פורים תורות
פורים תורות
דא וועל איך שרייבן א פורים תורה.
סאיז שווער א קשיא, פארוואס האט מרדכי געשטוסן המן ווען מרדכי איז ארויף אויף די פערד?
נאר די גמרא זאגט כל הקונה עבד קונה אדון לעצמו, און המן איז געוועהן מרדכי’ס קנעכט,
קומט אויס אז המן איז געוועהן מרדכי’ס הער, און עס איז באקאנט אז חייב אדם להקביל פני רבו ברגל, איז האט ער אים געגעבן מיטן רגל.

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1108
Re: פורים תורות
שטורעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:23 am דא וועל איך שרייבן א פורים תורה.
סאיז שווער א קשיא, פארוואס האט מרדכי געשטוסן המן ווען מרדכי איז ארויף אויף די פערד?
נאר די גמרא זאגט כל הקונה עבד קונה אדון לעצמו, און המן איז געוועהן מרדכי’ס קנעכט,
קומט אויס אז המן איז געוועהן מרדכי’ס הער, און עס איז באקאנט אז חייב אדם להקביל פני רבו ברגל, איז האט ער אים געגעבן מיטן רגל.
וצ"ע ווייל די גמרא זאגט בפירוש נאר כל הקונה עבד עברי כקונה אדון לעצמו. וי"ל אז צוליב דעם איז עס טאקע אין די טעמע...
----
פאר 247 יאר צוריק, אין יאר תקל"ח, איז פורים אויסגעפאלן פרייטאג (ווי היי יאר). אין אמסטערדאם פלעגט פורים אויסזעהן גאנץ ענליך צו וויליאמסבורג און בארא פארק, און ווען פורים איז געפאלן פרייטאג האט מען ממשיך געווען מיט די שמחה מוצאי שבת און זונטאג - פורים המשולש.
מוצאי שבת תקל"ח האט דער אשכנזי'שער רב הגאון ר' שאול (לעווינשטאם) אמסטערדאם געפראוועט א סעודה, מיט די באטייליגונג פונ'ם גרויסן גאסט דער הייליגער חיד"א. ביי די סעודה האט איינער א לץ געזאגט די פאלגענדע פורים טוירע: די גמרא אין קידושין דערציילט א מעשה מיט איינער וואס זיין טאטע האט אים געהייסן (אריכות ימים איינס) מקיים זיין שילוח הקן (אריכות ימים 2). יענער איז ארויפגעגאנגען אויפ'ן לייטער, אראפגעטראסקעט און איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ. פרעגט די גמרא "היכן אריכות ימים של זה?" און די גמרא בלייבט אז עס מיינט לעולם הבא. האט אבער אונזער לץ געזאגט אז ער האט סך א פשוט'ערע תירוץ: די פסוק זאגט נאר צו 'למען יאריכון ימיך על האדמה', און דער איז נישט געשטאנען על האדמה נאר אויפ'ן לייטער!...
נאך א טוירע פון יענעם: די גמרא אין חולין מוטשעט זיך וויאזוי מען ווייסט אז מ'גייט נאך רוב. לכאורה קען מען עס דאך ארויסערנען פון דעם וואס מען האט אויפגעהאנגעם המן'ס קינדער, איי ווער זאגט אז זיי זענען זיינע קינדער? אלא מאי מען גייט נאך רוב און רוב בעילות אחר הבעל. נאר וואס, באמת איז עס נישט קיין ראי' ווייל די תלייה איז געווען 50 אמות הויך, האט עס דאך געהאט די זעלבע אייגנשאפטן ווי די תיבה, פונקט ווי די תיבה האט נישט אריינגענומען קיין באשעפעניש וואס האט מזנה געווען האט די בוים אויך נישט - וכ"ש אז עס וואלט נישט קולט געווען קיין ממזר. איז דאך יתכן אז מען האט געוואוסט אז מ'קען זיי הענגען ווייל אויב די בוים איז זיי קולט מוז זיין אז זיי זענען טאקע המן'ס קינדער, איז שוין נישט קיין ראי' פון דא אז מען גייט נאך רוב...
Re: פורים תורות
סאיז דא א מדרש הנעלם מעין כל חי, אז אחשורוש האט מקדש געווען אסתר מיט איינס פון די צען מכות.
פרעגט זיך גלייך, וועלעכע מכה פון די צען מכות?
דם? קען נישט זיין ווייל, סווערט קדושת דמים ווערט עס אויך קדושת הגוף, איזעס נישט קדישי אשה.
צפרדע? קען אויך נישט זיין ווייל עס שטייט ותעל הצפרדע מיינט דאס איין צפרדע, און אין דבר שבערוה פחות משנים.
כינים? מען טאר זיכער נישט מוצאי לעז זיין, ואיתקיש הוויה ליציאה טאר מען זיכער נישט מכניס לעז זיין.
דבר? ביד חזקה זו הדבר, ואין אישה מתקדשת אלא מדעתה.
שחין? חציה מכווה וחציה שחין, ואין אשה מתקדשת לחצאין.
ברד? קומט פוו הימל איז דאך עס א דבר שלא בא לעולם.
ארבע? האיש מקדש בשלש דרכים נישט מיט ארבעה דרכים.
חושך? אסור לקדש אשה עד שיראנה.
מכות בכורות? דאס איז קדושת בכור נישט קדושי אשה.
וועט מען מוזן זאגן אז ערוב, א ראיה האסטו אז ביי א חתונה דארף מען א ערוב קבלן.
קרעדיט הערשל פורים.

- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 943
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1286
Re: פורים תורות
איך מיין אז דער חיד’א ברענגט נאך פון דער בדחן,Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:59 amשטורעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:23 am דא וועל איך שרייבן א פורים תורה.
סאיז שווער א קשיא, פארוואס האט מרדכי געשטוסן המן ווען מרדכי איז ארויף אויף די פערד?
נאר די גמרא זאגט כל הקונה עבד קונה אדון לעצמו, און המן איז געוועהן מרדכי’ס קנעכט,
קומט אויס אז המן איז געוועהן מרדכי’ס הער, און עס איז באקאנט אז חייב אדם להקביל פני רבו ברגל, איז האט ער אים געגעבן מיטן רגל.
וצ"ע ווייל די גמרא זאגט בפירוש נאר כל הקונה עבד עברי כקונה אדון לעצמו. וי"ל אז צוליב דעם איז עס טאקע אין די טעמע...
----
פאר 247 יאר צוריק, אין יאר תקל"ח, איז פורים אויסגעפאלן פרייטאג (ווי היי יאר). אין אמסטערדאם פלעגט פורים אויסזעהן גאנץ ענליך צו וויליאמסבורג און בארא פארק, און ווען פורים איז געפאלן פרייטאג האט מען ממשיך געווען מיט די שמחה מוצאי שבת און זונטאג - פורים המשולש.
מוצאי שבת תקל"ח האט דער אשכנזי'שער רב הגאון ר' שאול (לעווינשטאם) אמסטערדאם געפראוועט א סעודה, מיט די באטייליגונג פונ'ם גרויסן גאסט דער הייליגער חיד"א. ביי די סעודה האט איינער א לץ געזאגט די פאלגענדע פורים טוירע: די גמרא אין קידושין דערציילט א מעשה מיט איינער וואס זיין טאטע האט אים געהייסן (אריכות ימים איינס) מקיים זיין שילוח הקן (אריכות ימים 2). יענער איז ארויפגעגאנגען אויפ'ן לייטער, אראפגעטראסקעט און איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ. פרעגט די גמרא "היכן אריכות ימים של זה?" און די גמרא בלייבט אז עס מיינט לעולם הבא. האט אבער אונזער לץ געזאגט אז ער האט סך א פשוט'ערע תירוץ: די פסוק זאגט נאר צו 'למען יאריכון ימיך על האדמה', און דער איז נישט געשטאנען על האדמה נאר אויפ'ן לייטער!...
נאך א טוירע פון יענעם: די גמרא אין חולין מוטשעט זיך וויאזוי מען ווייסט אז מ'גייט נאך רוב. לכאורה קען מען עס דאך ארויסערנען פון דעם וואס מען האט אויפגעהאנגעם המן'ס קינדער, איי ווער זאגט אז זיי זענען זיינע קינדער? אלא מאי מען גייט נאך רוב און רוב בעילות אחר הבעל. נאר וואס, באמת איז עס נישט קיין ראי' ווייל די תלייה איז געווען 50 אמות הויך, האט עס דאך געהאט די זעלבע אייגנשאפטן ווי די תיבה, פונקט ווי די תיבה האט נישט אריינגענומען קיין באשעפעניש וואס האט מזנה געווען האט די בוים אויך נישט - וכ"ש אז עס וואלט נישט קולט געווען קיין ממזר. איז דאך יתכן אז מען האט געוואוסט אז מ'קען זיי הענגען ווייל אויב די בוים איז זיי קולט מוז זיין אז זיי זענען טאקע המן'ס קינדער, איז שוין נישט קיין ראי' פון דא אז מען גייט נאך רוב...
האסט די מקור?
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 943
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1286
Re: פורים תורות
נישט די זעלבע אשכול?
viewtopic.php?t=983
viewtopic.php?t=983
Re: פורים תורות
ישר כח פארן אנמערקן.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:25 am נישט די זעלבע אשכול?
viewtopic.php?t=983
קען דא איינער מודיע זיין פאר א מאכער צי אריבער פיהרן דיזע תוכן אהין?
Re: פורים תורות
יעצט זעה איך אז יענע טעמע איז איבער אמתע תורות אויף פורים, דעס איז פאר פורים תורות וואס שטומען נישטשטורעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:42 amישר כח פארן אנמערקן.בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:25 am נישט די זעלבע אשכול?
viewtopic.php?t=983
קען דא איינער מודיע זיין פאר א מאכער צי אריבער פיהרן דיזע תוכן אהין?
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2061
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6628
Re: פורים תורות
אדער דא
viewtopic.php?t=472
viewtopic.php?t=472
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 1108
Re: פורים תורות
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 9:23 amאיך מיין אז דער חיד’א ברענגט נאך פון דער בדחן,Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:59 amשטורעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:23 am דא וועל איך שרייבן א פורים תורה.
סאיז שווער א קשיא, פארוואס האט מרדכי געשטוסן המן ווען מרדכי איז ארויף אויף די פערד?
נאר די גמרא זאגט כל הקונה עבד קונה אדון לעצמו, און המן איז געוועהן מרדכי’ס קנעכט,
קומט אויס אז המן איז געוועהן מרדכי’ס הער, און עס איז באקאנט אז חייב אדם להקביל פני רבו ברגל, איז האט ער אים געגעבן מיטן רגל.
וצ"ע ווייל די גמרא זאגט בפירוש נאר כל הקונה עבד עברי כקונה אדון לעצמו. וי"ל אז צוליב דעם איז עס טאקע אין די טעמע...
----
פאר 247 יאר צוריק, אין יאר תקל"ח, איז פורים אויסגעפאלן פרייטאג (ווי היי יאר). אין אמסטערדאם פלעגט פורים אויסזעהן גאנץ ענליך צו וויליאמסבורג און בארא פארק, און ווען פורים איז געפאלן פרייטאג האט מען ממשיך געווען מיט די שמחה מוצאי שבת און זונטאג - פורים המשולש.
מוצאי שבת תקל"ח האט דער אשכנזי'שער רב הגאון ר' שאול (לעווינשטאם) אמסטערדאם געפראוועט א סעודה, מיט די באטייליגונג פונ'ם גרויסן גאסט דער הייליגער חיד"א. ביי די סעודה האט איינער א לץ געזאגט די פאלגענדע פורים טוירע: די גמרא אין קידושין דערציילט א מעשה מיט איינער וואס זיין טאטע האט אים געהייסן (אריכות ימים איינס) מקיים זיין שילוח הקן (אריכות ימים 2). יענער איז ארויפגעגאנגען אויפ'ן לייטער, אראפגעטראסקעט און איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ. פרעגט די גמרא "היכן אריכות ימים של זה?" און די גמרא בלייבט אז עס מיינט לעולם הבא. האט אבער אונזער לץ געזאגט אז ער האט סך א פשוט'ערע תירוץ: די פסוק זאגט נאר צו 'למען יאריכון ימיך על האדמה', און דער איז נישט געשטאנען על האדמה נאר אויפ'ן לייטער!...
נאך א טוירע פון יענעם: די גמרא אין חולין מוטשעט זיך וויאזוי מען ווייסט אז מ'גייט נאך רוב. לכאורה קען מען עס דאך ארויסערנען פון דעם וואס מען האט אויפגעהאנגעם המן'ס קינדער, איי ווער זאגט אז זיי זענען זיינע קינדער? אלא מאי מען גייט נאך רוב און רוב בעילות אחר הבעל. נאר וואס, באמת איז עס נישט קיין ראי' ווייל די תלייה איז געווען 50 אמות הויך, האט עס דאך געהאט די זעלבע אייגנשאפטן ווי די תיבה, פונקט ווי די תיבה האט נישט אריינגענומען קיין באשעפעניש וואס האט מזנה געווען האט די בוים אויך נישט - וכ"ש אז עס וואלט נישט קולט געווען קיין ממזר. איז דאך יתכן אז מען האט געוואוסט אז מ'קען זיי הענגען ווייל אויב די בוים איז זיי קולט מוז זיין אז זיי זענען טאקע המן'ס קינדער, איז שוין נישט קיין ראי' פון דא אז מען גייט נאך רוב...
האסט די מקור?
דאס וואס איך ברענג שטייט אין מעגל טוב ט"ז אדר תקל"ח.
Re: פורים תורות
פארוואס האט מען אויפגעהאנגען המן’ס קינדער?
נאר המן איז געוועהן זייער א הויכע מענטש, אזוי ווי מען זעהט אז ער האט געהייסן המן האגגי, המן הויעך ביזן גג.
זרש איז בפשטות געוועהן א פיצי, זרש ארכה.
די גמרא זאגט אז א הויכער מענטש זאל נישט חתונה האבן מיט א הויכע פרוי, וויל אויב יא וועלען די קינדער זיין גאר הויעך, די זעלביגע זאל א נידריגע מענטש נישט חתונה האבן מיט א נידריגע פרוי ווייל אויב יא וועלען די קינדער זיין פיצילע, נאר א הויכער מענטש זאל חתונה האבן מיט א נידריגע פרוי וועלען די קינדער זיין בינונים. קומט אויס אז המן’ס קינדער זענען געוועהן בינונים.
מיר ווייסן די גמרא וועגען ראש השנה אז צדיקים גמורים נכתבים לאלתר לחיים, רשעים נכתבים לאלתר למיתה, בינונים תליים ועומדים, און אז המן’ס קינדער זענען געוועהן בינונים איז תליים ועומדים האט מען זיי אויפגעהאנגען אויף די תליה

און דאס איז אפשר די סיבה פארוואס פון 210 האט מען אויפגעהאנגען נאר צען..Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:59 amשטורעם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 06, 2025 2:23 am דא וועל איך שרייבן א פורים תורה.
סאיז שווער א קשיא, פארוואס האט מרדכי געשטוסן המן ווען מרדכי איז ארויף אויף די פערד?
נאר די גמרא זאגט כל הקונה עבד קונה אדון לעצמו, און המן איז געוועהן מרדכי’ס קנעכט,
קומט אויס אז המן איז געוועהן מרדכי’ס הער, און עס איז באקאנט אז חייב אדם להקביל פני רבו ברגל, איז האט ער אים געגעבן מיטן רגל.
וצ"ע ווייל די גמרא זאגט בפירוש נאר כל הקונה עבד עברי כקונה אדון לעצמו. וי"ל אז צוליב דעם איז עס טאקע אין די טעמע...
----
פאר 247 יאר צוריק, אין יאר תקל"ח, איז פורים אויסגעפאלן פרייטאג (ווי היי יאר). אין אמסטערדאם פלעגט פורים אויסזעהן גאנץ ענליך צו וויליאמסבורג און בארא פארק, און ווען פורים איז געפאלן פרייטאג האט מען ממשיך געווען מיט די שמחה מוצאי שבת און זונטאג - פורים המשולש.
מוצאי שבת תקל"ח האט דער אשכנזי'שער רב הגאון ר' שאול (לעווינשטאם) אמסטערדאם געפראוועט א סעודה, מיט די באטייליגונג פונ'ם גרויסן גאסט דער הייליגער חיד"א. ביי די סעודה האט איינער א לץ געזאגט די פאלגענדע פורים טוירע: די גמרא אין קידושין דערציילט א מעשה מיט איינער וואס זיין טאטע האט אים געהייסן (אריכות ימים איינס) מקיים זיין שילוח הקן (אריכות ימים 2). יענער איז ארויפגעגאנגען אויפ'ן לייטער, אראפגעטראסקעט און איז געשטארבן אויפ'ן פלאץ. פרעגט די גמרא "היכן אריכות ימים של זה?" און די גמרא בלייבט אז עס מיינט לעולם הבא. האט אבער אונזער לץ געזאגט אז ער האט סך א פשוט'ערע תירוץ: די פסוק זאגט נאר צו 'למען יאריכון ימיך על האדמה', און דער איז נישט געשטאנען על האדמה נאר אויפ'ן לייטער!...
נאך א טוירע פון יענעם: די גמרא אין חולין מוטשעט זיך וויאזוי מען ווייסט אז מ'גייט נאך רוב. לכאורה קען מען עס דאך ארויסערנען פון דעם וואס מען האט אויפגעהאנגעם המן'ס קינדער, איי ווער זאגט אז זיי זענען זיינע קינדער? אלא מאי מען גייט נאך רוב און רוב בעילות אחר הבעל. נאר וואס, באמת איז עס נישט קיין ראי' ווייל די תלייה איז געווען 50 אמות הויך, האט עס דאך געהאט די זעלבע אייגנשאפטן ווי די תיבה, פונקט ווי די תיבה האט נישט אריינגענומען קיין באשעפעניש וואס האט מזנה געווען האט די בוים אויך נישט - וכ"ש אז עס וואלט נישט קולט געווען קיין ממזר. איז דאך יתכן אז מען האט געוואוסט אז מ'קען זיי הענגען ווייל אויב די בוים איז זיי קולט מוז זיין אז זיי זענען טאקע המן'ס קינדער, איז שוין נישט קיין ראי' פון דא אז מען גייט נאך רוב...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.