זיין פאטער איז געווען ר' יעקב יצחק בלום, און ער האט געדינט אלץ ראש בית דין דארט אין שטאט.
זיין מאמע איז געווען מרת מרים, א טאכטער פון ר' עמרם חסידא וואס איז געווען גאר נאנט בידידות מיטן חתם סופר, און איז געווען א תלמיד פון ר' מרדכי בנט.
ער איז געווען א תלמיד פון עטליכע סופרים. ער האט געלערנט ביים כתב סופר. ווי אויך ביי ר' שמעון סופר, און ר' חיים סופר.
בזיוג שלשי האט ר' עמרם חתונה געהאט מיט מרת חיי שרה וואס איז געווען א טאכטער פון ר' חיים יוסף דוב כהנא, אן אייניקעל פונעם קונטרס הספיקות.
אין יאר תרכ''ד איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט מאד, איבערנעמנדיג די בענקל פון ר' נתן פייטל רייניץ.
די שטאט מאד איז די שטאט וואו זיין זיידע ר' עמרם חסידא האט געדינט אלץ רב מיט יארן פריער. און אזוי אויך האט ער געדינט דארט אלץ ראש ישיבה אין די ישיבה וואס זיין זיידע האט דארט אויפגעשטעלט. די שטאט האט פארמאגט ארום אכט הונדערט אידישע נפשות.
און שנת תרמ''א, צוויי יאר נאכן הסתלקות פונעם מהר''ם שיק, איז ר' עמרם בלום אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט חוסט, צו ממלא מקום זיין דעם מהר''ם שיק. און אנשטאט אים איז געווארן רב אין מאד, דער קול אריה, ר' אברהם יהודה הכהן שווארץ.
דריי יאר שפעטער אין יאר תרמ''ד, האט ער זיך געטוישט רבנות שטעלע מיט ר' יואל צבי ראטה בעל שו''ת בית היוצר. וואס ער איז געווען רב אין אויפאלי. ר' עמרם איז געווארן רב אין אויפאלי, און ר' יואל צבי איז געווארן רב אין חוסט.
ער איז געבליבן מיט זיין שטעלע אלץ רב אין אויפאלי עד יום מותו, וואס דאס האט זיך געצויגען פאר די קומענדיגע פינף און צוואנציג יאר.
מזיוג ראשון האט ער נאר געהאט איין קינד. וואס האט געהייסען נאך זיין טאטע יעקב יצחק.
זיינע קינדער מזיוג שני זענען געווען.
- 1) זיין טאכטער מרים. זי האט שפעטער חתונה געהאט מיטן ילקוט הגרשוני. זי איז אוועק ארום צעהן יאר נאך די חתונה, בחיי אביה. איבערלאזענדיג פיהר קינדער.
2) זיין טאכטער פערל. זי האט חתונה געהאט מיט ר' יוסף צבי סופר, א זוהן פונעם מחנה חיים. און ער האט געדינט אלץ רב אין שטאט שאמשאן. זי איז אויך אוועק בחיי אביה. איבערלאזענדיג צעהן קינדער.
3) זיין טאכטער רחל. זי האט חתונה געהאט מיט ר' יוסף חיים פישמאן. ער איז געווען רב אין שטאט טעלעגד.
4) זיין זוהן יחיאל. ער איז אוועק אוועק אלץ קינד בחיי אביו.
5) זיין זוהן ר' יהודה צבי. רב פון שטאט האנשוויץ, מחבר ספר שארית יהודה.
6) זיין זוהן מרדכי אריה. וואס איז אויך אוועק אלץ קינד. בחיי אביו.
7) זיין טאכטער חוה. וואס האט חתונה געהאט מיט ר' אשר מייזנער. און ביוג שני מיט ר' מנשה קליין.
8) זיין זין ר' בנציון. האט קודם געדינט אלץ רב אין סארוואש. און ווען זיין טאטע איז אוועק האט ער ממלא געווען מקום אביו אלץ רב אין אויפאלי. נעקד על קידוש השם ביים קריג.
9) זיין זוהן כתריאל.
10) זיין זוהן משה נחום. דיין אין גרויסווארדיין.
11) זיין זוהן מאיר. אויך אוועק אלץ קינד בחיי אביו.