אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

פ. לאקס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 3:23 pm 1) וואסערע טענה איז דאס? ממה נפשך, אויב ערלויבט די געזעץ אז מען זאל לערנען א טייל פון די לימודים אין איין ארט און משלים זיין די איבריגע אינדערהיים (אזויווי די ריכטער האבן שוין פריער געשריבן אז עס ערלויבט "נישט") דאן וואס א חילוק ווי לאנג די שולע לערנט? וואס א נפק"מ וואס די שולע טוט? דו קענסט נישט זאגן אז נאר א שולע וואס איז אפן ביז 3:30 מעג מען לערנען טייל לימודים אינדערהיים, אבער אויב עס איז אפן ביז 4:00 נישט, אז האסט א טענה אז עס איז נישטא גענוג צייט נאכצוקומען די פארלאנגטע לימודים זיי מוחל קלינג אן די עלטערן פרעגן וויאזוי זיי ענדיגן אלע לימודים, אבער וויאזוי קען דאס זיי געבן מער רעכט אויף א שולע?
עס קוקט אויס דערפון ווי אויב זיי באשליסן אז עס איז דא גענוג צייט צו לערנען די פארלאנגטע לימודים נאך שולע ווערט די שולע יא פאררעכנט אלץ א שולע, אבער אויב איז נישט דא גענוג צייט איז עס נישט קיין שולע - כאטש וואס אין ביידע דערפון לערנט מען נישט די פארלאנגטע לימודים, בקיצור, עס אזי זייער מאדנע. אדרבה, אז איינער קען ביטע מיר עס אויסקלארן.
אחר העיון זעט אויס אז דער דיסענט איז מודה אז נאר אזא שולע וואס שטעלט צו א חלק פונעם סדר הלימוד פאר געוויסע קינדער ווערט פאררעכנט אלץ שולע און דארף באקומען געלט, משא"כ א שולע וואס לערנט בלויז אויס א געוויסע זאך אבער קיינע עלטערן נוצן נישט די שולע אלץ די אפיציעלע שולע וואו זיי שיקן זייער קינד זיך צו לערנען חלקים פון די לימודים וועלכע ווערן פארלאנגט לויטן געזעץ ווערט עס נישט פאררעכנט אלץ שולע און באקומט נישט געלט.
עפעס אזוי קען מען פארשטיין פונעם דיסענט.

לפי"ז זאגן זיי אז היות דיזע שולעס איז נישט שייך צו נוצן אלץ חלק פונעם קוריקולעם צוצוקומען צו סובסטענטשעל עקוויווילענסי - צוליב די לאנגע שעות וואס ערלויבט נישט צייט משלים צו זיין די לימודים, דעריבער איז עס נישט בארעכטיגט אפילו לויט דער דיסענט'ס מיינונג

די איבריגע קושיות במקומם עומדת
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 482

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך איד »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:42 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:01 pm דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
דורותינו האלט נישט גארנישט.

וואס דער שרייבער פון דורותינו האלט, קענסטו אויך נישט וויסן, ביז דו רעדסט מיט אים אליינס.
סארי
אבער איך האב נישט פארשטאנען וואס דו האסט מיך געענטפערט
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4064
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11265

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:01 pm דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
בארירט עס אבער ענדיגט נישט צו מיטן גאנצן שארפקייט...
דורותינו.jpg
דורותינו.jpg (27.73 KiB) געזען געווארן 1731 מאל
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 181

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך גראדער מעכל »

למעשה וואס איז לגבי די עלטערן לויטן נייע פסק, קען די רעגירונג רודפן די עלטערן וואס שיקן צו כשר'ע מוסדות אדער נישט?

וואס מיינט ער צו זאגן מיט דעם אז זיי לערנען א גאנצן טאג במילא האבן זיי נישט קיין צייט צוצולערנען, זיי אפהאלטן פון רודפן די עלטערן, אדער פשוט ארויסברענגען אז מען קען באשטראפן אזא מוסד ווייל ס'גיט נישט צו צו די לימודים פון זיין עיקוועלענט? אבער הה"נ זיי קענען רודפ'ן די עלטערן (היה לא תהיה, רח"ל)
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 195

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

גראדער מעכל האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 4:24 am למעשה וואס איז לגבי די עלטערן לויטן נייע פסק, קען די רעגירונג רודפן די עלטערן וואס שיקן צו כשר'ע מוסדות אדער נישט?

וואס מיינט ער צו זאגן מיט דעם אז זיי לערנען א גאנצן טאג במילא האבן זיי נישט קיין צייט צוצולערנען, זיי אפהאלטן פון רודפן די עלטערן, אדער פשוט ארויסברענגען אז מען קען באשטראפן אזא מוסד ווייל ס'גיט נישט צו צו די לימודים פון זיין עיקוועלענט? אבער הה"נ זיי קענען רודפ'ן די עלטערן (היה לא תהיה, רח"ל)
סיי לויט די אלטע און סיי לויט די נייע האט די רעגירונג די רעכט צו רודפ'ן עלטערן היל"ת
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 165

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חיים יוסף »

פ. לאקס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 3:23 pm

פאראגראף 12 איז די אינטערעסאנטסטע און מערסט מאדנע חלק פונעם גאנצן אורטייל, און אדרבה, איך זוך איינער וואס קען מיר ארויס העלפן קלאר מאכן פונקטליך וואס זיי שרייבן דא, עס איז באמת שווער צו פארשטיין.

אין קורצן ווילן זיי אפווארפן די טענות פון די קלעגער אז דאס הייסט פארמאכט די שולע, טענה'ן זיי אז דאס הייסט נישט פארמאכט די שולע ווייל טעכניש קען די שולע ווייטער פארבלייבן אפן, און עלטערן קענען ווייטער אהין שיקן זייערע קינדער, אבער נישט בתורת שולע, נאר אויב די קינדער גייען אין עפעס אן אנדערע שולע וואס לערנט נאר אין די נאכט שעות וכדומה אדער אויב די שולעס מאדיפיצירן אביסל זייערע שעות אז די קינדער זאלן קענען קומען נאך אדער בעפאר זייער אנדערע "אנערקענטע" שולע קענען זיי געהעריג ווייטער לערנען אין די פריוואטע שולעס, סך הכל קען דאס נישט זיין זייער אפיציעלע שולע מיט וואס זיי קומען נאך די געזעץ, דעריבער הייסט דאס נישט פארמאכט.

אבער דער דיסססענטינג ריכטער האט יא אנגענומען די טענה אז דאס הייסט פארמאכט א שולע, דעריבער זאגן זיי האלא, דארפסט נעמען אין אכט אז די שולעס וואס מען באהאנדלט דא האבן א פולע טאג פון לימודי קודש - ווי מען זעט אינעם פעלדער געזעץ אז אין די שולעס לערנט מען א גאנצן טאג - דעריבער איז פשוט נישט דא ווען משלים צו זיין די לימודים.

פאראגראף 12.PNG

דאס איז זייער אינטערעסאנט פון אפאר אספעקטן.

1) וואסערע טענה איז דאס? ממה נפשך, אויב ערלויבט די געזעץ אז מען זאל לערנען א טייל פון די לימודים אין איין ארט און משלים זיין די איבריגע אינדערהיים (אזויווי די ריכטער האבן שוין פריער געשריבן אז עס ערלויבט "נישט") דאן וואס א חילוק ווי לאנג די שולע לערנט? וואס א נפק"מ וואס די שולע טוט? דו קענסט נישט זאגן אז נאר א שולע וואס איז אפן ביז 3:30 מעג מען לערנען טייל לימודים אינדערהיים, אבער אויב עס איז אפן ביז 4:00 נישט, אז האסט א טענה אז עס איז נישטא גענוג צייט נאכצוקומען די פארלאנגטע לימודים זיי מוחל קלינג אן די עלטערן פרעגן וויאזוי זיי ענדיגן אלע לימודים, אבער וויאזוי קען דאס זיי געבן מער רעכט אויף א שולע?
עס קוקט אויס דערפון ווי אויב זיי באשליסן אז עס איז דא גענוג צייט צו לערנען די פארלאנגטע לימודים נאך שולע ווערט די שולע יא פאררעכנט אלץ א שולע, אבער אויב איז נישט דא גענוג צייט איז עס נישט קיין שולע - כאטש וואס אין ביידע דערפון לערנט מען נישט די פארלאנגטע לימודים, בקיצור, עס אזי זייער מאדנע. אדרבה, אז איינער קען ביטע מיר עס אויסקלארן.
2) פון וואו נעמט די געריכט אן מיט א פשטות אז מען לערנט "גארנישט" קיין לימודי חול אין די צייט? אפשר לערנט מען 98% פון די פארלאנגטע לימודי חול, און די ביסל צייט ווען מען קומט אהיים פון שולע איז גענוג משלים צו זיין די איבריגע 2% לימודים?
זיי נוצן די לשון אז א קינד וואס לערנט א גאנצן טאג אין שולע אבער באקומט נישט קיין "סובסטענטשעל עקוויווילענט" אינסטראקשען אין די "בעיסיקס" קען דאס נישט משלים זיין, ווער זאגט? אפשר באקומען זיי די אינסטראקשען "כמעט" סובסטענטשעל עקוויווילענט און מען דארף נאר משלים זיין אביסל?
3) ביים זיך אויסדרוקן וואס מען לערנט נישט אין די שולעס רעכענען די ריכטער נאר אויס די 4 סובדשעקטס וואס ווערט דערמאנט אינעם פעלדער געזעץ - און צייכנט צום צום פעלדער געזעץ אז דאס דארפן די שולעס לערנען, און זיי דערמאנען נישט אלע 12 סובדשעקטס וואס ווערט פארלאנגט אין די גיידליינס, באדייט דאס אז זיי זאגן אז די פעלדער מוסדות דארפן נאר לערנען די 4 סובדשעקטס? און זייער סיבה פארן פסל'ען די שולעס איז ווייל ניטאמאל די 4 סובדשעקטס לערנט מען?

אז איינער קען מיר דאס קלארשטעלן דארבה ואדרבה, אבער גיימיר ווייטער.
א גרויסער יישר כח הרב פ'.
איך בין נייגעריג צו איר טיט דאס פאר א ליווינג, צו קענען אזוי שנעל און גרינטלעך אפלערנען א קארט דאקומענט איז א פאך,
איך בין געווען זייער אינוואלווד אין א קעיס איך האב געקענט אויסוועדיג יעדע מאשען, אבער ביים די פסק האב איך געברויכט דעם לויער אלס חברותא.
מיר איז מורעדיג אינטערעסאנט אז זיי נעמען אן די פיר סאבטשעקס פון פעלדער אלץ די אפטייטש פון substantially equivalent פארפעל איך עפעס אדער קען דאס זיין א ישועה?
חיים יוסף
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:16 am
x 165

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך חיים יוסף »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 4:50 pm @פ. לאקס WOW! אזא הערליכער שיעור! צולייגט א שיעור עיון בדרך שיעור פשוט.

נאר איין הוספה וואס האסט אויסגעלאזט:

אויף פוט-נאוט 3 ביי פאראגראף 8, דער ריכטער קומט דא נאכאמאל צוריק קלארמאכן אז לויט די "ארגינעלע אלטע עדיוקעישן געזעץ" איז די עדיוקעשן דעפט. באויפטראגט אויסצופירען אלדינגס אנבלאנגט עדיוקעשן אין ניו יארק סטעיט.

Screenshot 2024-07-01 164409.png

(לאפוקי מאנכע וואס ווילן איינרעדן אז בעפאר פעלדער איז דער ועד הפועל פון די התאחות הרבנים געווען דער רעלוואנטער אויטעריטעט אויסצופירען די ני''ס עדיוקעישן לאו...)
אזוי ווי ר' משה יואל ברענגט ארויס די נפקא מינא פון אידענטיפיצירן אין אינפארסירן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10140

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך הער אז אין "דער איד" האט מען שוין אביסל אוועקשפאצירט פון דעם באלפעריי.

עכ"פ די העדליין איז נישט נאכאמאל "פעלדער פעלדער" אזוי ווי די נארישע תורתינו.
Potus
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:11 am
x 4

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Potus »

איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:01 pm דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
דורותינו האט נישט קיין מיינונג ער דארף זען וואס דער בלאַט זאגט

חוץ טאמער ער וויל פארלירן פאנדינג

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 8:25 pm איך הער אז אין "דער איד" האט מען שוין אביסל אוועקשפאצירט פון דעם באלפעריי.

עכ"פ די העדליין איז נישט נאכאמאל "פעלדער פעלדער" אזוי ווי די נארישע תורתינו.
מהאט שוין באוויינט די פראבלעם פון די פעלדער געזעץ גענוג מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4064
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11265

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

Potus האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:16 am
איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:01 pm דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
דורותינו האט נישט קיין מיינונג ער דארף זען וואס דער בלאַט זאגט

חוץ טאמער ער וויל פארלירן פאנדינג
:roll:
#חלומות שחלמו אחרים על אחרים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10140

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Potus האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:16 am
איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:01 pm דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
דורותינו האט נישט קיין מיינונג ער דארף זען וואס דער בלאַט זאגט

חוץ טאמער ער וויל פארלירן פאנדינג
די פאנדינג פאר דורותינו קומט נישט פון דער בלאט אפיס.

עס קומט סטרעיט פון בית האדמו"ר מהר"א, פון די קוויטל געלט.

די זעלבע קאסע האט אויך באצאלט די ביילאגעס אינעם איד אז אריזאנע ווייץ איז זאלציגע באוואסערטע חמץ.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3322
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3880

פאוסט דורך שמח »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 10:00 am
Potus האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:16 am
איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 8:01 pm דורותינו האלט יא אז פעלדער געזעץ איז שילדיג ?
דורותינו האט נישט קיין מיינונג ער דארף זען וואס דער בלאַט זאגט

חוץ טאמער ער וויל פארלירן פאנדינג
די פאנדינג פאר דורותינו קומט נישט פון דער בלאט אפיס.

עס קומט סטרעיט פון בית האדמו"ר מהר"א, פון די קוויטל געלט.

די זעלבע קאסע האט אויך באצאלט די ביילאגעס אינעם איד אז אריזאנע ווייץ איז זאלציגע באוואסערטע חמץ.
:lol: :lol: :lol:

שוין לאנג נישט אזוי געלאכט פון דיר....
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3322
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3880

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמח »

Media האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:47 pm pdf
באקומען פון תורותינו
דער זעלבע שמוציגער פאשקעוויל מיט א נייע נאמען...

וואכנשריפט, תורותינו, הביטו, וכו' אין קץ לדברי רוח...

צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 736

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צייטווייליג »

שמח האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 2:03 pm
Media האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:47 pm pdf
באקומען פון תורותינו
דער זעלבע שמוציגער פאשקעוויל מיט א נייע נאמען...

וואכנשריפט, תורותינו, הביטו, וכו' אין קץ לדברי רוח...
גערעכט דאס האט קיין פלאץ דא. כהאב עטוואס געבליקט דערין און סאיז מיר א ווינדער אז דער ארויפשטעלער האט געקלערט אז אזא גאטונג שרייבעריי מעג דא גיין. מאכט נישט אויס די נאמען, די תוכן איז וואס מאכט אויס. יעדעס אויסגאבע וואס גייט ארויף דארף אדורכגיין דעם באטרעפנדן ניקס מוח-פילטער צו סאיז פאסיג, אפגעזעהן דער ארויסגעבער. די טענות וועט זיין אויפן ארויסשטעלער.

בתקוה להבנה.
קונטסל
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:44 pm
x 78

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך קונטסל »

שמח האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 2:03 pm
Media האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:47 pm pdf
באקומען פון תורותינו
דער זעלבע שמוציגער פאשקעוויל מיט א נייע נאמען...

וואכנשריפט, תורותינו, הביטו, טועמי' וכו' אין קץ לדברי רוח...
נישט ממש די זעלבע, נאר אסאך שמוציגער...
אין די אריינפיר שרייבט ער אז ער גייט נישט אריינגיין אין קיין טענה'רייען, ער וויל נישט רעדן פון קיין פאקטן,
נאר גיסן שמוץ דאס גייט דיר העלפן?
הוילע שמוציגע שטותים, שעמסט דיר נישט צו שרייבן אז די מוסד פון רביהקוה"ט הברך משה זצ"ל וואס האט אים געקאסט אסאך בלוט, איז א פאבליק סקול.
און אז פון תשמ"ה ביז נ"ט איז סאטמאר געווען הפקר. איך ווייס, קען זיין ס'אמת, די מענטשן פון וועם די רעדס זענען געוען הפקר יונגען.
איך זעה א גאר שווערע מצב און ווילדע דעספערעישן.
(איך זעה אז מהאט עס אראפגענומען אויב איז נישט פאסיג צו רעספאנדן ביטע מודיע זיין)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10140

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.

די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.

זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.

0.png
0.png (197.12 KiB) געזען געווארן 1059 מאל
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1020
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 3:57 pm כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.

די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.

זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.

0.png
קענסט פליז קוואוטן די ווערטער און זאגן וואס דו זעסט דא, און ווער עס האלט אנדערש?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5374
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10140

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 6:09 pm קענסט פליז קוואוטן די ווערטער און זאגן וואס דו זעסט דא, און ווער עס האלט אנדערש?

אקעי, איך מאך זיי באלד:
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 3:57 pm כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.

די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.

זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.

0.png
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:43 pm די "גיידליינס" זעלבסט געבט גאנץ גרינגע וועגן וויאזוי צו קענען איבערקומען פעטוועי 6, און אריינדרונגען אין די מוסדות.
אבער מען דארף האלטן די קאפ גראד, וואס די גזירה איז, אויף וואס שלאגט מען זיך, וויאזוי זאגט דער דעת תורה אז מ'זאל זיך שלאגן. און אויף דעם לייגט מען די פאוקעס.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1020
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דיינע ווערטער קען איך...

זיי שרייבן:
היות שבימים האחרונים נתפרסם ע״י הבאורד אוו ריזשענטס שע״י משרד החינוך של עידנו ניו יאדק, הגיידליינס החדשים בנוגע למוסדות התורה והחינוך, האמורים ח״ו לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור שקבלנו מאבותינו ורבותינו עפ״י דרכם הנלוזה, וכפי החוק ניתן כעת ההזדמנות להציבור להשמיע חוות דעתם על הגיידליינס.
איך מיין אז קיינער לייקנט דאס נישט (אחוץ די בלאט בשם פעירלס...)

פאקטיש האבן זיי אויסגעשטעלט די גיידליינס אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7, כדי זענען זאלן האבן די מעגליכקייט לכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 80

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 7:54 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 6:09 pm קענסט פליז קוואוטן די ווערטער און זאגן וואס דו זעסט דא, און ווער עס האלט אנדערש?

אקעי, איך מאך זיי באלד:
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 3:57 pm כ'האב געטראפן אין אימעיל פחדים'דיגע ווערטער פון רבני התאחדות אויף די נייע גיידליינס, וואס מען זאגט יעצט אז ס'איז ב"ה זייער גוט.

די רבנים שרייבן אז די גיידליינס וואס זענען ערשינען זענען ממש א צוואנג צו לערנען לימודי הגויים, און אז די עסקנים וואס האבן מצליח געווען ביז יעצט צו "אפשטיפן" די גזירה וועלן האפנטליך נאכאמאל מצליח זיין עס אפצושטיפן דורך די בריוון.

זיי האבן גארנישט געוויסט אז די גיידליינס זענען בכלל נישט קיין פראבלעם כל עוד די רעגירונג זעצט זיך נישט אריין אין אפיס פון די מוסדות.

0.png
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:43 pm די "גיידליינס" זעלבסט געבט גאנץ גרינגע וועגן וויאזוי צו קענען איבערקומען פעטוועי 6, און אריינדרונגען אין די מוסדות.
אבער מען דארף האלטן די קאפ גראד, וואס די גזירה איז, אויף וואס שלאגט מען זיך, וויאזוי זאגט דער דעת תורה אז מ'זאל זיך שלאגן. און אויף דעם לייגט מען די פאוקעס.
כ'זעה נישט די סתירה.

כ'געוואלט שרייבן א שטיקל הסבר איבער וואס איז די גזירה און וואס איז די סכנה, און גלייכצייטיג מסביר זיין נאך זאכן וואס ווערן כסדר מ'כלומר'שט תמימות'דיג געפרעגט, ווי למשל פארוואס מען האט נישט אפיעלט די חלקים וואס מען האט פארלוירן, און וואס מען האט אלס "געוואונען" מיט די חלקים וואס מען האט פארלוירן, ווען כ'האב פלוצלינג באמערקט אז די נוסח הקול קורא איז אט גענוי דאס, נאר @דער תהילים איד האט דאס אויסגעלאזט און פארדרייט.

די לשון הקול קורא איז גענוי די זעלבע ווערטער וואס איך האב געוואלט שרייבן בנוגע גזירה און בנוגע סכנה.

אט איז די לשון הקול קורא:

ועתה עומד הממשלה לחקוק גזירה נוראה להתערב בסדר הלימודים ולנעוץ הצפרנים בתוך החינוך הטהור שקבלנו מדור דור.

נעקסטע שטיקל:

וסכנה אורבת על רבבות אלפי תשב"ר המתחנכים בקרב מוסדות הקדושים ברחבי עיר ניו יארק רבתי שיכופו אותם ללימודי הגוים ר"ל.

(עס איז מיר גראדע א וואונדער אז דער שרייבער האט אזוי מדייק געווען, ווי נישט ווי איז ער נישט קיין ראשון, און ווען ער שרייבט ווען נישט אזוי וואלט עס אויך אזוי געקענט מיינען, אבער פון הימל האט מען זעהט אויס יא געוואלט זיכער מאכן אז עס שטייט קארעקט להסיר לזות שפתיים, אדער איז דער שרייבער געווען גאר שטארק אויסגעקאכט געווען אין די גזירה.)

די גזירה איז זיך אריינמישן און אריינשטעקן די נעגל, די תוצאה איז אז עס שוועבט א סכנה אויף צענדליגער טויזענטער תשב"ר אין ניו יארק אז מען וועט זיי צווינגען צו לימודי הגוים.

קלאר אזוי ווי @צווייזייטיג שרייבט און נישט אזוי ווי @דער תהלים איד שרייבט.

במילא וועל איך מיך ווייטער איינהאלטן, און נאר רעדן צו מיין סירקל אדער ווער עס פרעגט מיך אין בית המדרש.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3322
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3880

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שמח »

מיטב הגיון האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:49 pm

איך בין נישט קלאר.

וואס איז די סכנה?

רעד קלאר.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3716

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

צווייזייטיג האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:33 pm דיינע ווערטער קען איך...

זיי שרייבן:
היות שבימים האחרונים נתפרסם ע״י הבאורד אוו ריזשענטס שע״י משרד החינוך של עידנו ניו יאדק, הגיידליינס החדשים בנוגע למוסדות התורה והחינוך, האמורים ח״ו לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור שקבלנו מאבותינו ורבותינו עפ״י דרכם הנלוזה, וכפי החוק ניתן כעת ההזדמנות להציבור להשמיע חוות דעתם על הגיידליינס.
איך מיין אז קיינער לייקנט דאס נישט (אחוץ די בלאט בשם פעירלס...)

פאקטיש האבן זיי אויסגעשטעלט די גיידליינס אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7, כדי זענען זאלן האבן די מעגליכקייט לכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור
הרב @צווייזייטיג איך פרוביר צו פארשטיין און עס גייט מיר נישט בשום אין אופן. עס איז עפעס מורא'דיג אומקלאר. אויב גיבן די גיידליינס א וועג ארויס דורך אויסוועלן פעטוועי 6, דאן פארוואס שרייבן די רבנים אין תהלים איד'ס בריוו אז די גיידליינס החדשים צילן "לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור"? פארוואס אין דער וועלט האבן זיי דאס געשריבן בעת וואס מיט פעטוועי 6 איז אלעס בסדר לויט די גיידליינס? דו ביסט עפעס מרמז אז די גיידליינס האבן זיי "אויסגעשטעלט" אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7. עפעס קלעבט נישט. קענסט דאס מסביר זיין געהעריג? זיי האבן דאך געגעבן פאר יעדן די אפציע צו אויסוועהלן א פעטוועי. און ווער עס האט אויסגעוועלט פעטוועי 6 איז עס געווארן אנגענומען מיט א הייסע שלום עליכם. נאך אסאך שנעלער ווי פעטוועי 7. מען גיט שוין אפילו אסעסמענטס. סאו וואס איז די מעשה מיט די פגיעה בחינוך לכפות שינויים? ביטע אויסקלארן געהעריג.

און אויב איך מעג טשעפען מיט א ווערטל, די ענטפער דא זאל נישט זיין יעצט אז ביי די "קומענדיגע" מסורה ביכל וועט נתבאר ווערן א חלק פון די תשובה וואס וועט ווערן פארשטענדליך נאר אויב מען ווארט אויף נאך א מסורה ביכל צו צוזאמשטעלן די בילד אינאיינעם מיט די 5'טע ווען די 6'סטע חלק וועט ארויסקומען וכו' וכו'....
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1020
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:24 am

ס'שוין מוסבר געווארן פריער.
קיינער האט נישט געזאגט א פעטוועי 6 איז די ישועה.
אבער די גזירה איז יא פעטוועי 7.
זיי ווילן האבן קאנטראל, און דאס קענען זיי טון דורך אינספעקציעס.
די אחריות'דיגע מהלך דורך גדולי ישראל איז געווען צו נעמען פעטוועי 6, און פרובירן צו האלטן די רעגירונג אינדרויסן די מערסטע וואס מ'קען, דאס מיינט אבער נישט די גזירה ווערט יעצט בטל.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
totty2024
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 167
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:07 am
Location: new york
x 312

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך totty2024 »

צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 6:29 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 8:24 am
צווייזייטיג האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:33 pm דיינע ווערטער קען איך...

זיי שרייבן:

איך מיין אז קיינער לייקנט דאס נישט (אחוץ די בלאט בשם פעירלס...)

פאקטיש האבן זיי אויסגעשטעלט די גיידליינס אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7, כדי זענען זאלן האבן די מעגליכקייט לכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור
הרב @צווייזייטיג איך פרוביר צו פארשטיין און עס גייט מיר נישט בשום אין אופן. עס איז עפעס מורא'דיג אומקלאר. אויב גיבן די גיידליינס א וועג ארויס דורך אויסוועלן פעטוועי 6, דאן פארוואס שרייבן די רבנים אין תהלים איד'ס בריוו אז די גיידליינס החדשים צילן "לפגוע בחינוך בנינו ולכפות עלינו לעשות שינויים בחינוך הטהור"? פארוואס אין דער וועלט האבן זיי דאס געשריבן בעת וואס מיט פעטוועי 6 איז אלעס בסדר לויט די גיידליינס? דו ביסט עפעס מרמז אז די גיידליינס האבן זיי "אויסגעשטעלט" אז די מוסדות זאלן אריינגיין אין פעטוועי 7. עפעס קלעבט נישט. קענסט דאס מסביר זיין געהעריג? זיי האבן דאך געגעבן פאר יעדן די אפציע צו אויסוועהלן א פעטוועי. און ווער עס האט אויסגעוועלט פעטוועי 6 איז עס געווארן אנגענומען מיט א הייסע שלום עליכם. נאך אסאך שנעלער ווי פעטוועי 7. מען גיט שוין אפילו אסעסמענטס. סאו וואס איז די מעשה מיט די פגיעה בחינוך לכפות שינויים? ביטע אויסקלארן געהעריג.

און אויב איך מעג טשעפען מיט א ווערטל, די ענטפער דא זאל נישט זיין יעצט אז ביי די "קומענדיגע" מסורה ביכל וועט נתבאר ווערן א חלק פון די תשובה וואס וועט ווערן פארשטענדליך נאר אויב מען ווארט אויף נאך א מסורה ביכל צו צוזאמשטעלן די בילד אינאיינעם מיט די 5'טע ווען די 6'סטע חלק וועט ארויסקומען וכו' וכו'....
ס'שוין מוסבר געווארן פריער.
קיינער האט נישט געזאגט א פעטוועי 6 איז די ישועה.
אבער די גזירה איז יא פעטוועי 7.
זיי ווילן האבן קאנטראל, און דאס קענען זיי טון דורך אינספעקציעס.
די אחריות'דיגע מהלך דורך גדולי ישראל איז געווען צו נעמען פעטוועי 6, און פרובירן צו האלטן די רעגירונג אינדרויסן די מערסטע וואס מ'קען, דאס מיינט אבער נישט די גזירה ווערט יעצט בטל.
וויפיל מאהל דארף מען איבערחזרן אלף בית
פערל'ס האט איינגעלאדענט די אינספעקטארס ביי די אלע מוסדות וואס האבן גענומען א טיימליין און זיי גייען אריינלאזן ביי יעדע מסירה וואס גייט זיין ביי די וואס האבן גענומען פעטוועי 6
סאטמאר רבי מהר"א האט געזאגט כמה פעמים אז מגייט זיי נישט אריינלאזן און מדארף נישט לעגאל אריינלאזן דעריבער אין כאן שום פעטוועי 7

די מארקעטינג איינפאל פון גזירות פעטוועי 7 איז די ליצנות פון יאר הונדערט
שרייב פאוסט