מושי, אויב דו גייסט נישט יעצט אריין אין בעט כאפסטו פון מיר אזא קאפע! הערסט אזאנס און אזעלעכס, וועסט עס געדענקען ביז דיין חתונה! איך זאג דיר, לויף אריין אין בעט די רגע!
חיים רעד נישט יעצט צו מושי, ער דארף גיין שלאפן, הערסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר? נאך איין ווארט און די קענסט נישט קומען צו פעטער יששכר'ס חתונה, איך מיין עס ערנסט.
ווי א פארבלאנדשעטע פליג לויף איך פון צימער צו צימער אינגאנצן פארסאפעט און איך פרוביר צו איינשטילן די ווילדע ראיאטירער וועלעכע האלטן נישט ביים איינשלאפן, פארוואס פארשטייען נישט די קינדער אז מען דארף גיין שלאפן?
נאך א לאנג פארצויגענע קאמף איז ענדליך שטיל געווארן אין שטוב, איך ווארף מיך אראפ אויפן אפגעריבענע קאוטש מיטן פלאן צו הויערן דארט ווי לאנג ס'לאזט זיך. אהה ענדליך אביסל מנוחה.
א ווילדע קלאפ אויפן טיר האט צוגערויבט מיין אזוי געגארטן שטילקייט, איך בין אויפגעשפרינגען מיט שרעק, ווער קלאפט אזוי האסטיג אויפן טיר און נאכדערצו און אזא שפעטע שעה? איך פראביר צו ארויסקוקן דורך די קליינע לעכל פון די טיר, אבער אלץ וואס איך זעה איז נאר א שרעקעדיג אויסזענדע שאטן. מיין הארץ האט געקלאפט ווי א פויק, שטייטעלעך עפען איך אויף די טיר אבער נאר א טראפ, גענוג צו קענען ארויסבליקן. מיסטער, הער איך א מיסטריעזע שטימע אויסרופן, דאס איז פאר דיר זאגט דער מיסטריעזע פיגור, און דערביי שטרעקט ער אויס זיין מאכטפולער האנט און ער געבט מיר איבער א ברוינע קאנווערט, ספאנטאן דרייט ער זיך אויס און ווערט פארשוואונדן פון האריזאנט.
מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם רייס איך אויף דעם מיסטריעזן קאנווערט און איך הייב אן צו ליינען די אינהאלט;
א גוטן,
מיר האבן ערהאלטן א לענגערע בריוו פון א געוויסע פרעזענדליכקייט. דער יעניגער באקלאגט זיך איבער דיינע מערדערישע און אומיושר'דיגע אקטיוויטעטן, דעריבער טוען מיר דיר לאדענען צו א געריכט סעסיע וואס וועט פארקומען - דעם צענטן פון סעפטעמבער, ווי דו וועסט האבן א טשאנס זיך צו פארטיידיגן אקעגן די קלאגעס. די געריכט וועט אורטיילן ווער ס'איז דער גערעכטער.
ביטע ערשיינען אין דעם אנגעגעבנער דאטום.
אין פאל דו וועסט נישט קומען וועלן מיר זיך דארפן באניצן מיט אלטערנעטיווע מיטלען דאס צו צושטאנד ברענגען.
מיט פארשטענדעניש -לאו אין ארדער.
א היץ האט מיר ארומגענומען, איך? אין געריכט? וואס דארפן זיי פון מיר? איך האב קיינמאל נישט געטשעפעט אפי' א פליג, ווער רופט מיר אין געריכט? איך ליין איבער די בריוו ווארט ביי ווארט, בוכשטאב ביי בוכשטאב, און יא, די תוצאות זענען די זעלבע, פונקט דאס שטייט אין דעם בריוו.
דיקע טראפנס שווייס האבן אראפגערינען אויף מיינע באקן און האבן זיך באקוועם געמאכט אין די טיפעניש פון מיין געדעכטן בארד. וואס טוה איך? צו ערשט האט מיר געכאפט א בחור'ישע תאווה צו ארויסטראסקען דער חוצפה'דיגע בריוו און פערטיג, איך האב נישט מורא פאר קיינעם! האט א העלדישע מחשבה זיך אריינגעגנב'ט אין מיין קאפ, כ'בין דאך א באקאנטער העלד! אבער די סטראשע פון אונטן האט מיר אביסל אפגעשראקן. נאופ, דאס איז נישט קיין אפציע. נאכן צולייגן אביסל דעת פון וואס איך האב אן איבערפלוס איז מיר געקומען אין געדאנק א נייע סטראטעגיע, ווייסטו וואס, האב איך געמאכט א החלטה, איך גיי, איך האב עניוועי נישט פון וואס צו מורא האבן, כ'האב דאך גארנישט שלעכטס געטון.
מיט שטאלצע טריט שפאן איך אריין אין געריכט זאל, איך קען קוים ווארטן צו זען ווער איז דער נידערטרעכטיגער טשאבער-גאו וואס האט זיך דערוואגט מיר צו אנקלאגן, אה וועט ער כאפן פון מיר טראכט איך צו מיר אליין.
זיץ דארט, זאגט מיר דער פאליציאנט בשעת'ן צייגן מיט די דיקן פינגער און ריכטונג פון דער באשילדיגונגס באנק. אן ארעמע בענקל איז געלעגן אין א ווינקל און אויף דעם האב האב איך זיך באזעצט. איך קוק מיר אזוי אויף דער בענקל קעגן איבער, דאס בענקל וואס געהערט געווענדליך פאר די פראקאור, אבער דערווייל איז דאס ליידיג.
דריי קלאפעס האט זיך געהערט אויפן באלעמער, דער שופט איז דא.
איך שטעל מיר אויף מלא קומתי און איך פאכע מיט מיינע פויסטן צו זיין פנים כדאי צו אינטערשטרייכן פאר דער שופט איבער וואס פאר א העלד די רעדע איז דא, זעט אויס אז ער האט געכאפט דעם רמז. די אנקלאגער זאל אנהייבן מיט די באשילדיגונג, זאגט די שופט מיט א שטייפע שטימע.
א גוטן הער שופט הער איך א ראסטיגע שטימע שפרעכן. איך דריי מיך ארום און איך גלייב נישט וואס איך זעה. אויף דעם שפיץ פון די אנקלאגער שטוהל זיצט זיך רואיגערהייט א בארעגטער 'פאום קאפ', יא יא יא דער פאום קאפ אין וואס מ'טרינק קאפי און ווען די מאמע זעט נישט אויך 'ארענדזש דזשאוס'.
דער פאום קאפ שטייט יעצט קעגן מיר בעזות מצח און ער עפענט זיין פיסק, ויפתח ה' את פי האתון. איך האב שיעור נישט געכאפט קיין הארץ אטאקע.
זיין וואויס הערט זיך נישט די מערסטע אריסטאקראטיש, עס הערט זיך מער ווי א אלטע ראסטיגע טיר וואס עפענט זיך זייער שטייט, א מזל אז אלע אנדערע קאָפ'ס קענען נישט רעדן טראכט איך צו מיר, אונז וואלט אלע געבראכן בלויז פון הערן אזא נודזשענדע שטימע.
וואס דארף א פאום קאפ פון מיר? האבן מיינע געוויסן מיר נישט צורוה געלאזט, וואס גייט דא פאר?
די חוצפה'דיגע קטיגור האט מיר נישט געלאזט צו לאנג ווארטן.
גע'ערטע שופט הייבט ער אן זיין שבת שובה דרשה, דער מענטש וואס זיצט דא קעגן איבער מיר - זאגט ער צום שופט בשעת'ן שאקלען מיט זיין קאפ אין מיין ריכטונג - האט א לאנגע ליסטע פון פארברעכנס און ראסיסטישע מעשים וואס ער איז באגאנגען, קעגן מיר בפרט און קעגן די מענטשהייט בכלל. זאל מיר די ריכטער געבן ערלויבעניש וועל איך אלץ פארציילן.
די שופט האט געגעבן רשות.
לאמיר אנהייבן פון אנפאנג האט ער געזאגט; זייט דער באנדיט איז געווען א קליין קינד האט ער מיר אייביג געהאסט צום טויט און שטענדיג מיר אינטערדרוקט מיט די ערגסטע מיטלען וואס איז נאר פארהאן, איינער פון די מערסט שרעקעדיגע עפיזאדן וואס איך געדענק איז געווען ווען ער איז נאך געווען ממש א קליין קינד, איין גרינעם דינסטאג האט ער מיר גענומען מיט זיינע גרויזאמע פויסטן, פארשטייט זיך אן רשות פון די גבאי, און ער האט זיך גענומען שינדן מיין הויט מיט א זעלטענע בארבאריזם, ווען איך זאג שינדן די הויט מיין איך עס און פולן זין פון ווארט, ער האט אנגעהויבן ביי מיין קאפ און איז צוביסלעך אראפגעפארן צו די חלק התחתון, שטיקל ביי שטיקל האט ער מיר צוקראצט און צובלוטיגט.
דער פאום קאפ האט זיך אפגעשטעלט אויף א מינוט און טיף אריינגעאטעמט, ס'איז געווען קענטליך אז עס קומט אים אן שווער צו רעדן פון זיינע איבערלעבענישן, נאר א קורצע הפסקה האט ער פארגעזעצט; און דאן נאכן מיר צושטיקלען ביז האלב פון מיין קערפער האט ער אין מיר אריינגעשטאכן זיינע שפיזיגע נעגל און געמאכט א טיפע וואונד ממש פון אונטן און אין דעם האט ער אריינגעבלאזן מיט זיין מויל א שטארקע לופטל, יעצט חוץ פון דעם וואס ער פלעגט נישט אלץ מחמיר זיין צו פוצן די ציין און די ריח איז געווען שרעקליך איז עס אויך געווען פאר מיר יסורי איוב, חלקים פון מיר זיך צופלויגן און אלע זייטן, מפרר וזורה לרוח.
א טייל פון די באטייליגטע האבן פארלאזט טרערן פון מיטלייד פאר דעם אומגליקליכער גלעזל, און די ריכטער האט שוין געוואלט קלאפן אויפן שטענדער גרייט צו ארויסגעבן דעם אורטייל אבער דער חאלאמאק זעצט פאר מיט זיין שיעור כללי.
הער ריכטער, דאס איז נאר די אנהייב, זאגט ער מיט א חנופה'דיגע שמייכל, די ליסטע איז ענדלאז.
נו, זעץ פאר, געבט אים די אנטיסעמיטישע ריכטער ערלויבעניש צו פארזעצן מיט זיין ארבעט מיר צו פארשמירן מיט אלע בייזע בלבולים.
די נעקסטע מעשה וואס איך וועל פארציילן, זאגט ער ווייטער מיט זיין נערווירנדע ראסטיגע שטימע האט פאסירט ווען ער איז געווען א קליין בחור'ל. איך טראכט צו מיר, אלץ בחור'ל פלעג איך דאך שוין נישט צופליקן קאפס, וואס דארף ער יעצט? מיט וועלכע אויסגעזויגענע ליגנט גייט ער מיר איצטער באשילדיגען? ער האט מיר נישט געלאזט לאנג ווארטן.
עס איז געווען איין טאג ווען דער אינגאטש איז געווען אומגעפער דרייצן יאר אלט, פלוצלונג האט ער מיר א כאפ געטון אין סורפרייז און מיר אנידערגעשליידערט אויפן פאדלאגע, הע, דאס איז בלויז געווען דער אנהייב, דערנאך האט ער מיר צודריקט צום ערד און מיר אינטערגעשטעלט אינטער די אייזערנע פיסל פון זיין טיש, די אייזן האט מיר צוריבן און צובלוטיגט, איך האב געשריגן פון יסורים, אבער דער רשע האט געלאכט און הנאה געהאט פון זיין מורא'דיגע המצאה.
יעדער פאר מינוט האט ער זיך צודראמט מיט געשמאק אויפן טיש בשעת'ן זיך אינטערזינגען א געשמאקע לידל און דערמיט מיר פארשאפט יסורי איוב, דא א זעך און דא א בריקע אבער אלץ מיט א שמייכל, אוי. דער פאום קאפ איז שטיל געווארן אויף א מינוט און זיין שטערן איז אים געווען באדעקט מיט שווייס, אן אנדייטונג אז עס קומט אים נישט אן גרינג צו רעדן דערפון.
די פארזאמעלטע האבן פארווישט טרערן און דאס האט מיך געמאכט טראכטן אז איך האב שוין נישט קיין אויסזיכטן צו ארויסקומען זכאי בדין.
און דער קטיגור זעצט פאר; אבער אויב דאס איז נישט געווען גענוג קען איך אויסרעכענען א גאנצע ליסטע פון פארשעמונגען און דערנידערונגען וואס ער איז קעגן מיר באגאנגען. די מעשה איז אזוי, דער אינטערדרוקער האלט זיך פאר א חשובע למדן, אבער דאס מיינט נאך נישט אז ער איז אויסגעארבעט מיט זיינע מידות, אדרבה, פונקט קאפויער, ער איז א גרויזאמע און שלעכטער, הערט וואס ער פלעגט טון צו מיר.
יעדעס מאל ער האט זיך אנגעטראפן אין א קאמפליצירטע גמרא פלעגט ער מיר אויסניצן אויף די מערסט פארשעמענדע אופנים, למשל איין טאג האט ער געלערנט מיט זיין חברותא וועגן די הלכות פון פקדון, האט ער געמאכט א משל אז ראובן געבט א באנאנא פאר שמעון יעצט אויפאמאל בין איך פארוואנדלט געווארן אין א באנאנא, אזוי האבן זיי מיר גערופן אן קיין שום בושה, דער באנאנא געהערט צו מיר, געהערט צו דיר, דער באנאנא איז פארלוירן געווארן, און דאס אלץ אין פראנט פון מיינע אויגן, עטס קענסט ענק נישט פארשטעלן וואס פאר א פסיכילאגישע עפעקט דאס האט געהאט אויף מיר, אזוי צו פארשעמען?
דערנאך האט ער געלערנט די גמרא פון פרוזבל, נו זייער שיין וואס איז שלעכט? אזוי האב איך געטראכט, אבער ער האט שוין געטראפן ווי מיר צו פייניגן, ער לערנט דארט אז מען קען נאר מאכן א פרוזבל אויב מען האט קרקע, אפי' נאר א קליין ביסל, די גמרא רופט עס אן א עציץ נקוב, יעצט ער האט געוואלט מסביר זיין פאר זיין חברותא די פונקטליכע שיעורים ווי גרויס עס דארף זיין, האט ער מיר גענומען און צופליקט אויף שטיקער און דערנאך מיר געגעבן דעם מיעוס׳ן צונאמען, "עציץ נקוב".
און עס גייט וויייטער און ווייטער, די נעקסטע זמן האט ער גערעדט פון א אחות אשה, נו וועמען מיינט עטס האט ער פארשמירט מיט דעם ביליגן טיטל? ווייטער מיך. ביינאכט פלעג איך וויינען און דורכנעצן מיין קושן פון די אלע בושות וואס איך האב מיך צוזאמגעליטן, פארשטייט זיך אז אינדערפרי האב איך זיכער געמאכט אז מען קען גארנישט באמערקן אויף מיר אז איך האב געוויינט, אזוי איז עס געגאנגען ווייטער און ווייטער, איין טאג בין איך דער חתיכות האיסור וואס איז אריינגעפאלן אין זיין מאמע'ס 'טשיקען סופ', און די נעקסטע טאג בין איך א גט מקושר. דאן בין איך געווארן א לחי און א קורא, נאכער א צמיד פסיל, אוי די מאטערנישן וואס איך בין אלץ אדורך.
דאן איז ער עלטער געווארן און חתונה געהאט, איך האב שוין געמיינט אז מיט דעם בין איך פערטיג, וואס זאל איך טון אז ער האלט זיך פאר א גרויסע למדן און ער איז אריין אין א גמרא כולל. דאן האב איך געזען אז אלץ ביז אהער איז בלויז געווען א קינדער שפיל, צווישן די כולל ווענט האט ער מיר געלעסטערט אויף א לעוועל און קיין שום רחמנות, ער פלעגט מיר נעמען טאג טעגליך און צובייסן מיט זיינע שמוציגע ציין, דערנאך פלעגט ער אין מיר אריינלייגן אלע שמיץ פון די גאנצע טיש, פארשטייסט? און אלץ אונטער די שלייער פון א כולל אינגערמאן!
איך קען אויסרעכענען נאך א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס דער נידריגע פאררעטער האט מיר אלץ אפגעטון, אבער איך וועל זיך דא אפשטעלן, איך בעט פון דער געריכט אז מען זאל אים אורטיילן אויף דער מעשה און אריינשליידערן דעם רשע אין תפיסה אריין!
א שטילקייט האט ארומגענומען די גאנצע געריכט זאל, יעדער האט געוואנדן זייערע אויגן צו מיין ריכטונג און געקוקט אויף מיר מיט האס, איך האב זיך געוואלט באגראבן אויפן ארט, איך בין אלץ געווען די וואוילער און נגיד, און דא ווער איך באשילדיגט מיט דאס ערגסטן, וואס זאג איך דא?
וואס האסטו צו ענטפערן? פרעגט מיר די שופט מיט א שטרענגע שטימע?
א ציטער האט מיר באנומען, אוי וויי, איך האב מיך אויפגעשטעלט מיט ערע און זיך אויסגעקלארט די שטימע; הער שופט, דו האסט טאקע געהערט א גאנצע דרשה פון דעם "פאום קאפ" וועלכע שטעלט זיך אהער אלץ א גרויסע רחמנות און דערביי האט ער מיר אראפגעמאלן אלץ דער סאדיסט. אבער דער ווארהייט איז ווייט נישט אזוי, דער איינפאכער גלעזל האט אונטער זיך א ברוטאלער בעקגראונד. דא האב איך געהויבן מיין שטימע און מיט א דראמאטישע קול פארגעזעצט ציילנדיג יעדעס ווארט.
דער וואויל אויסזעענעדע קאפ איז א מאנסטער!
אזוי ווי עטס הערטס!
דער עולם האט מיר אנגעקוקט מיט וואונדער און איך האב ווייטער גערעדט מיט זעלבסט זיכערקייט.
טייערע פארזאמלטע, עטס ווייסט אז ביז צוואנציג יאר גייט די וועלט ווערן פארוואנדלט און א וויסטעניש? אדער גאר צו א יו עף או?
יא יא! קוקטס מיר נישט אן אזוי, אלץ צוליב דעם וואס דער נארישע "פאום קאפ" פאר׳סמ׳ט די אטמאספערע!
יעדער שטיקל פון אים ווערט געניצט אויף צו קאליע מאכן אונזער הערליכן וועלטל, און ער האט נאך די חוצפה מיר צו רופן אין געריכט?
אלץ וואס איך טוה צו אים איז נאר בכדאי צו ראטעווען די הערליכע וועלט.
פויזע, האט דער שופט אויסגערופן, און איך בין געבליבן אויף מיין פלאץ ווארטנדיג מיט אנגסט אז דער געריכט זאל קומען צו א באשלוס איבער דער קעיס.
דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין…
דער שרייבער ווארט אויף פידבעק, באגיסט אים מיט לייקס און פאוסטס בלויז פאר נעמען די מיה צו אראפ שרייבן דעם ארטיקל.
די ענדגילטיגע שטימען וועלן פארקומען ווי נאר אלע ארטיקלען וועלן זיין ארויסגעלייגט.