די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

אונזער היסטאריע
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך שוש אשיש »

די לודמירע מויד

ירושלים שנת כת’’ר.

מערקענדיג אז דער מאן איז אריינגעקומען אין שטוב האט די רעבעצין צוגעמאכט דעם גמרא, געכאפט א שנעלע בליק אויף דעם זייגער און איילענדיג צוזאם געלייגט אירע טלית און תפילין און עס אריינגעלייגט אין בייטעל.

אין איר איילעניש האט זי נאך עספיעט אריינצוכאפן א הייסע זידיגע מנחה מיט כוונת האריז’’ל, דערנאך האט זי מקבל שבת געווען מיט התלהבות, בואי כלה, בואי כלה.

אויף צומארגענס ביי סעודה שלישית האט זי תורה געזאגט, אוי איז דאס געווען א פייער שטיק תורה, באימה וביראה, ברתת ובזיע.

די אויסהערער, חסידים הראשונים מיט לאנגע בערד און אפגעהיטענע אויגן האבן געשלינגען די מאנענדיגע ווערטער מיט דארשט און זיך געוואונדערט וויאזוי א ילוד אשה קען זוכה זיין צו אזאלכע דרגות, זייער וואונדער איז געווען א דאפלטער; וויאזוי קען זיין אז א ילוד אשה וואס איז זעלבסט אן אשה פארשטיין און אטעמען אזאלכע הויכע געדאנקען און אטמאספערן?

די דיבורים אירע שניידען דעם חומר, פארטיליגען מחשבות, צוזייען געדאנקען ביז בייז טרערן און צונישען דמיונות און אילוזיעס אז מען האט שוין געגרייכט עפעס א מדריגה אין עבודתו יתברך.

אויב די רעבעצין תליט’’א זאגט למשל אזא דערהער ווי: ’’איינער וואס זעט נישט דעם בורא אומעטום, מיינט עס אז ער זעט אים נישט קיין ערגעץ’’ אדער אזא ווארט ווי ’’עמיצער וואס הייליגע מחשבות באגלייטען אים אין זיין לעבנס-וועג איז ער נישט עלענד און נישט אומגליקלעך וויבאלד די דערהויבענע מחשבות באשיצען אים פון זיין איינזאמקייט’’ איז עס א סימן מובהק אז זי זעלבסט האלט ביי די דרגא און זי פאדערט אט אזוי און נישט ווייניגער פון אירע חסידים די מענער.

אבער נאך די שניידענע תורה וועלן די חסידים נעמען חיזוק פון אן אנדערע געדאנק וואס די רבנית תליט’’א האט זיי אויסגעלערנט: ’’יעדע רגע איז א נייע ’יש’ פאר זיך, עס איז נאכנישט געווען אזא רגע בעבר און אויב יא איז עס מיט א חידוש!" (דאס הייסט אז עס איז יעצט כרגע פארהאן א נייע מציאות, און א נייע מציאות איז א נייע געלעגענהייט ומה שהיה היה -ש.א.)

* * *

לאדמיר, אוקריינע. שנת תקפ’’ו (?)

ביי דעם סוחר ר’ מאניש ווערבערמאכער איז געבוירן א מיידעלע חנה רחל, אין א יונגע עלטער האט זי שוין געלערנט חומש און צו שרייבן לשון הקודש, אביסעל שפעטער האט זי זיך אנגעהויבען לערנען מדרשים און א רייע ספרי מוסר זי האט געדאווענט דריי מאל א טאג מיט גרויס כוונה און התלהבות, און די עולם איז ארויס פון התפעלות פון איר. מען האט אנגעהויבן צו רעדן שיינע שידוכים, און בשעטו’’מ איז זי שנעל א כלה געווארן מיט א בחור פון שטאט. למעשה האט דאס איבערגעדרייט איר לעבן, איר פייערדיגע שטרומישע זעל האט גאר שטארק געבענקט צוציאגן די חתונה און פון גרויס בענקעניש איז זי געפאלן אין בעט א קראנקע, ערגעצווען יענע צייט איז איר מאמע אוועק לעולם שכולו טוב און חנה רחל האט זיך אפגעזונדערט פון מענטשען.
פון צייט צו צייט איז חנה רחל ארויף צו די מאמע’ס קבר זיך אויסוויינען.

פארציילען פארציילט מען אז איינמאל זי איז געווען אין בית החיים ביי די מאמע’ס קבר און אנטשלאפען געווארן דארט, ווען זי האט זיך אויפגעוואכט איז שוין געווען פינסטער און א דערשראקענע האט זי זיך גענומען לויפן אין דעם אלטע בית החיים וואס דארט זענען באגראבען צדיקים פון פריערדיגע דורות, אויפ’ן וועג האט זי געשטרויכעלט אויף א צדיק’ס קבר און זיך גענומען שרייען פון גרויס שרעק, דערנאך האט זי פארלוירען דאס באוואוסטזיין, דער שומר האט געהערט די קולות און זיך צוגעיאגט צו איר און דערמונטערט, ער האט איר אהיים געפירט און זי איז געליגן אפאר וואכן אין בעט קראנק, די דאקטוירען האבן גענצליך אויפגעגעבן.

איין טאג האט זי גערופן איר פאטער צו איר בעט און אים געזאגט: ’’איך בין יעצט געווען אין הימעל, ביי בית דין של מעלה, און מען האט מיר געגעבן א נייע דערהויבענע נשמה’’

אפאר טעג שפעטער איז זי געזונט געווארן און פון יענע טאג און ווייטער האט זי געטראגן א טלית קטן, אנגעהויבען לייגען תפילין (רש’’י און רבינו תם), זי האט צוריקגעגעבן די תנאים צום חתן און באשלאסן קיינמאל נישט חתונה צו האבן.

עס האט נישט געברויכט קיין אמונה צו גלייבן אין דעם וואונדער, קינד און קייט האבן עס בייגעוואוינט מיט די עיני בשר, די מיידעל האט געקריגען א נייע גייסט און געגרייכט גרויסע דרגות, זי האט זיך געזעצט על התורה ועל העבודה, געקליידעט מיט טלית און תפילין האט זי אסאך מפלפל געווען אין נגלה, מעיין געווען אין נסתר,
אין צווישען איז איר טאטע דער סוחר ר’ מאניש אוועק און חנה רחל וועבערמאכער איז געבליבען אן עלענדע יתומה, די ווייטאג איז פילפאכיג גרעסער היות זי איז א בת יחידה אין יונגע עלטער.

טאקע א רחמנות, אזוי איינע אליין, אהן קיין טאטע- מאמע, אבער דאך איז פארהאן א נחמה פורתא; די ירושה איז מיט א שיינע ברכת הטוב והמטיב. און מיט די ירושה געלט האט זי זיך אויפגעבויעט א בית המדרש מיט דעם נאמען ’גורן שטיבעל’ מיט אן עקסטערע צימער פאר זיך וואו זי האט געדאווענט און געלערנט און זיך גענומען פראווענען (הויפטזעכליך פאר די המון עם), זי האט געזאגט אפענע רוח הקודש און אנטפלעקט וואונדערליכע זאכן וואס גייען פאר אויבן אין הימעל.

איינמאל האט זי זיך אנגערופן אז דער הייליגער בעל סמיכת חכמים, ר’ נפתלי כ’’ץ זי’’ע איז מכיר טובה פון עולם האמת דעם הייליגער ריזשינער זי’’ע, ווען מען האט עס איבערדערציילט פאר דעם ריזשענער זי’’ע האט ער עס באשטעטיגט, און מסביר געווען אז די סיבה איז וויבאלד דער סמיכת חכמים זי’’ע האט זיך געפירט בהרחבה גדולה און מיט מלבושי כבוד ווי עס פאסט פאר א מלך, ער פלעגט טראגן א קליין קישעלע וואס ער האט געהאלטן ביי זיין הארץ וואס איז געווען ווערט הונדערט און צוואנציג רענדליך, און מען האט אים דן געווען דערויף אז כאטש ער האט אלצדינג געמיינט ריין לשם שמים אינגאנצען, בלתי להשם לבדו, אבער נאכאלץ איז געווען א טענה פארוואס האט ער זיך אריינגעלייגט אין אזא געפארפולע וועג? ’’אבער היינטיגע צייטן’’ האט דער רוזשינער אויסגעפירט ’’וואס איך גיי אויף דעם וועג, און נאך ביתר שאת ווי אים, איז עס א טובה פאר אים, און אויף דאס איז ער מיר מכיר טובה!’’ (ספר מאמר מרדכי להרמ’’ח מסלאנים זצ’’ל)

חסידים וחסידות האבן געשלינגען מיט דארשט אירע רייד.

וואס האט מען נישט אלץ צאמגעזאגט אויף איר? אירע מתנגדים האבן געשריגען אז דאס איז מעשה שדים, סטרא אחרא, והא ראיה אז עס האט פאסירט אין א בית-עלמין.

עס זענען געווען געוויסע צדיקים וועלכע האבן געהאט תערומות פארוואס מען פארט צו איר, אבער מיט דעם אלעם האבן די מאסן געשטרוימט און די נאמען ’די לודמיר’ע מויד’ איז געווארן ברייט באקאנט אינעם גאנצע אומגעגענט.

פון די צווייטע זייט זענען געווען צדיקים מפורסמים וואס האבן קלאר געזאגט אז זי איז פון די צד הקדושה און אז זי איז א גילגול פון מיכל בת שאול.

צדיקים זענען געקומען צו לודמיר צו זען די וואונדער, און איר פראבירט צו משכנע זיין צו טוישען איר לעבנסשטייגער, למדנים זענען געקומען הערן אירע דרשות, זי איז געזיצען אינעם צימער מיט א טיר אפן צום שול און געהאלטן דרשות, עס האט זיך פארמירט א גרופע חסידים וועמען מען האט אנגערופן ’די לודמירע מויד’ס חסידים’

’’יעדע מחשבה וואס שטאמט פון הארץ באגער קען די שכל בכלל נישט באגרייפן’’ האט די צדיקת זיך אמאל אויסגעדריקט.

און א הארץ - באגער האט זי געהאט, א באגער צו ברענגען די גאולה, און געזען האט זי אז דאס וועט פאסירען נאר אויב זי גייט ארויספארן פון אוקריינע צו ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל וועט זי זוכה זיין צו א ניצוץ נשמה פון דבורה הנביאה און תיכף דערנאך וועט משיח קומען.

איז זי טאקע געפארן צום ארץ חמדה טובה.


פארהאן פארשידענע אומקלארע גירסאות, לויט אן אנדערע גירסא האט ר’ מאטעלע טשערנאבלער זי’’ע איר גוט אויסגע’מוסר’ט אז אזוי איז נישט קיין תכלית, און זי מוז בעל כרחה חתונה האבן, זי האט חתונה געהאט מיט א רב, אבער די זיווג האט נישט עולה יפה געווען, די גאנצע חסידות צופאלט, און אין עלטער פון בערך פופציג יאר איז זי געפארן קיין ארץ ישראל.

אויף דעם שיף קיין ארץ ישראל האט זיך געפונען א צדיק וועלכער איז אויך געפארן קיין ארץ ישראל ער האט איר געפרעגט וואס מען זאגט אויבן אין הימעל אויף זיין טאטע, און זי האט גענטפערט אז דארט במרומים רעדט מען נישט פון אזאלכע קליינע מענטשעלעך... (- כתבי רבי יאשע שו’’ב אבל ידוע מאת הר’’י מונדשיין ז’’ל שבספר הנ’’ל ’’אי אפשר לברר התבן מהבר והבר מהתבן היות ששונאים משונאים שונים הכניסו ככל העולה ברוחם כדי לחסל חשבונות’’ כך בערך לשונו...)

אין ארץ ישראל האט זי ממשיך געווען מיט די רעביסטעווע, רבי מאטעלע טשערנאבעלער האט געזען אז כאטש דאס וואס די צדקנית האט געזען וועגן די גאולה, איז נאכנישט געקומען די עת פקידה פונעם גלות, האט ער בחכמה אנגעזאגט איינער פון זיינע אומפארהיירעטע חסידים וואס ער האט געהאלטן אז ער וועט נושא חן זיין ביי איר, און אים באפוילן אז ער זאל זיך דרייען ביי איר אלץ חסיד, קורץ דערנאך האט זי חתונה געהאט מיט אים.

ווי שוין געשילדערט אויבן האט זי נאך די חתונה ממשיך געווען מיט די רעביסטעווע, זי האט אנגעווינטשען ברכות, אויסגעלערנט תורה, געזאגט מאמרי חסידות און געדאווענט מיט אנדערע פרויען ביי די כותל און קבר רחל.

אין ירושלים האט מען געזאגט אויף איר גרויסע זאכן, אז זי לערנט מיט גרויס התמדה, ווען די זעהקראפט אירע האט איר מער נישט געדינט האט זי געלערנט גמרא און זוהר הקדוש אויסענווייניג, אויף אזוי ווייט האט מען געהאלטן פון איר אז מען האט אפילו געזאגט אז זי איז עוסק אין קבלה מעשית.
די צדיקת האט געהאט אריכות ימים און אוועק אין טיפע עלטער.

לכאורה איז איר יארצייט כ’’ב תמוז תרמ’’ח (הרה’’ק ר’ שלמה בן יוטא מקארלין זצוק’’ל הי’’ד הקבור בלודמיר איז אויך אוועק אין די זעלבע טאג, נישט אין די זעלבע יאר, אבער דאס מאכט טראכטן אז איינער האט אויסגעמישט לודמיר- לודמיר לגזירה שווה און באשלאסן אז זי איז אוועק כ’’ב תמוז)

אויף איר (איבערגעמאכטע) מציבה אין הר הזיתים שטייט אז זי איז אוועק בשנת תרמ’’ח.
די דאטומען פון געבורט און פטירה שטימען זיכער נישט ורב הבלבול. ותשבי יתרץ.

נישט קלאר (פאר דעם כותב השורות) אויב זי האט איבערגעלאזט זש’’ק.

נ.ב. כל מה שכתוב כאן איז נאר שפעקולאציעס און השערות פון פארשידענע גירסאות און פאלקסביכער, גארנישט פארלעסליך און קראנט אויף א הונדערט פראצענט. בכלל שטימען נישט די דאטומען, אויב זי איז טאקע געקומען קיין א’’י בשנת תרי’’ט אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין געוויסע מקורות, דאן איז עס שוין געווען לאנג נאך ר’’מ טשערנאבלערס פטירה אין שנת תקצ’’ז

לסיכום: לויט אלע מקורות איז זי געווען א יתומה, חתונה געהאט, ערגעצוואו אפגעלאזט א שידוך אדער זיך גע’גט, און ר’ מאטעלע טשערנאבלער זי’’ע האט איר באיינפלוסט צו חתונה האבן, אזוי אויך איז ברור אז סוף ימיה האט זי געוואוינט אין א’’י.
פידבעק יתקבל בברכה
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

Re: די לודמירע מויד

פאוסט דורך שוש אשיש »

אין ’מפקד מנטופיור’ פון שנת תרל’’ה ווערט זי דערמאנט, עס שטייט נישט וועגן קינדער, און זי איז איינגעשריבן אלס אלמנה.
פיילס
1692223036350.png
1692223036350.png (33.25 KiB) געזען געווארן 1327 מאל
1692223199649.png
1692223199649.png (316.54 KiB) געזען געווארן 1327 מאל
צילום מסך 2023-08-17 021307.png
צילום מסך 2023-08-17 021307.png (262.28 KiB) געזען געווארן 1348 מאל
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 388
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 270

Re: די לודמירע מויד

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פון וואו נעמסטו אז זי האט נאכאמאל חתונה געהאט און געבליבן מיט א מאן?
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

Re: די לודמירע מויד

פאוסט דורך שוש אשיש »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:57 pm פון וואו נעמסטו אז זי האט נאכאמאל חתונה געהאט און געבליבן מיט א מאן?
קוק נאכאמאל אין מיין צווייטע תגובה. (הוספתי עוד מקורות - ואולי מפוקפקים)
אויך פון כתבי ר’’י שו’’ב איז אזוי משמע.
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 506

Re: די לודמירע מויד- א פארנעפעלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנה

פאוסט דורך צייטווייליג »

זייער זייער אינטערעסאנט.. ייש”כ הרב שוש אשיש!

באמת א טשיקאווע שטיקל היסטאריע
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2717
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2727

Re: די לודמירע מויד- א פארנעפעלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנה

פאוסט דורך שמח »

שוש אשיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:50 pm
איז דא איין מראה מקום אין קראנטע מוסמוכ'דיגע ספרים איבער דער סיפור און צי זי איז געווען מצד הקדושה?
"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 573
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 750

Re: די לודמירע מויד- א פארנעפעלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנה

פאוסט דורך מאטאווירט »

זייער אינטערסאנט!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

Re: די לודמירע מויד- א פארנעפעלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנה

פאוסט דורך שוש אשיש »

שמח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 11:11 pm
שוש אשיש האט געשריבן:
איז דא איין מראה מקום אין קראנטע מוסמוכ'דיגע ספרים איבער דער סיפור און צי זי איז געווען מצד הקדושה?
יא, ספר מאמר מרדכי הייסט (למיטב ידיעתי) קראנט, ר’ מאטל סלונימער ווערט אנגענומען אלץ דייקן און זיינע סיפורים אלץ ריכטיגע.
ר’ מאטל האט איר געקענט קענען היות ער איז געבוירן בשנת תרכ’’ח.

(קוק איבער די ארטיקל, עס איז צוגעקומען א סיפור פון ספר מאמר מרדכי, ... דער רמ’’ח זצ’’ל רופט איר אהן ’צדיקת מופלגת ובעלת מדריגה’, און שרייבט ’והיתה מגלה דברים נפלאים’ און נאך אסאך איז בינתיים געווארן אויסגעקלארט אינעם ארטיקעל... דהיינו עס ליגט דארט איינס פון די פילצאליגע גירסאות)
פיילס
Screenshot_20230905-093555_Document Reader.jpg
Screenshot_20230905-093555_Document Reader.jpg (69.76 KiB) געזען געווארן 1189 מאל
Screenshot_20230905-093109_Document Reader.jpg
Screenshot_20230905-093109_Document Reader.jpg (25.62 KiB) געזען געווארן 1194 מאל
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 230
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 110

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך שמעלקא »

זייער אינטערעסאנט. ש'כח @שוש אשיש!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 686
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1988

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך מירון »

זייער אן אינטערעסאנטער קאפיטל אין די חסידישע היסטאריע.

ש'כח @שוש אשיש!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 277

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך המברך יתברך »

זייער אינטערעסאנט @שוש אשיש און באלערנד, באמת, שפתים יושק!!
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך וואוילער »

איבערגעליינט יעצט די נייע נוסח, זייער שיין.
עס פעלט נאך היבש קלארקייט, אבער מן הסתם איז עס נישט צו באקומען.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 233

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך אלף טויב »

געוואלדיג! הערליך, אונטערעסאנט, חידוש'פול! און וואס נישט. איך לאדן איין @שוש אשיש פאר א קנאקעדיגע ארטיקל אויף חול המועד הבעל"ט איך האף ער וועט עס אנעמען?!

פאר אלע אידטיש'ערס! שוואכע ליבלעך אפדריקן... יעדער זאל זיי מוחל ארויף שארן דאס ארבל, קריכן מיטן לייטער ביזן שפיץ אויפן לינקן זייט און איבער לאזן א ליבלעך אפדריק אויפן בלויען הענטעלע... יא. יא. דיר מיינט מען...
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך שוש אשיש »

אלף טויב האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:31 pm געוואלדיג! הערליך, אונטערעסאנט, חידוש'פול! און וואס נישט. איך לאדן איין @שוש אשיש פאר א קנאקעדיגע ארטיקל אויף חול המועד הבעל"ט איך האף ער וועט עס אנעמען?!

פאר אלע אידטיש'ערס! שוואכע ליבלעך אפדריקן... יעדער זאל זיי מוחל ארויף שארן דאס ארבל, קריכן מיטן לייטער ביזן שפיץ אויפן לינקן זייט און איבער לאזן א ליבלעך אפדריק אויפן בלויען הענטעלע... יא. יא. דיר מיינט מען...
ספאסיווא באלשוי, דאנקע שיין, גראיסיאס וכו’
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
דזשארדזש וואשינגטאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
x 50

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך דזשארדזש וואשינגטאן »

מעכטיג, מעכטיג!!
א הערליכע ארבעט באמת @שוש אשיש, מדארף נאך אסאך אזעלכע סחורה פון דיר.
קיפ איט אפ!
פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 233

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך דאפלטער »

@שוש מעכטיגע ארבעט דעליווערט,
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 318

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך Programming »

זייער שיין

דער אמת איז אז די וועלט - און מיט איר די היסטאריע - איז פיל מיט מאדנע און זעלטענע ערשיינונגען, נישט אלעס ווערט פאראייביגט נאר עס ווערט פארזינקען בתהום הנשיה

די לודמיר מויד האט געהאט מזל אז זי איז ארויף קיין ארץ ישראל, די דארטיגע אידן און בעלי מספרים (איך מיין נישט רבי מאטל המובא לעיל, נאר בכלליות די 'זקני ירושלים' פון וועמען גערליץ ודכוותי' האט געשעפט) האבן געהאט א חוש צו אזאלכע סארט ערשיינונגען (ווען עס איז נישט געווען האט מען עס אליינס אויפגעטראכט... און כל שכן ווען עס איז יא געווען דברים בגו), אזוי איז עס פארבליבן פארצייכנט לדורות.
קשאנובער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:24 am
x 158

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך קשאנובער »

וואוף!! זייער שיין געשריבן...!!

א דאנק 'שוש אשיש'

קיינמאל נישט געהערט פון דע מעשה... געווען זיכער סאיז א פאלטשע מעשה......!!
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 277

Re: די לודמירע מויד, א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך המברך יתברך »

דער עצם מעשה איז זיכער אמת, טראצדעם וואס עס זענען זיכער דא אסאך פארנעפלטע פרטים, ביי וועלכן יעדער שרייבער (איך רעד נישט פון @שוש אשיש , איך מיין די אלטע ביכלאך) לייגט זיך אריין זיינע פאנטאזיעס לויט ווי ס'קומט אים אויס בעסער.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 713
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 761

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

גאר אינטערסאנט,

יישר כח, ווי וואנט מאר...
איך וועל אייך באפייפען
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1106
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1341

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

פיילס
IMG_6516-pas25h75mf0ro09oiy43u977yiobpd22st244soptg.jpg
IMG_6516-pas25h75mf0ro09oiy43u977yiobpd22st244soptg.jpg (130.43 KiB) געזען געווארן 653 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1106
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1341

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

content.png
content.png (91.13 KiB) געזען געווארן 648 מאל
content (1).png
content (1).png (120.56 KiB) געזען געווארן 648 מאל
content (2).png
content (2).png (40.18 KiB) געזען געווארן 648 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך שוש אשיש »

@טיפע טאשן
א דאנק!
פון וואנעט און ווער?
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1106
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1341

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

שוש אשיש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:20 pm @טיפע טאשן
א דאנק!
פון וואנעט און ווער?
פיילס
content (3).png
content (3).png (34.02 KiB) געזען געווארן 579 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: די לודמירע מויד - א פארנעפלטע געשיכטע אן קיין קלארע מסקנא

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

קיינמאל נישט געהערט דערפון אבער יעדע זאך האט זיין ערשטע מאל.
שכ'ח פאר די ארטיקל זעהר שיין!
איך האף אז דו האסט נאך אזעלעכע סארט ארטיקלען...
שרייב פאוסט