איז ביטער שווער קען עס אבער מצליח זיין!

אבער איך גאראנטיר דיר אויך נאך עפעס, זאג עס אבער נישט אויס פאר קיינעם:

אלע אידן אזוי ווי דיר, גייען זיי 'נישט' דאנקבאר זיין.
איך באקום נישט באצאלט פון קיינעם, וועל איך אוודאי נישט צוריק שרייבן און גיין פראזענדליך, ווייל עס איז מיר פשוט נישט ווערד, זיך אריינצולאזן אין אזא עסק, נאר מצידי זיך ווייטער האלטן צום עצם נושא, אן ווערן אריינגעשלעפט און גארנישט זייטיג,

ממילא, אלע פיילן, און נידריגע אויסדרוקן אויף מיין חשבון ווערט איגנארירט

צום עצם ענין, עס קען באמת זיין אז דו כאפסט נישט, און אפשר איז טאקע כדי זאלסט אויפריכטיג איבערליינען אלע בלעטער, ביז אהער, אבער די פאקט איז איך גלייב אז דו לייקענסט עס נישט, אז דו האסט א מורא'דיגע ווארימע געפיל פאר די חשובע דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה, און מיט רעכט, זינט דער חשובער דעוועלאפער האט געטון זאכן וואס קיינער האט נישט געטון פאר סאטמאר און עס איז ווערט ארויסגעהויבן צו ווערן, און ביי די דירות נושא אליין, איז למעשה דא צו באקומען, דירות פאר ביליגער ווי ביי סיי וועם
אין שכונת ויואל משה

אבער דאס ברענגט צו, אז עס איז געווארן אזוי דיינס א לעבנס מיסיע צו ארויסברענגען איינמאל און נאכאמאל, ווען עס קומט צו די נושא פון דירות, אז יעדער מוז האלטן, אז די יעצטיגע פרייז פון שכונת ויואל משה אדער סיי ווי די חשובער דעוועלאפער בויעט, דאס איז די ריכטיגע פרייז!

וואס עס פאסירט איז אז וואס איינער זאל ווילן זאגן אויף די דירות, וועסטו גלייך ציען שטריכן און מסביר זיין וואס עס האט יא אדער נישט מיט די דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה, און ווען מען ענטפערט דיר, ווערט עס גלייך אזא זעסטו! א מערכה קעגן עקיבא הערש!

אנשטאלדיגט, דו ביסט דער וואס ווישט עס איבעראל אריין צוליב דיין מיסיע, און אז דו גלייבסט נישט ליין איבער אלע בלעטער ביז אהער

ביסטו יעצט געגאנגען און אריינגעלייגט אין מיינע ווערטער א טיעפע תוספות און ארויסגעקומען מיט א וויי געשריי

דהיינו, איך האב געשריבן אז היות מען זעט אז עינקלעוו בעט עקיבא הערש אזויפיל וויפיל בנציון קליין, (וואס דו האסט געשריבן אז ער בעט 600, א זאך וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אומריכטיג) און אויף דעם ביסטו געקומען פארענטפערן, אז דארט מעג מען בעטן 500 מיט תירוצים שונים, האב איך מסביר געווען אז דאס מיינט אז מער ווייניגער בעטן די דעוועלאפערס וויפיל זיי קענען,

האסטו געמאכט דערפון, אז איך זאג אז אלע 10 דעוועלאפערס זענען ממש די זעלבע פינקטליך, קומט דאך אויס אז עס איז ממש די זעלבע ווי דער וואס בעט 600 פאר א לאט וואס האט אים געקאסט פיל ביליגער וכו' וכו'

טוה מיר א טובה, און לייג נישט אריין קיין מהרש"א אין מיינע תגובות, די פאקט איז אז איך האב קיינמאל נישט אראפגעריסן קיין איין דעוועלאפער ביים נאמען פראזענדליך, א זאך וואס דו האלסט דיר נישט צוריק, ווייל איך וויל רעדן פון די נושא, און ביי מיר איז די נושא, וויפיל קאסט טאקע צו בויען און לפי זה אויב עס איז יושר צו בעטן אפילו איין דאלאר מער, עד כאן, און אוודאי ווי מער געלט מען בעט צו רייסן פון אידן, איז די עוולה פול גרעסער, נאר היות איך בין נישט דא, פאר קיין שום דעוועלאפער קיינער האט מיר נישט באשטעלט, קען איך מיך האלטן צום נושא גופא

און די נושא איז, וויפיל קאסט טאקע צו בויען, וויפיל ריווח מעג מען מאכן, און וויפיל בעט מען אין פאקט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

היות קיינער באצאלט מיר נישט צו שרייבן דא, וועל איך נישט טאנצן יעצט אויף 7 חתונות, נאר יא זיך האלטן צום נושא. (אגב, די טריק פון נוצן די "רחמנות צעטל" דורך אנהייבן מיט אן הקדמה כאילו איך בין גאר דער וואס גייט דא פערזענליך, איז געוואלדיג. ס'ארבעט גוט אויף מיר).

מען רעדט דא שוין עטליכע בלעטער בנוגע די פרייזן וויפיל עס קאסט צו בויען. איך האב מער געליינט ווי געשריבן, ס'איז געווען עכט א שיינע שמועס.

ערגעץ אינצווישן האב איך דערזען ווי דו הייבט אן ברענגען ציטאטן און פארשטאנען אז דו ווילסט צוריקקומען צו דיין באליבטער רבי עקיבא הערש. און הפלא ופלא, כך הוה! איך האב גערעדט פון יחזקאל בראך'ס פרייזן, און דו ביסט אנגעקומען צו ענקלעוו! האסט גארנישט געטראפן אינמיטן, האסט גארנישט געוויסט אז ענקלעוו ווערט פארקויפט אלס לוקסעריעז, האסט גארנישט געוויסט אז ענקלעיוו גייט רוב געלט פאר יודי גאלדבערגער בעת וואס די פארעסט לאט איז געווען ממש אומזינסט, גארנישט...

פלעין, פאר גארנישט, פלוצלינג, ביסטו אנגעקומען צו דיין באליבטער. און דו שרייבסט נאך אז "איך" צי אלעמאל שטריכן צו עקיבא הערש. דו ציסט און איך בין דער ציער?

איך צי שטריכן? איך האב איין שטריך: עס באדערט מיר ווען מען רעדט דברי הבל בפרט ווען ס'בארירט אנדערע אידן על לא דבר.

נעקסט טיים דו ווילסט רעדן פון דירות פרייזן, רעד פון דירות פרייזן, צום ענין.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 7:32 pm היות קיינער באצאלט מיר נישט צו שרייבן דא, וועל איך נישט טאנצן יעצט אויף 7 חתונות, נאר יא זיך האלטן צום נושא. (אגב, די טריק פון נוצן די "רחמנות צעטל" דורך אנהייבן מיט אן הקדמה כאילו איך בין גאר דער וואס גייט דא פערזענליך, איז געוואלדיג. ס'ארבעט גוט אויף מיר).

מען רעדט דא שוין עטליכע בלעטער בנוגע די פרייזן וויפיל עס קאסט צו בויען. איך האב מער געליינט ווי געשריבן, ס'איז געווען עכט א שיינע שמועס.

ערגעץ אינצווישן האב איך דערזען ווי דו הייבט אן ברענגען ציטאטן און פארשטאנען אז דו ווילסט צוריקקומען צו דיין באליבטער רבי עקיבא הערש. און הפלא ופלא, כך הוה! איך האב גערעדט פון יחזקאל בראך'ס פרייזן, און דו ביסט אנגעקומען צו ענקלעוו! האסט גארנישט געטראפן אינמיטן, האסט גארנישט געוויסט אז ענקלעוו ווערט פארקויפט אלס לוקסעריעז, האסט גארנישט געוויסט אז ענקלעיוו גייט רוב געלט פאר יודי גאלדבערגער בעת וואס די פארעסט לאט איז געווען ממש אומזינסט, גארנישט...

פלעין, פאר גארנישט, פלוצלינג, ביסטו אנגעקומען צו דיין באליבטער. און דו שרייבסט נאך אז "איך" צי אלעמאל שטריכן צו עקיבא הערש. דו ציסט און איך בין דער ציער?

איך צי שטריכן? איך האב איין שטריך: עס באדערט מיר ווען מען רעדט דברי הבל בפרט ווען ס'בארירט אנדערע אידן על לא דבר.

נעקסט טיים דו ווילסט רעדן פון דירות פרייזן, רעד פון דירות פרייזן, צום ענין.
ליין איבער דיין לענגערע תגובה און זעה דיין פריוו מיך ארפצומאלן אלטס א איך וויל נישט זאגן וואס, (פארפוילטע מידות וכו' וכו') ממילא נאכאמאל ביטע הער אויף מיט דעם, קענסט רעדן פון די נושא וויפיל דו ווילסט און ברענגען ראיות לדבריך, אבער פראביר נישט צו ניצן אנדערע מיטלען צו פראוון דיינע פוינטס,

און יעצט לענין

עס זעט אויס ווי דו האסט טאקע נישט אלעס געליינט

@אזוי צו זאגן, האט געברענגט א צושטעל פון עקיבא צבי מיט יחזקאל בראך, און האט בכלל געמאכט א טעמע וואס האט געדארפט צו פארענטפערן די פרייזן פון ר' עקיבא צבי

און איך האב געברענגט א צושטעל פון עקיבא צבי צו בנציון קליין,

און איך האב נישט געשריבן קיין שגץ אדער גנב, גארנישט, קוק איבער די תגובה איך האב דערציילט א ידיעה וואס איך האב געהערט, און געפרעגט הסבר, זיך באציענדיג, צו דעם וואס @אזוי צו זאגן האט געשריבן

דערויף איז געקומען די תירוץ, אז די דירות, מעג מען בעטן 500 א סקווער פיס, ווייל מען קען בעטן, האב איך געענטפערט, אז אויב בעט מען ווייל מען קען, זענען די דעוועלאפערס מער ווייניגער אייניג אז ווי מען קען בעט מען מער ע"כ

דארפסט פארשטיין איין נקודה די גאנצע פראבלעם פון די דירות מארקעט איז, אז איינער ווערט א גרעסערע צדיק פונעם צווייטן, אז דו בעטסט אזויפיל מעג איך בעטן אזויפיל וכו' וכו' און אזוי פארן פרייזן ארויף און ארויף, צוליב דעם טאר מען נישט אריינפאלן און די לאך, נאר זיך האלטן די קאפ גראד, וויפיל דארף עס צו קאסטן און וויפיל איז ארויפגעטריבן אן קיין תירוצים, און ווער עס בעט מער ווי נארמאל, איז דא אויף אים טענות.

און יעצט, פראביר מיר נישט צו צומישן ווייל ביי מיר איז נאר דא איין נושא, און איין חילוק פון מיר און דיר, איך גיי פון אונטן ארויף, וויפיל דארף עס קאסטן, און וויפיל מער נעמט פון די ארימע ציבור, און אוודאי יעדע דאלאר ביליגער וואס מען בעט, איז שכרו הרבה מאוד, אבער די פראגע איז נאכאלטס זענען די פרייזן יושר'דיג אדער נישט? און ביי דיר איז נאר דא איין נושא צו זיכער מאכן אז יעדער האלט ווי דיר לגבי איין ספעציפישע דעוועלאפער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2939
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8411

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:36 pm גערעדט צו איינעם נעכטען, מ’האט איהם (וואוינט נישט אין קי) אראפ געריפען צו מהרא פאריגע וואך וועגען די דירות נושא, איטס ריעלי אימפרעסיוו די ארבייט וואס עסקנים טוהן, ובראשם מהרא, שפייען בליט נאר אויף ארויס צוהעלפען אידישע ברידערס.

ואגב, מהאט געהעריג דיקאסט אפשענס, וואס ס’האט גארנישט מיט קי, אין אנפאנגען צו פאוקעסען אין די סובורבס (למשל, מאנטיסעלאו) פאר גרעסערע פריעקטען. ב"ה לא אלמן ישראל
יאפ. אויך געהערט אזוי. דאס איז גאר שטארקע נייעס.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
היום
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:05 pm
x 28

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך היום »

להערה בעלמא
די שפראך פון אראפרייסן מענטשן מיט "פארפוילטע מידות" וכדומה ווערט אויף דעם סייט גאנץ ווייניג באנוצט, אבער געוויסע נוצן דאס גאנץ אפט , און דאס מאכט זייער אומבאטעמט
בתקוה להבנה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ייש"כ @נפתלי פאר'ן פרובירן זיך צו האלטן גראד. לאמיר טאקע אזוי ממשיך זיין. לאמיר רעדן גראד, איין נקודה איפאמאל, און אנקומען לחקר המציאות, איך בין זיכער אז דאס זוכסטו.

איז אזוי. היות דו שרייבסט שוין 2 מאל, און ידידי הנחמד הרב @היום שרייבט עס איבער, אז איך האב געזאגט אויף דיר פארדארבענע מידות, ביטע ליין איבער מיין פאראגראף:

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:09 pm נאר וואס דען? דו ארבעטסט דאך שווער שוין אפאר בלעטער צו דרייען און דרייען ביז מען קומט צוריק צו עקיבא הערש! נאר דאס ווילסטו! ווייל די פארפוילטע מידות פון שלעכטע מענטשן וואס זעען אייביג יענעמס טאשן און זענען אייביג דא מיט קאלקולעיטארס וואס ארבעטן נאר אויף איין וועג, דאס טרייבט דיינע מיינונגען. קהל גנב'עט, די מוסדות זענען רשעים, אלע בויער זענען בהכרח רוצחים, די גראסעריס זענען גנבים, וכו' וכו'.

סוי ניין, ח"ו, איך זאג נישט אויף קיינעם דא אז ער האט פארדארבענע מידות, ח"ו. איך זאג אז ס'איז דא א געוויסע נערעטיוו וואס שטאמט פון פארדארבענע מידות, און זייער נערעטיוו טריגערט געוויסע מענטשן, אזוי ווי דיר, צו א געוויסע ליניע. און היות מיר קענען זיך אין ריעל לייף ווייסן מיר גענוי אז דאס איז דער מציאות, איא?...

יעצט, דו שרייבסט אז איינער האט דא גערעדט פון יחזקאל בראך כדי צו פארענטפערן עקיבא הערש. דארפסט פארשטיין אז מ'מעג זיין א טראפעלע ברייטער און נישט איבעראל זען "עקיבא הערש עקיבא הערש", נישט אייביג ווען איינער רייסט אראפ איינעם וואס בעט צו געלט מיינט ער מחפה צו זיין אויף דעם וואס בעט נישט צו. ניש אייביג ווען איינער רייסט אראפ איינעם וואס בעט $600 מיינט ער מחפה צו זיין אויף דעם וואס בעט אונטער $400. "קיינער האט נישט גערעדט דא פון עקיבא הערש" ביז דו ביסט אנגעקומען מיט ענקלעיוו וואס איז אויסדרוקליך נישט אריינגעקומען אינעם נושא, נאר אך ורק אז נאך אפאר בלעטער פרובירן האסט עעענדליך מצליח געווען אריינצוברענגען עקיבא הערש.

סוי דערפאר זאג איך דיר, קענסט רעדן פון אלע בויער, אפילו פון עקיבא הערש. נאר ווען מ'זעט איינער "זארגט זיך" פאר די שרעקליכע פרייזן, אבער סאם האו ליגט אים אויפ'ן געוויסן דוקא דער וואס גיבט די מערסטע און בעט די ביליגסטע, ווייזט עס אז די זארג איז נישט אמת'דיג, ס'ווערט געטריגערט פון עפעס אנדערש.

אבער, אז דו ווילסט גיין פון אונטן ארויף, בין איך עקסטער גרייט דערויף. דאס איז א נייע שמועס, און איך האב היבש פרובירט - שוין לאנג צוריק - אריינצוגיין דערין, טאקע ווייל איך האב פרובירט אויפצוטון אין דעם געביט, און ב"ה עטוואס מצליח געווען. אדרבה, איך בין גרייט אריינצוגיין דערין.

פאר'ן שמועס פון ביז אהער איז מיין קאנקלוזשן:

1) יחזקאל בראך איז דערווייל די טייערסטע, און געצאלט פאר'ן לאט ממש גארנישט

2) עקיבא הערש און מאיר יענקל שכונת ויואל משה זענען דערווייל די ביליגסטע, און געצאלט פאר'ן לאט די מערסטע

3) יוזפא לאנדא און זלמן לייב ווייס זענען איינס בעפאר די טייערסטע מיט די ווייניגסטע קאסטן, זייענדיג איינצעלנע בנינים וואס דויערט די שנעסטע און דארף די ווייניגסטע אפראוועלס

4) בנציון קליין טענה'ן געוויסע אז ער בעט פונקט ווי יחזקאל בראך און אנדערע זאגן אז ס'איז נישט אמת
היום
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:05 pm
x 28

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך היום »

איך האב גערעדט פון א דזשענעראל נושא פון נוצן ווילדע אויסדרוקן און אטאקעס, ווי איידער רעדן איבער א נושא און אויסשמועסן צדדים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:30 pm
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:27 pm ענקלעיוו האט נאל פאר 500 א ס"פ? שכונת ויואל משה איז שוין אזויפיל.
שכונת ויואל משה איז ארום 375
ער מיינט לכאורה אלימלך דייטש / אינדיגאו
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:44 am ייש"כ @נפתלי פאר'ן פרובירן זיך צו האלטן גראד. לאמיר טאקע אזוי ממשיך זיין. לאמיר רעדן גראד, איין נקודה איפאמאל, און אנקומען לחקר המציאות, איך בין זיכער אז דאס זוכסטו.

איז אזוי. היות דו שרייבסט שוין 2 מאל, און ידידי הנחמד הרב @היום שרייבט עס איבער, אז איך האב געזאגט אויף דיר פארדארבענע מידות, ביטע ליין איבער מיין פאראגראף:

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:09 pm נאר וואס דען? דו ארבעטסט דאך שווער שוין אפאר בלעטער צו דרייען און דרייען ביז מען קומט צוריק צו עקיבא הערש! נאר דאס ווילסטו! ווייל די פארפוילטע מידות פון שלעכטע מענטשן וואס זעען אייביג יענעמס טאשן און זענען אייביג דא מיט קאלקולעיטארס וואס ארבעטן נאר אויף איין וועג, דאס טרייבט דיינע מיינונגען. קהל גנב'עט, די מוסדות זענען רשעים, אלע בויער זענען בהכרח רוצחים, די גראסעריס זענען גנבים, וכו' וכו'.

סוי ניין, ח"ו, איך זאג נישט אויף קיינעם דא אז ער האט פארדארבענע מידות, ח"ו. איך זאג אז ס'איז דא א געוויסע נערעטיוו וואס שטאמט פון פארדארבענע מידות, און זייער נערעטיוו טריגערט געוויסע מענטשן, אזוי ווי דיר, צו א געוויסע ליניע. און היות מיר קענען זיך אין ריעל לייף ווייסן מיר גענוי אז דאס איז דער מציאות, איא?...

יעצט, דו שרייבסט אז איינער האט דא גערעדט פון יחזקאל בראך כדי צו פארענטפערן עקיבא הערש. דארפסט פארשטיין אז מ'מעג זיין א טראפעלע ברייטער און נישט איבעראל זען "עקיבא הערש עקיבא הערש", נישט אייביג ווען איינער רייסט אראפ איינעם וואס בעט צו געלט מיינט ער מחפה צו זיין אויף דעם וואס בעט נישט צו. ניש אייביג ווען איינער רייסט אראפ איינעם וואס בעט $600 מיינט ער מחפה צו זיין אויף דעם וואס בעט אונטער $400. "קיינער האט נישט גערעדט דא פון עקיבא הערש" ביז דו ביסט אנגעקומען מיט ענקלעיוו וואס איז אויסדרוקליך נישט אריינגעקומען אינעם נושא, נאר אך ורק אז נאך אפאר בלעטער פרובירן האסט עעענדליך מצליח געווען אריינצוברענגען עקיבא הערש.

סוי דערפאר זאג איך דיר, קענסט רעדן פון אלע בויער, אפילו פון עקיבא הערש. נאר ווען מ'זעט איינער "זארגט זיך" פאר די שרעקליכע פרייזן, אבער סאם האו ליגט אים אויפ'ן געוויסן דוקא דער וואס גיבט די מערסטע און בעט די ביליגסטע, ווייזט עס אז די זארג איז נישט אמת'דיג, ס'ווערט געטריגערט פון עפעס אנדערש.

אבער, אז דו ווילסט גיין פון אונטן ארויף, בין איך עקסטער גרייט דערויף. דאס איז א נייע שמועס, און איך האב היבש פרובירט - שוין לאנג צוריק - אריינצוגיין דערין, טאקע ווייל איך האב פרובירט אויפצוטון אין דעם געביט, און ב"ה עטוואס מצליח געווען. אדרבה, איך בין גרייט אריינצוגיין דערין.

פאר'ן שמועס פון ביז אהער איז מיין קאנקלוזשן:

1) יחזקאל בראך איז דערווייל די טייערסטע, און געצאלט פאר'ן לאט ממש גארנישט

2) עקיבא הערש און מאיר יענקל שכונת ויואל משה זענען דערווייל די ביליגסטע, און געצאלט פאר'ן לאט די מערסטע

3) יוזפא לאנדא און זלמן לייב ווייס זענען איינס בעפאר די טייערסטע מיט די ווייניגסטע קאסטן, זייענדיג איינצעלנע בנינים וואס דויערט די שנעסטע און דארף די ווייניגסטע אפראוועלס

4) בנציון קליין טענה'ן געוויסע אז ער בעט פונקט ווי יחזקאל בראך און אנדערע זאגן אז ס'איז נישט אמת
ווייטער, איך זוך נישט אריינצוגיין אין קיין נעמען, און די סיבה פארוואס עס ווערט אריינגעשלעפט אין נעמען איז נאר, פון די פראפאגאנדע מאשין, וואס פראבירט צו באווארענען אז וויפיל שכונת ויואל משה בעט דארף צו זיין אנגענומען און נארמאל

און יעצט, איך שרייב בלויז זיך באציען צו וואס דו שרייבסט, פשוט קלארצושטעלן די פאקטן, און "נישט" ווייל איך האב עפעס א ציל מיט עקיבא הערש,

וועל איך יעצט קלארשטעלן פאקטן זיך צו באציען צו דיין תגובה

יוזפא לאנדא, האט געבעטן בערך 365 ביי קארלסבורג די זעלבע אדער ביליגער ווי שכונת ויואל משה, און ביי אוהעל, בעט ער כפי ידיעתי ביליגער פון וואס די דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה בעט ווען ער בויעט אין יענע געגנט דאס איז לויט מיין ידיעה און איך בין גרייט צו הערן אז איך האב א טעות

און נאכאמאל, דאס איז נישט מיין מערכה, און איך בין אויסטערליש, מחשיב, אז בעצם וואלט ער געקענט בעטן אין שכונת ויואל משה מער, נאר איך האלט אז די עכטע פרייז איז נאך אסאך ביליגער, און פארשטייט זיך ודבר פשוט מאוד מאוד מאוד, אז דער וואס האט געצאלט פעניס אויף זיין לאט, און בעט טייערער איז די שקאצעריי דערפון בלי שיעור, נאר ווי געזאגט מיין פוינט איז געבויעט אויף קאסטן, און אויף נארמאלע ריווח, און ווי די פרייזן זענען לפי זה איבערגעטריבן.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:38 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:44 am ייש"כ @נפתלי פאר'ן פרובירן זיך צו האלטן גראד. לאמיר טאקע אזוי ממשיך זיין. לאמיר רעדן גראד, איין נקודה איפאמאל, און אנקומען לחקר המציאות, איך בין זיכער אז דאס זוכסטו.

איז אזוי. היות דו שרייבסט שוין 2 מאל, און ידידי הנחמד הרב @היום שרייבט עס איבער, אז איך האב געזאגט אויף דיר פארדארבענע מידות, ביטע ליין איבער מיין פאראגראף:

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 5:09 pm נאר וואס דען? דו ארבעטסט דאך שווער שוין אפאר בלעטער צו דרייען און דרייען ביז מען קומט צוריק צו עקיבא הערש! נאר דאס ווילסטו! ווייל די פארפוילטע מידות פון שלעכטע מענטשן וואס זעען אייביג יענעמס טאשן און זענען אייביג דא מיט קאלקולעיטארס וואס ארבעטן נאר אויף איין וועג, דאס טרייבט דיינע מיינונגען. קהל גנב'עט, די מוסדות זענען רשעים, אלע בויער זענען בהכרח רוצחים, די גראסעריס זענען גנבים, וכו' וכו'.

סוי ניין, ח"ו, איך זאג נישט אויף קיינעם דא אז ער האט פארדארבענע מידות, ח"ו. איך זאג אז ס'איז דא א געוויסע נערעטיוו וואס שטאמט פון פארדארבענע מידות, און זייער נערעטיוו טריגערט געוויסע מענטשן, אזוי ווי דיר, צו א געוויסע ליניע. און היות מיר קענען זיך אין ריעל לייף ווייסן מיר גענוי אז דאס איז דער מציאות, איא?...

יעצט, דו שרייבסט אז איינער האט דא גערעדט פון יחזקאל בראך כדי צו פארענטפערן עקיבא הערש. דארפסט פארשטיין אז מ'מעג זיין א טראפעלע ברייטער און נישט איבעראל זען "עקיבא הערש עקיבא הערש", נישט אייביג ווען איינער רייסט אראפ איינעם וואס בעט צו געלט מיינט ער מחפה צו זיין אויף דעם וואס בעט נישט צו. ניש אייביג ווען איינער רייסט אראפ איינעם וואס בעט $600 מיינט ער מחפה צו זיין אויף דעם וואס בעט אונטער $400. "קיינער האט נישט גערעדט דא פון עקיבא הערש" ביז דו ביסט אנגעקומען מיט ענקלעיוו וואס איז אויסדרוקליך נישט אריינגעקומען אינעם נושא, נאר אך ורק אז נאך אפאר בלעטער פרובירן האסט עעענדליך מצליח געווען אריינצוברענגען עקיבא הערש.

סוי דערפאר זאג איך דיר, קענסט רעדן פון אלע בויער, אפילו פון עקיבא הערש. נאר ווען מ'זעט איינער "זארגט זיך" פאר די שרעקליכע פרייזן, אבער סאם האו ליגט אים אויפ'ן געוויסן דוקא דער וואס גיבט די מערסטע און בעט די ביליגסטע, ווייזט עס אז די זארג איז נישט אמת'דיג, ס'ווערט געטריגערט פון עפעס אנדערש.

אבער, אז דו ווילסט גיין פון אונטן ארויף, בין איך עקסטער גרייט דערויף. דאס איז א נייע שמועס, און איך האב היבש פרובירט - שוין לאנג צוריק - אריינצוגיין דערין, טאקע ווייל איך האב פרובירט אויפצוטון אין דעם געביט, און ב"ה עטוואס מצליח געווען. אדרבה, איך בין גרייט אריינצוגיין דערין.

פאר'ן שמועס פון ביז אהער איז מיין קאנקלוזשן:

1) יחזקאל בראך איז דערווייל די טייערסטע, און געצאלט פאר'ן לאט ממש גארנישט

2) עקיבא הערש און מאיר יענקל שכונת ויואל משה זענען דערווייל די ביליגסטע, און געצאלט פאר'ן לאט די מערסטע

3) יוזפא לאנדא און זלמן לייב ווייס זענען איינס בעפאר די טייערסטע מיט די ווייניגסטע קאסטן, זייענדיג איינצעלנע בנינים וואס דויערט די שנעסטע און דארף די ווייניגסטע אפראוועלס

4) בנציון קליין טענה'ן געוויסע אז ער בעט פונקט ווי יחזקאל בראך און אנדערע זאגן אז ס'איז נישט אמת
ווייטער, איך זוך נישט אריינצוגיין אין קיין נעמען, און די סיבה פארוואס עס ווערט אריינגעשלעפט אין נעמען איז נאר, פון די פראפאגאנדע מאשין, וואס פראבירט צו באווארענען אז וויפיל שכונת ויואל משה בעט דארף צו זיין אנגענומען און נארמאל

און יעצט, איך שרייב בלויז זיך באציען צו וואס דו שרייבסט, פשוט קלארצושטעלן די פאקטן, און "נישט" ווייל איך האב עפעס א ציל מיט עקיבא הערש,

וועל איך יעצט קלארשטעלן פאקטן זיך צו באציען צו דיין תגובה

יוזפא לאנדא, האט געבעטן בערך 365 ביי קארלסבורג די זעלבע אדער ביליגער ווי שכונת ויואל משה, און ביי אוהעל, בעט ער כפי ידיעתי ביליגער פון וואס די דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה בעט ווען ער בויעט אין יענע געגנט דאס איז לויט מיין ידיעה און איך בין גרייט צו הערן אז איך האב א טעות

און נאכאמאל, דאס איז נישט מיין מערכה, און איך בין אויסטערליש, מחשיב, אז בעצם וואלט ער געקענט בעטן אין שכונת ויואל משה, נאר איך האלט אז די עכטע פרייז איז נאך אסאך ביליגער, און פארשטייט זיך ודבר פשוט מאוד מאוד מאוד, אז דער וואס האט געצאלט פעניס אויף זיין לאט, און בעט טייערער איז די שקאצעריי דערפון בלי שיעור, נאר ווי געזאגט מיין פוינט איז געבויעט אויף קאסטן, און אויף נארמאלע ריווח, און ווי די פרייזן זענען לפי זה איבערגעטריבן.
אגב, דו שרייבסט שוין 10 מאל אז יחזקאל בראך בעט 600 האב איך געפרעגט איינעם וואס קען די נומבערס און יענער זאגט מיר מיט א ברירות אז ער בעט צווישן 5-530 און ווייט פון די נומבער 600 און אגב, עס קען זיין עס גייט קומען בעסערע נייעס אין די הינזיכט פון וואס עס איז נאכנישט כדי צו רעדן, צו זיין קלארער ער האט טאקע דערווייל נישט קיין קונים.

און נאכאמאל מיין ציל איז נישט ווייל איך האב א מערכה מיט די דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה, נאר אדרבה, יעדע פאלטשע שמועה, אז איינער בעט טייער מאכט א הכשר פאר א צווייטן ארויפצוציען, און אוודאי איז אפילו 530 שרעקליך איבערגעטריבן, ממילא האב איך עס קלארגעשטעלט ביי בנציון קליין און יעצט ביי דעם (ביי בנציון קליין ווייס איך עס אויף מיליאן פראצענט ווייל דארט האב איך אליין גערעדט מיט א קונה, וואס קויפט "יעצט")
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

.
פיילס
Capture.PNG
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:38 pm ווייטער, איך זוך נישט אריינצוגיין אין קיין נעמען
רייט. האסט געוואלט רעדן פון "שכונת ויואל משה" אנשטאט פון "עקיבא הערש" און "מאיר יענקל". איך פארשטיי. אבער איך האב ליב קלארקייט און אפנקייט ממילא האב איך עס אנגערופן ביין נאמען.

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:38 pm און די סיבה פארוואס עס ווערט אריינגעשלעפט אין נעמען איז נאר, פון די פראפאגאנדע מאשין, וואס פראבירט צו באווארענען אז וויפיל שכונת ויואל משה בעט דארף צו זיין אנגענומען און נארמאל
אזאנס דערמאנט מיר פון די אנטי-וועקסער פראפאגאנדע מאשין וואס פראפאגאנדירט אז די וואקסינען מאכן פראפאגאנדע.

איי ס'איז פארקערט? נו שוין, גיי זאג אז דו האסט נישט קיין טאכטער...

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:38 pm יוזפא לאנדא, האט געבעטן בערך 365 ביי קארלסבורג די זעלבע אדער ביליגער ווי שכונת ויואל משה, און ביי אוהעל, בעט ער כפי ידיעתי ביליגער פון וואס די דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה בעט ווען ער בויעט אין יענע געגנט דאס איז לויט מיין ידיעה און איך בין גרייט צו הערן אז איך האב א טעות
בנוגע יוזפא אויף קארלסבורג, מיינסט מסתמא חברון, ליגט מיר אין זכרון אז דער רבי שליט"א מהר"א האט געזאגט ברבים אז מען בעט דארט איבער 400 און דאס איז שוין געווען בערך א יאר צוריק.

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:38 pm און נאכאמאל, דאס איז נישט מיין מערכה, און איך בין אויסטערליש, מחשיב, אז בעצם וואלט ער געקענט בעטן אין שכונת ויואל משה מער, נאר איך האלט אז די עכטע פרייז איז נאך אסאך ביליגער
אז דו ביסט אים מחשיב איז גוט. אבער לגבי דיין אבער, וואס מיינסטו צו זאגן אז "די עכטע פרייז איז אסאך ביליגער"? וואס מיינט עכטע פרייז?

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 1:38 pm און פארשטייט זיך ודבר פשוט מאוד מאוד מאוד, אז דער וואס האט געצאלט פעניס אויף זיין לאט, און בעט טייערער איז די שקאצעריי דערפון בלי שיעור, נאר ווי געזאגט מיין פוינט איז געבויעט אויף קאסטן, און אויף נארמאלע ריווח, און ווי די פרייזן זענען לפי זה איבערגעטריבן.
פון דעם האט מען גערעדט דא אנהייב שמועס, און איך האב געוואלט זען די שמועס גיין ווייטער ווייל ווי געזאגט האב איך געטון דערין וועלנדיג עפעס אויפטון, און איך האב עטוואס ידיעות אין די נושא.

סוי אז דו ווילסט צוריקגיין צו דעם שמועס, און ווילסט איך זאל אריינרעדן, בין איך דא.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:08 pm

בנוגע די פראפאגאנדע מאשין וועל איך לאזן די ליינער צו דיסיידן....

בנוגע יוזפא, אין פאקט האט ער געבעטן 365.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 214
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 184

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

און שכונת ויוא"מ קען מען נאך קויפן פאר 800K א 7 רום דירה...
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נפתלי בנוגע אז ס'איז ענדערשט דא "אנטי" פראפאגאנדע, רעד איך ספעציפיש לגבי עקיבא הערש. ווייל ביי אנדערע זאכן קען איך נישט לייקענען אז פאר די מוסדות, גיוס, קהל, ווילעדזש, חינוך, באקום איך געהעריג באצאלט צו לאזן הערן דא מיינע ידיעות וואס איך ווער געוואויר ביים עוסק זיין דערין, במישרין ובעקיפין :roll: (שוין, באלד ציילסטו שוין מיינע מיליאנען).

בנוגע יוזפא לאנדא'ס פרייז וועל איך מברר זיין, איך האב בשעתו געהאט באקומען די פרייזן אין אימעיל טראכטנדיג פון קויפן דארט, אבער איך טרעף עס נישט.

אגב, מ'האט עפעס געהאט גערעדט דא וויפיל דירות אין ק"י האבן געקאסט בעת שכונת ויואל משה האט געגעבן פאר $200, איך מיין אז טאקע דו האסט געהאלטן אז ס'איז קיינמאל נישט געווען ביליג. יעצט אזוי זוכנדיג מיינע אימעילס פאר חברון/יוזפא, האב איך געטראפן אין אימעיל מיט די אפפער פון די בילדינג אויף 3 ליזענקס, אין יאר 2017, דאס איז לכאורה בערך די צייט וואס שכונת ויואל משה האט אנגעהויבן. די פרייז איז געווען $615,000 פאר 2,219 סקווער פיס. דאס הייסט $277 א סקווער פיס.

אגב דאגב, האסט געוואלט רעדן פון אונטן ארויף וויפיל עס קאסט צו בויען, איך בין נייגעריג צו הערן דיינע נומערן און באווייזן.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:48 pm @נפתלי בנוגע אז ס'איז ענדערשט דא "אנטי" פראפאגאנדע, רעד איך ספעציפיש לגבי עקיבא הערש. ווייל ביי אנדערע זאכן קען איך נישט לייקענען אז פאר די מוסדות, גיוס, קהל, ווילעדזש, חינוך, באקום איך געהעריג באצאלט צו לאזן הערן דא מיינע ידיעות וואס איך ווער געוואויר ביים עוסק זיין דערין, במישרין ובעקיפין :roll: (שוין, באלד ציילסטו שוין מיינע מיליאנען).

בנוגע די דעמאלטסדיגע פרייזן פון שכונת, האב איך געזאגט אז די פרייזן האבן נישט געהייסן ביליג, לויט די אומשטענדן פון די ווייטקייט, און די דירות אין א וואלד, וואס איז געווען ווייט פון מח, האט עס געהייסן נארמאל.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז יעדער וואס גייט בעטן ביליגער, גייסטו האבן א קלארע הסבר פארוואס ס'איז באמת נישט ביליג, ווייל, הער אויס, למעשה, א וואלד.

סוי איך טראכט, אז אפשר איז דאס די סיבה פארוואס די רוצח'ישע בילדער רעכענען זיך ליידער נישט מיט'ן ווייגעשריי. זיי זעען אז וויפיל זיי וועלן קעגנקומען וועלן זיי מילא בלייבן טייער, טא, פארוואס נישט כאטש מאכן נאך אפאר דאלער אין די צייט?

בדרך אפשר.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 214
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 184

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:48 pm @נפתלי בנוגע אז ס'איז ענדערשט דא "אנטי" פראפאגאנדע, רעד איך ספעציפיש לגבי עקיבא הערש. ווייל ביי אנדערע זאכן קען איך נישט לייקענען אז פאר די מוסדות, גיוס, קהל, ווילעדזש, חינוך, באקום איך געהעריג באצאלט צו לאזן הערן דא מיינע ידיעות וואס איך ווער געוואויר ביים עוסק זיין דערין, במישרין ובעקיפין :roll: (שוין, באלד ציילסטו שוין מיינע מיליאנען).

בנוגע יוזפא לאנדא'ס פרייז וועל איך מברר זיין, איך האב בשעתו געהאט באקומען די פרייזן אין אימעיל טראכטנדיג פון קויפן דארט, אבער איך טרעף עס נישט.

אגב, מ'האט עפעס געהאט גערעדט דא וויפיל דירות אין ק"י האבן געקאסט בעת שכונת ויואל משה האט געגעבן פאר $200, איך מיין אז טאקע דו האסט געהאלטן אז ס'איז קיינמאל נישט געווען ביליג. יעצט אזוי זוכנדיג מיינע אימעילס פאר חברון/יוזפא, האב איך געטראפן אין אימעיל מיט די אפפער פון די בילדינג אויף 3 ליזענקס, אין יאר 2017, דאס איז לכאורה בערך די צייט וואס שכונת ויואל משה האט אנגעהויבן. די פרייז איז געווען $615,000 פאר 2,219 סקווער פיס. דאס הייסט $277 א סקווער פיס.

אגב דאגב, האסט געוואלט רעדן פון אונטן ארויף וויפיל עס קאסט צו בויען, איך בין נייגעריג צו הערן דיינע נומערן און באווייזן.
ליוולענד נעבן חברון 377 א סקווער פיס, בערך א יאר צוריק.
Screenshot_20240709-151656.png
Screenshot_20240709-151656.png (159.86 KiB) געזען געווארן 502 מאל
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:16 pm דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז יעדער וואס גייט בעטן ביליגער, גייסטו האבן א קלארע הסבר פארוואס ס'איז באמת נישט ביליג, ווייל, הער אויס, למעשה, א וואלד.

סוי איך טראכט, אז אפשר איז דאס די סיבה פארוואס די רוצח'ישע בילדער רעכענען זיך ליידער נישט מיט'ן ווייגעשריי. זיי זעען אז וויפיל זיי וועלן קעגנקומען וועלן זיי מילא בלייבן טייער, טא, פארוואס נישט כאטש מאכן נאך אפאר דאלער אין די צייט?

בדרך אפשר.
יוש ביסטו גוט...

דו פרעגסט מיר איבער צו איך האב געשריבן אז עס האט קיינמאל נישט געהייסן ביליג, האב איך קלארגעשטעלט וואס מיין נקודה איז דעמאלטס געווען ביי יענע וויכיח, אז לפי ערך האט עס נישט געהייסן ביליג, איך קען וויסן וואס דו ווילסט פון מיר? האלטסט מיר יעצט פאר אויף עפעס וואס מען האט דא דן געווען איך ווייס נישט ווען, און אויף וואס די נושא האט זיך דארט באצויגן בכלל, און דו מאכסט שוין מסקנות, אז עס לוינט זיך יא צו בויען פאר ביליגער אדער נישט, איך פארשטיי באמת נישט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:27 pm

די תגובה איז געווען א זייטיגע הערה. ס'האט זיך נישט באצויגן אויף גארנישט נאר אויף דעם.

אויב עס האט נישט קיין ענטפער, רייס מיך נישט ארונטער. ביי מיר איז דאס אן ערנסטע זאך. אפשר קאסט דאס פאר אידן מיליאנען אויפן לעבן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מי שברך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:22 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:48 pm @נפתלי בנוגע אז ס'איז ענדערשט דא "אנטי" פראפאגאנדע, רעד איך ספעציפיש לגבי עקיבא הערש. ווייל ביי אנדערע זאכן קען איך נישט לייקענען אז פאר די מוסדות, גיוס, קהל, ווילעדזש, חינוך, באקום איך געהעריג באצאלט צו לאזן הערן דא מיינע ידיעות וואס איך ווער געוואויר ביים עוסק זיין דערין, במישרין ובעקיפין :roll: (שוין, באלד ציילסטו שוין מיינע מיליאנען).

בנוגע יוזפא לאנדא'ס פרייז וועל איך מברר זיין, איך האב בשעתו געהאט באקומען די פרייזן אין אימעיל טראכטנדיג פון קויפן דארט, אבער איך טרעף עס נישט.

אגב, מ'האט עפעס געהאט גערעדט דא וויפיל דירות אין ק"י האבן געקאסט בעת שכונת ויואל משה האט געגעבן פאר $200, איך מיין אז טאקע דו האסט געהאלטן אז ס'איז קיינמאל נישט געווען ביליג. יעצט אזוי זוכנדיג מיינע אימעילס פאר חברון/יוזפא, האב איך געטראפן אין אימעיל מיט די אפפער פון די בילדינג אויף 3 ליזענקס, אין יאר 2017, דאס איז לכאורה בערך די צייט וואס שכונת ויואל משה האט אנגעהויבן. די פרייז איז געווען $615,000 פאר 2,219 סקווער פיס. דאס הייסט $277 א סקווער פיס.

אגב דאגב, האסט געוואלט רעדן פון אונטן ארויף וויפיל עס קאסט צו בויען, איך בין נייגעריג צו הערן דיינע נומערן און באווייזן.
ליוולענד נעבן חברון 377 א סקווער פיס, בערך א יאר צוריק.
Screenshot_20240709-151656.png
אה, קלאר יישר כח.

טאפ פלאר אן קיין עלעוועיטאר אדער מיט?

ווייל איך טראכט אפשר האט דער רבי גערעדט פון די אנדערע פלארס וואס איז געווען נאך מער.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:16 pm דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז יעדער וואס גייט בעטן ביליגער, גייסטו האבן א קלארע הסבר פארוואס ס'איז באמת נישט ביליג, ווייל, הער אויס, למעשה, א וואלד.

סוי איך טראכט, אז אפשר איז דאס די סיבה פארוואס די רוצח'ישע בילדער רעכענען זיך ליידער נישט מיט'ן ווייגעשריי. זיי זעען אז וויפיל זיי וועלן קעגנקומען וועלן זיי מילא בלייבן טייער, טא, פארוואס נישט כאטש מאכן נאך אפאר דאלער אין די צייט?

בדרך אפשר.
יוש ביסטו גוט...

דו פרעגסט מיר איבער צו איך האב געשריבן אז עס האט קיינמאל נישט געהייסן ביליג, האב איך קלארגעשטעלט וואס מיין נקודה איז דעמאלטס געווען ביי יענע וויכיח, אז לפי ערך האט עס נישט געהייסן ביליג, איך קען וויסן וואס דו ווילסט פון מיר? האלטסט מיר יעצט פאר אויף עפעס וואס מען האט דא דן געווען איך ווייס נישט ווען, און אויף וואס די נושא האט זיך דארט באצויגן בכלל, און דו מאכסט שוין מסקנות, אז עס לוינט זיך יא צו בויען פאר ביליגער אדער נישט, איך פארשטיי באמת נישט.
און נאכאמאל, די טענות, אויף שכונת ויואל משה האט זיך אנגעהויבן ווען פון 200 האט זיך עס גענומען ארויפפארן און קוים אפאר יאר, צו כמעט דאפעלט, און די טענות, עכ"פ ביי מיר, איז אוודאי נישט אויף די דירות וואס מען האט געבעטן 200

נאר עס זענען דא וואס ווילן ניצן די 200 אז יעצט מעג עס שוין ארויפפארן ביז ווי עס גייט, וואס אויף דעם איז ווידער דא טענות

דאס אז 200 בשעתו 8 יאר צוריק איז געווען פארשטענדליך לפי המקום והזמן, איז א אמתע נקודה בכל אופן, און אויב איז עס ארויפגעקומען ערגעץ אינמיטן א שמועס איז עס א אמתע נקודה, אבער עס מאכט נישט אויס, ווייל די נושא איז בכלל נישט די פרייז פון 200, און עס קומט זיך אוודאי קרעדיט פארן נישט צו בעטן נאך געלט וכדומה, און איז נאכאלטס נישט קיין הכשר אויף די יעצטיגע פרייזן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6490
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14892

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ווייטער רייסטו אים אראפ, און אלע שבחים וואס דו פארגינסט אים איז נאר צוצוקומען לגנות.

אבער פונעם עצם שמועס פארסטו אגאנצן צייט אוועק.

לאמיר צוריקגיין:
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:08 pm
נפתלי האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:08 pm און נאכאמאל, דאס איז נישט מיין מערכה, און איך בין אויסטערליש, מחשיב, אז בעצם וואלט ער געקענט בעטן אין שכונת ויואל משה מער, נאר איך האלט אז די עכטע פרייז איז נאך אסאך ביליגער
אז דו ביסט אים מחשיב איז גוט. אבער לגבי דיין אבער, וואס מיינסטו צו זאגן אז "די עכטע פרייז איז אסאך ביליגער"? וואס מיינט עכטע פרייז?
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:48 pm אגב דאגב, האסט געוואלט רעדן פון אונטן ארויף וויפיל עס קאסט צו בויען, איך בין נייגעריג צו הערן דיינע נומערן און באווייזן.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1398
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2174

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

מי שברך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:22 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:48 pm @נפתלי בנוגע אז ס'איז ענדערשט דא "אנטי" פראפאגאנדע, רעד איך ספעציפיש לגבי עקיבא הערש. ווייל ביי אנדערע זאכן קען איך נישט לייקענען אז פאר די מוסדות, גיוס, קהל, ווילעדזש, חינוך, באקום איך געהעריג באצאלט צו לאזן הערן דא מיינע ידיעות וואס איך ווער געוואויר ביים עוסק זיין דערין, במישרין ובעקיפין :roll: (שוין, באלד ציילסטו שוין מיינע מיליאנען).

בנוגע יוזפא לאנדא'ס פרייז וועל איך מברר זיין, איך האב בשעתו געהאט באקומען די פרייזן אין אימעיל טראכטנדיג פון קויפן דארט, אבער איך טרעף עס נישט.

אגב, מ'האט עפעס געהאט גערעדט דא וויפיל דירות אין ק"י האבן געקאסט בעת שכונת ויואל משה האט געגעבן פאר $200, איך מיין אז טאקע דו האסט געהאלטן אז ס'איז קיינמאל נישט געווען ביליג. יעצט אזוי זוכנדיג מיינע אימעילס פאר חברון/יוזפא, האב איך געטראפן אין אימעיל מיט די אפפער פון די בילדינג אויף 3 ליזענקס, אין יאר 2017, דאס איז לכאורה בערך די צייט וואס שכונת ויואל משה האט אנגעהויבן. די פרייז איז געווען $615,000 פאר 2,219 סקווער פיס. דאס הייסט $277 א סקווער פיס.

אגב דאגב, האסט געוואלט רעדן פון אונטן ארויף וויפיל עס קאסט צו בויען, איך בין נייגעריג צו הערן דיינע נומערן און באווייזן.
ליוולענד נעבן חברון 377 א סקווער פיס, בערך א יאר צוריק.
Screenshot_20240709-151656.png
איך האב יעצט קלארער מברר געווען, פון די בילדינגס וואס ער האט פאריאר פארקויפט, איז געווען איין בילדינג וואס ער האט געבעטן טייערער און די 380 רעינזש און די אנדערע וואס איז וואס איך האב גערעדט פון 365
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2005
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3608

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@דער תהלים איד @נפתלי

בנוגע עכטע נומערס,

ווילאנג די, איך, די צווייטער, יענער, די אנדערער, וועלען נישט ארויס זאגען מיט א בערך נומער, וויפיל אין וואס איז די נומער (פראפיט) מעג מען מאכען. בחפץ לב, עכט עכט פארגינען.

זיין א קאמפלעינער אין א אומפארגינער, מיט א שלייער אלס אידישע הארץ, עסקן, פארזארגער, אויף די צד שכנגד חשבון, איז די זעלבע פראבלעם [רציחה וכו’] ס"ה א מחליף פרה וחמור.

ובנוסף, ביפאר די נומערס, זאל מיטקומען טורמס אין קאנדישענס, ווי שווער מ’דארף ארבייטען, ווי למשל קויפען דירעקט אדער דורך סופלייער, אדער גאר מאניפעקטרען די שיטראק וכד’

ווי אויך מיט שטרי בירורין.
דאן אפשר אולי ואולי, קען מען ארויסקומען מיט א ווערדיקט כאילו’

אויב נישט איז די גאנצע נושא דברים בטלים.
שרייב פאוסט