אידטיש נאָז סטעישאן

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 99

אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמערלינג »

וועלקאם און ברוכים הבאים.

יעדער זעצט זיך אראפ מיט די פיס ארויף, און מ'האקט אראפ דעם סובסקרייב קנעפל.

דא וועט מען ברענגען אלע נאָז רעפארטס פון אידטיש און ארום, באריכטן און רעפארטאזשן אויסשליסליך פאר אונזערע סובסקרייבער.
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 99

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמערלינג »

א שווערע געפעכט האט אויסגעבראכן ביים אידישן טישל, וואו די במילא אקטיוויסטן פרובירן צו אומווארפן די רעזשים פון די ממילא'יסטן דורכ'ן פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע און מיס-ספעלינגען וואס שיקט ארויס די במילא שטראלן מיט רויך פון פאלושן.

א געשולטע קעמפפער און אויסגערופענער ציל שיסער פון די ממילא רייען, מיסטער @נקודות טובות האט באוויזן צו פארכאפן א רייע סיניאר אפישעלס און הויכ-ראנגיגע אינערהאלב די במילא גווארדיעס און זיי איינגעבינדן אין איין תגובה אויפהענגענדיג דאס אין צענטער פון שטאט לחרפה ולדראון אז ציווילע פארבייגייער זאלן פסק'ענען למי הפסולים.

באריכטן אז עטליכע במילא'יסטן האבן זיך שוין שטילערהייט אונטערגעגעבן פאר די ממילא מיליצעס און אנגעהויבן דרייען מיט'ן צונג מיט תירוצים פארוואס זיי האבן אריגינעל געדזשוינט די במילא באוועגונג. טייל ווארפן די שולד אויף פארשטאפטע נעזער, און אנדערע טענה'ן אז א במילא וויירוס האט זיך אריינגעבראכן אין זייער קיבארד און געטייפאו'ט דעם סיטואציע.

@ניקל קומט אן אויפ'ן סצענע צו זאמלען לעבעדיגע באריכטן און רעפארטאזשן.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 789
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 914

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

סובסקרייבט.

נישט געוויסט אז ער האט אויך דאפעלטע ווי פוטין, און אז ער העלפט די ציונים....
שמערלינג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:16 pm מיסטער @נקודות טובות האט באוויזן צו פארכאפן א רייע סיניאר אפישעלס
#נאז קליפ
#במילא וויירוס
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 99

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמערלינג »

"יו אר קוקו!"

דער נייער שלאגווארט וואס שלינגט איין די וועלט פון זייט צו זייט.

געבט א קוק וואס ער ברענגט דא... האלט אן אויג אויף מאיר'ן אין די רגעים איידער'ן עקספלאדירן אינעם בלאסן מייק אריין...

viewtopic.php?p=52253#p52253

---

אה, און פארוואס ברענג איך דאס דא אויף אונזער נאָזן פארגראם? יא, ס'זייער אינטערסאנט, אבער דער עיקר איז צו מעלדן און פייערן די גוטע נייעס אז @עדיטאריעל איז געהעריג מיט אונז!
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 99

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמערלינג »

די היינטיגע פראגראם איז געספאנסערט דורך "פסק ענד פאסיק".

דערמאנונג:
unnamed (1).gif
unnamed (1).gif (37.5 KiB) געזען געווארן 1063 מאל
- המעוררים.
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 99

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמערלינג »

שטורמישע געשרייען אין אלע גאסן ווען היציגע דעמאנסטרירער שרייען מיט באנומענע אויפרעגעניש מיט אן אייגנארטיגע הארמאניע:

קיו טיפס! קיו טיפס! קיו טיפס!
וואן טו טרי - מקוה איד שטעל צו!
פאר פייוו סיקס - קיו טיפס!


קומענדיג נאך א באשולדיגונג וואס @דער תהלים איד האט געלאזט נידערן און געעפנט א קאנע ווערים אריין אין דער ציבור’ס אויערן.

viewtopic.php?p=52595#p52595

מאנכע צייגן אן אז @דער תהלים איד איז פון די גבאי בית המדרש אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל (גליק?... נו! גילוי!) און זיכט מיט דעם צו ברענגען אן אויפוואכונג איבער מזונות קיו טיפס.
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 99

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמערלינג »

היי ענד וועלקאם.

היינט האמיר אן אינטערסאנטן שטודיע איבער שלייקעס געברענגט פאר אונזערע סובסקרייבער און פערסקרייבער.

35 פראצענט היימישע אידן העכער די 25 יאר טראגן שלייקעס - הויפטזעכליך די איבערוואגיגע וועלכע האבן שוין אויפגעגעבן אויף פארלירן פונטן.

90 פראצענט שלייקעס טראגער זענען שטאלץ דערמיט און באטראכטן עס ווי א דרייסטע העלדישע מאוו - הויפטזעכליך די צווישן די 25 און 30 וועלכע געבן נאך סוב-קאנטשעסלי א דעקל פאר אנדערע.

25 פראצענט שלייקירטע מענטשן האבן אויך א קוטשמע אין באזיס, און אנדערע 15 פראצענט וואלטן געוואלט האבן - געווענליך קענען זיי נישט צוליב שלום בית אישוס...

50 פראצענט שלייקירטע גלייכן דעם אויסקוק ווי די שלייקעס שלעפן דעם הויזן ווי א קרעין און ס’קוקט אויס ווי ס’הענגט א הויזן און דערינען ליגט א מענטש ווי אין א קערבל, די אנדערע 50 פראצענט טענה’ן פארקערט אז ס’קוקט בכלל נישט אויס אנדערש - ווארשיינליך ווענציך עס אינעם געאגראפישן אויסשטעל פונעם אינווידואלן בשר ודגים.

75 פראצענט טראגן פלעינע שווארצע שלייקעס, די אנדערע 25 זענען מקפיד אויף שרייעדיגע דעזיינס לקיים מה שנאמר ובכן תן פיין פחדך.

10 פראצענט שלייקירטע גלייכן צו לאזן דעם העמד ארויסגעשטעקט פונעם בויזן און שאפן דעם אבסטראקטישן בילד ווי די שלייקעס אונטערטעניגט די העמד ביי די הענג-פונקטן.

90 פראצענט אמעריקאנע בירגער גלייבן אז שמייסן מיי שלייקעס טוט מער וויי ווי א לעדערנע פאסיק.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך פופציגער »

זיי זאגן די נאז סטעישאנס זענען לעצטנס קרעיזי ביזי.

טויזנטער רבבות נעזער זענען צעפלאטשקעט, פארקילט און פארשטאפט. מענטשן דרייען זיך ארום מיט צעריסענע רויטע נעזער און ווישן מיט אייפער ווי ס’וואלט געווען א דיימאנט צו שלייפן.

טרעף איך דא א לאקאלע נאז סטאנציע, שיטער און ליידיג... דעלישעס...

איימעניט, נישטא קיין טישוס דא פאר די נאז? שאמעס!!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמערלינג
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:45 am
Location: ביים שמערלער
x 99

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמערלינג »

האריגע הערינג; פובליק הירינג!

א גרויסע קאנווענשאן איז פאררופן געווארן פאר די אידטיש חבריא, וואו מען וועט צום ערשטן מאל הערן די האר-אויפשטעלנדע האריגע מחשבות דורך @אן אייער שפיי , דער בארימטער אקטיוויסט אין ראמען פונעם נייעם "הילינג מעטאד" גערופן "האריגע הערינג".

לויפט אריין!!

סטעי הערינגט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך פופציגער »

עפנטליכע דעבאטע צווישן די צוויי גרעסטע מוכרי דירות אין קרית יואל!

ביים ערשטמאליגן "אידטיש פארברענג" וועט פארקומען אן עפנטליכער דעבאטע צווישן @יום טוב און מיין מאיעסטעיט, וואו מ'וועט זיך רייסן ביי די קעפ, גראדזשענען ביי די בערד, און שפריצן ביר מיט קאולע סאדע איינער אויפ'ן צווייטן, נעמענדיג אויפ'ן צימבל דעם קרית יואל דירות מארקעט.

טיקעטס פארקויפן זיך אין די מאסן.

--- שטופטס ענק נישט!! ס'דא גענוג!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4870

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך וואוילער »

יעצט ווערט באריכטעט אז ס'וועט פארקומען אן עקסטערן פארברענג פאר אלע וואס גלייכן מער א רואיגע מצב.

פרטים וועלן... געפרעגט ווערן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך פופציגער »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:07 pm יעצט ווערט באריכטעט אז ס'וועט פארקומען אן עקסטערן פארברענג פאר אלע וואס גלייכן מער א רואיגע מצב.

פרטים וועלן... געפרעגט ווערן.
נע, אין ריעל לייף בין איך זייער גוט מיט @יום טוב (כ'מיין אזוי... כ'קען אים נישט, אבער געווענליך בין איך גוט מיט דעבאטירער... איך גלייך עס...)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך פופציגער »

אידטיש נאז סטעישאן עקסקלוסיוו!

א ריזן פראטעסט איז פאררופן געווארן וואו עס וועלן זיך באטייליגן אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, האלטנדיג שילדן, טראקס, עראפלאנען, און וואס נישט.

דער פראטעסט איז פאררופן געווארן קעגן די אומווערדיגע לייט וואס שטייען אין א גרויסן קופקע און שטעלן זיך בדחילו ורחימו אריינציען דעם נאז מאכנדיג א ארטיכעמיספיסטישע גערודער ווי א קאמעציאלע וואקיום קלינער אדער ווי א גרויסע זאמד טראק וואס ברעיקט אויפן 17.

אידטיש נאז סטעישאן אויפן סצענע צו ברענגען נאז באשיצונג.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

ברעקינג!!!!

די 'גינעס ווארלד רעקארד' האט געמאלדן אז זיי קאנסידערן ערנסט אריינצולייגן די "נייעס פון בלומינגראוו" אשכול אין די רעקארד, אלס די מערסט-געמעקטע טעמע....


#_בארואיגטאך_ ר'_איד...
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1233
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1649

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@שמערלינג ביסט פארקילט?
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך פופציגער »

ציין בערשטל סטאטיסטיקס

א גוט מארגן טייערע צוהערער און צוליינער.

היינט ברענגען מיר אויספירליכע באריכטן פונעם "ציין בערשטל אויספראגע" וואס מיר האבן דורכגעפירט ביי א רייע היימישע אידן פון איבער די וועלט.

ליינט מיט שפאנונג:


80 פראצענט היימישע אידן קויפן נייע ציין בערשטלעך איין מאל א האלבע יאר, 10 פראצענט קויפן מער אפט, 8 פראצענט קויפן נאר ערב פסח, 2 פראצענט פארמאגן נישט די סארט משוגעתן בכלל. (90 פראצענט "ווייסן" אז באמת דארף מען נוצן א נייע מער אפט צוליב באקטיריעס)

88 פראצענט פארהייראטע קויפן געווענליך א בלויע און א פינקע, להבדיל בין אור לחושך, פאר א היכר.

45 פראצענט גלייכן מער צו נוצן אלטע ציין בערשטלעך, 30 פראצענט גלייכן מער די נייע וואס שטעכן אבער רייניגן בעסער די ציין. די איבריגע האבן נישט קיין מיינונג.

79 פראצענט וועלן שפענדן דעם איבריגן מינוט נאכן פוצן די ציין צו זיכערמאכן ס’גוט אפגעוואשן און ס’בלייבן נישט קיין שפורן פונעם ציין פוץ אונטן פארקוועטשט צווישן די הארעלעך. די אנדערע 21 פראצענט פלעגן עס אויך טון ווען ס’נאך געווען ניי, ביז איין מאל ווען זיי האבן זיך געיאגט און געלאזט אזוי און ס’שוין געבליבן שמוציג.

55 פראצענט פוצן די ציין מיט די וואלענע ציצית, רוב דערפון ווארפן דעם טלית קטן אויף ארונטער. א קליינע פראצענט וועלן יא ווילן ס’זאל טראפן ציין פוץ דערויף, זאל דער טלית קטן אויך ווייס ווערן.

40 פראצענט זאגן אז זיי האבן שוין אמאל גענוצט א צווייטנ’ס ציין בערשטל בטעות. רוב פון זיי האבן נישט אויסגעזאגט פאר’ן באטראפענעם.

5 פראצענט קענען זיך זען נוצן אן אקטיוון ציין בערשטל פאר אנדערע צוועקן, ווי פוצן די הוט.

75 פראצענט ציין בערשטלעך רעדן זיך אפ אז די ציינער וואס זיי פוצן האבן שוין געזען בעסערע צייטן

12 פראצענט אויסגעפרעגטע גלייבן אז עלעפאנטן נוצן בעזימעס פאר ציין בערשטלעך, און די עלעפאנטן דענטיסטס נוצן גראז שניידערס פאר די עלעקטראנישע ציין בערשטלעך. פאר ציין פוץ נוצן זיי גרויסע באקעטס פעינט.

80 פראצענט רעגן זיך ווען איינער רופט זיי אריין מיט א וויכטיגע פאון קאל ווען זיי האלטן דעם ציין בערשטל אין מויל מיט א הויפן ציין פוץ. 15 פראצענט הייבן פשוט נישט אויף, און 5 פראצענט פילן גאר קיל צו ענטפערן אזוי די פאון.

65 פראצענט פוצן די ציין איבערגעבויגן איבער’ן סינק לאזנדיג ציין פוץ פליסן פריי. 45 פראצענט שטייען בקומה זקופה און גיבן אבאכט אלעס זאל פארבלייבן אין מויל ביזן ענדיגן דעם פראגראם - רוב דערפון האבן שרעקהאפטיגע געשיכטעס פון דורכפעלער.


וואס נאך?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3321
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3879

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שמח »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:30 am
:lol: :lol:
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5373
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 10131

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

:lol: :lol: :lol:

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:30 am ציין בערשטל סטאטיסטיקס

79 פראצענט וועלן שפענדן דעם איבריגן מינוט נאכן פוצן די ציין צו זיכערמאכן ס’גוט אפגעוואשן און ס’בלייבן נישט קיין שפורן פונעם ציין פוץ אונטן פארקוועטשט צווישן די הארעלעך. די אנדערע 21 פראצענט פלעגן עס אויך טון ווען ס’נאך געווען ניי, ביז איין מאל ווען זיי האבן זיך געיאגט און געלאזט אזוי און ס’שוין געבליבן שמוציג.

אין מיין שול זע איך אנדערע פראצענטן אויף די ליפן. באט וואטעווער........

דו ביסט פיינע נייעס.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2276
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2451

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך אנדערער »

:lol: :lol: :lol:

פארדינט אפשר א אייגענע אשכול?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3354
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4870

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך וואוילער »

פארוואס מאכסטו מיך לאכן אינמיטן פוצן די ציין???
וואס עפעס דארף די פריש געפוצטע שפיגל באקומען א שויער יעצט?????

יויש ביסטו גוט! :lol: :lol:
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

כ'האב אלץ געוואוסט אז איך בין פון די צוויי פראצענט 'דיפרענט' מענטשן, יעצט איז עס קאנפירמט....
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@אנקעטע איז אויסגערוט היינט... נעקסטע אנקעטע גייט זיין " וויאזוי טרינקט איר די קאווע? איין לעפל צוקער, צוויי און מער, א קאצקע, ספלענדע, אדער אן צוקער בכלל?...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2511
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6592

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך פופציגער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:52 pm @אנקעטע איז אויסגערוט היינט... נעקסטע אנקעטע גייט זיין " וויאזוי טרינקט איר די קאווע? איין לעפל צוקער, צוויי און מער, א קאצקע, ספלענדע, אדער אן צוקער בכלל?...
אפשר איז ער א ראבאט?...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4057
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 11241

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:25 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:52 pm @אנקעטע איז אויסגערוט היינט... נעקסטע אנקעטע גייט זיין " וויאזוי טרינקט איר די קאווע? איין לעפל צוקער, צוויי און מער, א קאצקע, ספלענדע, אדער אן צוקער בכלל?...
אפשר איז ער א ראבאט?...
מדארף זיך נישט זארגן?
אנקעטע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:32 pm
x 249

Re: אידטיש נאָז סטעישאן

פאוסט דורך אנקעטע »

נייו מ'דארף זיך זיכער נישט זארגן
[flash=][flash=][flash=][flash=][flash=][/flash][/flash][/flash][/flash][/flash]
שרייב פאוסט