בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7542
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18111

בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

00.jpg
00.jpg (333.76 KiB) געזען געווארן 1605 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7542
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18111

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין קרית יואל איז דער קאמפיין שוין אין שוואונג פאר עטליכע וואכן.

געטרייע וואלונטירן-עסקנים זיצן אין די בתי מדרשים יעדן טאג פון פרי פארטאגס, און די ווארימקייט ביים ציבור איז גאר שטארק בליעה"ר, נעמענדיג אין באטראכט די מציאות וויפיל לאקאלע פארפעלקער לעכצן נאך הילף.

BO Metzapim.jpg
BO Metzapim.jpg (110.65 KiB) געזען געווארן 1599 מאל
BO Oilum Mulei.jpg
BO Oilum Mulei.jpg (77.63 KiB) געזען געווארן 1599 מאל
BO 235.jpg
BO 235.jpg (100.66 KiB) געזען געווארן 1599 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7542
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18111

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בראשור ערשינען פאר'ן קרית יואל'ער קאמפיין:

בראשור

A.jpg
A.jpg (210.75 KiB) געזען געווארן 1538 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7542
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18111

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 3:38 pm אין קרית יואל איז דער קאמפיין שוין אין שוואונג פאר עטליכע וואכן.

געטרייע וואלונטירן-עסקנים זיצן אין די בתי מדרשים יעדן טאג פון פרי פארטאגס, און די ווארימקייט ביים ציבור איז גאר שטארק בליעה"ר, נעמענדיג אין באטראכט די מציאות וויפיל לאקאלע פארפעלקער לעכצן נאך הילף.
פיילס
IMG_0102.JPG
02.jpg
01.jpg
סיפורי צדיקים
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:39 pm
x 5

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך סיפורי צדיקים »

יא ב"ה די ווארימקייט פונעם עולם איז צום באוואונדערן
איך בין ארומגעגאנגען די לעצטע פאר טעג אין כמה בתי מדרשים אין קרית יואל, און יא כלל ישראל איז א הייליג פאלק
מי כעמך ישראל!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7542
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18111

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הרה"ח רבי יואל וויינבערגער נעמט אפ "נשמה'ס" היינט אינדערפרי אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל

image000000.jpg
image000000.jpg (200.96 KiB) געזען געווארן 1245 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7542
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18111

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

General.jpg
General.jpg (122.61 KiB) געזען געווארן 1207 מאל
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1878
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 6281

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:00 pm General.jpg
מ'האט צוזאמגעשטעלט די קרית יואלע נשמה מיט די אלוועלטליכע ילד הפלא?
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7542
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18111

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:35 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:00 pm General.jpg
מ'האט צוזאמגעשטעלט די קרית יואלע נשמה מיט די אלוועלטליכע ילד הפלא?
יא יא. אזוי ווי לעצטע יאר.

אפשר דארף מען טאקע מוחה זיין וועגן התבדלות... כלאים... כ'ווייס?...
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1878
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 6281

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך חלום חלמתי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 6:28 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:35 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 30, 2025 5:00 pm General.jpg
מ'האט צוזאמגעשטעלט די קרית יואלע נשמה מיט די אלוועלטליכע ילד הפלא?
יא יא. אזוי ווי לעצטע יאר.

אפשר דארף מען טאקע מוחה זיין וועגן התבדלות... כלאים... כ'ווייס?...
מיין שאלה איז פארוואס לכתחילה איז עס יא כמו עקסטער מיט די זעלבע נאמען יעדע יאר
נייעס וואס איך ברענג שרייב איך אליינס, ביטע צו צייכענען אויב עפעס איז נישט פונקטליך
אוועיטער
עדיטאריעל
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1462
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:46 am
x 5188

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך עדיטאריעל »

כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
אוועיטער
never say never
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 8:32 pm
x 1160

Re: בוני עולם תשפ"ה - ילד הפלא

פאוסט דורך never say never »

בס"ד

"יש בורא עולם - יש בוני עולם"

ווי פשוט עס הערט זיך, און ווי גלייכגיליטיג עס ליינט זיך, ליגט אין יעדע אות און אין יעדע ווארט, יעדע תנועה און אין יעדע תג פילע בעקראנג היסטאריע און מעשיות אונטערן "בוני עולם" שלייער. כרגיל וועט מען פאר א קאמפיין צום מוסד מסביר זיין פארן כלל וואס די ארגענעזאציע פרעזענטירט און וואסערע פעלער דרייען זיך אונטער זיין שויס. דא וועט זיין אבער אנדערש ווען די 2 ווערטער "בוני עולם" טראגט אזוי סאך מיט זיך, און וויפיל מען וועט מסביר זיין, צו מיט די הענט אדער מיט די פיס וועט עס נאך אלץ זיין א קליין ביסל פראצענט פון וואס די נאמען אליין ברענגט מיט זיך.
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו קענען עפענען קעשנעס און אונהויבן צו מוטשענען פאר געלט, אבער אין א בחינה פון דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב וועלן מיר פרובירן בעזר השם צוזאמצוקלאפן עטליכע שורות אין לויב געזאנג פאר די בנוי עולם אימפעריע.
אבער וואס איז זיכער איז זיכער אז יעדער איינער פון אונז רבו ככלו וועט קענען מיטטיילן און דערציילן ערשטהאניגע מעשיות פון זיינע קרובים, חבירים אדער ידידים אדער דעם "בדידי הוא עובדא" וואס בוני עולם האט זיי ארויסגענומען מאפילה לאור גדול און ארויסגענומען פון די טונקעלע און פינסטערע צייטן אין לעבן. וויפיל אידן זיי האבן געוויזן די וועג ארויס פון זייער פלאנטער און ערצייגט א פריש-נייע קאפיטל אין לעבן. א לעבן פון נחת, דורות ישרים מבורכים, ילדי פלאים!
ווי פאסיג איז א קאמפיין וואס לאט זיך ארויס אויף פרשת ואתחנן. דאס וואס זיי קומען אונז צו העלפן, ווי אונז כלל ישראל בעט און רייסט איין פאר זרע של קיימא און אייביגע נחת אן קיין גבול, און ווי מלאכי אלוקים קומען די "בוני עולם שלוחים" און זענען די וואס ענטפערן "נחמו נחמו עמי".
דאס זענען די וואס נעמן אונזערע רייסענעדע בקשות און תחנונים און פארוויקעלען זיי אין אפענע מציאות'ען וואס קיינער פון אונז קענען דאס נישט לייקענען בסייעתא דשמיא, ווי זיי לייכטן אויף אידישע נפשות מיט טרייסט ווערטער און פעולות, ווען יעדער פון אונז נעמן זיי פאר א וועלט פאר זיך און פאר אן עקסטערע פראיעקט מאכענדיג זיכער אז יעדער ווערט געדעקט זייערע שאלות און ספיקות און האבן א ריכטיגע אוזן קושבת וואס טוט די נוטיגע פעולות בסייעתא דשמיא.
קוואנטמען פון הכרת הטוב ליגט ביי אונז אלע, יעדער איינער פון אונז האט זיך זיין מעשה וואס ציעט צו א ילד הפלא פון די בוני עולם ארגענעזאציע. יעדער איינער פון אונז וואלט געוואלט געבן כל הון דעלמא פאר די טייערע ארגענעזאציע צו ציען ווייטער זייער גאלדענע קייט. אונז אלע האלטן יעצט אינמיטן די אומגעהויערע קעמפ / דעי קעמפ הוצאות וואס ציען זיך אן קיין גבול און אן קיין סוף. אונז אלע האלטן יעצט מיט א קנאפע חודש און א האלב ביז די יו"ט הוצאות הייבן אן צו נאכגיין אונזערע קעשענעס.
טראכט אבער א קורצע מינוט, פאר וועמען האבן מיר די הוצאות, פאר וועם אויב נישט פאר די טייערע און חשובע קינדער צאלען זיך אויס די אלע געלטער כדי צו קענען וואונטשן מיט א קול געשטיקט פון טרערן לשנה טובה פאר אונזערע בא'חן'טע יו"ט אונגעקליידעטע קינדער. שטיין געצייעלטע מינוט פארן ארויפציען דעם טלית אויפן קאפ ביים הייליג און שפיץ נאכט פון יאר און וואונטשן די קינדער מיט א ווארעמע "יברכך" מיט ווארעמע ברכות און הייליגע געפיהלן. זיצן סוכות ביינאכט בצל כנפיך בצילא דמהימנותא עילאה מיט די קינדער ארום דעם שיין געדעקטע טיש - בניו כשתילי זיתים. טאנצן שמיני עצרת / שמחת תורה מיט אונזערע אייגענע ספרי תורות - אונזערע לעכטיגע קינדערלעך.
רבותי, לא עת לחשות, "אייוועלט" האט זיך אונטערגענומען א צען טויזענט דאלערדיגע פעידזש למען הצלחת בוני עולם, יעצט איז א צייט וואס כלל ישראל נעמט זיך צוזאם און מאכט אינאיינעם די חשבון אז דאס אלעס צאלט זיך אויס מיטן אריין נעמן אין קאפ אז כדי צו קענען ציען ווייטערדיגע אידישע דורות לוינט זיך צו אינוועסטירן איינמאל א יאר אין די פאנטאסטישע "בוני עולם קאמפיין", און זיך ארויסווייזן יותר כפי יכלתו, און געבן מער פון וויפיל מען קען און מער פון וויפיל עס איז מעגליך און באקוועם, און אין דעם זכות וועט הקב"ה אונז שענקן מער פון וויפיל עס קומט זיך אונז און עס דארף צו געגעבן ווערן פאר אונז.
אין דעם זכות וועט הקב"ה שיקן מידה כנגד מידה און אייך באגיסן מיט דורות ישרים ומבורכים, זרע של קיימא וואס זאלן שאפן אן א שיעור נחת און שמחות פאר הקב"ה און פאר זייערע חשובע עלטערן ולמעלים בקודש, און וועלן אויסוואקסן קינדער ירא שמים וואס בדרך התורה נלך, זיין דבוק בהשם ובתורתו, עושר ואושר, און ווען זיי מאכן חתונה זייערע איר איר איר אייניקלעך, זאלט איר קענען טאנצן אויף אייערע אייגענע פיס צוזאמען מיט אייער חשובע רעבעצין און משפחה און עס זאל מקויים ווערן דעם לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך עד עולם און מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין צום עטרת בנים ואבותם, כי נחם השם ציון, נחם כל חרבותיה און יעדער זאל ווערן געטרייסט פון זיינע אייגענע פעקלעך און יסורים, מיטן גאולה שלימה וגואלינו בראשינו במהרה בימינו אמן ואמן.

שכוח @זיידענע העמדל פארן ארויסהעלפן.

לינק צום פעידש

https://www.charidy.com/bonei/ivelt
איינער וואס זיכט סיי וועלכע שפילער און זינגער פאר סיי וועלכע שמחה קען מען רופן אדער טעקסטן צו
845-243-0215

אדער קען מען שיקן אן אימעל צו
Mb8217138@gmail.com
ערשטמאליגער אייוועלט מנהלים קאנפרענץ צווישן פינעף מנהלים און אחראים | @מאנראו - 4000!!!
שרייב פאוסט