זיצט א איד אין א ווינקל

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 398

זיצט א איד אין א ווינקל

פאוסט דורך בקיצור »

זיצט א איד אין א ווינקל
אויפן הארצן איז אים טונקל
ער פילט ווי פאר א קרעש
באו מים עד נפש

א ישועה איז אים ניחא
ער דארף שלווה און מנוחה
טאטע, וויפל איז דער שיעור
כ'בעהט דיר עפן אויף דעם טיהר

ער איז זיך מתבונן
ווי ער טוט וואוינען
און ווי איז אמאל געוועהן זיין דירה

ער האט געוויילט אין ירושלים
ער האט גענאסן פון אמת'דיגע חיים
ער האט געהארעוועט בין תנור לכירה

אוי וויי טאטע זיסע
איך וויל פון דיין קירבה ווייטער געניסען

לייז מיר אויס
נעם מיר פון גלות ארויס
בוי שוין אויף דיין הויז
זוך אויף צווישן די חוחים דעם רויז

איך ווייס דער אמת קליפ און קלאר
איך בין שולדיג אין אלעם, ס'איז וואר
אבער כ'וויל תשובה טאהן, תשובה שלימה גאר
און דו וועסט מיר מקבל זיין באהבה - שאהר
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1696
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2781

Re: זיצט א איד אין א ווינקל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

👍
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
ראובי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 3:54 am
Location: קרית יואל
x 213

Re: זיצט א איד אין א ווינקל

פאוסט דורך ראובי »

גא''ם
❤️‍🔥❤️‍🩹א פייער ברענט און הארץ פון א איד!!
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1329

Re: זיצט א איד אין א ווינקל

פאוסט דורך יוחנן כהן »

שיין
שרייב פאוסט