קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2044
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6545
קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
כשמו כן הוא
ביטע שרייבן דא קורץ צום פינטל, אז דער וואס דארף סחורה זאל קענען נעמען זיין נקודה און גיין ווייטער,
אויב ברענגסטו דעם מקור, איז עס א שטארקע פלאס אז מען זאל קענען נאכקוקן.
דער בעל דרשן זאל עס נעמען און עס פארוואנדלען אין א לענגערע דרשה פון א האלבע שעה.
דער השקפה שרייבער זאל מאכן דערפון א לענגס און א ברייטס איבער 4 בלעטער.
דער אינגערמאן זאל האבן וואס צו זאגן ביים קופקע עפעס תורה'דיג.
און דער מחדש זאל צולייגן צו דעם געדאנק און אנפולן עטליכע בלעטער חידושים אין זיין ספר.
תן לחכם ויחכם עוד!

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2044
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6545
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
דעם בית יוספ'ס קשיא אויף פורים!!!
יא!!! דו מיינסט אז נאר חנוכה איז דא א בית יוספ'ס קשיא? אויף פורים איז אויך דא א באמבע קשיא פונעם בית יוסף!!! מיט די זעלבע לשון פון חנוכה "ואיכה למידק"...
דער בית יוסף אין סימן תרפ"ח פרעגט, פארוואס האט מען פונקט יום טוב פורים איינגעטיילט לכתחילה אויף צוויי טעג? ביי קיין שום מצוה האט מען נישט אייגעטיילט כלל ישראל, איין חלק טוט עס איין טאג, און אן אנדערע חלק טוט עס א צווייטע טאג? וואס איז פשט דערפון?
דער בית יוסף גייט אריין אין א לענגערע שמועס, און ער קומט צו אז עס איז זכר למקדש! ירושלים איז אין יענע תקופה געווען חרוב, און אלס זכר פאר ירושלים אז מען גייט זיך רעכענען מיט מוקפות חומה מימות יהושע בן נון, גייט ירושלים באקומען איר פארדינטע כבוד און אנערקענונג!
------------------
דער קרן לדוד מסאטמאר זאגט אין זיינע תורות אויף פורים אז דאס קומט צו סימבאליזירן אחדות! המן האט גע'טענה'ט ישנו עם אחד מפוזר ומפורד אז עס הערשט נישט קיין אחדות, האבן מרדכי ואסתר מתקן געווען 2 טעג צו ווייזן, היינט פריי איך מיך מיט דיין יום טוב און מארגן פרייעסטו זיך מיט מיין יום טוב!

וישם המלך אשורוש מס על הארץ ואיי הים
פארוואס פעלט אויס דעם פסוק?
ענפערט דער חתם סופר אין תורת משה אויף פורים, אז ווען עס וואלט ווען געבליבן ביי ומרדכי יצא מלפני המלך, דאן וואלטן די שונאי ישראל מקנא געווען די אידן, זיך דערמאנט איבער זייערע ערמארדעטע קרובים, און אידן פריש אריינגעלייגט אידן אין א סכנה, דערפאר האט דער אייבערשטער געמאכט אז עס איז ארויסגעקומען שווערע טעקסעס, דער עולם איז געווארן פארנומען צו שימפן אחשורוש און מסיח דעת געווען פון די אידישע הצלחות. אזוי ווי ביי יוסף הצדיק מיטן שר המשקים ושר האופים.

הרה"ק ר' דוד'ל דינובער זי"ע בן הבני יששכר פרעגט:
וואס איז פשט אז מרדכי ואסתר האבן איינגעזען צו מאכן א תענית דייקא אין פסח? עס איז נאך געווען כמעט א יאר ביז ווען די גזירה האט געזאלט אקטיוויזירט ווערן!
ענטפערט ער אז עס איז געווען א געוואלדיגע קטרוג אין הימל, השתחוו לצלם! נהנו מסעודתו של אותו רשע! האבן מרדכי ואסתר באשלאסן צו גוזר תענית זיין אין פסח, און אין הימל האט זיך געשפירט די חסרון פון ד' כוסות, פון מצוות מצה, פון מצוות מרור טאקע פון אזעלכע אידן וואס זענען בשפל המצב! די מצוות פון אזעלכע נידריגע אידן!!! זייערע מצוות האבן געפעלט!!! און עס האט זיך שטארק געשפירט... מיט דעם האבן זיי אראפגענומען דעם קטרוג פון כלל ישראל!!!

@להגדיל הטראסק מארגן גייט שוין זיין אין די דריי טעג פון שלושים יום קודם ווייל מגילה נקראת בי"א. מען קען שוין אנגרייטן נאך
אז מען בעט נאך מוז זיין אז די פריערדיגע איז גוט געווען
אז מען בעט נאך מוז זיין אז די פריערדיגע איז גוט געווען
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2044
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6545
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
א קאכעדיגע ווארט וואס איז א יסוד פון זייער אסאך ווערטער, פרטים, און טייטשן וואס עס קען גענוצט ווערן.
ויאמרו עבדי המלך אשר בשער המלך למרדכי מדוע אתה עובר את מצות המלך, ויהי באמרם [כאמרם] אליו יום ויום ולא שמע אליהם ויגידו להמן לראות היעמדו דברי מרדכי כי הגיד להם אשר הוא יהודי
שטייט אין ספר רביד הזהב:
דער שטן רעדט קודם איין א איד עובר צו זיין עבירות, דערנאך ווען דער איד ווערט ל"ע נכשל טוט ער אים צושמעטערן און אריינטראסקענען אין עצבות ומרה שחורה ר"ל.
צדיקים האבן געזאגט אז די עבירה אליינס איז נישט דער ענדגילטיגער ציל פונעם יצר הרע, דאס איז נאר א מיטל אים דערנאך אריינצוטראסקענען אין עצבות אין דעפרעסיע, און דעמאלס האט ער אים אינדערהאנט! דער שטן קען יעצט מיט אים מאכן לאקשאן קוגל! אים מאנעוורירן צו אלע ערגסטע עבירות ר"ל!
מיט דעם טייטש ער וואס מען זאגט אין תפילת השכיבנו: והסר שטן מלפנינו ומאחרינו - מלפנינו, פארן טון די עבירה, און אויב בין איך ל"ע נכשל געווארן בעהט איך דעם אייבערשטן אויף דעם מאחרינו, די עצבות אין וואס ער וויל מיך אריינטראסקענען.
א איד דארף זיך אבער קענען מחזק זיין! איך בין טאקע דורכגעפאלן, אבער איך בין פארט א איד!!! איך האב פיאות!!! איך האב א בארד!!! איך בין גע'מל'עט!!!
און מיר וועלן צולייגן, די געים איז נישט אווער!!! איך קען תשובה טון!!! א גוי קען נישט תשובה טון (אלע פשעטלעך פון נראה ונדחה, טעמא דקרא, לב בשר וכו' לאז איך פאר מיין רבי און אלע מחדשים...) איך יא!!!
דער גוי איז נישט מצווה כמעט מיט קיין מצוות, אויב איז ער דורכגעפאלן גייט אים נעמען לאנג ביז א קומענדיגע געלעגנהייט צו יא טון פאזיטיוו!!! איך בין אבער א איד!!! איך האב מצוות ומעשים טובים וואס איז מיר מחייב יעדע רגע!!! דאס אז איך בין נכשל געווארן מיט אן עבירה ל"ע דאס פטר'ט מיר נישט פון דאווענען מנחה!!! איך בין יעצט נישט פטור פון לערנען ווייל כ'בין פריער נכשל געווארן מיטן שמועסן אינמיטן לערנען... איך בין א איד!!! אפגעזעהן מיינע דורכפעלער מוז איך געצווינגענערהייט אנגיין ווייטער!!! איך קען מיך נישט ערלויבן צו נאכלאזן ווייל דו ווילסט מיר אריינברענגען אין דעפרעסיע!!!
דאס אז די מצוות גייען מעגליך צו די סיטרא אחרא ל"ע שטייט נישט אין הלכה אז דאס פטר'ט פון סיי וועלכע חיוב וואס ליגט אויף א איד!!! דער באשעפער וועט שוין טרעפן וועגן ווי אזוי צו מעלה זיין דיינע מצוות, אבער דו מוזט ווייטער דעליווערן דיינע מצוות!!!
אויב וואלט אן עבירה אפגעהאקט און פוגם געווען און פארמאכט פונעם אייבערשטן דאן וואלט אין הלכה געשטאנען אז איינער וואס איז נכשל געווארן אין די אין די עבירה איז שוין אין תהום און בעסער לערן נישט און דאווען נישט ווייל דו מאכסט בלויז עגמת נפש פאר כביכול דעם אייבערשטן!!! ביזדערווייל שטייט נאכנישט אין שולחן ערוך אזא הלכה!!!
און נאכמער!!! אויב ביסטו טמא געווארן טומאת מת און דו קענסט יעצט לויטן הלכה נישט גיין אין בית המקדש מקריב זיין א קרבן, מיט דעם נישט מקריב זיין א קרבן טוסטו יעצט רצון ה'!!! אויב ברענגסטו יא א קרבן ביסטו א שגץ!!! קומט אויס אז דיין עבודה איז ווייטער וויכטיג!!! מיט דיין נישט ברענגען א קרבן ברענגסטו נחת רוח פארן אייבערשטן!!!
ויאמרו עבדי המלך אשר בשער המלך למרדכי מדוע אתה עובר את מצוות המלך! זיי האבן געטראפן אין וואס זיך אנצוטשעפענען!!! זיי האבן האבן געטראפן דעם קופה של שרצים וואס באגלייט א צדיק! זיי האבן אים געוואלט אריינטראסקענען אין עצבות!!! מדוע אתה עובר את מצוות המלך???!!! פארוואס גייסטו אן מיט אן עזות דקדושה??? די ביסט דורכגעפאלן און דו ביסט א שייגעץ!!! עפ"ל.
ויהי באמרם [כאמרם] אליו יום ויום ולא שמע אליהם ויגידו להמן לראות היעמדו דברי מרדכי, נאכן אזויפיל פייניגן מרדכי האבן די שלוחי הס"מ פון דעם המן אים געזאגט מיט וואס איז זיך מרדכי מחזק? כי הגיד להם אשר הוא יהודי!!! איך בין א איד!!! איך גיי אן!!! איך בין מיך נישט מייאש!!! איך האב פיאות!!! איך האב ציצית!!! איך בין ארומגענומען מיט מצוות יעדע רגע!!!
מיט דעם פארשטייט מען שושנת יעקב - די עמך אידן בבחינת יעקב וואס פאלן נעבעך דורך מיט די דערנער וואס נעמען ארום דעם רויז, מען ווערט ל"ע נכשל מיט עבירות, אבער דאך בלייבט ער אלס פרעכטיגער שושן, א הערליכער רויז , צהלה ושמחה, זיי זענען לוסטיג און פרייליך, העלאו!!! דו ביסט נכשל געווארן מיט אזויפיל עבירות!!! דו ביסט צושטאכן פון אזויפיל חטאים!!! וואס איז די שמחה דא??? קומט די תשובה, בראותם יחד תכלת מרדכי, מרדכי האט זיך מחזק געווען מיט די תכלת!!! איך האב ציצית!!! איך בין אייביג קאנעקטעט מיט מצוות!!! איך בין א איד!!! איך ווער קיינמאל נישט פארפאלן!!!
תן לחכם ויחכם עוד, לייג צו דערצו שפיל זיך ארום, און קאך ארום דערמיט.
דער יסוד און דער טייטש קומט פונעם רביד הזהב און דאס איבריגע איז דערברייטערט געווארן בחמלת ה' דורך @להגדיל הטראסק

גאר א שיין ווארט האב איך היינט געזעהן אין 'צפיחית בדבש' פון הגה"ק ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל.
אם כל המועדים יהיו בטלים ימי הפורים לא נבטלים, יעדע יום טוב איז ארגינעל נאר איין טאג, און צוליב וואס מען איז נישט בקי געווען בקביעא דירחא האט מען עס קובע געווען אויף צוויי טעג, און שפעטער נישט מבטל געווען צוליב דילמא גזר מלכות גזירה.
קומט אויס אז ווען משיח וועט קומען און מען וועט שוין נישט מורא האבן פון קיין גזירות, וועט עס צוריקווערן נאר איין טאג יום טוב.
ביי פורים איז פארקערט, ארגינעל איז עס געווען 5 טעג וואס מען קען ליינען די מגילה, נאר וויבאלד מען איז זיך סומך דערויף פאר פסח האט מען עס מבטל געווען, קומט אויס אז ווען משיח וועט קומען און מען וועט שוין נישט מורא האבן פון די חששות וועט מען ווייטער קענען ליינען די מגילה אין די מקומות שנכנסים שם בשני ובחמישי, און עס וועט וועט צוריקווערן 5 טעג יום טוב ווי ארגינעל.
דאס איז דער פשט, אם כל המועדים יהיו בטלים, בביאת המשיח ווען איין טאג וועט ווערן בטל, 'ימי' הפורים לא נבטלים, נאר פארקערט, עס וועלן גאר צוקומען די טעג וואס זענען ארויסגעפאלן אין גלות. ע"כ זיינע גאלדענע רייד.
ולענ"ד יכולים להוסיף דב' פעמים 'מועד' גימ' 'ספק' - משום שעושים שני ימים מספק, משא"כ ה' פעמים 'מועד' גימ' 'היא כבראשונה' ווייל די 5 טעג יום טוב וועלן זיין ווי ארגינעל אין אנפאנג.

א געוואלדיגע גילוי וואס געבט א נייע בליק אויף די גאנצע מגילה און עפנט דעם מח אויף א פלייץ פון ענדלאזע חידושים
הגה"ק ר' יונתן אייבשיץ פרעגט אין ספר צפיחית בדבש א) פארוואס הייבט זיך די מגילה אן מיט א גוי ויהי בימי אחשורוש? וואלט נישט געווען בעסער ווען עס הייבט זיך אן מיט ויהי בימי מרדכי ואסתר?
ב) וואס איז דאס הוא אחשורוש המולך מהודו ועד כוש? עס וואלט געדארפט שטיין אשר מלך, וואס ער האט געקעניגט, נישט אז ער קעניגט יעצט?
ענטפערט דער רבי ר' יונתן, אז מען געפונט אין גיטין און אין ראש השנה אז מען האט געשריבן די שנות המלכות אויבן פון די שטרות, צוליב כבוד המלכות זייענדיג אונטערטעניגט אונטער זיי
דעריבער שפירט דער שרייבער פון די מגילה א פליכט זיך צו מסביר זיין, דו ווילסט וויסן פארוואס איך הייב אן מיטן גוי? ווייל יעצט שרייבנדיג איז 'הוא אחשורוש המולך מהודו ועד כוש' ער איז יעצט קעניג. ע"כ תוכן דבריו המתוקים כצפיחית בדבש.
קומט אויס פון דעם, אז די גאנצע מגילה איז געשריבן געווארן אונטערן רושם אז אחשורוש גייט דאס ליינען, ווייל אויב נישט פארוואס זאל מען טוישן אין די הייליגע מגילה בלויז צוליב עפעס א פארכיוואטער גוי?...
לפי זה דארף מען לערנען די גאנצע מגילה מיט א בליק אז עס איז געשריבן צום גוי, און עס ליגט זיכער באהאלטן רמזים אז דער גוי זאל פארשטיין וואס ער דארף פארשטיין, און די אידן זאלן פארשטיין פון צווישן די שורות.
דערמיט פארשטייט מען פארוואס עס שטייט נישט קיין איין שונד ווארט אויף אחשורוש, ווען ער איז טויט שיכור שרייבט מען איידל 'כטוב לב המלך ביין' וכו'
לפי זה איז נישט אויסגעשלאסן אז די גאנצע ובביזה לא שלחו את ידם איז נישט געווען כפשוטו… ארויסשרייבן האט מען אבער נישט געקענט…
דאס איז מעגליך דער ענין פון משלוח מנות, אף לעשירים, אזוי אז מען זאל קענען שמאגלען טראנזאקציעס מיטן חשבון פון כל הפושט יד נותנים לו…
לערן ווייטער מיט די מהלך און לייג צו
אין מיט דעם פארשטייט מען פארוואס מען האט משנה געווען זיין נאמען אויף אידיש צו דייקא אחשורוש, ווען מען קוקט אריין אין די פערסישע ביכער שטייט זיין נאמען אלס 'עקסערעקסעקס' פארוואס האט מען עס פאראידישט דייקא מיט די ספעלינג? נאר ווייל קיין שונד ווערטער אין זיין ריכטונג האט מען נישט געקענט שרייבן, דעריבער האט מען עס מרמז געווען אין די נאמען "אח לראש וכו' ווי חז"ל דרש'נען דעם נאמען לגנאי…

- פרישער באניצער
- פאוסטס: 17
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2025 12:39 pm
- Location: אריין די קארנער
- x 35
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
כ'האב געטראכט די זעלבע געדאנק קען מען זאגן אויף אסתר לויט רבי יהושע בן קרחה אין מס' מגילה: "אסתר ירקרוקת הייתה וחוט של חסד משוך עליה".להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מוצש"ק דעצעמבער 09, 2023 10:09 pmדו האסט נישט קיין חן? יוסף הצדיק האט אויך נישט געהאט קיין חן! (כתב סופר)
בס"ד
דער אינגל: פארוואס וויל חזקי נישט לערנען מיט מיר? נאר מיט יאסי איז ער גוט! פארוואס וויל יאנקי נישט שלאפן מיט מיר אין איין באנק?
דער בחור'ל: פארוואס האט מיר דער מגיד שיעור נישט ליב? פארוואס פייניגט מיר דער מנהל? דער ראש ישיבה האט מיר געווארפן פון ישיבה, פארוואס?
דער בחור: פארוואס בין איך נאך אן אלטער בחור? קיין איין מחותן דארף מיר נישט פאר קיין איידעם?! איך לערן אזוי פלייסיג!
פארוואס?
דער צוקונפטיגער מחותן: פארוואס וויל ר' בערל זיך נישט משדך זיין מיט מיר? עפעס האט ר' שמואל איינגעזעהן ראנג אין מיר אז ער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיר? אין בית המדרש שמייכלט ער צו מיר כאילו ער איז גוט מיט מיר, אבער קיין שידוך וויל ר' אביעזר נישט טון מיט מיר!! פארוואס?
דער אינגערמאן: איך זוך א דזשאב אבער קיינער דארף מיר נישט! איז עפעס ראנג מיט מיר? איך האב צוויי רעכטע הענט, איך האב לייסענס, איך בין נישט קיין נאר, דאן פארוואס הייערט מיר קיינער נישט?
דער בעל הבית: פארוואס האט חיים מאיר אויסגעקליבן אברהם הערש צו זיין זיין שותף? פארוואס האט קהל גענומען מיין קאמפעטישאן צו מאכן דעם דזשאב פאר זיי? פארוואס גייט מיין נאנטער חבר ישראל אשר קויפן ביי מיין קאנקורענט?
דער בדחן / רעדנער / שפילער / אונטערטעינער: פארוואס האט דוד אויסגעקליבן הערשל פאר דעם דזשאב? איך קען נישט דעליווערן אזאנס? פארוואס האב איך נישט נושא חן געווען אין זיינע אויגן?
דער בן תורה ומורה הוראה: פארוואס האט מען אויסגעקליבן הרב ברוך פאר ראש ישיבה? פארוואס האט מען נישט מיר אויסגעקליבן אלס רב אין דעם בית המדרש? איז דען ר' גרשון א בעסערער משפיע ווי מיר אז מען האט אים אויסגעקליבן אלס ראש החבורה?
און אזוי ווייטער מוטשענען זיך מענטשן מיט אזעלכע דערקוטשענדע מחשבות אין זייער אסאך תחומים אין לעבן, יעדער אין זיין מצב.
און דער הייליגער כתב סופר אין פרשת וישב פרעגט די זעלבע קשיא! געוואנדן אין ריכטונג פון פאלנע גוים...
יוסף הצדיק!!! א אינג בחור'ל!!! קוים וואס ער האט א בארד, א בא'חנ'ט בחור'ל, א צארט בחור'ל, א שיין בחור'ל, א יפה מראה, הערליך געקרייזלטע פאה'לעך! ריין און צאמגענומען! א ירא חטא, לויטער און אפגעהיטן! די קדושה שיינט פון זיין פנים! קלוג און פארשטענדליך! א גראדער און ערליכער! וואו ער לייגט נאר צו די האנט איז ער מצליח! סוקסעספול אויף אן אומגלויבליכער פארנעם! פון די אנדערע זייט איז ער נישט קיין בעל גאוה, נאר זיין ענוה און צוגענגליכקייט געבט פאר אלע ארומיגע א גוטן געפיל! מענטשן ווערן משוגע פאר אים!
אלזא וואו קומט צו די ישמעאלים זאלן אים פארקויפן פאר די מדינים? ענק האבן די וועלטס וואונדער ביי ענק און איר לאזט אים ארויס אן קיין פיפס?
מדינים! ענק האבן די וועלטסט פאפולערסטע פערזאן און מיט א גלייכגילטיגקייט פארקויפט איר אים פאר די סוחרים? ענק זענען נארמאל???
סוחרים! ענק האבן אין ענקער חבורה דער מענטש צו וועם די וועלט קראש"ט אוועק! דער מוצלח'דיגסטער מענטש אויפן כדור העולם! און פאר אפאר דאלער פארקויפט איר אים צו פוטיפר? וואו איז ענקער שכל???
א שטארקע קשיא!!!
ענטפערט דער הייליגער כתב סופר!
פאר יוסף הצדיק איז געווען אנגעגרייט אסאך גרעסער'ס! אים ווארט צו זיין משנה למלך אין מצרים! אים ווארט אפ איינס פאר די מאכסטפולסטע פאזיציע איבער די וועלט! מצרים איז דאן געשטאנען אין שפיץ פון די וועלט! אים ווארט צו ווערן דער גרעסטער פון אלע ברודער! וואלט ער געבליבן אלס קנעכט ביי די ישמעאלים וואלט ער נאך היינט געשטאנען פארשווארצט ביים מאמע'ס קבר! וואלט ער נושא חן געווען ביי די מדינים וואלט ער דערצו נישט אנגעקומען! וואלט ער אנערקענט געווארן ביי די סוחרים וואלט ער געבליבן אין זיין דעמאלס'דיגער נידריגער שטאנד! האט דער מסבב כל הסיבות געמאכט אז ער זאל נישט נושא חן זיין אין זייערע אויגן! זיי זאלן נישט איינזעהן דעם אוצר וואס ליגט ביי זיי אין די הענט טאקע אז זיי זאלן אים שיקן לופטערן כדי ער זאל אנקומען צו אסאך א גרעסערע און בעסערע פאזיציע!
ווען עס דערקוטשעט אזוינע מחשבה'לעך האלט פאר די אויגן! עס ווארט פאר דיר אסאך בעסערס!!! דער באשעפער האט פאר דיר אוועקגעלייגט גליקליכקייט צו וואס דו חלומ'סט נישט! דער גוטער באשעפער נעמט אוועק דיין חן לפי שעה ווייל ער האט פאר דיר אוועקגעלייגט אזוינע גוטע צייטן צו וואס דו האסט ניטאמאל אן אנונג צו בעטן פון אים!!!
ווער נישט צובראכן! עס האט א פלאן און דייקא לטובתך!!!
(זייט כ'האב עס געזאגט פאר עטליכע אידן, האב איך שוין צוריקגעהערט שיין פידבעק, איינס איז דאס וואס האט מיר געמאכט שפענדן דעם שעה צייט עס אראפצושרייבן דא אויך.
א אינגערמאן קאלט מיר: איך האב מיך איינגעשריבן ביי רעקרוטינג פירמע'ס, קיינער! האט מיר נישט געדארפט אלס ארבעטער! כ'האב געזוכט אין א געוויסע פעלד און קיינער האט מיר נישט געדארפט! עס האט מיר געשטאכן! מה עשה הקב"ה? היינט בין איך אויף א פאזיציע וואס איך בין צופרידן! מיינע בע"ב זענען צופרידן! מיינע קאסטומער'ס זענען גאר צופרידן ב"ה! טייל רוקן אריין שיינע טיפס, און איינער האט מיר לעצטנס געזאגט אז ער איז געווען שאקירט צו געוואר ווערן אז איך בין א בעגינער אין דעם פעלד!)
און אזוי ווייטער!!!
אידן לאמיר ארויסנעמען דעם לימוד פון יוסף הצדיק, זיך האלטן פרייליך און האטס מיר א ליכטיגע געשמאקע חנוכה!
קענסט באמת זיין די וועלטס דורכפאל, דו ביסט געסטעמפלט אלס חרוב און מיאוס, דו האסט באמת נישט קיין נאטירליכע אופן צו נושא חן זיין. אבער אויב די רצון ה' איז אנדערש וועסטו נושא חן זיין "בעיני כל רואיה".
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
איין שיטה אין די גמרא ברענגט עס אלץ ראי אז די מגילה איז געשריבן ברוח הקודשלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 7:26 pm לפי זה איז נישט אויסגעשלאסן אז די גאנצע ובביזה לא שלחו את ידם איז נישט געווען כפשוטו… ארויסשרייבן האט מען אבער נישט געקענט…
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2044
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6545
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
דאס פרעגט אבער נישט אפ דאס אויבנדערמאנטע, ווייל די גמרא אליינס זאגט אז יעדע זאך קען מען אפפרעגן אויסער שמואל, און דאס וואס די גמרא פרעגט עס אפ מיט דלמא פריסתקי שדור, מיינט נאכנישט אז עס זענען נישטא נאך פירכות, ער האט נאר אנגעכאפט איין דוגמא מיט וואס ר' יוסי איז אפגעפרעגט.אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 7:15 amאיין שיטה אין די גמרא ברענגט עס אלץ ראי אז די מגילה איז געשריבן ברוח הקודשלהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 03, 2025 7:26 pm לפי זה איז נישט אויסגעשלאסן אז די גאנצע ובביזה לא שלחו את ידם איז נישט געווען כפשוטו… ארויסשרייבן האט מען אבער נישט געקענט…
(נישט אז איך בין ראוי אפצופרעגן ר' יוסי בן דורמסקית, אבער א מקום מוסיף צו זיין אזנים לתורה איז אלס דא)
יעצט שרייבנדיג כאפ איך מיך אז אפשר איז גאר דאס זעלבסט די פירכא!!!
רש"י שרייבט: "פריסתקי שדור - שלוחים שלחו להם למרדכי ואסתר שלא נגענו בביזה שלא ירע למלך:" דאס הייסט אז די גאנצע סיבה איז געווען שלא ירע למלך, לפי זה קען מען אריינלייגן אז די גאנצע שליחות איז גאר געווען אז עס זאל ליעקן צו די עף בי איי אז זיי זאלן עס איבערגעבן פארן מלך, און ווען קיינער זעהט נישט האבן זיי זיך בעולם העשי' פיין מסדר געווען...
ופטפיטא דאורייתא טבין.
איי פארוואס שרייב איך בכלל? איך מעג מיט א דבר צחות געבויעט אויף אמת'דיגע יסודות אריינרעדן אין די גמרא? נאר אויב וואלט די גמרא נישט געלאזט קיין מקום אויף דעם פשט דאן וואלט איך געווען אפגעפרעגט מכל וכל און איך קען דיליטן דעם גאנצן שורה און געווען פשוט "תיובתא" אבער אזוי ווי די גמרא האט געלאזט א מקום פאר דעם, ברענג איך עס ארויס.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2044
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6545
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
כ'האב געזעהן אין ספר ליקוטי ? אויפן פסוק וַיֹּ֣אמֶר חַ֠רְבוֹנָ֠ה אֶחָ֨ד מִן־הַסָּרִיסִ֜ים לִפְנֵ֣י הַמֶּ֗לֶךְ גַּ֣ם הִנֵּה־הָעֵ֣ץ אֲשֶׁר־עָשָׂ֪ה הָמָ֟ן לְֽמׇרְדֳּכַ֞י נאכן מאכן דעם בוים און זעהן ווי א געלונגענע תלי' דאס איז אֲשֶׁ֧ר דִּבֶּר־ט֣וֹב עַל־הַמֶּ֗לֶךְ האט ער געזאגט אז דאס איז גוט צו הענגען דעם קעניג זעלבסט דערויף!!! און דאס האט נאכמער אויפגעהעצט אחשורוש.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
געהערט פון א קלוגע איד א שיינע מהלך אין עצת זרש:
וַיִּשְׁלַ֛ח וַיָּבֵ֥א אֶת־אֹהֲבָ֖יו וְאֶת־זֶ֥רֶשׁ אִשְׁתּֽוֹ
וואס איז געווען המנ'ס שוועריקייט אז ער דארף צוזאמרופן כל חכמיו?
וַתֹּ֣אמֶר לוֹ֩ זֶ֨רֶשׁ אִשְׁתּ֜וֹ וְכׇל־אֹֽהֲבָ֗יו יַֽעֲשׂוּ־עֵץ֮ גָּבֹ֣הַּ חֲמִשִּׁ֣ים אַמָּה֒
וואס איז די באמבע פון זרש'ס עצה?
פארוואס דוקא "גבוה חמישים אמה"?
וּבַבֹּ֣קֶר ׀ אֱמֹ֣ר לַמֶּ֗לֶךְ וְיִתְל֤וּ אֶֽת־מׇרְדֳּכַי֙ עָלָ֔יו
פארוואס דארף ער ווארטן ביז צופרי צו רעדן צום קעניג דערוועגן?
וואס הייסט "ובבוקר 'אמור' למלך"? ער קען שיין בעטן, וואס איז דאס "זאגן"?
________
נאר המן האט פארשטאנען אז אחשורוש וועט נישט גלייכן צו פשוט הרג'נען מרדכי, ס'איז נישט קלאסיש צו טון אזא בארבארישע שריט.
האט ער צוזאמגערופן כל הקהל הקודש צו א גענעראל פארזאמלונג אויפצוקומען מיט א מהלך וויאזוי צו איבערצייגן אחשורוש.
דא איז געקומען זרש מיט א מורא'דיגע עצה! שטעל אויף א שטאנג הויעך ווי א וואלקנקראצער אז יעדער זאל זען און זיך וואונדערן, און לאז וויסן אז מארגן גייט מרדכי הענגען דערויף. אין לויף פון די נאכט וועט די מידיע זיך אנהייבן קאכן דערין, ביז צופרי וועט די גאנצע שטאט וויסן אז מרדכי ווערט היינט געהאנגען.
דאן גיי אריין צום קעניג, און לאז אים וויסן אז מ'גייט היינט הענגען מרדכי, און יעדער אין גאס ווייסט שוין... א ברירה וועט ער האבן?...
וַיִּשְׁלַ֛ח וַיָּבֵ֥א אֶת־אֹהֲבָ֖יו וְאֶת־זֶ֥רֶשׁ אִשְׁתּֽוֹ
וואס איז געווען המנ'ס שוועריקייט אז ער דארף צוזאמרופן כל חכמיו?
וַתֹּ֣אמֶר לוֹ֩ זֶ֨רֶשׁ אִשְׁתּ֜וֹ וְכׇל־אֹֽהֲבָ֗יו יַֽעֲשׂוּ־עֵץ֮ גָּבֹ֣הַּ חֲמִשִּׁ֣ים אַמָּה֒
וואס איז די באמבע פון זרש'ס עצה?
פארוואס דוקא "גבוה חמישים אמה"?
וּבַבֹּ֣קֶר ׀ אֱמֹ֣ר לַמֶּ֗לֶךְ וְיִתְל֤וּ אֶֽת־מׇרְדֳּכַי֙ עָלָ֔יו
פארוואס דארף ער ווארטן ביז צופרי צו רעדן צום קעניג דערוועגן?
וואס הייסט "ובבוקר 'אמור' למלך"? ער קען שיין בעטן, וואס איז דאס "זאגן"?
________
נאר המן האט פארשטאנען אז אחשורוש וועט נישט גלייכן צו פשוט הרג'נען מרדכי, ס'איז נישט קלאסיש צו טון אזא בארבארישע שריט.
האט ער צוזאמגערופן כל הקהל הקודש צו א גענעראל פארזאמלונג אויפצוקומען מיט א מהלך וויאזוי צו איבערצייגן אחשורוש.
דא איז געקומען זרש מיט א מורא'דיגע עצה! שטעל אויף א שטאנג הויעך ווי א וואלקנקראצער אז יעדער זאל זען און זיך וואונדערן, און לאז וויסן אז מארגן גייט מרדכי הענגען דערויף. אין לויף פון די נאכט וועט די מידיע זיך אנהייבן קאכן דערין, ביז צופרי וועט די גאנצע שטאט וויסן אז מרדכי ווערט היינט געהאנגען.
דאן גיי אריין צום קעניג, און לאז אים וויסן אז מ'גייט היינט הענגען מרדכי, און יעדער אין גאס ווייסט שוין... א ברירה וועט ער האבן?...
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2044
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 6545
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
לויט ר'@אנעקדאט 'ס מהלך פארשטייט מען אז דאס האט אבער נאר געטון דאס פארקערטע, דער טראמפישער אחשורוש האט געהערט אזא זאך פון חרבונה האט ער זיכער געשימפט "וואס???!!! דו מאכטסוך פלענער מיך צו קארנערן???!!! דו מיינסט אז איך קען נישט גיין קעגן די מידיע???!!! דו מיינסט אז איך האב א פראבלעם מיט עניוואן???!!! תלוהו עליו!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: קורצע תורה'דיגע געדאנקען - פורים
מורא'דיג!להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 04, 2025 3:09 pm לויט ר'@אנעקדאט 'ס מהלך פארשטייט מען אז דאס האט אבער נאר געטון דאס פארקערטע, דער טראמפישער אחשורוש האט געהערט אזא זאך פון חרבונה האט ער זיכער געשימפט "וואס???!!! דו מאכטסוך פלענער מיך צו קארנערן???!!! דו מיינסט אז איך קען נישט גיין קעגן די מידיע???!!! דו מיינסט אז איך האב א פראבלעם מיט עניוואן???!!! תלוהו עליו!!!
נאכאמאל, ס'איז נישט מיין געדאנק, ווי געשריבן האב איך עס געהערט פון א קלוגער איד