סאריפישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 8:42 pmדורותינו האלט נישט גארנישט.
וואס דער שרייבער פון דורותינו האלט, קענסטו אויך נישט וויסן, ביז דו רעדסט מיט אים אליינס.
אבער איך האב נישט פארשטאנען וואס דו האסט מיך געענטפערט
סאריפישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 8:42 pmדורותינו האלט נישט גארנישט.
וואס דער שרייבער פון דורותינו האלט, קענסטו אויך נישט וויסן, ביז דו רעדסט מיט אים אליינס.
בארירט עס אבער ענדיגט נישט צו מיטן גאנצן שארפקייט...
סיי לויט די אלטע און סיי לויט די נייע האט די רעגירונג די רעכט צו רודפ'ן עלטערן היל"תגראדער מעכל האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 02, 2024 4:24 am למעשה וואס איז לגבי די עלטערן לויטן נייע פסק, קען די רעגירונג רודפן די עלטערן וואס שיקן צו כשר'ע מוסדות אדער נישט?
וואס מיינט ער צו זאגן מיט דעם אז זיי לערנען א גאנצן טאג במילא האבן זיי נישט קיין צייט צוצולערנען, זיי אפהאלטן פון רודפן די עלטערן, אדער פשוט ארויסברענגען אז מען קען באשטראפן אזא מוסד ווייל ס'גיט נישט צו צו די לימודים פון זיין עיקוועלענט? אבער הה"נ זיי קענען רודפ'ן די עלטערן (היה לא תהיה, רח"ל)
א גרויסער יישר כח הרב פ'.פ. לאקס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 3:23 pm
פאראגראף 12 איז די אינטערעסאנטסטע און מערסט מאדנע חלק פונעם גאנצן אורטייל, און אדרבה, איך זוך איינער וואס קען מיר ארויס העלפן קלאר מאכן פונקטליך וואס זיי שרייבן דא, עס איז באמת שווער צו פארשטיין.
אין קורצן ווילן זיי אפווארפן די טענות פון די קלעגער אז דאס הייסט פארמאכט די שולע, טענה'ן זיי אז דאס הייסט נישט פארמאכט די שולע ווייל טעכניש קען די שולע ווייטער פארבלייבן אפן, און עלטערן קענען ווייטער אהין שיקן זייערע קינדער, אבער נישט בתורת שולע, נאר אויב די קינדער גייען אין עפעס אן אנדערע שולע וואס לערנט נאר אין די נאכט שעות וכדומה אדער אויב די שולעס מאדיפיצירן אביסל זייערע שעות אז די קינדער זאלן קענען קומען נאך אדער בעפאר זייער אנדערע "אנערקענטע" שולע קענען זיי געהעריג ווייטער לערנען אין די פריוואטע שולעס, סך הכל קען דאס נישט זיין זייער אפיציעלע שולע מיט וואס זיי קומען נאך די געזעץ, דעריבער הייסט דאס נישט פארמאכט.
אבער דער דיסססענטינג ריכטער האט יא אנגענומען די טענה אז דאס הייסט פארמאכט א שולע, דעריבער זאגן זיי האלא, דארפסט נעמען אין אכט אז די שולעס וואס מען באהאנדלט דא האבן א פולע טאג פון לימודי קודש - ווי מען זעט אינעם פעלדער געזעץ אז אין די שולעס לערנט מען א גאנצן טאג - דעריבער איז פשוט נישט דא ווען משלים צו זיין די לימודים.
פאראגראף 12.PNG
דאס איז זייער אינטערעסאנט פון אפאר אספעקטן.
1) וואסערע טענה איז דאס? ממה נפשך, אויב ערלויבט די געזעץ אז מען זאל לערנען א טייל פון די לימודים אין איין ארט און משלים זיין די איבריגע אינדערהיים (אזויווי די ריכטער האבן שוין פריער געשריבן אז עס ערלויבט "נישט") דאן וואס א חילוק ווי לאנג די שולע לערנט? וואס א נפק"מ וואס די שולע טוט? דו קענסט נישט זאגן אז נאר א שולע וואס איז אפן ביז 3:30 מעג מען לערנען טייל לימודים אינדערהיים, אבער אויב עס איז אפן ביז 4:00 נישט, אז האסט א טענה אז עס איז נישטא גענוג צייט נאכצוקומען די פארלאנגטע לימודים זיי מוחל קלינג אן די עלטערן פרעגן וויאזוי זיי ענדיגן אלע לימודים, אבער וויאזוי קען דאס זיי געבן מער רעכט אויף א שולע?
עס קוקט אויס דערפון ווי אויב זיי באשליסן אז עס איז דא גענוג צייט צו לערנען די פארלאנגטע לימודים נאך שולע ווערט די שולע יא פאררעכנט אלץ א שולע, אבער אויב איז נישט דא גענוג צייט איז עס נישט קיין שולע - כאטש וואס אין ביידע דערפון לערנט מען נישט די פארלאנגטע לימודים, בקיצור, עס אזי זייער מאדנע. אדרבה, אז איינער קען ביטע מיר עס אויסקלארן.
2) פון וואו נעמט די געריכט אן מיט א פשטות אז מען לערנט "גארנישט" קיין לימודי חול אין די צייט? אפשר לערנט מען 98% פון די פארלאנגטע לימודי חול, און די ביסל צייט ווען מען קומט אהיים פון שולע איז גענוג משלים צו זיין די איבריגע 2% לימודים?
זיי נוצן די לשון אז א קינד וואס לערנט א גאנצן טאג אין שולע אבער באקומט נישט קיין "סובסטענטשעל עקוויווילענט" אינסטראקשען אין די "בעיסיקס" קען דאס נישט משלים זיין, ווער זאגט? אפשר באקומען זיי די אינסטראקשען "כמעט" סובסטענטשעל עקוויווילענט און מען דארף נאר משלים זיין אביסל?
3) ביים זיך אויסדרוקן וואס מען לערנט נישט אין די שולעס רעכענען די ריכטער נאר אויס די 4 סובדשעקטס וואס ווערט דערמאנט אינעם פעלדער געזעץ - און צייכנט צום צום פעלדער געזעץ אז דאס דארפן די שולעס לערנען, און זיי דערמאנען נישט אלע 12 סובדשעקטס וואס ווערט פארלאנגט אין די גיידליינס, באדייט דאס אז זיי זאגן אז די פעלדער מוסדות דארפן נאר לערנען די 4 סובדשעקטס? און זייער סיבה פארן פסל'ען די שולעס איז ווייל ניטאמאל די 4 סובדשעקטס לערנט מען?
אז איינער קען מיר דאס קלארשטעלן דארבה ואדרבה, אבער גיימיר ווייטער.
אזוי ווי ר' משה יואל ברענגט ארויס די נפקא מינא פון אידענטיפיצירן אין אינפארסירןדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 01, 2024 4:50 pm @פ. לאקס WOW! אזא הערליכער שיעור! צולייגט א שיעור עיון בדרך שיעור פשוט.
נאר איין הוספה וואס האסט אויסגעלאזט:
אויף פוט-נאוט 3 ביי פאראגראף 8, דער ריכטער קומט דא נאכאמאל צוריק קלארמאכן אז לויט די "ארגינעלע אלטע עדיוקעישן געזעץ" איז די עדיוקעשן דעפט. באויפטראגט אויסצופירען אלדינגס אנבלאנגט עדיוקעשן אין ניו יארק סטעיט.
Screenshot 2024-07-01 164409.png
(לאפוקי מאנכע וואס ווילן איינרעדן אז בעפאר פעלדער איז דער ועד הפועל פון די התאחות הרבנים געווען דער רעלוואנטער אויטעריטעט אויסצופירען די ני''ס עדיוקעישן לאו...)
מהאט שוין באוויינט די פראבלעם פון די פעלדער געזעץ גענוג מאלדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 03, 2024 8:25 pm איך הער אז אין "דער איד" האט מען שוין אביסל אוועקשפאצירט פון דעם באלפעריי.
עכ"פ די העדליין איז נישט נאכאמאל "פעלדער פעלדער" אזוי ווי די נארישע תורתינו.
די פאנדינג פאר דורותינו קומט נישט פון דער בלאט אפיס.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:00 amדי פאנדינג פאר דורותינו קומט נישט פון דער בלאט אפיס.
עס קומט סטרעיט פון בית האדמו"ר מהר"א, פון די קוויטל געלט.
די זעלבע קאסע האט אויך באצאלט די ביילאגעס אינעם איד אז אריזאנע ווייץ איז זאלציגע באוואסערטע חמץ.
דער זעלבע שמוציגער פאשקעוויל מיט א נייע נאמען...
גערעכט דאס האט קיין פלאץ דא. כהאב עטוואס געבליקט דערין און סאיז מיר א ווינדער אז דער ארויפשטעלער האט געקלערט אז אזא גאטונג שרייבעריי מעג דא גיין. מאכט נישט אויס די נאמען, די תוכן איז וואס מאכט אויס. יעדעס אויסגאבע וואס גייט ארויף דארף אדורכגיין דעם באטרעפנדן ניקס מוח-פילטער צו סאיז פאסיג, אפגעזעהן דער ארויסגעבער. די טענות וועט זיין אויפן ארויסשטעלער.
נישט ממש די זעלבע, נאר אסאך שמוציגער...
קענסט פליז קוואוטן די ווערטער און זאגן וואס דו זעסט דא, און ווער עס האלט אנדערש?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 3:57 pm כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.
די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.
זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.
0.png
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:09 pm קענסט פליז קוואוטן די ווערטער און זאגן וואס דו זעסט דא, און ווער עס האלט אנדערש?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 3:57 pm כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.
די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.
זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 11:43 pm די "גיידליינס" זעלבסט געבט גאנץ גרינגע וועגן וויאזוי צו קענען איבערקומען פעטוועי 6, און אריינדרונגען אין די מוסדות.
אבער מען דארף האלטן די קאפ גראד, וואס די גזירה איז, אויף וואס שלאגט מען זיך, וויאזוי זאגט דער דעת תורה אז מ'זאל זיך שלאגן. און אויף דעם לייגט מען די פאוקעס.
איך מיין אז קיינער לייקנט דאס נישט (אחוץ די בלאט בשם פעירלס...)היות שבימים האחרונים נתפרסם ע״י הבאורד אוו ריזשענטס שע״י משרד החינוך של עידנו ניו יאדק, הגיידליינס החדשים בנוגע למוסדות התורה והחינוך, האמורים ח״ו לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור שקבלנו מאבותינו ורבותינו עפ״י דרכם הנלוזה, וכפי החוק ניתן כעת ההזדמנות להציבור להשמיע חוות דעתם על הגיידליינס.
כ'זעה נישט די סתירה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 7:54 pmצווייזייטיג האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:09 pm קענסט פליז קוואוטן די ווערטער און זאגן וואס דו זעסט דא, און ווער עס האלט אנדערש?
אקעי, איך מאך זיי באלד:
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 3:57 pm כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.
די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.
זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.
0.pngצווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 11:43 pm די "גיידליינס" זעלבסט געבט גאנץ גרינגע וועגן וויאזוי צו קענען איבערקומען פעטוועי 6, און אריינדרונגען אין די מוסדות.
אבער מען דארף האלטן די קאפ גראד, וואס די גזירה איז, אויף וואס שלאגט מען זיך, וויאזוי זאגט דער דעת תורה אז מ'זאל זיך שלאגן. און אויף דעם לייגט מען די פאוקעס.
איך בין נישט קלאר.מיטב הגיון האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 1:49 pmכ'זעה נישט די סתירה.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 7:54 pmצווייזייטיג האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 6:09 pm קענסט פליז קוואוטן די ווערטער און זאגן וואס דו זעסט דא, און ווער עס האלט אנדערש?
אקעי, איך מאך זיי באלד:
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 05, 2024 3:57 pm כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.
די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.
זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.
0.pngצווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 11:43 pm די "גיידליינס" זעלבסט געבט גאנץ גרינגע וועגן וויאזוי צו קענען איבערקומען פעטוועי 6, און אריינדרונגען אין די מוסדות.
אבער מען דארף האלטן די קאפ גראד, וואס די גזירה איז, אויף וואס שלאגט מען זיך, וויאזוי זאגט דער דעת תורה אז מ'זאל זיך שלאגן. און אויף דעם לייגט מען די פאוקעס.
כ'געוואלט שרייבן א שטיקל הסבר איבער וואס איז די גזירה און וואס איז די סכנה, און גלייכצייטיג מסביר זיין נאך זאכן וואס ווערן כסדר מ'כלומר'שט תמימות'דיג געפרעגט, ווי למשל פארוואס מען האט נישט אפיעלט די חלקים וואס מען האט פארלוירן, און וואס מען האט אלס "געוואונען" מיט די חלקים וואס מען האט פארלוירן, ווען כ'האב פלוצלינג באמערקט אז די נוסח הקול קורא איז אט גענוי דאס, נאר @דער תהילים איד האט דאס אויסגעלאזט און פארדרייט.
די לשון הקול קורא איז גענוי די זעלבע ווערטער וואס איך האב געוואלט שרייבן בנוגע גזירה און בנוגע סכנה.
אט איז די לשון הקול קורא:
ועתה עומד הממשלה לחקוק גזירה נוראה להתערב בסדר הלימודים ולנעוץ הצפרנים בתוך החינוך הטהור שקבלנו מדור דור.
נעקסטע שטיקל:
וסכנה אורבת על רבבות אלפי תשב"ר המתחנכים בקרב מוסדות הקדושים ברחבי עיר ניו יארק רבתי שיכופו אותם ללימודי הגוים ר"ל.
(עס איז מיר גראדע א וואונדער אז דער שרייבער האט אזוי מדייק געווען, ווי נישט ווי איז ער נישט קיין ראשון, און ווען ער שרייבט ווען נישט אזוי וואלט עס אויך אזוי געקענט מיינען, אבער פון הימל האט מען זעהט אויס יא געוואלט זיכער מאכן אז עס שטייט קארעקט להסיר לזות שפתיים, אדער איז דער שרייבער געווען גאר שטארק אויסגעקאכט געווען אין די גזירה.)
די גזירה איז זיך אריינמישן און אריינשטעקן די נעגל, די תוצאה איז אז עס שוועבט א סכנה אויף צענדליגער טויזענטער תשב"ר אין ניו יארק אז מען וועט זיי צווינגען צו לימודי הגוים.
קלאר אזוי ווי @צווייזייטיג שרייבט און נישט אזוי ווי @דער תהלים איד שרייבט.
במילא וועל איך מיך ווייטער איינהאלטן, און נאר רעדן צו מיין סירקל אדער ווער עס פרעגט מיך אין בית המדרש.
הרב @צווייזייטיג איך פרוביר צו פארשטיין און עס גייט מיר נישט בשום אין אופן. עס איז עפעס מורא'דיג אומקלאר. אויב גיבן די גיידליינס א וועג ארויס דורך אויסוועלן פעטוועי 6, דאן פארוואס שרייבן די רבנים אין תהלים איד'ס בריוו אז די גיידליינס החדשים צילן "לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור"? פארוואס אין דער וועלט האבן זיי דאס געשריבן בעת וואס מיט פעטוועי 6 איז אלעס בסדר לויט די גיידליינס? דו ביסט עפעס מרמז אז די גיידליינס האבן זיי "אויסגעשטעלט" אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7. עפעס קלעבט נישט. קענסט דאס מסביר זיין געהעריג? זיי האבן דאך געגעבן פאר יעדן די אפציע צו אויסוועהלן א פעטוועי. און ווער עס האט אויסגעוועלט פעטוועי 6 איז עס געווארן אנגענומען מיט א הייסע שלום עליכם. נאך אסאך שנעלער ווי פעטוועי 7. מען גיט שוין אפילו אסעסמענטס. סאו וואס איז די מעשה מיט די פגיעה בחינוך לכפות שינויים? ביטע אויסקלארן געהעריג.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 1:33 pm דיינע ווערטער קען איך...
זיי שרייבן:איך מיין אז קיינער לייקנט דאס נישט (אחוץ די בלאט בשם פעירלס...)היות שבימים האחרונים נתפרסם ע״י הבאורד אוו ריזשענטס שע״י משרד החינוך של עידנו ניו יאדק, הגיידליינס החדשים בנוגע למוסדות התורה והחינוך, האמורים ח״ו לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור שקבלנו מאבותינו ורבותינו עפ״י דרכם הנלוזה, וכפי החוק ניתן כעת ההזדמנות להציבור להשמיע חוות דעתם על הגיידליינס.
פאקטיש האבן זיי אויסגעשטעלט די גיידליינס אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7, כדי זענען זאלן האבן די מעגליכקייט לכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור
ס'שוין מוסבר געווארן פריער.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 8:24 amהרב @צווייזייטיג איך פרוביר צו פארשטיין און עס גייט מיר נישט בשום אין אופן. עס איז עפעס מורא'דיג אומקלאר. אויב גיבן די גיידליינס א וועג ארויס דורך אויסוועלן פעטוועי 6, דאן פארוואס שרייבן די רבנים אין תהלים איד'ס בריוו אז די גיידליינס החדשים צילן "לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור"? פארוואס אין דער וועלט האבן זיי דאס געשריבן בעת וואס מיט פעטוועי 6 איז אלעס בסדר לויט די גיידליינס? דו ביסט עפעס מרמז אז די גיידליינס האבן זיי "אויסגעשטעלט" אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7. עפעס קלעבט נישט. קענסט דאס מסביר זיין געהעריג? זיי האבן דאך געגעבן פאר יעדן די אפציע צו אויסוועהלן א פעטוועי. און ווער עס האט אויסגעוועלט פעטוועי 6 איז עס געווארן אנגענומען מיט א הייסע שלום עליכם. נאך אסאך שנעלער ווי פעטוועי 7. מען גיט שוין אפילו אסעסמענטס. סאו וואס איז די מעשה מיט די פגיעה בחינוך לכפות שינויים? ביטע אויסקלארן געהעריג.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 1:33 pm דיינע ווערטער קען איך...
זיי שרייבן:איך מיין אז קיינער לייקנט דאס נישט (אחוץ די בלאט בשם פעירלס...)היות שבימים האחרונים נתפרסם ע״י הבאורד אוו ריזשענטס שע״י משרד החינוך של עידנו ניו יאדק, הגיידליינס החדשים בנוגע למוסדות התורה והחינוך, האמורים ח״ו לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור שקבלנו מאבותינו ורבותינו עפ״י דרכם הנלוזה, וכפי החוק ניתן כעת ההזדמנות להציבור להשמיע חוות דעתם על הגיידליינס.
פאקטיש האבן זיי אויסגעשטעלט די גיידליינס אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7, כדי זענען זאלן האבן די מעגליכקייט לכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור
און אויב איך מעג טשעפען מיט א ווערטל, די ענטפער דא זאל נישט זיין יעצט אז ביי די "קומענדיגע" מסורה ביכל וועט נתבאר ווערן א חלק פון די תשובה וואס וועט ווערן פארשטענדליך נאר אויב מען ווארט אויף נאך א מסורה ביכל צו צוזאמשטעלן די בילד אינאיינעם מיט די 5'טע ווען די 6'סטע חלק וועט ארויסקומען וכו' וכו'....
וויפיל מאהל דארף מען איבערחזרן אלף ביתצווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 6:29 pmס'שוין מוסבר געווארן פריער.Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 8:24 amהרב @צווייזייטיג איך פרוביר צו פארשטיין און עס גייט מיר נישט בשום אין אופן. עס איז עפעס מורא'דיג אומקלאר. אויב גיבן די גיידליינס א וועג ארויס דורך אויסוועלן פעטוועי 6, דאן פארוואס שרייבן די רבנים אין תהלים איד'ס בריוו אז די גיידליינס החדשים צילן "לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור"? פארוואס אין דער וועלט האבן זיי דאס געשריבן בעת וואס מיט פעטוועי 6 איז אלעס בסדר לויט די גיידליינס? דו ביסט עפעס מרמז אז די גיידליינס האבן זיי "אויסגעשטעלט" אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7. עפעס קלעבט נישט. קענסט דאס מסביר זיין געהעריג? זיי האבן דאך געגעבן פאר יעדן די אפציע צו אויסוועהלן א פעטוועי. און ווער עס האט אויסגעוועלט פעטוועי 6 איז עס געווארן אנגענומען מיט א הייסע שלום עליכם. נאך אסאך שנעלער ווי פעטוועי 7. מען גיט שוין אפילו אסעסמענטס. סאו וואס איז די מעשה מיט די פגיעה בחינוך לכפות שינויים? ביטע אויסקלארן געהעריג.צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 1:33 pm דיינע ווערטער קען איך...
זיי שרייבן:
איך מיין אז קיינער לייקנט דאס נישט (אחוץ די בלאט בשם פעירלס...)
פאקטיש האבן זיי אויסגעשטעלט די גיידליינס אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7, כדי זענען זאלן האבן די מעגליכקייט לכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור
און אויב איך מעג טשעפען מיט א ווערטל, די ענטפער דא זאל נישט זיין יעצט אז ביי די "קומענדיגע" מסורה ביכל וועט נתבאר ווערן א חלק פון די תשובה וואס וועט ווערן פארשטענדליך נאר אויב מען ווארט אויף נאך א מסורה ביכל צו צוזאמשטעלן די בילד אינאיינעם מיט די 5'טע ווען די 6'סטע חלק וועט ארויסקומען וכו' וכו'....
קיינער האט נישט געזאגט א פעטוועי 6 איז די ישועה.
אבער די גזירה איז יא פעטוועי 7.
זיי ווילן האבן קאנטראל, און דאס קענען זיי טון דורך אינספעקציעס.
די אחריות'דיגע מהלך דורך גדולי ישראל איז געווען צו נעמען פעטוועי 6, און פרובירן צו האלטן די רעגירונג אינדרויסן די מערסטע וואס מ'קען, דאס מיינט אבער נישט די גזירה ווערט יעצט בטל.
סוי ווער האט דאס געשריבן:צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 10, 2024 6:29 pm קיינער האט נישט געזאגט א פעטוועי 6 איז די ישועה.
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 11:43 pm די "גיידליינס" זעלבסט געבט גאנץ גרינגע וועגן וויאזוי צו קענען איבערקומען פעטוועי 6
מיין קאפ טוט וויי.