דער ריינער אמת איבער דער גזירת החינוך אין ענגלאנד
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 14, 2026 2:33 pm
שוין עטליכע יאר וואס געציילטע עסקנים דרייען איבער וועלטן קעגן אלע רבני ועסקני לאנדאן אז אלעס איז פארקויפט פאר געלט און מבוקט זיך רח"ל צום צלם מלערנט חוקי תועבה אין ת"ת און אין מיידל שולעס איבער גאנץ לאנדאן אדער כאטש זיך אינטערגענומען צי לערנען
איך מוז מודה זיין אז צוליב וואס כהאב מיר נישט אריינגעלייגט דערין ביז היינט האבעך טיילווייז אדער מער ווי דעם געגלייבט די אלע לשון הרע טראכטענדיג אז אזוי ווי אין נ"י זענען דא עסקנים וואס האבן אלעס פארכאפט און פארקויפן לאקשאן פאר די רבנים איז די זעלבע אין לאנדאן
נאך א שמועס מיט איינע פון די רבנים אין לאנדאן די וואך האבעך אנגעהויבן צי ווארפן מיינע אברים ווי ווייט מקען אונז פארנערן מיט הרוצה לשקר ירחיק עדותו
איך האב נישט צייט פאר אריכות אבער אין קורצן וואס איך נעם ארויס פון יענעם וואס איך און קיינער דאהי האט נישט געוואוסט ביז היינט
1) מיט 12 יאר צוריק 2014 למספרם איז אריין א געזעץ מיט גיזרות על החינוך און עטליכע יאר צוריק האט מען געמאכט טוישינגען לטובת החינוך דורך די ארבעט פון רבני ועסקני חינוך UK
2) מדארף כהיום נישט לערנען קיין חשיבות צי אנדערע גלויבענס אדער כפירה ווי ביז היינט נאר פונקט פארקערט די נייע געזעץ זאגט אז מקען רעדן "קעגן" אלע רעליגיעס און כפירה והשחתה וויפיל מוויל, די עיקר וואס מדארף רעספעקטירן איז נאר אלע "מענטשן" נישט די רעליגיעס און השקפה'ס (אנדערש ווי מפארקויפט אונז אז מלערנט דארט מחשיב צי זיין עבודה זרה באגלייט מיט בילדער וואס דאס האט מען פארשטייטזיךנישט געלערנטאפילובשעת די געזעץ האט נישט געטויגט אבער לעת עתה איז די געזעץ איבערגערייט לטובה)
3) מדארף נישט לערנען קיין תועבה ביז די 12 בכלל אפילו ביי די גויים און פון 12 און העכער וואו ביי די גויים דארף מען יא האט מען ציגעלייגט אז עלטערן קענען זיך ארויסשרייבן פונעם געזעץ און אזוי טוען אלע חרדישע מוסדות מיט צעטלעך פון אלע עלטערן זיך ארויסצישרייבן, און נישט נאר מלערנט נישט גארנישט פון דעם דעם נאר מהאט זיך קיינמאל נישט אינטערגענומען אפילו לפנים דאס צי לערנען
4) די רעגירונג אין לאנדאן צאלט נישט קיין פעני נישט פאר לאנטש נישט פאר באסעס און ניטאמאל פאר די ביכער אלעס דארף מען אליינס קויפן און באצאלן (אנדערש ווי מהאט אונז איינגערעט אז אלע מוסדות לערנען גאר תועבה צוליב געלט..)
5) די עיקר גזירה און פראבלעם וואס בלייבט נאך איז אז די ארטיגע פאליציי איבער דעם וואס הייסט אפסטעד זיי מאכן צרות דא דארט ווי למשל משוגע מאכן מזאל האבן גרייט א ביכל מיט א מלמד אויף תועבה אין פאל עלטערן ווילן חלילה יא לערנען וכדומה לזה (זיי זענען יא רשעותדיג דוגמת עדשיקעישאן דעפארטמענט דאהי אבער בעצם האבן זיי נישט קיין אייגענע כח אזוי ווי די SED דאהי)
6) מהאט אין די היימישע מוסדות נישט געמאכט קיין שום פשרות אדער שינוי אין די לימודים, נישט בפועל און נישט בדיבור אפילו נישט נאר לפנים.
7) פארשטייט זיך אויך אז די כופרים שלאפן נישט און ארבעטן אויף נאך גזירות בפרט אויף ישיבה קטנות ווי סאיז דא א נייע געזעץ וואס זיי ווילן אדורכפירן קעגן אונזער חינוך און מארבעט דארט אויך מיט די באאמטע צי מאכן לעכער כנ"ל און מדארף אסאך תפילות מזאל טאקע מצליח זיין
(און דאהי קומט מען שרייען אז יעדער העלפט דארט די גזירה און נאר איינער איז דא וואס שרייבט צי די לאורד’ס וכו' און פון א ערליכע רב האבעך געהערט אז די אוממסודרדיגע גערעדעכטס צי זיי מיט א ווילדקייט דורך יענעם מאכט נאר חרוב ווען די מציאות איז אז די גוזרי החוק הנקראים לאוד'ס ארבעטן מיט מיט די רבנים ועסקנים אויסצישפילן די רשעים עכ"פ אז כלל ישראל זאל ניצל ווערן פון די געזעץ דורך קלוגע לעכער, ערשט מיטן אפשטופן כסדר ווי ווייט מעגליך און דערנאך מיטן צילייגן אמענדמענטס, ענדליך צי דאהי וואס מארבעט דורך די אסעמבלי לייט און סענעטארן און גאווערנער וכו') אבער סיי וועלכע פשרות אדער שינוי אין די לימודים איז מאן דכר שמי'.
מער וועט אי"ה נאכפאלגן
אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווילאנג די רשעים וכופרים אינאיינעם מיט אפסטעד לעבן נאך דארף מען איינרייסן רחמים ווייל זיי פארפירן כסדר אויף די חלקים ווי מקען זיך נאך יא פארלייגן און די אפסטעד זענען יא שונאים וואס זוכן כסדר ווי צי קענען פארשפארן און לייגן פיסלעך היימישע מוסדות און אויך ארבעטן זיי כסדר אויף נאך גזירות חלילה
(ועל כולם דאס אז מקומט בכלל אינספעקטן איז בעצם די גרעסטע צרה ווייל דאס איז נישטא אין די גאנצע וועלט און זיי קומען אראפ פייניגן אבער דאס גייט שוין אן זינט 1988)